| נשלח ב-12/10/2010 02:52 |
|
| |
ראנג נאמבער צו "מצילי אש" דעקט אויף שוידערליכע שריפה
עס טוט זיך א שוידערליכע שריפה צווישן יאקאבאוויטש מיט פריעדמאן און הירש מיט קרויס... אזאש אז מען האט געדארפט אנקומען צו פייער לעשער... נאר בטעות האט מען גערופן די אהרוינימס מצילי אש און די פייער איז ארויסגערינען אין פאבליק...
די צושפליטערטע אהרוינים זענען נעבעך אויסגעהינגערט פאר א מחלוקה אינערהאלב די סאטמארע חסידות, און אויב קומט אזא מחלוקה נישט צושטאנד וועלן זיי דאס געבוירן אויף הייד פארק...
אהרוינים עס וועט ענק גארינשט העלפן, הייד פארק האט ענק נאך נישט געברענגט קיין שום הצלחה אין די לעצטע אכט יאר טראץ ענקער זיצן אויפן אינטערנעט 24\7
איך וואלט ענק מייעץ געווען אריינצולייגן די כוחות אין ישיבה אפשר וועט איר מער נישט דארפן שלינגען די בזיונות פילן פון א ישיבה גדולה מיט 300 בחורים ווייניגער ווי יאקאבאוויטש\פריעדמאן\זופניק\הירש
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 03:44 |
|
| |
הער שוין אויף מיט דיינע פערדערישע תגובות, קווינסער ישיבה איז געווארן א ישיבה למקובלים, דארט לערנט מען תורת הנסתר, רואים ואינם נראים, מען זעט נישט נישט קיין הונדערטער בחורים ביי קיין טיש, ביי די תפילות, ביי שלש סעודות, ביי די אושפוזין, הושענא רבה, ביי חנוכה לעכט צינדען, אבער מען דארף גלייבן אז דארט ווי קיינער זעט נישט זענען דא 900 בחורים, עס דערמאנט מיך אין דעם וואס האט נעבעך נישט געקענט זאגן די הפטורה און יעדער האט פון עהם געטריבן ליצנות, שטעלט ער זיך אויף און זאגט אז באמת קען ער יא זאגן די הפטורה, אבער נאר ווען קיינען הערט נישט, נו, גייט מען איין אויף א פראבע, מען שפארט איין דעם יעניגן אין א שטוב גענצליך אליין און ער וועט ווייזן אז ער קען יא זאגן די הפטורה, אינדרוסן שטייען אפאר חברה און קוקן אריין דורעכן שליסל שפאלט און זעהן ווי דער דאזיגער פערשוין חלום'ט ארום און זאגט נישט קיין ווארט, נאך א 15 מינוט קומט ער ארויס מיט א ניצחון שמייכל, און די חברה באפאלן עהם, -דו שקרן -שרייט מען אויף עהם, מיר האבן אריין געקיקט און געזען ווי דו האסט קיין ווארט נישט ארויס גערעדט, ענטפערט ער צוריק, איך האב געשפירט אז עמעצער קוקט אריין און איך האב אייך געזאגט אז ווען מען זעט קען איך נישט זאגן די הפטורה, דא איז די זעלבע זאך, ווען מען זעט האבן די זאליס גאר ווייניג בחורים, און נאר ווי מען זעט נישט האבן זיי קנאפע 1000 בחורים, און טאמער גייט מען קוקן און מען זעט אז לא דובים ולא יער, איז דער ענטפער אז ווען מען זעט האבן זיי טאקע נישט, נאר ווען מען זעט נישט האבן זיי,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 07:45 |
|
| |
אפשר איז די קשיא פונקט פארקערט
1000'טע בחורים
ביי תפילות, ביי שלש סעודות, ביי די אושפוזין, הושענא רבה, ביי חנוכה לעכט צינדען,
און ווי לערנען זיי?
