גרויסע מעכטיגע באמבע רבי פירט נישט טיש!
היות די אהרוינים זענען שטארק פארנומען מיטן ציילן מיט א פארגרעסערן גלאז וואס עס טוט זיך ביי יענעם, אזאש עס גייט נישט אריבער אפילו איין טאג וואס זיי זאלן נישט זיין פארנומען דערמיט, הן אויף הייד פארק הן אויף אנדערע אינטערנעט סייטס הן אויף טעקס מעסעדשעס און טוויטער. דעריבער עפען איך אויף א אשכול ווי מען וועט דורכשמועסן וויפיל "דער מעכטיגער גרעסטער ריזיגסטער" רבי האט ביי זיינע טישן פרייטאג צו נאכטס.
א. עס קען אייך אפשר זיין א סופרייז אדער אפילו א שאק: ער פירט נישט קיין טיש שבת! חוץ ווען ער פארט סיי ווי צוגאסט אויף שבת! רוב שבתים פון יאר פירט ער בכלל נישט קיין טיש!
ב. ער קען זיך עני טיים פארמעסטן מיט האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק וועלכער פירט שיינע טישן איבער די וועלט אבער ביי זיך אינדערהיים האט ער א קליינע ציבור. למשל דער תולדות אהרן רבי האט ביי זיך אין ביהמ"ד אין ירושלים א גרעסער עולם יעדע וואך ביים טיש ווי ער האט סיי ווי אין די וועלט! איך בין געווען עטליכע מאל ביי זיינע טישן אין ירושלים, ווען ער איז אין וו"ב אויף שבת האט ער נישט אזא עולם ווי ער האט ביי זיך אינדערהיים, משא"כ דער תולדות אברהם יצחק רבי איז פונקט פארקערט ער האט אין די פרעמד א גרעסער עולם ווי ביי זיך אינדערהיים. דאס זעלבע איז מיט ר' אהרן.
ג. די אמת איז אז אין די אמת'ע סאטמאר האט מען קיינמאל נישט געמאכט א וועזן פונם טיש! ביים רבי'ן זי"ע איז קיינמאל נישט געווען א וועזן פונם שבת'דיגן טיש, אוודאי זענען דא אידן וואס האבן נישט פארפעלט א טיש, אבער א מצב מיט פארענטשעס און א ריזן ציבור איז געווען נאר אין ספעציעלע זמנים.
ד. אנגעהויבן די "מצב" פון טישן שבת האט זיך בזמנו פונם רבין בעל ברך משה נאכדעם וואס ר' אהרן'ס איחוד האט אנגעהויבן אריינברענגען אין סאטמאר "פאמפע דראמפע" מנהגים פון סקווירא וויזניץ און בעלזא. פארט האט דער ברך משה געפירט גרויסע טישן נאר אין ספעציעלע זמנים ווי שמחות און יו"ט.
ה. נאכדעם וואס ר' אהרן האט זיך אנגעהויבן רופן 'אדמו"ר' האבן זיינע חסידים אנגעהויבן א ריזן מוח וואשעריי אז ער פירט גרעסערע טישן ווי דער ברך משה אפילו נעכדעם וואס סאטמאר האט זיך צוטיילט! למעשה האבן די קליינע קעפלעך פארגעסן צו נעמען אין חשבון אז אפילו ר' הערשעלע'ס קינדער האבן נאכן טאטע'נס פטירה געפירט גרעסערע טישן ווי דער טאטע האט געהאט און די מציאות האט טאקע באוויזן אז די טישן ווערן קלענער פון וואך צו וואך.
ו. נאכן אנערקענען דעם מאסיוון מפלה האט ר' אהרן אנגעהויבן רעדעצירן די צאל שבתים וואס ער וויילט אין וו"ב אויף שבת, אזוי האט ער פארדינט צוויי זאכן, איינס די פרעמדע גאס (וויזינצע בעלזא וכו') וועלן נישט זען די מפלה אז זייער רבי האט א גרעסערער עולם ביים טיש יעדע וואך ווי דער "ריזיגסטער גרעסטער"... צווייטנס, ווען ער קומט צוגאסט איז פארשטענדליך אז עס קומט א גרעסערער עולם צום טיש.
