מי שאינו מסוגל להשגיח "על עצמו", שלא יבקש רשות כתיבה בכלל שממילא ינתן רק באופן מוגבל.
היות שמנהל הפורום מכיר את סאטמאר מבפנים על כן נחזיק קו חזק בקשר להשמצות שוא, השמצות נגד אישיים פרטיים וכדו'.
המנהל מוכן להיות הכותב היחיד בפורום! על כן כדי לא לגלוש מתקנות המקום אפילו בס"מ, כל פניה מתקנות המקום יחסם הניק.
אסור לפתוח אשכול! רשות כתיבה ניתן רק להגיב על אשכולות שנפתחו על ידי ההנהלה. במקרה שכתבת כתבה טובה אתה יכול לשלוח הכתבה באישי או בדוא"ל וההנהלה יפרסמו אותו על שם הניק שלך.
דער מנהל איז גרייט צו זיין דער "איינציגסטער" שרייבער אינם פורום, דעריבער געדענקט זיך צו האלטן צו די תקנות ווייל יעדע קליינע ריר אוועק פון די תקנות וועט אייך ארויסשליסן פונם פורום.
טראכטן טייערער פארטייאיש איז מען נאר ווען מען געהערט צו סאטמאר, איך קום פון א סאטמארע שטוב אבער איך געהער נישט צו סאטמאר, איך דאווען נישט אין קיין איינע פון די סאטמארע שולן, איך דאווען אין א ביהמ"ד וואס געהערט צו די ישיבה ווי איך האב געלערענט אלס בחור. פארשטייט זיך אז איך וויל נישט ארויסשרייבן אין וועלכע ישיבות איך האב געלערענט.
מיין נאנטסטע שייכות צו סאטמאר איז דאס אז איך האב געלערענט אין סאטמארער ת"ת, אין ישיבה האב איך נישט געלערענט אין סאטמאר. איך בין שטארק באקאנט מיט די סאטמארע פאליטיק. איך פראביר נישט צו שטיפן ווי די רופסט דאס.
די סיבה פארוואס איך האב געפענט דעם פורום איז זייער פשוט. די פאקט איז אז עס זענען פארהאן צוויי פורומ'ס איינס איז לצד די אהרוינים און איינס לצד די זאלוינים. געווענטליך איז זייער שווער ארויסצוקריכן פון דעם שפין וועבאכט'ס וואס פארמירט זיך ארום יעדע געשעניש, ביידע פורומ'ס פראבירן צו באהאלטן זייערע נידערלאגעס און ארינטער רייסן דעם קעגנער, על פי רוב וועט איר נישט ארויסקריכן מיט די פאסירונגען צוליב דעם וואס איין צד פראבירט ווי מער צו פארדעקן די אמת'ע פאקטן און די צווייטע צד פראבירט דאס צו מאכן ווי ערגער, קיינער האלט זיך נישט אפ פון צולייגן גזמאות וכדו'. נאך א פראבלעם איז ווען אינערהאלב די פארטייען איז די מעשה אזא פשטות אז קיינער רעדט בכלל נישט פון די פאקטן נאר ליבערשט באהאנדלט מען די פרטים ארום די פאקטן, דאס מאכט זייער אומפארשטענדליך פאר די וואס זענען נישט איינגעטינקען אין די פאליטיק ביז איבערן נאז צו וויסן די טריקענע פאקטן. דאס האט מיר זייער נערוועז געמאכט. דעריבער האב איך געפענט דעם פורום מיטן ציל ארויסצוברענגען די טריקענע און אמת'ע פאקטן.
נשלח ב-20/10/2010 18:47
אלעס פיין אין וואויל, אבער טאמער איז אמת אז דו געהערסט נישט צו קיין איינס פון די פארטייען, אין אז די האסט נישט קיין שייכות מיט סאטמער, וואס ביסטו אינטערעסירט אזוי שטארק צו וויסן וואס גייט פאר אין סאטמער?, אין נישט סתם וויסן, נאר מיט אלע דעטאלן אזש אז דו מיזט אפענען אן אייגענעם פורום, רבילע, סאמטינג איז פישי.
טאמער איך פארשטיי ריכטיג וואס המחליט זאגט איז די מטרה פון די פורום צו זיין א מפתחות פאר די 2 אנדערע פורומ'ס אז אזא גרינער ווי מיר זאל פארשטיין פון וואס מען רעט.
נשלח ב-21/10/2010 06:51
ווי איידער זיך מסביר זיין און הייזעריג ווערן וועל איך אייך בעטן איר זאלט פארמאכן די סיט בעלט און זיצן רוהיג, איך בין זיכער אז יעדער וועט הנאה האבן.
נשלח ב-21/10/2010 07:35
די שאלה איז נאר, ווילאנג איר וועט אנהאלטן
נשלח ב-21/10/2010 21:04
טעסטינג טעסטינג וואן טו טרי
נשלח ב-25/10/2010 01:56
איך האב זייער הנאה פון אזא פורום, ווייל איך וואוין אין ארץ ישראל, איך האב ליב צו וויסן נייעס אויך פון אויסלאנד, אבער ווען עס קומט צו נייעס פון אינערליכע פאליטיק פון סאטמאר קען איך נישט דערגיין צי אין די מעשה ליגט בכלל איין פראצעט אמת, און וויפיל מאל דערנאך ווערט מען געוואויר אז לא היה דברים מעולם.
בלייבט נאר איבער פאר אונז צו וואונטשן דעם מנהל עלה והצלח, און זיך האלטן שטרענג צו די תקנות, מען זאל קענען אנווייזן אויף כאטש איין איינציגע פורום וועלכע רעדט אמת (עס מוז נישט זיין קיין 100%, עס איז מיר גענוג 99% אויך).