| נשלח ב-4/10/2010 22:32 |
|
| |
הופער-קענט ק''י-שוהל' סוכות תשע''א: שטאט'ס ליצנות
ווער עס האט נישט נעכטן געזעהן די כעס מיט וואס די ארונים האבן נעבעך געדרוקט דעם אומשולדיגן געז פעדעל אויפ'ן בי-קיו-אי, אויפ'ן וועג צוריק צו מאנראו, מוצאי יו''ט לא ראה כעס מימיו! אדער א בליק טוענדיג אויף די 9 מאנראו באסעס וואס אהרן האט זיך מיטגעברענגט אויף יו''ט זיי האבן ממש געהאקט אויף די פענסטערס....... און איך פארשטיי זיי, צו קומען ביז דא, און אהער שלעפן ביז דא זייער רבי = דער איינציגסטע רבי אין די וועלט צו טרעוולען צו די חסידים {אדער מיט די חסידים..] נאר צו זעהן מהר''יי'ס מעכטיגע מלוכה, איז קיין סגולה אויף שלאףלאזיקייט...
אבער איר האט נאכנישט אלעס פארפאסט, דא גיבן זיי אויס די רעשט..., קוקט וויפיל אשכול'ס זיי עפענען קעגן א רבי'ן וואס האט ס''ה אפאר סטעידזשעס... 
תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 04/10/2010 22:43:40
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2010 01:03 |
|
| |
איך בין נישט דא אפצוענטפערן אבער. דער בב"מ איז א האלב יאר געווען אין ק"י און א האלב יאר און וומ"ס(פאר ער איז געווארן קלוג...) מהר"א האט אויך געדארפט זיין אזוי. אבער ער וויל זיין אין ק"י ווייל. די ישיבה(ביטע נישט ענטפערן שלא מן הענין) און אלס מרא דאתרא(יא! ער האלט אז ער איז מ"ד)
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2010 07:53 |
|
| |
דער רא"ט וויל זיין אין ישיבה? פונעם טעיפ וואס איז דא ביים געוועזענע אסיפה ווי דער רא"ט בעט זיך צום בעל ברך משה ווי א קיילעכיג יתום פאר א ברכה אז ער זאל קענען אריינקומען קיין וויליאמסבורג, הערט מען ווי ראא ענטפערט אז ער וועט שוין זעהן וועגן די ישובה, אלע אנוועזעזענדע האבן אויסגעשאסן און א הילכיגע געלעכטער, אזשע די ווארימע קאווע פון די מיילער האבן ארויפגעשפריצט ביזן דאך אלץ רעזולטאט פון די שטארקע געלעכטער אויסברוך
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2010 15:50 |
|
| |
ער איז מרא דאתרה אבער קיין אדרעס אויף זיין לעדער הערט איז נישט סאיז אראפ ספלעגט שטיין 6 סאנז איז יעצט איז עס אראפ זייט ער איז געווארן רשכבה"ג פארוואס?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2010 18:06 |
|
| |
איך האב גראדע געהערט א שטארק אמת'ער פארקערטער סברה,
ווען ר' אהרן וואלט געבליבן דער איינציגער סאטמארער רבי וואלט ער סך ווייניגער ווען געקומען אויף וומ"ב, ווייל דאס וואלט דאך זיכער נישט געהאט קיין פירוש אז דער סאטמארער רבי זאל פארלאזן קרית יואל, דער אפציעלער סאטמארער שטעטל ווי ער וואוינט שוין באקוועם פאר 25 יאר, און ווי דער אלטער רבי ז"ל האט אפציעל געוואוינט די לעצטע יארן, און געוואוילט זאל ווערן דער הויפטקוואטיר פון סאטמארע חסידים, בשלמא דער ברך משה איז דאך געקומען פון בארא פארק, און גראדע דער ברך משה האט מערערע מאל געהאט געזאגט ברבים אז ער וואלט ווען אויך ווען געדארפט וואוינען אין קרית יואל, נאר צוליב סיבות איז עס נישט צישטאנד געקומען,
דאס ביסל וואס ר' אהרן קומט נאך יא אויף וומ"ב איז נאר ווייל ער האט דארט זיין קוקורענץ אין ער מוז קונקורירן מיט זיין ברודער, איבערהויפט אז זיינע מוסדות אין קהלה איז אלעס געבויט פינדאסניי און ברויך אסאך חיזוק, ווען נישט דעם וואלט ער געלאזט אלעס פאר ר' מענדל און געקומען אזויפיל ווי דער סקווערער קומט פון ניו סקווער קיין וומ"ב, 1 מאל יאר,
איך האלט אז ס'זייער אמת,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2010 19:56 |
|
| |
אויב מאך איך נישט קיין טעות, וואינט נישט אין סקווירא די גרעסטע צאל סקוירא חסידים איבער די וועלט, ועם כל זה וואוינט דער סקווירא רבי דארט?
