איך הער אז אין קרית יואל גייט פארקומען די ערשטע פסולע חתונה ווי דער זיידע גייט זיך נישט משתתף זיין ביי די חתונה פון א אייניקל, ביז היינט האבן אלע מחותנים וואס זייערע עלטערן האבן געזאגט אז זיי גייען נישט גיין צו די חתונה אויב גייט דאס זיין אין דעם געאסערטן זאל, האבן די קינדער זיך גערעכענט מיטן זיידן און אריבער געפירט די חתונה אויף וויליאמסבורג אדער אויף מאנסי, אבער יעצט גייט פארקומען א חתונה ווי דער זיידע וואס איז א איש חשוב פון בארא פארק און איז אפילו נישט קיין עכטער סאטמארער, ער איז א ספינקער חסיד, און זיין איידעם וואס וואוינט אין קרית יואל האט באשלאסן חתונה צו מאכן אין דעם טריפענעם זאל, דער זיידע האט אנגערופן דעם דיין רבי געציל צו ער מעג זיך באטייליגן ביי זיין אייניקלס חתונה, האט רבי געציל גענטפערט אז כפי פסקו פון רבינו הקדוש זי''ע טאר מען זיך נישט משתתף זיין אויף א חתונה ווי דער מסדר קידושין איז שלא ברשות המרא דאתרא, במילא האט דער איד געזאגט פאר זיין טאכטער אז ער גייט נישט קומען צו די חתונה, די טאכטער האט לכתחילה יא געוואלט אוועק פירן די חתונה קיין מאנסי, נאר דער שארמאשער האט געלייגט גרויס לחץ אויף דעם מאן, און זיי האבן באשלאסן אז די חתונה גייט יא דארט זיין, צו דער זיידע קומט יא צו נישט, די ווערטער פון הייליגן ברך משה זי''ע איז מקויים געווארן במילואו, דאס מיינט קלאר "ווערעמיגע קינדער".
נשלח ב-14/10/2010 22:43
געדעקט איינער ווען די רבי דער ברך משה האט געשיקט א בריוו צי מהר"א וואס ער זאל טיען אז ער זאל קענען קימען צי די חתונה אבער לויט ווי איך געדעק האט מהר"א עס נישט נאכגעבען אין די ברך משה איז טאקע נישט געקימען וועגן דעם צי די חתונה
תוקן על ידי nys10952 ב- 14/10/2010 22:43:48
נשלח ב-14/10/2010 22:49
אינטערסאנט אז דער ברך משה האט יעדן געזאגט אז ער גייט יא צו די חתונה, נאר אנשי רשע ואנשי בליעל האבן עהם נעבעך נישט געלאזט, איז דאס דען א דמיון?.
נשלח ב-14/10/2010 22:52
ווער איז דער חצוף?
נשלח ב-15/10/2010 00:11
nys10952 כתב:
געדעקט איינער ווען די רבי דער ברך משה האט געשיקט א בריוו צי מהר"א וואס ער זאל טיען אז ער זאל קענען קימען צי די חתונה אבער לויט ווי איך געדעק האט מהר"א עס נישט נאכגעבען אין די ברך משה איז טאקע נישט געקימען וועגן דעם צי די חתונה
תוקן על ידי nys10952 ב- 14/10/2010 22:43:48
זאלסט מיר אנטשולדיגן, קיין איין בר נש/נארמאלע מענטש געדענקט נישט אזא זאך, חוץ אפאר זאלי דעקלעך.
דאס געדענקט מען יא, אז די עזות פנימע'ר האבן מורא געהאט ארויסצוברענגן דעם רשכבה"ג מרן בעל ברך משה זי"ע אויף די גאס צום קאר ווען זיי האבן אים געוואלט אוועקפירן קיין פלארידע, בשעת די רבי האט געשריגן בכל כוחו (ס'דא עידות! ר' ארי' לייב גלאנץ איז געווען דערביי) 'איך פאר נישט אין ערגעץ! איך שפיר אז איך דארף דא בלייבן! איך האב עפעס מיט מיר!'
יעצט גייט מלך זאגן חלה דעקל, נו, יאלא..
נשלח ב-15/10/2010 04:18
חיי שעה שרייבט אין שכינות'דיגן פורום:
11'טע חתונה בלי געצווינגענע סידור קידושין!
