בית פורומים אידישע געדאנק

ישיבה גדולה דסאטמאר קרוב צו 900 בחורים כ"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/10/2010 17:47 לינק ישיר 
ישיבה גדולה דסאטמאר קרוב צו 900 בחורים כ"י

ישיבה גדולה דסאטמאר וואס האלט זיך אויף אין דעם גיגאנטישן נייעם בנין אין גלענדעיל נ.י. האט אנגעהויבן היינט דעם נייעם זמן מיט בערך 850 בחורים כן ירבו, נאך בערך דרייסיג אפליקאציעס זענען דערווייל אין די לופטן און דארף ביז סוף וואך אנטשידן ווערן צו זיי וועלן האבן דעם גוט מזל צו ווערן נתקבל.

דאס איז א מספר וואס א סאטמארער ישיבה האט נאך קיינמאל  נישט געהאט, און איז לכאורה די גרעסטע חסיד'ישע ישיבה אויף דער וועלט, און דאס איז טראץ וואס פילע אפליקאציעס ווערן יעדן זמן אפגעווארפן, און בחורים וואס פירן זיך נישט אויף לויט די ישיבה'ס פארשריפטן ווערן נישט געדולדעט, און די בערך 150 חתנים וואס זענען ארויס דעם זמן זיך גרייטן צו זייערע חתונות בשעטומ"צ.

ורוח הקודש אומרת: כן ירבה וכן יפרוץ, יגדיל תורה ויאדיר.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/10/2010 17:50 לינק ישיר 

לייג שוין צו נאך 100, וועט זיין אלף נכנסים וועט קענען זיין אחד יוצא!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/10/2010 17:54 לינק ישיר 

ווארט צו מיט געדולד נאך א זמן וועט מען האלטן אי"ה ביי די "אלף"..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/10/2010 18:15 לינק ישיר 

איך הער סאיז דא א פלאן צו בויען א גרויסע עקסטענשען צו די מעכטיגער בילידינג פון ישיבה ווייל די ריזיגע בית מדרש איז שוין איבערגעפילט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/10/2010 18:46 לינק ישיר 

א ביטערע רחמנות אויף דיר און אויף ענק, מזעהט ווי ראדני גייט דיר נישט ארויס פון קאפ אויף א רגע, ראדני ראדני און ראדני, 
ספעשל די הערליכע חודש תשרי ווי ראדני איז טאקע גאר קליין געווען פאר דעם ריזיגען עולם וואס האט עס איבערגעפילט, די ימים נוראים , הושענא רבה, הקפות און נעילת החג, און יעצט האט דיר איינער אריינגעהאקט א טשוועקעל מיט די בשורה טובה פון די אומנאטירליכע וואקסונג פון די מעכטיגע ישיבה גדולה און דו שפרינסט נעבעך ביזן לבנה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/10/2010 18:52 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
נישט דא ווער סזאל לאכן,

דער עולם ווערט געבעטן צי גיין קוקן ביי שלש סעודת די וואך די 900 בחורים,
איך רעד שוין נישט פון פרייטיג צו נאכטס,




האסט פארגעסן צוריק צו טוישן צו דיין ארונישן .. ניק

איך שריי שוין פון לאנג אז דער "געלעכטער" איז א זויערע ארוני וואס פרובירט שפילן זאלוני, (דאס איז קעגן די תקנות הפורום)..



איך ווייס נישט פארוואס דו האסט דיך איינגערעד אז איך בין א זאלי? דער אייבערשטער זאל מיך אפהיטען, איך בין אויסדריקליך א סאטמערער חסיד


דו ביסט נעבעך אזוי שיכור און צוטומלט פון די ישיבה גדולה דסאטמאר נייעס אז דו פארגעסט וועלכע ניק דו נוצט פאר וועלכע שפיל, איין קליק אויף דיין נאמען ווייזט אלע דיינע פאלשע תגובות וואו דו פרובירסט נעבעך שפילן ווי א סאטמארער, דערווייל דא האסטו זיך פארלוירן פון ענקערע פילע נצחונות (?).. און פארמישט די יוצרות און געשריבן א פארביטערטע ארונישע תגובה מיט דיין כלומר'שטען סאטמארן ניק..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/10/2010 19:50 לינק ישיר 

אפשר פארקערט?... ער שפילט ארוני און שרייבט נארישע תגובות צו מאכן די ארונים אויסקוקן נאריש?ער האט שוין געשריבן צו סאך זאכן קעגן די ארונים אז ער זאל זיין א ארוני. פון די אנדערע זייט האט ער נישט געשריבן עפעס זאכליך קעגן די זאליס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/10/2010 21:10 לינק ישיר 

_________________

HTML clipboardSatmarNews





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/10/2010 21:11 לינק ישיר 

_________________

HTML clipboardSatmarNews





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/10/2010 06:15 לינק ישיר 

פאר ווער ס'וויל וויסן דעם אמת,

א בחור פון מאנרא, גראדע נישט קיין גרויסער אן אהרוני, האט מיר געזאגט נעכטן, אז זיי האבן די זמן קארגע 545 בחורים, אראפ פון 650 פון פארגאנגענעם זמן,
ווידער אין וויליאמסבוארג האט דער אינגער'ער ברידער דעם זמן בערך 825 בחורים!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/10/2010 23:16 לינק ישיר 

ווי קומט דא אריין מאנרא? מ'רעדט דא פון ישיבה גדולה דסאטמאר וויליאמסבורג, מ'קען עפענען א באזונדערע אשכול פון יעדע ישיבה אויף די וועלט עקסטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/10/2010 18:00 לינק ישיר 

* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="344" width="618" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*

תוקן על ידי SatmarNews ב- 12/10/2010 18:03:14

HTML clipboardSatmarNews





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2010 19:10 לינק ישיר 
פאר Jnet


_________________



תוקן על ידי SatmarNews ב- 17/10/2010 19:11:21

HTML clipboardSatmarNews





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ישיבה גדולה דסאטמאר קרוב צו 900 בחורים כ"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext