|
|
| נשלח ב-11/10/2010 01:33 |
|
| |
זענען האלענדער אין פויזען געגאנגען אין ערכעות של עכו"ם יא אדער ניין?,
ווי דרייען זיי זיך ? ווי ארבעטען זיי? ווער זענען זיי? ווער ס'האט א השפעה אויף זיי זאל זיי בעטען אין ווארענען אז זיי זאלען שוין ארויס גיין פון די גויאישע געריכטען תיכף ומיד פאר זייער אייגענע טובה.
די וועלט איז נישט הפקר ח"ו. ס'איז דא א הייליגע תורה.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2010 03:18 |
|
| |
יוסלע. היראים. ערענסטער. און רעדאקטאר
עס קוקט אויס אז איר ווייסט גאר ווייניג איבער דעם ביהמ"ד סאוט 8 בכלל. און איבערן קאורט בפרט. די פיר מענטשן וואס מען זעט אויפן בילד האבן גארנישט מיטן קאורט. פארוואס זיי זענען דארט געווען קען זיין 2 זאכן איינס. פרעגט איך נאך ביי די מתפללים וועט איר זעהן אז דיע מתפללים האבן אינוועסטירט אין דעם ביהמ"ד אסאך מער ווי קהל(ארונים און זלונים) עס איז אזויווי א פריוואטע ביהמ"ד אויף קהלס נאמען. וועגן דעם איז זייער פארשטענדליך אז זיי זאלןגיין באשיצן זייער געלט(אויב קהל געוואונט גייען די זאליס פון דארט זיכער גארנישט האבן. משא"כ אויב בלייבט ווי ביז יעצט גייען ביידע בלייבן מיט וואס זיי האבן) צוויי. אפילו זיי האבן גארנישט דערמיט מעגן זיי נאכאלץ אראפגיין. ווען די מעשה איז ווען פארקערט אז די זאליס ברענגען בילדער פון אונזערע מענטשן. וואלטן זיי געווען די גרעסטע אכזרים. מאי חזית דדמי דידך סומק טפי??? דאס איז א זאלי מידה!
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2010 03:26 |
|
| |
די מענטשן וואס זענען אפען בילד האבן גארנישט אריין געלייגט דארט.
די סאוט 8 ביהמ"ד האט מנדב געווען ר' מנחם גרשון לעבאוויטש, ר' שמואל אויבערלענדער, ר' יצחק ראזענבערג, ר' משה יוסף ווערטהיימער, און ר' יעקב הערש שענפעלד ע"ה.
גיי נאך איצט אריין אין סאוט 8 ביהמ"ד וועט מען זעהן זייערע נעמען הענגען אויף די וואנט.
קיין איינע פון די וואס זענען אפען בילד, האבן קיין פעני נישט געגבען, זיי זענען אפאר שלעכטע מוסרים זאליס, וואס זענען זאליס און ארבעטן מיט אלע כוחות אז די זאליס זאלן בלייבן מיט די גניבה פונעם ביהמ"ד.
אדרבה אז זיי מיינען די טובה פונעם ביהמ"ד זאלן זיי העלפן קהלתינו הק' איבער נעמען די ביהמ"ד, ווי יעדער פארשטייט וועט די ביהמ"ד זיין לשם ולתפארת פי כמה, ווען עס וועט זיין אין די הענט פון קהלתינו הק'.
אדער זאלן זיי זעהן אז די זאליס און קלמן שווארץ זאלן קומען אונטער שרייבן שטרי בירורן ביי א בי"ד אזוי ווי א איד איז מחיוב צו טאן, עס מיינט נאך נישט ווייל זיי קנייטשען זיך איין דעם שטערן, און שרייען אז זיי מיינען נישט די זאליס, נאר די סאוט 8 מתפללים, מעגן זיי פארדעם עסן טריפות און מחלל שבת זיין, דאס זעלבע טארן זיי נישט גיין אין קארט.
און פאר דאס וואס וויינען אז די ביהמ"ד איז גאר נייטראל....
לאמיר אויסרעכענען די נייטראל קייט דערפון...
ר' דוד עקשטיין שליט"א האט געהאט א שמחה אין דעם ביהמ"ד האט ער אן עליה נישט באקומען!
ר' שמואל אויבערלענדער שליט"א האט געהאט א שמחה אין דעם ביהמ"ד האט ער אן עליה נישט באקומען!
אלע זאלי פאשקאווילען קעגן קהלתינו הק' הענגט אין סאוט 8 ביהמ"ד!
נאר זאלי צעטלען מעגן הענגען אויף די ווענט!
אלע אהרונים צעטלען ווערן אראפ געריסען פון די ווענט!
יעדע מי שברך זאגט מען פאר ר' זלמן!
א מי שברך פאר רבינו שליט"א טאר מען נישט מאכן!
אנשי שלומינו ווערן גערוידפט אין ביהמ"ד דורך חיים קלמן!
וכו' וכו',
אזא נייטראלקייט...
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 11/10/2010 12:17:14
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2010 03:51 |
|
| |
קלמן שווארץ איז סיי א הולך לערכאות!
און קלמן שווארץ איז א מסור ומלשין!
דער הולך לערכאות קלמן שווארץ האט אריין געגבען א פארלאנג אין געריכט, חוץ די קלאגע וועגן די דיד פונעם ביהמ"ד, און בשאט ונפש עובר געווען אויף אן איסור דאורייתא פון ואלה המפשטים אשר תשים לפניהם.
וועגן דעם איז ער א הולך לערכאות!
און ווערט אנגעריפען מרים יד בתורת משה, און מדרש תנאים (דברים טז) שטייט "כל ההולך לדין אצל אומות העולם כאלו עובד עבודה זרה!!
דער מסור ומלשין קלמן שווארץ האט אריין געגעבען אן עקסטערע קלאגע קעגן קהלתינו הק', און ר' אברהם רובין, ווי ער קלאגט פאר דעמיטש פון 750 טויזענט דאלער, וואס על פי הלכה ווי עס ווערט געפסקנט אין שו"ע אז יעדע תובע ממון קעגן א איד ווערט אנגעריפען מסור ומלשין. ווי אויך קלאגט קלמן שווארץ זיי אויף קרימינאל פראד, אז זיי זענען קרימינאלען פארן מאכן א פראד דיד.
וועגן דעם איז ער א מסור ומלשין!
אין שולחן ערוך חושן משפט (סימן שפח ס"ט) ווערט געפסק'נט אויף אים שהמוסר ישראל ביד עובדי כוכבים בין בגופו בין בממונו ואפילו היה רשע ובעל עבירות ואפילו היה מיצר לו ומצערו אין לו חלק לעולם הבא. ובגמרא (פרק קמא דראש השנה ועבודה זרה כו, ב) עוד דהמסורות יורדין לגיהנם ונידונין לדורי דורות וגופן ונשמתן כלה.
דאס איז וואס ווערט געפסקנט אויף קלמן שווארץ!! וועם עס געפעלט נישט אדער האט טענות דעראויף קען נעמען דעם שו"ע אין צורייסען.
איך וועל באלד אריין לייגן די שרעקליכע קלאגע.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 11/10/2010 04:06:47
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2010 06:03 |
|
| |
ר' יונה איז גערעכט! I AGREE WITH HIM A 100%
קלמן שווארץ מיט די אנדערע א. ג. נייטראלע זאליס האבן א דין מוסרים והולכים בערכעות סיי ווי אזוי ס'זאל נאר נישט זיין!
אפילו לויט די פאר ניקס וואס שרייבן אלע אין קווינס פארום און שפילן פארטיי האבן אויבן געשריבן אז די אידן זענען נוטראל און מיינען די שול,און אז זיי האבן אינוועסטירט אין די שול אסאך געלט, האבן זיי קיין שום רעכט געהאט אריינצוגיין אין קאורט און אוודאי נישט אריינגעבן א קלאגע אקעגן פערזענדליכע יחידים! לויט ווי איך האב שוין אויבן דערמאנט: זאלן די אלע נייטראלע אינוועסטערס גיין צו דין תורה! נישט פארהאן קיין שום היתר צו גיין אין געריכט ווי נוטראל זיי זענען נאר נישט! און נישט קיין חילוק צו זיי האבן אריינגעלייגט א ביליאן צו א טריליאן דאלער אין דעם שול!.. (אזוי נישט מיר נישט דיר האבן די פאר נייטראלע אידן קיין איין איינציגסטן רויטן גראצער נישט געגעבן פאר דעם שול! אבער לאמיר זאגן אז יא).
