בית פורומים כל העולם כולו

סאוט 8 ביהמ"ד - קאורט אפדעיט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/10/2010 20:52 לינק ישיר 

טייערער ר' יונה לאמיך דיך אינפארמירן מיט אינפארמאציע וואס קען זיין וויכטיג צו וויסן פאר מען שרייבט וואס מען ווייסט נישט

די האסט געשריבן  "די מענטשן וואס זענען אפען בילד האבן גארנישט אריין געלייגט דארט." דאס איז א אפענער שקר, צוויי פון די מענטשן האבן אפשר נישט אריינגעלייגט קיין געלט אבער דער רוב דארט האבן אסאך געלט אריינגעלייגט, און בפרט קלמן שווארטץ וואס האט אין דעם ביהמ"ד דערלייגט זיינע הויזן. 

די שרייבסט ווייטער "די סאוט 8 ביהמ"ד האט מנדב געווען ר' מנחם גרשון לעבאוויטש, ר' שמואל אויבערלענדער, ר' יצחק ראזענבערג, ר' משה יוסף ווערטהיימער, און ר' יעקב הערש שענפעלד ע"ה. "
ר' מנחם גרשון האט טאקע מנדב געווען א ארון קודש, ר' שמואל אבערלענדער האט אפשר געוואלט עפעס מנדב זיין אבער אפי' זיין איידעם איז דארט דיין האט ער ביזדערווייל נישט מנדב געווען גארנישט, ר' יצחק רויזנבערג האט נישט מנדב געווען גארנישט, ואחרון חביב ר' משה יוסף ווערטהיימער איז שולדיג געלט פאר דעם ביהמ"ד פאר ווער עס ווייסט. און ר' יעקב הערש ז"ל איז דער איינציגסטער וואס האט אויך אריינגעלייגט זיין גאנץ פארמעגן אין דעם ביהמ"ד. (איך זאגט נישט אז די אלע האבן געדארפט געבן, זיי זענען קיינעם גארנישט שולדיג, אבער זאג נישט אז זיי האבן געגעבן ווען זיי האבן קלאר נישט געגעבן)

די שרייבסט ווייטער "גיי נאך איצט אריין אין סאוט 8 ביהמ"ד וועט מען זעהן זייערע נעמען הענגען אויף די וואנט. "
ווייז מיר די וואנט ווי ר' יצחק רויזנבערג מיט ר' שמואל אבערלענדער הענגען, איך האב מורא אז די ווייסט נישט פון וועלכע ביהמ"ד מען רעדט.

די שרייבסט ווייטער:
קיין איינע פון די וואס זענען אפען בילד, האבן קיין פעני נישט געגבען, זיי זענען אפאר שלעכטע מוסרים זאליס, וואס זענען זאליס און ארבעטן מיט אלע כוחות אז די זאליס זאלן בלייבן מיט די גניבה פונעם ביהמ"ד.

איך קען דיר נישט ענטפערן מער ווי אז די זאלסט דיך בארעכענען צו נאכגיין אינפארמאציע פאר די שרייבסט אזוי געמיין אויף זיי. (און ביי די וועי, איך בין אויך א חסיד פונקט ווי די און איך זוך בכלל נישט אז זיי זאלן בלייבן דארט, איך זאג נאר א סיבה פארוואס זיי נעמען עס צום הארצן און עס קומט זיי נישט מיתה פאר דעם)

די שרייבסט ווייטער "אדרבה אז זיי מיינען די טובה פונעם ביהמ"ד זאלן זיי העלפן קהלתינו הק' איבער נעמען די ביהמ"ד, ווי יעדער פארשטייט וועט די ביהמ"ד זיין לשם ולתפארת פי כמה, ווען עס וועט זיין אין די הענט פון קהלתינו הק'."
איך הער וואס די זאגטס, קען זיין אז זיי האלטן אנדערש.....

ווייטער שרייבסטו:

און פאר דאס וואס וויינען אז די ביהמ"ד איז גאר נייטראל....

לאמיר אויסרעכענען די נייטראל קייט דערפון...