ס'איז ממש מורא'דיג
פילע!?! פארענטשעש מיט ליידיג גייערס
מסתבר איז אז ווי מער די בחור ווערן דבוק אין זייער רבי'ן, ווערן זיי ממש זוי ווי עם
פיסטע ליידיג גייערס
לערנען נישט אין ישיבה, עפען נישט קיין אידיש ספר
אלע ליגן טיפ טיפ אין "מתוך' מונחת, באופן מהודרת
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 13:57 |
|
| |
חלה דעקל
לאמיר דיר מסביר זיין דעם חילוק
ווען איינער קומט נישט אן אין די גרויסע ישיבה קען עס זיין הונדערט און איין סיבות אויסער די סיבה ווייל ממש מען פארט דארט אפ, כמובן מאליו, די אלע טעמים פארוואס עלטערן שיקן סתם אזוי אוועק א בחור
ממילא אפגערעדט פון דעם וואס סאטמאר אליין האט עטליכע ישיבות אין די יארגאנג וואס מען לערנט אין די מתיבתא, געפינען זיך איבער ישיבות אין די וועלט אויך בחורים וואס באלאנגען אהער.
און ווען ס'קומט אזא היילגער יו"ט קומען זיך אלע צוזאם תחת קורת גג אחד להסתופף בצלא דמהימנותא
אבער אז די מעשה איז פונקט פארקערט איז זייער ביטער
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 16:07 |
|
| |
פילן, אקיופאנקטשער, איך ווייס נישט ווי אזוי עס צו רופען,
ווען זיי זעהן ווי געפאקט די גרויסע ביהמ"ד אויף ראדני איז גאנץ תשרי, די תפילות, סליחות, טישען, אושפיזין אין די ריזיגע סוכה, הושענא רבה, א זעלטן געשטאפטע (איבערגעשטאפטע) ביהמ"ד ביי הקפות, סגיסט זיך מענטשען יונגעלייט און בחורים אן א צאל
דעמאלץ נעמט איין א שווייגעניש פיל, אדער (אז סטוט וויי) שרייט מען, "אבער קוק אן זייערע מוסדות"......., א קללינע ישיבה, אויסגעשפילטע תלמיד תורה, אין "קווינס קעמפ" האט מען מיט אכט יאר צוריק געשפילט מיט א דיסעיבעלד צעבראכענע ווען נעבען וואלד, אזעלכע "קווינס בויעס"......... מנעמט איין פילע באטלעך מיט אלע מינים פארטייבונגס רעמעדיס צו ווארפען זאמד אין די אויגען, און נישט פעיסען ריעליטי...
ווען סקומט די "יערליכע ווייטאגליכע צייט" פון אנהויב זמן, ווען מזעט מחנות פון ישיבה גדולה בחורים ביי יעדע באס סטאפ, און דעק פאקט וואס סאיז דא הונדערט וועגען זיך אליין צי איבערצייגען ווי איבערגעפילט די ישיבה גדולה איז, דטארטען ווערט מען פארלוירען אינגאנצען, און די חכמי כעלעם דארפען שנעל פראדוצירען נייע פילען פאר די פארווייטאגטע שעפעלעך..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 16:18 |
|
| |
| יועץ_פרטי כתב: |  | | אפשר איז די קשיא פונקט פארקערט 1000'טע בחורים ביי תפילות, ביי שלש סעודות, ביי די אושפוזין, הושענא רבה, ביי חנוכה לעכט צינדען, און ווי לערנען זיי? ס'איז ממש מורא'דיג פילע!?! פארענטשעש מיט ליידיג גייערס מסתבר איז אז ווי מער די בחור ווערן דבוק אין זייער רבי'ן, ווערן זיי ממש זוי ווי עם פיסטע ליידיג גייערס לערנען נישט אין ישיבה, עפען נישט קיין אידיש ספר אלע ליגן טיפ טיפ אין "מתוך' מונחת, באופן מהודרת |
|
