אלמלא לא ראיתיו לא האמנתיו
ס'איז נישט קיין סוד אז ביי פאליטיק מאכט זיך ביי יעדן אז מען פרובירט איבערצוטרייבן, אבער געווענליך א בר נש וועט פרובירן נישט מגזים צו זיין ביי א מילתא דעבידא לגלויי.
קוקט אבער אויס אז ביי די אנשי דור הפלגה, די וואס האבן די אמת'ע נקודה פון רבין ז"ל, ביי זיי גייט נישט אן דער כלל.
במשך יו"ט סוכות האבן זיי געלאזט פאלן סטעיטמענטס אז זייער סוכה איז די גרעסטע וואס א אדמו"ר זאל נאר האבן געהאט אין די לעצטע פופציג יאר אין אמעריקא, איי די בילדער האבן געוויזן עפעס אנדערש, נו זעט אויס מפני ענוותנותו האט מען געצאלט 10 טויזענט דאלער מען זאל מאכן ס'זאל אויסקוקן קלענער כי ס'זאל נישט שאטן קיין עין הרע...
וויילענדיג די צווייטע טעג יו"ט אין וויליאמסבורג, האב איך מיר נישט געפוילט, איך האב מיר געוואלט איבערצייגן ווער ס'איז מגזים, ווי פארשטענדליך האב איך נישט געהאט מיט מיר קיין מעסטער צו מעסטן, אבער איך האב דורכגעוואקט די גאנצע סוכה אויף ווילסאן און געציילט מיינע טריט, דאס זעלבע האב איך געטון ביי די סוכה אויף הופער סט. און דאס זעלבע האב איך געטון היינט צופרי אין קרית יואל.
די רעזולטאטן זענען שטוינענד.
קרית יואל איז געווען 30 טריט די ברייט און 49 טריט די לענג (נו, וועגן די מתיבתא איז דארט...)
הופער סט. איז געווען 25 טריט די ברייט און 47 טריט די לענג
ווילסאן סט. איז געווען 20 טריט די ברייט און 45 טריט די לענג
אדרבה גלייבט מיר נישט, אויב די סוכות אין וויליאמסבורג שטייען נאך, גייט אריבער און רעכנט עס אויס מיט אייערע טריט וועט איר זען דעם חילוק.
נאר קוקט אויס דאס איז געווען די גרעסטע סוכה אויף ווילסאן סט.
***
קאמיקער באצייכענען אז הו"ר האט רז"ל מורא'דיג פארפירט, אי מלכא אנא השתא אמאי לא אתית לגבאי, פארוואס קומט איר נישט יעצט צו מיר...
תוקן על ידי האמתנעדרת ב- 03/10/2010 16:37:28
תוקן על ידי האמתנעדרת ב- 03/10/2010 16:41:42