ר' דוד עקשטיין שליט"א האט געהאט א שמחה אין דעם ביהמ"ד האט ער אן עליה נישט באקומען! (שקר ווי די עבודה זרה, ער האט יא באקומען, עס איז נאר געווען א סקאנדאל אז איינער וואס דאוונט נישט דארט קיינמאל האט געגעבן א לויף צו און עולה געווען, און ר' דוד האט אים גאר געקויפט א מתנה פארן מבזה זיין)

ר' שמואל אויבערלענדער שליט"א האט געהאט א שמחה אין דעם ביהמ"ד האט ער אן עליה נישט באקומען! (שקר וכזב מען איז גראד געגאנגען דאווענען אין ברכה סימא ווייל מען האט נישט געוואלט ס'זאל קומען דערצו, איך זאג נישט אז עס איז גערעכט אבער דער באפעל איז געקומען זייער קלאר פון פיצי יאקאבאוויטש און כת דילי' און מצד דעם סאוט 8 ביהמ"ד קען אפילו דער רבי קומען דארט עולה זיין)

אלע זאלי פאשקאווילען קעגן קהלתינו הק' הענגט אין סאוט 8 ביהמ"ד!

נאר זאלי צעטלען מעגן הענגען אויף די ווענט!  (וואס איז די דאפלט לשון? נאר אנצופילן נאך א שורה, און איך ווייס נישט פארוואס די פארשטייסט נישט אז מען הענגט נאר זייערע צעטלעך, ענד פאר יאר אינפארמעישן פאר יעדע דרשה ווי שבת שובה און שבת הגדול הענגט דארט מיט אלע צעטלעך פון די אנדערע בתי מדרשים אויך אונזער צעטל פונקט ווי יעדער, די איינציגע וואס הענגט דארט נישט איז די דירעקטע קהל'ישע ענינים וואס ווי פארשטייט זיך איז עס קאנפיוזינג און איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן ביי אונז אין בהמ"ד הענגען א זאלי צעטל)

אלע אהרונים צעטלען ווערן אראפ געריסען פון די ווענט! (טריפלט לשון, ועין לעיל)

יעדע מי שברך זאגט מען פאר ר' זלמן! (ביזדערווייל איז עס אינטער זלמן לייב אבער דאס איז נישט וואס מאכט דעם ביהמ"ד נייטראל, די איינציגע וואס די אלע שרייבער'ס ברענגען ארויס איז אז דער ביהמ"ד איז נייטראל ווייל מ'רודפט נישט קיין ארוינים און מען האט דארט געהעריג אלעס אן קיין פראבלעם און מען קריגט זיך נישט ארום, איך זעה נישט ווי די מי שבירך מאכט דאס אויס נייטראל)

א מי שברך פאר רבינו שליט"א טאר מען נישט מאכן! (טאקע א פראבלעם אבער מ'האלט אין איין מאכן דארט מי שבירך'ס פארן רבי'ן, כמעט יעדער חסיד אין דעם שול האט שוין דארט געמאכט מי שבירך'ס פאר'ן רבין, און מען הערט נישט קיין מוק)

אנשי שלומינו ווערן גערוידפט אין ביהמ"ד דורך חיים קלמן!  (נאט דעט איי נוי אף, די איינציגסטע פאל וואס ר' חיים קלמן האט געהאט צו טון מיט אנ"ש איז געווען ווען מען האט אין א שמועס זיך צופייערט און ער האט גערעדט וואס ער האט נישט געדארפט, עס קומט אים נישט צו פארענטפערן ער דארף גיין איבערבעטן דעם רבי'ן אבער צו זאגן אז דאס איז דער רוטין איז א פרעכער אויסגעשפראכענער ליגנט, ר' חיים קלמן איז נאענט מיט די חסידים פון רבי'ן [אויסער ווער עס וויל נישט])

