ס'איז נישט צים גלייבן וואספארא דערהויבענעם שבת וויליאמסבורג יודען האט געהאט מיטן עפנעם דעם נייעם ברך משה שול אויף סקילמאן, דער רב שליט"א האט דארט געדאוונעט לכבוד פתיחת השערים שבת צופרי אין געהאלטן א פתיחה
יעצט ביי שלש סעודות האבן דארט געדאוונעט קרוב צי 550 יודען בלויז פינעם גענגעט.
נשלח ב-10/10/2010 17:54
ווער גייט זיין די רב?
איך הער די נייע שול איז דריי מאל די גרויס פון מירטעל שול.
נשלח ב-10/10/2010 19:42
איך האב געהערט אז ר' הירצקא צוויבל גייט זיין רב דארט. ווי עס קוקט אויס גייט מען נאכמאכן די איידיע פון ק"י צו מאכן א גרויסע שול אין יעדע געגנט. וויליאמסבורג איז ב"ה גענוג גרויס צו פארנעמען 5 סאטמארע גרויסע שולן
נשלח ב-10/10/2010 21:50
הדרה דלא אפשר למיפרט בשוותא, וואס פארא שיינע שבת איז פאריבער אינעם נייעם שוהל, אריבער 500 אידן האבן מיטגעהאלטן די תפילות דעם שב"ק (רובה דרובה זענען געווען איינוואוינערס פונעם געגענט) דער ציבור איז געווען שאקירט פונעם ריזן הערליכען בנין וואס איז אויפגעבויט געווארן, די ריזן הערליכער היכל הביהמ"ד הגדול, די ליפטיגע חדרי תפלה וואס איז געבויט ספעציעל באקוועם און שיין, די שיינע גרויסע מקוה, וואס ווי עס קוט אויס וועט די ביהמ"ד אי"ה בקרוב זיין דער תל תלפיות פונעם געגענט, ווי די עסקנים זאגן וועט מען אי"ה גאר בקרוב זיין פולקאם פארטיג מיט די ארבייט, און עס וועט פארקומען א הערליכע מעמד חנוכת הבית פאר אלע תושבי השכונה און נדבים וואס האבן זיך געלאזט קאסטן גרויסע סכומים פארן ביהמ"ד הג"ר הירצקא צוויבל וועט דינען אלס משפיע רוחני און רב הביהמ"ד און הג"ר משה ראזענפעלד וועט דינען אלס דומ"ץ הביהמ"ד
נשלח ב-10/10/2010 23:32
א הערליכע ביהמ''ד
מהם ילמדו וכן יעשו
די עסקנים האבען אראפגעלייגט א געוואלדיגע ארבעט
פין אישי
עס מיז דערמאנט ווערן אין פריידן
די פילע שטרויכליגענען פין די נועם המידות'דיגע שכינם געפירט לאקאל פין בעדפארט מורטל
ממש טעגליכע שטרויכלינגען, כמעט אויפן שטייגער ווי זיי האבען יעצט מיט זייער שול אין ב''פ {אלעס קומט אהיים}
פין די ערשטע מיניט האט זיך דארט עפעס ארייגעגעזעצט א היים לאזער פארשוין אין נישט געוואלט ארויסגיין פין דארט
אין ער האט באקעמפט די הנהלת בית המדרש מיט טייערע אדוואקטען
(פינקט זענען זיי געווען די זעלבע אדוואקאטען וואס די זאל'ס ניצן....)
