לעצטע וואך איז די
בית דין געזעצען אליינס די גאנצע צייט
מאנטיג אין דינסטאג האבן די דיינים געמאכט א סך הכל פון אלע שפיץ טענות
און געשריבן די נקידות וואס זיי וועלן דן זיין אויף. יעדער טענה אויף פּאפּיר
דעת מהר"ש זצ"ל און רב הצעיר דארט איז נישט געווען קיין נקידות געשריבען
ווייל די עדות זענען געוועהן צי שוואך (משפחת ר' יודל אייזן ועוד) אין צילוב דעם
איז געווען ארויס גערינען א שמועה אז די צווי טענות זענען אראפ פון טיש.
דאנערשטאג זענען די דיינים געגאנגען זיצען אויף א נייע פּלאץ מיט פּריוואטע צימערין
ר' אברהם ברוך ראזענבערג די ראש בית דין איז געזעצן אליינס און רוב פון זיין צייט
אין געשריבען א לאנגע בירור להלכה, די אנדערע דיינים זענען אויך געזעצן אליינס
אין פריוואטע צימערין אין איבער געגאנגען די ארכוין פון די טענות די לעצטע 6 יאר
ווי עס קוקט אויס זענען די שטערקער טענות אויפן טיש: ירושה פרטית אין חותנו כבנו
אין זכותום פאר א קהילה שנחלקו מיט די ריזאלטס פון די וואלען.
די נעקסטע דין תורה זיצאנג וועט זיין סוף פון אדר די וואך נאך פורים
די זיצאנג וועט זיין א וואך און א האלב אין נאכדעם די וואך פון ל"ג בעומר
די זיצאנג וועט זיין צוויי וואכן האפט די ענדגילטיגן פסק וועט ארויס קומען פאר שבועת.
--------------------------------------------------------------
אין
אנדערע נייעס איז די וואך
זינטאג זענען די זעלבער
דיינים וואס זענען אויך
דן די
סאטמאר בארא פארק
דין תורה זענען אויך געזעצען צוזאמען ביי א זיצונג
וואס עס איז געוועהן בנוגע דאס
בעלות פון מוסדות סאטמאר אין בארא פארק,
זענען די
ארונים\אהרן וועלץ געכאפט געווארן אין א טיפע שאק נאכדעם וואס זיי
האבן זיך איינגערעדט אז משום איזה סיבה שהוא וועט דער
בי"ד נישט ארויסקומען
מיט אן
ענדגילטיגן פסק איבער דעם סכסוך, און זענען געווען זיכער אז מען גייט אהיימגיין
פון יענעם זינונג מיט א צעטל אז היות דאס און דאס קען בי"ד נישט פסק'ענן אין דעם סכסוך,
ווען דערווייל איז בי"ד ארויסגעקומען אז זיי ווילן קלאר אנגיין און פסק'ענן אן ענדגילטיגער פסק.
למעשה האבן זיי דעם זונטאג איינגעמאלדן אז דאס וואס בי"ד האלט אז דער ציבור איז אקטועל,
מיינט נישט אז דער גאנצער ציבור מוזן זיין די תובעים און ר' מענדל שווימער איז נישט קיין צד
און דער די"ת גייט ווייטער בכל תקפו ביז צו אן ענדגילטיגער פסק צווישן ר' מענדל שווימער און
אהרן וועלץ, נאר היות דא רעדט פון נכסי ציבור, וויל בי"ד האבן סמכות פונם ציבור, פונקט ווי
ביי באבוב ווען עס האט זיך אנגעהויבן די די"ת צווישן צד מהרב"צ און צד מהרמ"ד האט דער
בי"ד פארלאנגט אז גאנץ קהילת באבוב זאל אונטערשרייבן א שטר סמכות, דאס האט נישט
געמיינט ווייל מהרב"צ אדער מהרמ"ד זענען נישט קיין צדדים... און די זעלבע זאך איז געווען
אין אנדערע קהילות קראסנא, וויזניץ, סאטמאר בני ברק, און נאך וואס בי"ד האט פארלאנגט
אז די חברי הקהילה זאלן אויך אונטערשרייבן, במילא וויל בי"ד אויך האבן דא א שטר סמכות
פון די חברי קהילה, אבער די עצם די"ת גייט אהן אויפן זעלבען.
און ווען די זאליס האבן געזעהן אז זיי האבן פארלוירן און דער בי"ד האט אנגענומען
טענת אהרונים אז דער ציבור איז בעה"ב האבן די זאליס געזאגט אז זיי גייען
ברענגען חתימות פונם ציבור אז זיי גייען טענהן, כדי בי"ד זאל נישט יעצט ארויסגעבן
זייער פסק. (ובלשונם: כדי צו שלעפן צייט פונק ווי אין באבוב דין תורה...)