וכו' וכו',

אזא נייטראלקייט

טייערער ר' יונה איך מיין אז איך האב יוצא געווען ידי חובתי און איך האף אז איך וועל מער נישט ענטפערן אויף דיינע שטותים, די איינציגסטע זאך פארוואס איך שפיר פאר א פליכט זיך מטפל צו זיין מיט דעם איז ווייל איך האב אינסייד אינפארמעישן וואס איז דירעקט פארקערט, האב מיר א גוט יאר און פרוביר צו פארשטיין וואס איך זאג, אז די אלע געמיינע לשונות פאסט נישט פאר אונז און מיר דארפן נישט ליגנט זאגן צו זיין גערעכט מיר זענען גערעכט אפילו ווען מיר נוצן דעם אמת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/10/2010 22:56 לינק ישיר 

צום ענין
איך וועל מיך נישט אריינמישען אין דיין פייט מיט ר' יונה
די האסט דא א אפענע אגענדע צו פארענטפרן די תובעים בערכעות פין סאוט 8

אבער די שרייבסט א גאנצע לאנגע תגובה אין די ביזט אפווענדן יענעם ווערטער אין די ברענגסט ניטעמאל 1 ראי' צו דיינע ווערטער, ווייז מיר איין טעוועלע מיט די נעמען פין תובעים בערכעות אין די אלטע סאוט 8 שול
איך מיז זיין משוגע צו גלייבן וואס די שרייבסט
והעיקר, ווייז מיר ווי עס ווערט ג'פסקנ'ט אז איינער וואס גיבט געלט פאר שול מעג תובע זיין בערכעות של עכו''ם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/10/2010 02:54 לינק ישיר 

היראים!
לאמיך דיר קלארשטעלן אויב די האסט שלעכט פארשטאנען
איך וויל פונקט ווי די און יעדן אז די גניבה זאל צוריק גיין צום בעל הבית, און איך ווייס פונקט ווי די אז די מוסרים האלטן זיך נישט אפ פאר גארנישט, מיין איינציגסטע נקודה דא איז: פארוואס אטאקירן די קליינע מענטשעלעך ווען דער פיש שטינקט פון קאפ? פארוואס זאלן מיר זיך נישט האלטן צו א ליניע וואס קען באמת נישט ווערן אפגעפרעגט ווען מען רעדט פון זאכן וואס זענען אומאפפרעגבאר, און נעמען א ליניע פון באשמוצן מענטשן וואס ווער עס ווייסט דעם אמת ווייסט אז יעדעס ווארט וואס איך האב געשריבן איז אמת (לפי ידיעתי, וואס איך האב גאנץ אסאך אינפארמאציע אין דעם ענין)
און וואס די פרעגסט וועגן ראיות וויל איך דיר זאגן איך קען ברענגען ראיות כאטש ס'וועט מיר שווער זיין צו גיין צוזאמקלייבן ווייל איך טו דאס נישט פאר פרנסה, אבער דאס איז נאר שייך ווען ר' יונה וואלט געברענגט ראיות, איך האב נישט געזעהן ער זאל ברענגען קיין שום ראיות מוכיחות און פארוואס פארלאנגסטו פון מיר ראיות?
אלנספאלס לאמיך דיר אין קורצן זאגן מיין שטעלונג:
1) אמת אז סאוט אכט איז קלאר א חלק פון די גרויסע גניבה פון קהל נישט קיין חילוק צו פריוואטע אידן האבן געאפפערט זייער לעבן דערפאר
2) עס איז אויך קלאר נישט דא קיין תירוץ פאר די הליכה בערכעאות פון די מוסרים
3) עס איז אויך מעגליך אז די אידן אין סאוט 8 ווערן אריינגעשלעפט אין א דבר האיסור (איך וועל דאס לאזן פאר די לומדי תורה און רבנים) וואס דאס וועל איך מיך נישט מישן ווייל מיר איז נישט נוגע ווער עס איז דער מסור אדער ווער עס איז דער גנב דער עיקר איז דא איז קלאר א גניבה אין וואס סתם עמך אידן זענען פארמישט געווארן זייענדיג פון די אפעקטירטע איז מעגליך אז זיי טוען וואס איז נישט גוט
4) פון דעסטוועגן דאך וואלט געווען לאגיש צו זאגן אז די אטאקע דארף נישט און טאר נישט גיין קעגן די אידן (וואס אויף זיי קען מען ברענגען קלארע ראיות אז זיי זענען נישט די מוסרים) און מען דארף זיך האלטן "צום ענין"
5) ווי אויך איז קלאר אז נוצן ליגנט אראפצוברענגען דעם בילד פון א ביהמ"ד אינגאנצן אנדערש ווי באמת עס איז איז אויך נישט "צום ענין"

איך האף אז די פארשטייסט מיך קלארער, און אויב די דארפסט ראיות פאר מיינע ווערטער שיק מיר אין אישי איך בין נישט זייער ספאוקסמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2010 03:38 לינק ישיר 

צום ענין
איך גיי יעצט נישט אריין אין דיינע טענות , אבער ס'קוקט אויס ווי די דרייסט זיך לעבען פיצי פריעדמאן, ווייל די זאגסט נאך ווארט ביי ווארט זיינע שטותים אין ליגענטס. (ער האט אויך גראדע אייביג אינסייד קלעסיפייד אינפארמערמעשן אויף יעדע הינזיכט).
פערצופאל מיינט ער אייביג אויך די טובה פון סאטמאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2010 05:20 לינק ישיר 

רבי יונה. היראים. ערענסטער. אין איין ווארט. זענט איר מתפללים אין דעם ביהמ"ד אז איר זאלט קענען די טאג טעגליכע ווירטשאפט דארט? איינער טענה'ט אז ער קען דעם ענין. אפשר איז ער גערעכט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/10/2010 21:03 לינק ישיר 

געגעבן געלט, אינסייד אינפארמעישאן, חיים קלמן איז יא פרענד מיט די ארונים, נישט א פרענד.. די העק וויט אלל דיס אינפארמעישאן! ס'איז גאנץ ווייניג נוגע, צום ענין, במחילת כבודך, ענטפער מיר אין איין ווארט; איז דא ערגעץ אין די גאנצע תורה איין היתר צו גיין אין קאורט ווייל די גאנצע צו האלבע שול איז נוטראל? איז דא ערגעץ אין די גאנצע תורה א היתר צו גיין אין קאורט אן רופן צו דין תורה דריי מאל און די נתבע זאל נישט וועלן גיין ווייל מ'האט אריינגעלייגט אפילו טריליאן דאללער אין א שול (וואס הייבט זיך נישט אן, קיין איין פעני נישט געזעהן פון די 'איידעלע הולכים בערכעות')? איז דא ערגעץ אין די גאנצע תורה א היתר צו גיין אין קאורט ווייל מ'מיינט נאר די שול'ס אינטערעסע? איז דא ערגעץ אין די גאנצע תורה א היתר צו גיין אין ערכעות מסר'ן אידן מיט פרייוואטע ענינים, ווייל זיי האבן פראבירט צוריק צו נעמען א בנין וואס באלאנגט צו זיי? ועוד ועוד ועוד.. איך זאג דיר שוין, אויב גייסטו אפשרייבן א גאנצע תשובה בין איך שוין נישט דא! איך וויל א 'יא' אדער א 'ניין' (האלט דיך 'צום ענין'...)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2010 21:13 לינק ישיר 

ניין!
ישר כח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2010 21:22 לינק ישיר 

ישר כח פארן ענטפערן ווי א מענטש! יעצט זאג מיר איז דא ערגעץ אין שלחן ערוך ווי מ'זעהט אז מ'דארף פארטיידיגן א הולך בערכעות? אדער ווערט גאר געפסקנ'ט די הארבסטע זאכ'ן אויף אזוינע געמיינע מענטשן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2010 21:40 לינק ישיר 