אין אזוי ווייטער, די אימגעווענטליכע סטאפ אדער'ס אין אודיט'ס,
די וועד קרן הבנין האט געדארפט אוועקגעבן מער צייט זיך צו ספראווען מיט אלע מסירות אין שטרויכלינגען ווי צו שאפען געלט
אזש די בויען האט זיך געשלעפט עטליכע יאר
ב''ה מ'איז דאס אלעס דורכגעקומען אין מ'קען עס דערצייילן אין פריידן
נשלח ב-11/10/2010 02:58
היראים, הם יכלו והזמן לא יכלו וואס די עסקנים פארציילען וויפעל מיטמאכענישען מען האט געהאט מיט די חברה, וואס איז טאקע די תשובה פאר די אלע וואס פרעגן פארוואס מען האט געמאכט אזא סוד פונעם בויען דאס ביהמ"ד (ביז לעצטענסט ווען מען האט אנגעהויבן די קאמפייענען ביי די תושבי השכונה האט קיינער קוים נישט געוויסט אז מען בויהט א שוהל) מען האט געזען וויפעל פראבלעמען די חברה מאכן האט מען געמיזט מאכן א שווייג פון די גאנצע געבויעריי, פאר די נארישע בוים וואס א טרעקטער האט געזאלט האבן געשאקעלט איז אריינגעקומען קרוב צו 50 311 קאלס, יעדען טאג עקסטער האט מען געהאט פראבלעמען פון ארומיגע שכינים, נישט לאנג צוריק איז געווען א מסיבה אינעם היכל הביהמ"ד לטובת דעם קרן הבנין, 11:00 איז שוין געווען פאליציי אז מען שטערט די שכינים פון שלאפען! וכהנה וכהנה.... ווער געדענקט נאך די פאשקעווילען און די פראטעסט (קעגן ר' אייזיק הירש'ס הויז) ווייל די ביהמ"ד האט פארדונגען א די אלטע דירה אויפן שטח הביהמ"ד פאר א גוי, איז געווארן א ויצעקו ....ארטיסטען ארטיסטען.... אבער ב"ה מען האלט שוין דא.... הודו לה'
די מסירות אין רשעות האבען לאו דוקא צו טוהן מיט די שכינים זיי זענען שכינים צו יעדע רשעות אין מסירה אמאל וואינען זיי לעבן די ת'ת אויף ווייט עוו', אמאל לעבן די גרויסען ביהמ''ד, וכו' אלעס פין די נעימת המידות פין זייער פירער הרב זלמן לייב טייטלבוים
פארשטייט זיך אז ר' הירצקא צוויבל וועט ווערן א שגץ ווייל ער איז דאך רב דארט אין ר' משה ראזענפעלד א קשר בוגדים אין ר' אשר מאן וועט ווערן א הגאון הגדול....ער איז דאך שיינע איד אין מורטיל
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין עס קומט ספעציעל קרעדיט פאר ר' אייזיק הירש מיט זיינע שותפים
נשלח ב-12/10/2010 18:51
דער עיקר איז אז וויליאמסבורג איז אין שאק אז עס האט זיך געעפענט א ביהמ"ד'של,
נישטא די ווערטער, אזוי? ממש? אפשר דאך, זיי מסביר, וואס איז דאס? פארואס איז מען אין שאק, ווי שיין איז דאס פלאץ, ווי גרויס איז עס? עפעס, איך פארשטיי אז עס איז נישטא קיין ווערטער, אבער פראביר
נשלח ב-12/10/2010 19:58
מלך_מלכים כתב:
דער עיקר איז אז וויליאמסבורג איז אין שאק אז עס האט זיך געעפענט א ביהמ"ד'של,
נישטא ווער סזאל לאכן
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 12/10/2010 18:51:11
ווען דו וועסט אריינגיין אין ביהמ"ד וועסטו וויסן. איך מיין אז עס איז גרעסער(אפשר נישט שענער...( ווי ענקער "ריזיגע" מוירטל ביהמ"ד
נשלח ב-12/10/2010 19:59
האלטסט אז איך וואק אריין דארטן אין ענקער שול גיי איך דארפן הצלה פון גרויס שאק?
נשלח ב-12/10/2010 20:19
שאק און הצלה זענען צווי באזונדערע זאכן. ווען מען זאגט אז די וועלט איז אין שאק פון די רשעות הציונים. איז טאקע הצלה אווערבוקט דעמאלטס??זיי נישט קיין קליין קינד. דו ווייסט וואס מען מיינט
נשלח ב-12/10/2010 23:10
מלך_מלכים כתב:
דער עיקר איז אז וויליאמסבורג איז אין שאק אז עס האט זיך געעפענט א ביהמ"ד'של,
וואס איז, די זאלי'ס זענען שוין 4 יאר אין שאק, מ'רופט 311 א גאנצען טאג אין מ'פראבירט וואס מ'קען שטערן (אויך ווייל מ'פרייד זיך אז מורטל ווערט פטור פין די פאר ארונים)
יעצט נאך 4 יאר זענען די ארונים אריין אין שאק אין די זאלי'ס זענען אריין אין ווייטוג נעבעך
איי פיל יור פעין
נשלח ב-14/10/2010 19:05
יו זענען מיר אין ווייטאג, איך קען דיר גארנישט מסביר זיין ווי שטארק עס באדערט אונז אז ענק האבן א ביהמ"ד, נאכדערצו אז עס איז נישט סתם א ביהמ"ד, גאנץ וויליאמסבורג איז אין שאק, איך מיין אז עס איז א אנדערסטעיטמענט, די גאנצע וועלט איז אין שאק, די ארונים האבן א ביהמ"ד'של, די וועלט קען נישט צו זיך קומען