אלא מאי, פיר אויס!, זענען די היידפארק נומבערס סתם לופט, און די אהרונים אין זייערע ישיבות האבן 5 מאל אזויפיל בחורים ווי די זאליס, און דאס אז די אהרונים דארפן נישט טרומפייטערן מיט וויפיל בחורים זיי האבן צייגט אויך אז זיי האבן די אויבערהאנט, אמעריקא שרייט נישט אז זיי זענען א מעכטיגע אטומישע מאכט ווייל זיי דארפן דאס נישט אויסשרייען, איראן וואס איז א קליין פארשטינקען לענדל האלט אין איין שרייען אז זיי זענען אויך גרויס, אזוי ווי אלע קליינע יונגלעך שרייען אז זיי זענען שוין גרויס, א גרויס יונגל זאגט דאס נישט, פארוואס?, ווייל יעדער ווייסט דאס,
חידה נומ. 1)
ביי וועלעכע ישיבה האט זיך דער מנהל געבעטן בתחנונים ובדמעות שליש אז מען זאל רחמנות האבן און קומען צו שלש סעודות, ווייל די בזיונות זענען מעכטיג, און האט צו געלייגט אז אויב וואלט מען ארויס געלאפן און זיך געיאגט ווייל מען וויל גיין לערנען וואלט ער נאך פארשטאנען, אבער מען לויפט ארויס כאפן א ציגרעטל, און דאס איז חרפות און בושות, ער האט מבטיח געווען אז דער רבי וועט זיך נישט פארזוימען, ער וועט זיך צו יאגן, נישט צו ענדיגן שפעט, ווי איז דאס געווען?
א) ביי די ישיבה פון ר' אייזיק ספינקע
ב) ביי די ישיבה פון ר' אהרן אין קרית יואל,
ג) ביי די ישיבה פון ר' מיכל לעבאוויטש,
ד) ביי די ישיבה פון כ''ק אדמו''ר מהרי''י מסאטמאר שליט''א פון קווינס.
חידה נומ. 2)
אין וועלעכן קעמפ פלעגט דער רבי בלייבן אליינס מיט אפאר גבאים ווען דער זמן מוצש''ק איז אנגעקומען, אזוי ווייט אז מען האט געמיזט אנשטעלן אז די לעקטער זאל זיך אויסלעשן מיט א שבת זייגער און ענדיגן שלש סעודות ביים זמן, כדי די בחורים זאלן דארט בלייבן ביזן סוף, ווי איז דאס געווען?
א) ביי ר' אהרן פון קרית יואל,
ב) ביי ר' בערל כ''ץ פון דושינסקי,
ג) ביי כ''ק אדמו''ר מהרי''י מסאטמאר שליט''א אין קווינס קעמפ.
ד) ביי די ישיבה פון דעם מאנסי וויזניצער רבי.
יועץ, ווען דו וועסט שרייבן דעם ענטפער אוף די חידות, וועסטו פארשטיין דעם ענטפער אויף דיינע פראגעס, אז יעדער איינער האט בלויז ליידיגייער פאר תלמידים ווייל זיי זענען ביי די טישן און שלש סעודות ביי זייער רבי, און נאר קווינס האט מצויינים וואס גייען נישט צו קיין טישן, און זייער רבי אינטרעסירט זיי נישט, און יעצט טו דיך אויף מיט ענקערע 1000 תלמידים.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 17:39 |
|
| |
חידה נומ. 1) ביי וועלעכע ישיבה האט זיך דער מנהל געבעטן בתחנונים ובדמעות שליש אז מען זאל רחמנות האבן און קומען צו שלש סעודות, ווייל די בזיונות זענען מעכטיג, און האט צו געלייגט אז אויב וואלט מען ארויס געלאפן און זיך געיאגט ווייל מען וויל גיין לערנען וואלט ער נאך פארשטאנען, אבער מען לויפט ארויס כאפן א ציגרעטל, און דאס איז חרפות און בושות, ער האט מבטיח געווען אז דער רבי וועט זיך נישט פארזוימען, ער וועט זיך צו יאגן, נישט צו ענדיגן שפעט, ווי איז דאס געווען? א) ביי די ישיבה פון ר' אייזיק ספינקע ב) ביי די ישיבה פון ר' אהרן אין קרית יואל, ג) ביי די ישיבה פון ר' מיכל לעבאוויטש, ד) ביי די ישיבה פון כ''ק אדמו''ר מהרי''י מסאטמאר שליט''א פון קווינס.