פיינעלי, ענדליך זעהט מען שוין דא איינעם רעדן ווי א מענטש, זכר בונדל גוט ארויסגעברענגט, אפענע קשיות צום פוינט. צום ענין, שכוח פארן ענטפערן נארמאל, דערווייל ביזטו די איינציגסטע פון די אלע אנדערע אין די דעבאטע פון פריער וואס ענטפערט וואס מ'פרעגט.. אנטשולדיג פארן אריינהאקן, אבער איך וויל אביסל ארויסהעלפן. ביזט דאך מודה אז די זאליס האבן נישט געהאט קיין שום היתר צו גיין אין געריכט, נו, די אלע וואס זענען געגאנגן אין געריכט פון ביהמ"ד סאוט 8, נישט קיין נפקה מינא צו זיי האבן א נגיעת ממון, זענען א ריכטיגע מסייע! און די זענען פונקט אזוי שולדיג אינעם חילול שם שמים, און אויב האבן זיי די מינדערסטע געפיל פאר זייער אייגן ביהמ"ד זאלן זיי זעהן אז מ'זאל ארויסגיין פון קאורט און קומען צו דין תורה, דאס אז זיי זענען אליין אראפגעגאנגן אין קאורט פארגאנגענע וואך איז נישט נאר משמע אז שמע מינה דקא ניחה לי', נאר זענען נאך די אפיציעלע שטיפערס דערצו, זיי זענען געהעריג בפועל אינוואלווד! און זיי טראכטן נישטאמאל פון א אפשען צו קומען צו דין תורה! פארדעם זענען זיי די זעלבע ווי זייערע אויבערהארן און משלחים אליינס, אינקלאדונג: הרב הגז"ל, יאקאבאוויטש ענד קא.! מוסרים און הולכים בערכעות! אגב, ווייסט איינער ווי עס האלט דארט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2010 23:15 לינק ישיר 

אקדמות מילין ושריות שותא: קודם וויל איך זיך באדאנקען פארן אויפנעמען מיין ענטפער געהעריג, און איך בין גרייט צו ענטפערן אויף אנדערע פראגע'ס אויב איז ענק (יוסעלע און זכר באנדל) נאך עפעס שווער, אבער איך וואלט זייער געוואלט אויך זיך האלטן אין די ראמען פון נארמאלקייט, דערפאר זאגט מיר וועלכע פון ענקערע שאלות איז נאך נישט פארענטפערט געווארן פון מיין פריערדיגן תגובה און איך וועל פרובירן צו ענטפערן.
אויך אויב איז דיר עס נוגע קען איך ענטפערן פארוואס איך נעם זיך אן און איבער שמועסן דעם ענין און פארשטיין געבן ווי ווייט אייניג איך האלט מיט ענק אלע און ווי ווייט אונז זענען מיר פון זיך נישט פארשטיין, איך זעה נישט קיין שום קאנפליקט צווישן וואס איך זאג און וואס ענק זאגן ביזדערווייל. אויב זעהט איר יא דעמאלס ליינט איבער וואס איך האב געשריבן אדער פרעגט מיר איך וועל ענטפערן אי"ה לפענ"ד.
ביי די וועי: איך בין נישט קיין פאטראן פאר זלמן לייב אין קיין שום וועג, און איך האב נישט קיין שום נגיעה צו אים, איך בין אלעמאל געווען א חסיד פון רבי'ן און איך האלט פונקט ווי ענק אז די גניבה וואס דא איז פארגעקומען מיט די הליכה בערכאות מוז ווערן אפגעשטעלט.
Any other questions?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2010 23:37 לינק ישיר 
קאורט U/D: זדשאזדש שמידט צו די זאליס: פארוואס ווילט עטץ נישט גיין צו די תורה?