ז. די חשבון איז אויך געווען אז אין קרית יואל וועלן זיך די ישיבה בחורים אויך משתתף זיין ביים טיש, דעריבער האט ר' אהרן געדארפט אויפגעבן זיין טרוים פון סאטמאר רבי וואס וואוינט אין וו"ב און זיך צוריק אפגעפעקלט קיין מאנרא.
ח. נאך עטליכע וואכן האט די מציאות אנגעהויבן שמייסן אין פנים אז אין מאנרא זעלבסט הייבן די טישן אויך אן צו טריקענען, דער עולם איז נישט גרייט צו זיצן דארט וואך נאך וואך, האט ר' אהרן געמאכט א סטאַפ און אויפגעהערט פירן טיש!
ט. כדי נישט צו בלייבן ללעג ולקלס האט מען זיך דערטראכט צו א געוואלדיגער געדאנק "די רבי גייט עסן מיט די ישיבה בחורים צוזאמען". אזוי טאקע פירט זיך דאס עד היום הזה! ר' אהרן פירט נישט קיין טיש, ער גייט תיכף נאכן דאווענען אריבער צום 'היכל הכולל' און הייבט די סעודה צוזאמען מיט די ישיבה בחורים! לאזט נישט ארויס פון מוח דעם פאקט אז די בחורים באקומען נישט קיין סעודה אינם עס זאל פון ישיבה! א בחור וואס וויל עסן די סעודה דארף זיך שאפן א פריוואטע אכסניה אדער עסן מיטן רבין אין כולל!
י. ווען דער ציבור ענדיגט די סעודה אינדערהיים האלט ר' אהרן אויך ביים סוף סעודה דאן קומען צו גיין בערך 2 מנינים (אמאל אמאל 3) שטריימלעך וואס האלטן מיט דאס בענטשן און פירות מיט מעשיות.
יא. פארענטשעס איז שוין לאנג נישט בנמצא דארט, חוץ יו"ט וכדו'. די טישן ווערן אויסגעשטעלט אויף די ברייט! דהיינו אז ר' אהרן זיצט מיטן פנים צום טיר וואס דאס ערלויבט אז די היכל זאל פון ביידע זייטן בלייבן ליידיג (כאילו ס'איז דא גאלעריען און אינטערן גאלעריע בלייבט ליידיג). די טישן ווערן אויסגעשטעלט אויף לענג נאר יו"ט און אפילו יו"ט פילט מען נישט אן די גאנצע לענג.
יב. חוץ די מיטעלסטע טיש איז דא פון ביידע זייטן נאך 2 שורות וואס דאס מאכט דאס סך הכל 6 שורות, אמאל אמאל לייגט מען צו פון איין זייט 3 שורות וואס דאס מאכט דאס 7 שורות. אויף יעדע שורה גייען ארויף צווישן 16 און 20 בחורים. די אויבן אן בלייבט ליידיג ביז די שטריימלעך קומען אן. אויב קומען אן מער שטריימעלך ווי די אויבן אן קען פארטראגן וועלן די בחורים וואס זיצן ביים צענטער טיש זיך אראפריקן און מאכן פאלץ פאר די שטריימעלך.
יג. אין א דורכשניטליכער שבת געפינען זיך דארט נישט קיין 15 מנינים פון בחורים און אינגעלייט צוזאמען!
להתוודע ולהגלות! גלייבט נישט מיר אלס א הייד פארק שרייבער, און גלייבט נישט די אהרוינים וואס לייקענען און האפן אז איר וועט זיך נישט איבערצייגן, ווען איר זענט אין מאנרא אויף א שבת כאפט אייך אליינס אריבער.
ביטע נישט רעדן דא וועגן דעם "קליינעם" ברידער, איך עפען פאר אים א באזונדערע אשכול.
 |
|
|