קיינער חוץ משפחה און נאנטע חברים פון די מחותנים ווייסן ניטאמאל אז מען גרייט זיך אט אט צו די חתונה, ווען איך שרייב קיינעם מיין איך חוץ ר' אהרן מיט זיינע חסידים, זיי האבן שוין היינט אנגעהויבן זייערע שלאף לאוזע נעכט.
כמנהגם ביי יעדע פון די פארגאנגענע 10 חתונות האבן זיי געהאט א אנדערע מעשה, איינמאל האט א באבע נישט געוואלט קומען א צווייטע מאל האט א שוואגער נישט געוואלט קומען א דריטע איז דער מחותן געבליבן אן משפחה ביי די חתונה א פערדן האט ר' אהרן ברוב סבלונותו געגעבן רשות...
יעצט האבן זיי א פרישע מעשה: א זיידע א 'ספינקא' חסיד האט געזאגט אז ער גייט נישט קומען...
די וועלט שטייט און לאכט פון זיי, מען 'שפייט' אויף זיי און זיי שרייען אז עס 'רעגענט', זיי קענען זיך פשוט נישט איבערקומען פון די שרעקליכע עוולה אז א מחותן איז גרייט מוותר צו זיין אויף א זיידע און זיי פארגעסן אויך נישט צוצוזאלצן אז נישט מער ווי דער מישמאשער האט 'געצווינגען' צו מאכן די חתונה אן רשות פונם סבלן... נעבעך
עס בלייבט נאר איבער צו וואונטשן פאר די חתן כלה און די מחותנים אז אין זכות וואס די אהרוינים האבן נישט קיין צייט צו טרינקען בליט ביי אנדערע ווייל זיי זענען יעצט פארנומען מיט די סידור קידושין, טאקע דעם זכות זאל זיי ביישטיין מיט אסאך נחת.
וויל איך פרעגן דעם חכם:
וועלעכע וועלט לאכט?, און פון וועם לאכט מען?, 11 חתונות אין אנדערטהאלבן יאר, א מעכטיגער געווינס!, רוב רובם פון די בני המן מאכן דארט נישט חתונה, נו, פון וועם לאכט מען?, יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז טאמער דער טאטע זאגט אז אין דעם צו אין יענעם זאל גיי איך נישט צו קיין חתונה, אפילו דער טאטע איז אומגערעכט, לאמיר זאגן דער טאטע איז א קריאזער מענטש און האט זיך צעווערטעלט מיט אברהם מאיר איצקאוויטש און זאגט פאר זיין קינד, הער מיך צו, צו אברהם מאיר אין האל גיי איך נישט, וואלט סיי ועלעכס קינד נישט אריבער געפירט די חתונה אין אן אנדערן האל?, זיכער אז יא, אבער דא רעדט מען פון אומערצויגענע מענטשן, אדער ווי דער ברך משה האט זיי גערופן ווערעמיגע קינדער, וואס א טאטע מיינט א שמאטע, און דער שארמאשערס ניצחון איז וויכטיגער ווי כיבוד אב ואם, ס'איז מיינד באגלינג!!!, יא רשות נישט רשות, יא סבלן אדער נישט סבלן, אז א טאטע זאגט אז ער גייט נישט, שטעלט מען זיך צו, און אויב נישט איז מען א נידעריגער פערשוין וואס מען האט נאך אזוינס נישט געהערט, אפילו אזא נידעריגער פערשוין ווי מיילך שטערן ווען ער האט געהערט אז זיין מאמע וויל נישט גיין צו דעם האל, האט ער געטוישט די חתונה קיין וויליאמסבורג, און נאך צענדליגע בני יואל, אלע האבן פארשטאנען אז א טאטענס כבוד איז קודם, אבער יעדער אויסער דער חצוף מחוצף, ער פארשטייט בעסער, אינדער ערד מיטן טאטן, אינדערערד מיט די צענדליגע משפחה מיטגלידער, אבי מען וועט שוין האבן א 11טע חתונה, אוי! א געוואלדיגער ניצחון!!!