א חרפה און א בושה!! די חילול שם שמים פאטשט אין פנים פאר די זאליס! זדשאזדש שמידט האט יעצט געענדיגט די הירינג וואס ער האט פאררופן אויף היינט, דערווייל נאכנישט דא קיין דיסיזדשען אויב ער נעמט די קעיס, ער האט געגעבן נאך א דעיט. ווי גרויס איז געווען די בזיונות ווען דער ריכטער האט זיך אויסגעדרייט צו די הגז"ל טייטלבוים'ס און קלמן שווארץ'ס לויערס פארהאלטענדיג הלמאי פארוואס אין די וועלט ווילט עטס נישט גיין צו דין תורה???? ס'איז צום האפן אז זיי וועלן זיך בארעכענען יעצט נאכדעם וואס דער זדשאזדש האט זיי אזוי אריינגעשניטן אין פנים אריין, און וועלן צוריק צוען די תביעה פון ערכעות און זיך שטעלן צו דין תורה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/10/2010 01:00 לינק ישיר 

ברעקינג!

קארט אפדעיט היינט מיטוואך.

קודם האבן די זאליס נאכמאל געטאנעהט אז די סאוט 8 קעיס האט גארנישט מיט די זאלי פייט...

נאר קלמן שווארץ קעגן מיט אברהמי רובין פאריוואט...
 
די לויער האט נאכמאל געוויזען פארן ריכטער ווי עס שטייט אז ר' זלמן לייב איז פרעזידענט פון די קאנג. ויואל משה, וואס האט גע'גנב'עט די סאוט 8 שול, די ריכטער האט גערעכט געגעבן, און געזאגט אז א אפילו בלינדער זעהט קלאר אז עס האט מיט די גאנצע סאטמאר פייט.

ריכטער שמיט האט פארלאנגט אז מען זאל גיין צו דין תורה אויף גאנץ סאטמאר, ער האט געזאגט אז דאס גיין אין קארט איז א שרעקליכער חילול ה' שמים, און מען צוטרעט די תורה, די אהרונים האבן גלייך געזאגט אז זיי זענען מסכים, ריכטער שמיט האט געפרעגט צו עס איז דא די הסכמה פון רבינו שליט"א, די לויער האט געזאגט יא, דער ריכטער האט געפרעגט צו ער קען אריבער גייין צו רבינו שליט"א און אים אליין פרעגען, די לויער האט געזאגט יא, אז די ריכטער קען אריבער קומען צו רבינו שליט"א.

ריכטער שמיט האט געפרעגט די זאליס, צו זיי זענען מסכים צו גיין צו דין תורה, די זאלי לויער האט געזאגט ניין בשום אופן, שמיט האט געפרעגט פארוואס? האט די לויער געזאגט אז זיינע מענשטען לאזן נישט, און אויך ר' זלמן לייב וויל נישט, די ריכטער האט געזאגט אז ער וויל שוין פארן קיין ווילי, און גיין צו ר' זלמן לייב און אים פרעגען פארוואס ער וויל נישט גיין צו דין תורה, די זאלי לויער האט געזאגט אז ר' זלמן לייב קען יעצט נישט אויפנעמען.

האט שמיט געזאגט דעמאלס לאמיך רעדן צו אים אפען טעלעפאן, האט ער געזאגט אז ר' זלמן לייב רעדט נישט אפען טעלעפאן...
 
האט שמיט געזאגט איך קען אריבער שיקן מיין חברותא אז ער זאל גיין רעדן צו ר' זלמן לייב, די לויער האט געזאגט אז ר' זלמן לייב איז זייער ביזי... און ער ער ווייסט נישט ווען ער וועט זיין אוועליבאל אויף צו נעמען.

די ריכטער האט געזאגט אז ער גיט די זאלי לויער ביז מאנטאג אים צו קאלן, צו ר' זלמן לייב האלט אים ביים אויפנעמען, און טאמער יא, ווען.

דער ריכטער האט געגעבען די נעקסטע דאטום ווען מען דארף צוריק קומען אין קארט OCT 28.

מען האט בכלל היינט נישט גערעדט פון קיין TRO.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/10/2010 03:16 לינק ישיר 

איך וויל נישט מעלה גרה זיין, ווייל מען ברויך לערנען אין כתה א' צו פארשטיין אז ביהמ"ד איז נייטראל...

נאר איך וויל איבערחזרן אפאר פונקטן וואס די ביסט מודה אז די "נייטראלע" האבן עס געטאן, נאר עס איז "נייטראל"...