די רבי ז"ל האט מייסד געווען קרית יואל אז דאס זאל זיין דער לייכט טורם פאר סאטמאר און פאר די גאנצע וועלט, און ב"ה דאס איז עס היינט, איז נאר מן הדין אז דער סאטמארע רבי וואינט דארט.
ווער עס וואוינט אין קרית יואל קען יעדן טאג מאכן א ברכה אז ער וואינט נישט אין וויליאמסבורג (וה"ה בארא פארק מאנסי וכו') פונקט ווי מען קען נישט מסביר זיין פאר א בלינדן א שיינעם קאליר קען מען נישט מסביר זיין פאר איינער וואס וואוינט נישט אין קרית יואל (און אפילו פאר איינעם וואס האט קיינמאל נישט געוואוינט ערגעץ אנדערש נאר אין קרית יואל) די געוואלדיגע מעלה און שלות הנפש ברוחניות ובגשמיות צו וואוינען אין קרית יואל.
און דאס נאך פאר מען רירט אפילו אן די חלק פון חסידות.
ווי אזוי זינגט נאר ר' יו"ט ערליך:
קרית יואל א מחי' איז...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2010 20:09 |
|
| |
סקאט, א גאנצע פערד ביזטו דאך נישט. דו האלסט טאקע אז אהרן האט נאר געוואלט אויפבויען זיין לייף דריעם: דעם נייען ביהמ''ד פאר זיין זוהן מענדל, און פאר די איין שבת-שמות וואס ער וואלט אריין געקומען...?
און דו האלטס למשל אויך, אז ער האט געווארט שמיני עצרת אינדערפרי, אז זיינע מענטשן זאלן אינוואדירן דעם ''ראדני'' שוהל, נאר אז זיין בנ'ק מענדל זאל האבן דעם שוהל...?
און דו האלסט אז די אלע מיליאנען וואס די ארונים גיבן אויס פאר'ן קאורט צו געווינען דעם רבי'נס הויז, און די נייע שוהל, און אלע שוהלן, איז טאקע נאר אז מענדל זאל האבן א מלוכה בחיי אביו....?
זיי נישט קיין נער אהרן לייגט זיך מיט ראדני און 550, און שטייט אויף דערמיט, און די רגע וואס זיין לעבנס-טרוים ווערט פארוויקליכט, קומט ער צו פליען מיט אן אמבולאנס, מיט זיינע פעק און זעק...!!
תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 05/10/2010 20:34:02
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2010 20:59 |
|
| |
| הנגיד_רבי כתב: |  | סקאט, א גאנצע פערד ביזטו דאך נישט. דו האלסט טאקע אז אהרן האט נאר געוואלט אויפבויען זיין לייף דריעם: דעם נייען ביהמ''ד פאר זיין זוהן מענדל,
און פאר די איין שבת-שמות וואס ער וואלט אריין געקומען...?
און דו האלטס למשל אויך, אז ער האט געווארט שמיני עצרת אינדערפרי, אז זיינע מענטשן זאלן אינוואדירן
דעם ''ראדני'' שוהל, נאר אז זיין בנ'ק מענדל זאל האבן דעם שוהל...?
און דו האלסט אז די אלע מיליאנען וואס די ארונים גיבן אויס פאר'ן קאורט צו געווינען דעם רבי'נס הויז,
און די נייע שוהל, און אלע שוהלן, איז טאקע נאר אז מענדל זאל האבן א מלוכה בחיי אביו....?