נשלח ב-15/10/2010 15:34
די קשא איז אופן זיידע, ווייל דער איידעם לאזט דאך זיין שווער קומען צו די חתונה, אז דער שווער וויל נישט איז טאף לוק, דער שווער האט נישט קיין רעכט אנציטיילן פארן איידעם ווי חתונה צו מאכן, און איך האלט אז אויב איז דער שווער א נורמאלער מענטש וועט ער סוף כל סוף יא גיין צו די חתונה, ער פראבירט נאר צו סטראשן.
נשלח ב-18/10/2010 18:34
די בני יואל/זאליס האבן אנגעהויבן א מעכטיגע טעראריסטישע פאני קאל אטאקע אויף דעם זיידע און פראבירן צו פרעשערן מיט גיטן און מיט בייזן אז ער זאל גיין צו די חתונה, איין מינוט מאכן זיי א פאני קאל כאילו דער ירושלימער רב רעדט, און בעט זיך צו עהם ער זאל יא גיין צו די חתונה, און דערנאך רופט רבי לייבוש לייזער פון אנטווערפן, ווי ער איז מסביר אז רבי אהרן איז נישט מרא דאתרא און מען מעג לכתחילה דארט מאכן חתונה, דערנאך רופט דער מאקעווער רבי פון ארץ ישראל, און זיי האבן אפילו נאך געמאכט די שטומע פון דיין רבי געציל ווי ער זאגט אז א זיידע מעג יא גיין, די ווערעמיגע בני המן שעמען זיך זייער מיט דעם אקט פון זייערס א מענטש וואס לאכט אפ פונעם שווער און פייפט זיך אריין אין עהם, און ווען ער זעט אז כלתה אליו הרעה, און יעדער שרייט הזאת נעמי, איז דאס נועם המידות, האבן זיי אנגעהויבן מיט זייער נאצישע מעטאדן האפענדיג אז דאס וועט זיי אביסל סעיוון פעיס.
שאולי ב''ר יואליש גאנץ וואס איז א איידם ביי ר' חיים שטערן פון בארא פארק מאכט דארט חתונה 3 וואכן ארןם טראץ וואס דער שווער ר' חיים שטערן האט געזאגט אז אויב די חתונה איז אין בני יואל האל גייט ער נישט צו די חתונה,
נשלח ב-18/10/2010 20:01
.
תוקן על ידי yosefelye ב- 18/10/2010 20:02:47
נשלח ב-19/10/2010 19:08
איך מיין אז עס איז נישט קיין טובה פארן בירך משה צו נוצען דעם אויסדרוק ווערעמיגע קינדער
שפירסט זיך געטראפן?
דער ברך משה האט ענק מיאוס מסדר געווען, אבער אזוי אויף תולה ארץ!.. ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט און מ'הערט איינעם דערמאנען עפעס וועגן די ענין פון בני המן לייגט ער צו אזא ז"ל טיטול... ' 'ווערעמיגע, קרעציגע, אד"ג...
ס'איז ענקער לעצטע נאמען...
נשלח ב-19/10/2010 19:51
און איך מיין אז עס איז נישט א כבוד פארן ויואל משה צו זאגן אז בג''ץ איז יהרג ואל יעבור, סוף כל סוף גייען היינט מסלתה ומשמנה פון חסידי סאטמאר אין בג''ץ און אלעס איז בעידוד און הסכמת הדיינים וואס ער אליין האט ממנה געווען. עס מאכט בזיונות פאר ויואל משה פונקט ווי דער איסור צו גיין צום כותל.
נשלח ב-19/10/2010 23:40
יאסעלע
איך גארנישט מיטן בירך משה קיין שייכות חוץ פון דעם וואס ער איז א אייניקל פון הרה"ק רבי שלום אליעזר פון ראצפערט הי"ד א קאזען פונען באבובער רב זצ"ל. אין איך גיי אמאל אין סיגוטער מקוה אין בארא פארק
אבער חוץ פון דעם האלט איך אז ער האט קיינעם נישט מסדר געווען חוץ פון זיך אליין נאר זיך נישט.
נשלח ב-19/10/2010 23:54
וואס איך לערן ארויס פון דעם אשכול:
דער ויואל משה האט געלערענט אז בג"ץ איז טריפה דער ברך משה האט געלערענט ווערעמיגע קינדער