און צו דיר פריינדליך, אויב האסטו אזוי רחמנות אויף די בלוט פון די בלוט דורשטיגע זאליס וואס זיי זענען אנגעטרונקן מיט אידיש בלוט פון די לעצטע 10 און א האלב יאר קענסטו זיי גיין זדשוינען בכבוד גדול! אזוי ווי די שטעלסט זיך אהער פאר אזא נאנטער ידיד און אויסקענער מיטן שול סטעף, זיי אזוי גוט און געב איבער די פאלגענדע מעסעזדש פאר דיינע נוטריילע זאלי אינוועסטירער פון דעם שול וואס מיינען נעבעך נאר די טובה פון די שול.. און האבן אזוי שטארק מורא פון בילדער:
1) אויב מיינט איר די טובה פון די שול גייט זאפארט ארויס פון ערכעות און שטעלט אייך צו דין תורה ביי א בי"ד כשר בישראל או בזבל"א!
2) אויב שוינט איר אזוי אידיש געלט וואס איר האט אומשילדיג אינוועסטירט אין דעם שול, פארוואס שוינט איר נישט די געלט פון ראשי וחברי הנהלת קהילתינו און פון אנשי שלומינווואס האבן אינוועסטירט אין דעם שול אסאך פאר אייך און איר האט דאס אזוי אפען אוועק'גע'גזלט מיינענדיג דערביי די טובה פון די שול..???
3) אויב האט איר אזוי מורא פון בילדער אזש עטץ האטס אנגעדרייט צו האבן עטליכע ניקס פון קווינס צו שפילן פארטיי און אזוי ארום רחמנותדי'גע'הייט אראפ זעהן די בילדער ווי איר שטייט גוט אויפגעלייגט אין קאורט ווייל איר שעמט זיך דערמיט, זארגט נישט! קיינער וועט מילא נישט גלייבן די ארונים אז איר זענט געגאנגן אין קאורט מסר'ן ר' משה יוסל און ר' אברהם רובין, איר זענט דאך פיינע אידן, איר מיינט דאך נאר אייער געלט...
ווען ר' יצחק ראזענבערג ר' משה יוסל, ר' אברהם רובין און אלע אנדערע הנהלת הקהילה מיינען זייער געלט,זענען זיי געווארן קשר בוגדים, מוסרים, וכל מיני לשונות הלישקע, ווען אנשי שלומינו האבן אינוועסטעט צענדליגע טויזנטער דאלארן צו קויפן זיצן אין נייעם ביהמ"ד אויף ראסס איז זייער געלט געווען גארביזדש, נאר קלמן שווארץ'ס פריוועט געלט איז הקדש
ווי פירט נאר פריינדליך אויס אין זיין לעצטע רחמנות'דיגע תגובה,
דאס איז א זאלי מידה!!
פריינדליך טייערע, געדענק דיינע לעצטע פאר ווערטער און געב דאס אויך איבער פאר די חברה! דאס איז א זאלי מידה!!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2010 07:09 |
|
| |
קלמן שווארץ לייקן איך נישט. און דאס אז מען זאל לייגן א בילד באדערט אויך נישט. עס איז קיין פראבלעם. די פראבלעם איז די קאמענטארן. כאילו ווייס האלענדער און פאזען זעננען די מוסרים פונעם יאר הונדערט. סך הכל זענען זיי געגאנגען סופארטן זייערע מענטשן. עס איז אזויווי א זאלי זאל זאגן אז יעדער ארוני איז א רשע. ווייל ער סופארט די וואס גייען(לשיטתם אין קאורט). און בכלל איז זייער שיין פון איך אז איינער וואס האלט אנדערש ווי דיר איז א זאלי. און דאס איז אויך די זאלי מידה...(קוק אין זייער פארום יעדע צוויי מינוט. ווער עס איז אביסל ערנסטער ווערט א ארוני)
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2010 19:02 |
|
| |
איך ווייס נישט וואספארא געשעפטן די פירסט מיט די זאליס, איינער וואס גייט אין קארט, אדער וואס איז מסייע דערצו, איז א ר ש ע,
דאס אלעס, נישטא קיין תיריצים אין דער וועלט, סיי ווי ווער עס קען די חברה ווייסט שוין וואס פאר א צדיקים זיי זענען, עני וועי, איך וויל נישט דא אריינגיין, אבער טאמער עס וועט אויס פעלן וועל איך מיט דערצייט פארציילן אביסל סודות פון חדר,
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2010 22:33 |
|
| |
סוי, פויזען האט נישט מרים יד געווען בתורת משה ח''ו, אין נישט געגאנגען אין קארט אריין ?