זיי נישט קיין נער אהרן לייגט זיך מיט ראדני און 550, און שטייט אויף דערמיט,
און די רגע וואס זיין לעבנס-טרוים ווערט פארוויקליכט,
קומט ער צו פליען מיט אן אמבולאנס, מיט זיינע פעק און זעק...!! |
|
הנגיד, זעהסט, דיין קאפ טראכט נאר פון די מציאות וואס די זעהסט יעצט פאר דיינע אויגן, קענסט נישט טראכטן פון קיין היכי תמצא אלימלא די מציאות וואלט געווען אנדערש,
למשל די זאגסט אז ר' אהרן טראכט אגאנצן טאג פון ראדני און 550 בעדפארד,
אוואדי, קיינער זאגט נישט אז נישט, איך בין מודה מיט דיר 100%
אבער דאס איז נאר ווייל ר' זלמן לייב טייטלבוים, זיין ארכי-קאנקורענץ, אקופירט עס, ממילא היות ער האט עס נישט, האט ער א שאיפה עס צוריק צי באקומען,
יעצט זיי דיך מצייר אלימלא די גאנצע זאך פון ר' זלמן לייב וואלט קיינמאל נישט געווען, אין ראדני מיט 550 בעדפארד וואלט מאליו געווען תחת רשותו, וואלט ראדני מיט גארפילד געווען די זעלבע מיוחס,
אויב ביידע זענען די זעלבע מיוחס, און ביידע זענען תחת רשותו אפגעזעהן ווי ער וואוינט, האט דאך נישט קיין פירוש צו איבערלאזן די סאטמארע שטעטל, ווי ער וואוינט שוין 25 יאר, ווי לכתחלה ברויך ווען דארט דער סאטמארער רבי דארט וואוינען,
איי ר' מענדל איז אין וומ"ב, ר' מענדל איז נישט זיין קאנקורענץ, אדרבא ער איז תחת ממשלתו, ער האלט עס אן פאר איהם, פארוואס זאל ער חליש'ן דערנאך
הדבר פשוט מאוד, והארכתי יותר מדי...
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2010 21:55 |
|
| |
סקאט טייערע! לאז שוין זיין כשטתך, איך האב אבער אויך געפרעגט וואס טוט זיך מיט'ן בויען דעם נייען שוהל, ער האט דאך אריינגעלייגט זיין גאנצע קאפ און מח, אז ווען ער וועט שטיין אויבן אן וועלן אויף ביידע זייטן לויפן 3 גאלעריען: 2 פאר נשים, און נישט פארגעסן די אונטערשטע פאר טויזענטער זקינים, יא זיידעס! וואס ווילן שטיין פון די הייעך און פאטשן און זיך שאקלען ביי זיינע תורות, אה! מה נהדר המראה, ----------אוי! איך ווער שוין באלד אויך מיטגעשלעפט מיט זיינע געפילן-חלומות!
אבער לאמיר נישט פארקריכן דאס אלעס האט ער געמיינט זיך און זיך = ווען ער וועט זיין אדמו''ר מיט די ווייסע בעקיטשע, ער האט נישט געפלאנט מיט דעם נישט זיין טאטן, און זיכער נישט זיין זוהן.
תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 05/10/2010 22:07:17
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2010 22:23 |
|
| |
כאב פאר דיר נייעס, דו אלע זאכן האט ער ממילא...עס וועט ענק גארנישט העלפן...די ווייסע בעקיטשע, די זקנים ונערים קלאטשן...די גאנצע פעקעדש...אפשר נישט אויף קיין גאלאריען, האט ער עס אויף איין פלאכן שטאק...
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2010 07:10 |
|
| |
קעציל און אקס(איך האב מורא אז ביידע זענען אמתע נעמען...) פון ענק האב איך גערעדט. איך רעד פון איין פוינט(אז דער בב"מ איז אויך געווען כלשונכם א "טרעוועלינג רעביי") און עטס הייבטס אן צו רעדן וועגן יא ראש ישיבה אדער נישט. און יא מ"ד אדער נישט. ביטע רעדטס מן הענין
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2010 22:32 |
|
| |
קעציל, דו וואלסט געקענט באשטיין און דיינע בעסטע חלומות אז ראדני זאל זיין אזא לצינות ווי הופפער
|
|
|
|
|