נייטראל 1) ר' דוד עקשטיין ני"ו האט געהאט א שמחה אינעם ביהמ"ד ער האט נישט באקומען קיין עליה.

נייטראל 2) ר' שמואל אויבערלענדער ני"ו די שווער פון ר' חיים קלמן גוטמאן האט געדארפט באווארפען אין סאוט 8, האט מען געמיזט אוועק טראגן די באווארפען, ווייל ר' שמואל קען אן עליה נישט באקומען.

נייטראל 3) נאר די זאלי שיעורי תורה מעג הענגען אין סאוט 8, און קיין שום שיעורי תורה פון די אהרונים.

נייטראל 4) יעדע מיאוסע שמוציגע זאלי פאשקאוויל קעגן קהלתינו הק', און קעגן רבינו שליט"א בפרט, הענגט אין סאוט 8 אויף די וואנט.

נייטראל 5) מען מעג מאכן א מי שברך נאר פאר ר' זלמן, און מען טאר נישט מאכן פאר רבינו שליט"א.

נייטראל 6) ר' חיים קלמן גוטמאן רעדט צוזאם כל דבר אסור קעגן רבינו שליט"א, אזוי ווייט אז זיין טאטע הרה"ח רבי יצחק שליט"א האט אים אמאל געזאגט ביים הערן שעלטן, אז ער האט דין פון כל המבזה תלמיד חכם אין לו רפואה למכתו.

נייטראל 7) ר' חיים קלמן האט אראפ געווארפן די תפילין פון א אינגערמאן אן אהרוני אויף דער ערד רח"ל.

נייטראל 8) אהרונים באקומען נישט קיין עליה כיבוד וכו' אין סאוט 8, נאר די גאר שטילע אהרונים.

נייטראל 9) דער גבאי "ווינער" וואס איז א גאר שלעכטער מענטש, טיילט אויס צרות צרורות פאר יעדן אהרוני.

נייטראל 10) אן אפיל פאר אהרונים מאן דכר שמיה.

נייטראל 11) עס הענגט א מיאוס צעטיל קעגן ר' משה יוסף און אברהם רובין אין נייטראלען סאוט 8.

נייטראל 12) די מוסרים וואס זענען געגאנגען אין קארט אין טרעטן אפען שולחן ערוך איז מען מכבד בכיבוד רב.

נייטראל 13) די אלע וואס שרייען אז די ביהמ"ד איז נייטראל זענען זאליס...

וכו' וכו'

איז טאמער דאס הייסט נייטראל, דעמאלס איז ר' זלמן די נייטראלסטע מענטש....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/10/2010 05:10 לינק ישיר 

די זאליס זענען צובראכן און צישאסן! איך האב פריער געטראפן איינעם א זאלי, ער זאגט מיר אז איין זאך באדערט אים געפערליך פונעם היינטיגן טאג, שלום דייטש האט נישט קיין שכל נישט ארויסצושיקן אזא מעסעזדש אויף HQ??... (זעהט אויס אז ער שעמט זיך צו זאגן אז זייער ספאוקסמען איז א בחור א ראצער'ל פון די 1000 מצוינים פון קווינס....) ס'איז אים נישט בייגעפאלן צו מאכן א שווייג אז שמידט וויל אריבערקומען צום רבי'ן(...)?... נאר סתם אגב, יעדער קען זעהן ווי אזוי עס קוקט אויס די קווינס פארום א טאג נאך וואס זיי האבן עפעס א שטיקל חיי שעה געווינס... דערווייל איז די הויפט העדליין וועגן די מיינעס אין טשילע.. און עס פאלגט נאך א רייע מיט אשכולות אקעגן די ישיבה.. דא דארט שטארט ארויס עפעס א לעבעדיג געווינס אז די TRO בלייבט אין אפעקט... כאילו אויף דעם איז די גאנצע קאורט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 22:48 לינק ישיר 

וואס איז געווארן אין קארט? היינט איז דאך OCT. 28



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סאוט 8 ביהמ"ד - קאורט אפדעיט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.