נאר ער איז א מסייע לעוברי עבירה. אדער דאס אויך נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 08:24 |
|
| |
| רבי_יונה כתב: |  |
און פאר דאס וואס וויינען אז די ביהמ"ד איז גאר נייטראל....
לאמיר אויסרעכענען די נייטראלקייט דערפון...
אנשי שלומינו ווערן גערוידפט אין ביהמ"ד דורך חיים קלמן!
וכו'וכו',
אזא נייטראלקייט...
|
|
יונה, פאר קנאפע צוויי וואכן צוריק האסטו דאס געשריבן: "ליצנות אין א זייט.
ר' חיים קלמן מאכט נאר דעם אנשטעל אזוי. איך ווייס קלאר אז שטילערהייט ארבעט ער מיט די ארונים..." געב מער אכטונג אז דיינע ליגענטס זאלן שטימען.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 10:01 |
|
| |
קען מיר איינער מסביר די פאלגענדיגע:
1)וואס איז דער עוולה פון ר' חיים קלמן שווארץ פון גיין אין קאורט, עטץ האטס דאך אליין דא געשריבן חול המועד אז הרב ר' חיים קלמן גוטמאן, דער דיין פון דעם שול, האט איהם געגעבן א היתר.
2) ווי איז ענקער וויי געשריי איבער ווערטסהיימער גיין אין קאורט אן א היתר בית דין לכתחילה מיט 6 יאר צוריק ווען דער סיכסוך האט זיך אנגעהויבן?
3) ווי איז ענקער וויי געשריי איבער ווערטסהיימער און רובין פארן נישט גיין צו דין תורה איבער זייער סיכסוך איבער די בעלות פון דעם שול?
4) ווי איז געווען ענקער וויי געשריי ווען די קינדער פון ענקער רבין מיט זייערע קאזין'ס זענען געגאנגען אין קאורט אנטקעגן זייער גרויסן זיידען דער ברך משה זצ"ל?
5) ווי אזוי זענען די יונגעלייט וואס זענען געגאנגען צוקוקען (חול המועד האלטן) אין קאורט געווארן מוסרים אדער מסייע לעוברי עבירה, האבן זיי געקלאגט איינעם, געשריבן די קלאגע אדער אפילו געהאלפן שלעפן די פאפירן?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 16:00 |
|
| |
4) ווי איז געווען ענקער וויי געשריי ווען די קינדער פון ענקער רבין מיט זייערע קאזין'ס זענען געגאנגען אין קאורט אנטקעגן זייער גרויסן זיידען דער ברך משה זצ"ל?
וואס האבן די אייניקלעך געקלאגט דעם "גרויסן זיידען"? ס'האט אים גיווארט תפיסה חלילה? די וועלט ווייסט דערפון?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 17:38 |
|
| |
איינער קען דא ביטע ענטפערן דעם קליינעם 'הבדלה' קאפ??
א טיפיקעל זאלי סטעיטמענט; קאורט! ברך משה! תפיסה?.... (נישט פארהאן ווער זאל לאכן...)
זאג נאר, אפשר פארציילסטו פאר יעדן די סודות וואס דו ווייסט און קיינער ווייסט נישט?...
פארצייל פאר יעדן איינעם וואס די קלאגע איז געווען אקעגן דעם ברך משה, און וויפיל יאר ס'האט אים געווארט תפיסה... וואס האט מען אים געקלאגט פאר?....
תוקן על ידי יוסלע_פליט ב- 12/10/2010 17:41:50
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 17:50 |
|
| |
וויאזוי קען ער געבן א היתר צו גיין אין קארט????
אז איך האב פיינט איינעם מעג איך געבן א היתר צו גיין אין קארט קעגן אים
אין שנאה א היתר אויף די גאנצע תורה???