חידה נומ. 2) אין וועלעכן קעמפ פלעגט דער רבי בלייבן אליינס מיט אפאר גבאים ווען דער זמן מוצש''ק איז אנגעקומען, אזוי ווייט אז מען האט געמיזט אנשטעלן אז די לעקטער זאל זיך אויסלעשן מיט א שבת זייגער און ענדיגן שלש סעודות ביים זמן, כדי די בחורים זאלן דארט בלייבן ביזן סוף, ווי איז דאס געווען? א) ביי ר' אהרן פון קרית יואל, ב) ביי ר' בערל כ''ץ פון דושינסקי, ג) ביי כ''ק אדמו''ר מהרי''י מסאטמאר שליט''א אין קווינס קעמפ. ד) ביי די ישיבה פון דעם מאנסי וויזניצער רבי.
אויף די ערשטע חידה קען איך דיר נישט ענטפערן, ווייל איך האב קיינמאל נישט געהערט אזא דרשה, מן הסתם איז דאס געווען אין ניקלשבורג, און ס'איז גראדע זייער א נארמאלע זאך פון א ראש ישיבה אדער מנהל צו אנווארעמען בחורים צו קומען צו שלש סעודות ברוב עם, וואס ספה"ק שרייבן אז ס'איז די יום כיפור פון די וואך, און עס קען מאכן יעדן מענטש שטייגן און וואקסן, ספעציעל א מקום וואס האט א ווארעמע שלש סעודות.
די צווייטע חידה איז אין קרית יואל, און נישט נאר ביי שלש סעודות, נאר אויך פרייטאג צונאכטס, וואס שוין נאכדעם וואס מ'האט עמערדזשענסי אינדזשענירט אז די ישיבה גדולה זאל "מיט-עסן" די סעודה מיט'ן רבי'ן, אזוי וועט כאטש זיין עפעס בחורים ביים טיש, אבער נאך די "מיעל" (סעודה בלע"ז) פוצן זיך רוב בחורים אפ פון דארט, און די בזיונות זענען גאר גרויס, ביי שלש סעודות איז אביסל בעסער ווייל ס'איז כאטש דא עפעס בעלי בתים און אינגעלייט וואס דאס איז זייער ביהמ"ד ווי זיי דאווענען און זענען דארט במילא (זיי האבן נישט די אויסוואל פון שולן וואס א שטאטישער מענטש האט), און מיט ישיבה קטנה בחורים מאכט זיך עפעס, אויך גענוג אויף בזיונות, אבער נישט אזעלכע גרויסע בזיונות..
בדרך אגב, די טישן און שלש סעודות אין מחנה דברי יואל זענען נישט פשוט הערליך, יעדער יוצא ישיבת סאטמאר רעדט מיט נאסטאלגיע און בענקשאפט פון די הערליכע ווארימע און געשמאקע שבתים אין קעמפ מיט'ן רבי'ן, וואס קיין בחור וויל נישט פארפאסן קיין איין שבת דארט.
און אויב האסטו גענוג א שטארק הארץ, כאפ זיך אריין "אין די טונקל" אין ראדני איין פשוט'ע שלש סעודות, נישט דווקא שובבי"ם, כאפ א בליק, אבער מאך זיכער מיט דיין דאקטאר פאר דו טוסט דאס..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 18:09 |
|
| |
אוי נעבעך, דאס הייסט א קעלבל, אויב האסטו נישט געהערט נפתלי בלומענפעלדס לא איכפת דרשה, האסטו אסאך פארפאסט, ס'איז מתוק מדבש, יא! דער רבי וועט נישט לאנג פארברענגען!, ער וועט זיך צו יאגן!, זיס ווי צוקער, און איך פארשטיי אז די בחורים בענקען זיך צוריק צו די קווינס קעמפ שבתים, ווייל קיין שבת טיש, קיין לימודים, קיין שלש סעודות, ביים זמן קען מען עמטליך כאפן א צוגרעטל, נו, אוודאי בענקען זיי זיך, אגב, איך בין תש''ע, דריי מאל געווען אין קרית יואל אויף שבתים צוליב שמחות אין די משפחה, און אלע דריי מאל בין איך געווען ביי דעם טיש פון ר' אהרן מיט די בחורים, קיינער איז נישט ארויס פארן ענדע, אדרבה, צענדליגע בחורים איינוואוינער פון קרית יואל (וואס עסן אינדערהיים) זענען צו געקומען אינמיטן און מיט געהאלטן דעם הערליכן טיש, סא! פארקויף דיינע באבקעס פאר דיינע קעלבלעך, איך בין זיכער אז זיי וועלן דיר גלייבן,
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 18:33 |
|
| |
משהלע, קארג נישט קיין ווערטער, ביסט געווען 3 מאל דעם זימער אין קרית יואל און געווען ביי ר' אהרן'ס פרייטאג צו נאכטס סעודה מיט די בחורים? פארוואס פארציילסטו נישט וויפיל בחורים זענען געווען דארט? איך בין אויך געווען דארט, ס'לאזט זיך שווער גלייבן אז די שעמסט זיך נישט צו רעדן וועגן די סעודות, חוץ אויב די ביסט א פאלנער שקרן
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 18:38 |
|
| |
דערמאן נישט פרייטיג צונאכטס ביי די ארונים, עס וועט זיי כאפן דאס קדחות, זיי דרייען זיך ארום מיט פאביעס אז א זאלי וועט געוואר ווערן וואס עס טוט זיך אפ דארט פרייטאג צונאכטס
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 18:46 |
|
| |
וויפיל בחורים זענען דארט געווען?, ענקער רבי האט נישט א גאנץ קיילעכיג יאר אינקלאדינג שושן פורים און נעילת החג וואס ר' אהרן האט איין שבת, איין מינוט שרייט איר אז מען דארף נישט קיין בחורים און איין מינוט שרייט אז ר' אהרן האט אויך נישט, מאכטס אפ אייער מיינד, איר זעט אויס גאנץ צושרויפט.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 18:49 |
|
| |
משה'לע, ברענג אונז נישט צו רעדן פון ענקער פרייטיג צונאכטס ווייל דיינע קאלעגע ארונים וועלן דיר נישט מוחל זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 18:49 |
|
| |
משהלע, די האסט נישט גענטפערט אויף מיין שאלה!
וויפיל בחורים געפינען זיך אין היכל הכולל יעדע וואך פרייטאג צו נאכטס בשעת ר' אהרן עסט די סעודה צוזאמען מיט די בחורים?! דריי נישט א קאפ יעצט מיט "ענקער רבי" "שושן פורים"... ענטפער ווי א מענטש!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 19:23 |
|
| |
דער תיריץ איז לכל היותר 65 / 70 בחורים, פלאס א 12 / 13 שטריימלעך.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 19:38 |
|
| |
חיי, דער ענטפער איז אז דארט זענען געווען מער בחורים ווי דיין רבי האט א גאנץ קיילעכיג יאר אינקלאדינג נעילת החג און שושן פורים, מאך א חשבון וויפיל בחורים עס קומען צו דיין רבי א גאנץ קיילעכיג יאר און לייג צו 1 וועסטו וויסן וויפיל בחורים עס זענען דארט געווען, ווילסט וויסן פונקלעכער, לויט ענקערע נומבערס איז דארט געווען קרוב צו 2000 בחורים,  מלך, דארפסט דיר טוישן דעם ניק אויף חיי שעה, ווייל ביי די דיפרעסטע איז חיי שעה אויך געלעבט, חלום ווייטער מיין קינד.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2010 20:02 |
|
| |
משהלע, איך בין ביי דיין קדושלס טיש יעדע וואך, האסט איין מזל אז איך בין א שומר שבת, ווען נישט ברענג איך דיר דא א טוץ בילדער אז דו וואלטס זיך אין סוער פלענט באהאלטן
|
|
|
|
|