די גאנצע היתר וואס א ''בית דין'' גיט איז ווען יענער איז מסרב אדער א גבר אלים וואס פאלגט נישט די פסק פין בית דין, אבער סתם געבן א היתר צו גיין אין קארט, איז סיי דער מתיר אין סיי דער הולך בערכעות א מחלל ש''ש כו' ווי עס שטייט אין שו''ע
די קארט פין 6 יאר ציריק ווייס איך נישט פינקטליך,
אבער אויב איז עס געווען א פריוואטע קעיס צווישען ר' משה יוסף ווערטהיימער מיט די זאליס האט דאס דאך גארנישט מיט קהל, טראץ וואס קהל וויל יעצט אינפארסירן יענע פסק
אין אויב איז קהל געשטאנען אינטער דעם
איז עס געווען די זעלבע היתר ווי די גרויסע קארט, וואס קהל האט שוין געצייגט פאר עטליכע רבנים ות''ח ובתוכם כ''ק ווינער רב שליט''א, אין הג''ר ישראל דוד הארפענעס וכו' (וויאזוי רופן ענק עס נאר: שיפלאד...) נאכדעם וואס ענק האבען מסרב געווען פין זיך שטעלן צו די''ת אויף די 3 הזמנות פין קהל.
ביים בי''ד איז סאוט 8 געווען אריינגערעכנט אין די הזמנה פינקט ווי אלע נכסים פין קהל יטב לב, אין ביי קארט איז דאס נישט געווען אינקלאדעט ווייל דאס איז געווען איבערגעשריבן אויף קהל ויואל משה, האט מען געפענט א עקסטע קעיס
אין פארוואס דארף יעצט רובין גיין צו דין תורה? ער האט ענק גערופן אין קארט? אז די פארלאנגסט ער זאל גיין צו דין תורה? די קענסט אים נישט הייסן ער זאל ענק רופן צו דין תורה?
אין וועגן די ברך משה קעיס ביזטו פשוט אנגעפיקעוועט פין היידפארק, ווי קליינקאפ האט שוין געשריבן
די ווייסט אפשר וויפיל יאר תפיסה עס האט געווארט דעם ברך משה ז''ל וועגן דעם? אין אז די ווייסט דאס ווייסט אפשר פארוואס ר' זלמן לייב אין ר' ליפא האבען זיך דארט נישט געוואלט שטעלן צו דין תורה טראץ וואס זיי האבען געשיקט א התראות פין יחיאל יצחק גליק?
יא ר' זלמן לייב אין ליפא האבען נעבעך ג'חלום'ט דעמאלטס אין די הויכע ספערן אז 'יעצט גייט מען עס מאכען' מ'וועט אים אזוי באשמיצן אז....
די ריזיגע פיקטשער אויפן דעקל פין דער איד, אין מ'האט זיך געשוואירן א בריוו פין בד''ץ העדה החרדית, אין אויסגעלאזט האט זיך עס מיט א פרישע פאשקעוויל פין די פורים בית דין.
(ברום זכור לטובה, דער חכם אין גאון וצדיק ר' מאיר בראנסדארפער ז''ל מיט הגה''צ ר' משה האלבערשטאם אין להבחל''ח הגה''צ ר' משה שטערנבוך שליט''א ראב''ד, וועלכע האבען זיך פעסט געהאלטען,
הגאוה''צ הרב פריינד, הרב יאראוויטש, הרב פרענקל זענען נאך דאן נישט געווען אין די עדה, אויב געדענק איך גיט)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 18:28 |
|
| |
אזוי אויך איז דא א געסיינטע דאקומענט אין קארט פון 6 יאר צוריק, צווישען הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער, און ר' יעקב הערש שענפעלד ע"ה, ווי זיי שרייבן אונטער אין קארט, אז זיי גייען זיך שטעלן צו דין תורה ביי בדי"צ מכון להוראה אין מאנסי.
נאר די זאליס קאנג. ויואל משה בראשות די פרעזידענט ר' זלמן, האבן נישט געוואלט בשום אופן אונטער שרייבן.
און פאר 6 יאר צוריק האט קהלתינו הק' געהאלטן נאך דריי הזמנות, און 100דערטער בקשות צו די זאליס זיך צו שטעלן צו דין תורה, און מען האט גערעדט צום וואנט, האט קהלתינו הק' מיטן שליח ר' משה יוסף ווערטהיימער, אריין געגעבען אן ערעור אויף די פאלטשע דיד וואס די זאליס האבן דעמאלס געמאכט אויף די סאוט 8 שול, און געוואלט נעמען א מארגיטש און ב"ה מען האט דעמאלס אפגעהאלטן די זאליס פון נעמען די מארגיטש.
|
|
|
|
|