בית פורומים אידישע געדאנק

דעת קדשו מהגה"ק מפשווארסק שליט"א בנוגע סידור קידושין אין ק"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/10/2010 02:07 לינק ישיר 
דעת קדשו מהגה"ק מפשווארסק שליט"א בנוגע סידור קידושין אין ק"י

פארגאנגענע וואך איז ארומגעגאנגען א רומער פון די ארונים אז דער מחותן פון ר' יחזקאל גאלד הרב גבריאל טאנג וויל נישט חתונה מאכן אין עטרת מאיר צבי, און מ'גייט קענסלען אדער מ'האט שוין געקענסלט וכו' אצינדער קומט די נייעס



SatmarHQ: Pshevorsk Rabbi Shlita answered for R Gavrial Tunk, Mechiten of R Chezkel Gold Shlita, who is going to make Chasina next
week In KY, that its absolutelly not a problem, & Pshevorsk Rabbi added because the Savlon is only Ruv on his Khila and not on the whole kiryah

<* dir="rtl" style="margin-left: 0px">



דאס איז צו פארדאנקען די פרעשור וואס די מחותנים באקומען, וואס דאס ברענגט זיי צו גיין אנפרעגן זייער מורה דרך כדת מה לעשות, דאן קומט צו נאך א גדול, און ס'ווערט אלס מער נתברר און נתלבן דורך די גדולי דורינו שליט"א אז דער תלוש האט נישט קיין דין מרא דאתרא און ער איז א רב אויף זיין קהילה פונקט ווי ר' אלי' בערקאוויטש אין זיין ביהמ"ד..

קומענדיגע חתונה גייט זיין א מחותן א טאהשער חסיד, און מיר בעטן די בת היענה'ס, אל תחמיצו את השעה... טעראזירט אים מאכט זיכער ער גייט זיך שואל עצה זיין ביי זיין רבין...




תוקן על ידי משמרת_הדת ב- 18/10/2010 02:52:50




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 00:59 לינק ישיר 

אין אמת'ן גערעדט מיט א קלארן דעת, מיינט די "דעת תורה" פונעם פשעווארסקער רבי'ן שליט"א איבער דעם ענין, גארנישט!

נישט ח"ו אז איך בין א מתנגד פונעם פשעווארסקער רבי'ן!  ניין! דער רבי איז מגדולי האדמורי"ם ביים יהדות החרדית, א רבי וואס זיצט און איז עוסק בתורה כחשיכה כאורה, און איז ממלא מקום אבותיו בתורה חכמה וביראה אין אלע הינזיכטן.

פארט אבער לגבי עניני הנהגה איז באקאנט פארשידענע מכשולות וואס זענען שוין ארויסגעקומען מביתו נאוה קודש, ולדוגמא א זאך וואס גייט נאך אן עד היום הזה, דאס עפענען א נייע מיידל שולע אין אנטווערפען אקעגן די עקזיסיטרנדע סאטמארע "בית רחל" שולע, ווייל כלומר'שט אין בית רחל האט מען נישט געמעגט דערמאנען דעם באשעפער'ס נאמען (אזוי האט געזאגט דעם זוהן פון פשעווארסקער רבי'ן, הגה"צ ר' נפתלי אלימלך אב"ד פשעווארסק לאנדאן בשם אביו שליט"א פארגאנגעם חודש אלול ווען כ"ק אדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר האט באזוכט אין לאנדאן לרגל די מעמד "חומה בצורה"), די מימרא ווארפט א שטיקל ליכט אויף מימרות וואס פשעווארסקער רבי זאגט און למעשה זענען זיי רחוק ממציאות ממזרח למערב.

און דאס איז די מציאות כהיום, ער פרעגט זיך נישט נאך אויף קיין זאכן, הערט אויס א צד, און ענטפערט און ווייטער געגאנגען. לא כן הורנו רבותינו, צו פסק'ענען א שאלה קען מען נאר ווען מ'הערט אויס ביידע צדדים און מאיז דן ביידע זייטן. (ס'איז דא נאך ביישפילן, אבער תן לחכם ויחכם עוד).

ווען מ'וועט איהם מסביר זיין ביידע צדדים און ער וועט שוקל זיין ביידע זיין בדעת תורתו הרמה, דאן ווען זיין דעת תורה אין דעם הינזיכט זיין מאסגעבנד.

נ.ב. דער מחותן גבריאל טונק איז אויסדרוקליך נישט קיין חסיד מאדמו"ר מפשעווארסק, ווען הגה"ק ר' יענקעלע איז אוועק איז ער אוועקגעגאגנען דאווענען פון פשעווארסק, אזוי אויך די אויפרוף וועט נישט זיין דארט אין ביהמ"ד...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 01:24 לינק ישיר 

איך ווער נתפעל פין דיין דעת תורה

ממש די פארשטייסט אז דא איז א ענין ווי מען דארף זיך אראפזעצען אויסהערען ביידע זייטען
למשל וואס דארף מען הערין פין צד רא"ט זיי אזוי גיט זיי מיר אין אוודאי אלע דא מסביר
 וואספארא טענה ער קען בכלל האבען
דא איז בכלל נישט נוגע וואס קהל רבי רא"ט האט צי זאגען
לויט דיר אפשר ביי א שאלה פין טריפות אפשר דארף מען זיך אראפזעצין מיט די עופות אין מיט די בהימות וואס זיי האבען צי זאגען די קענסט אפשר מסביר זיין וואס די האסט געדרייט א קאפ
פשעווארסקער רבי איז נאך אזא תלמיד חכם אין נאך עני טיים אזוי קליג ווי די מיט דיין עגל דבש אין דער רא"ט
אין זיין פסק איז אוודאי הייליג אין טייער
אין אויב די ווייסט האט ער אייניקלעך וואס לערנען אין בני יואל אין זיי גייען אויך דארטען חתונה האבען

אין לאמיר דיך פרעגען איין קשיא
האט זיך דיין עגל דבש אדער איינער פין אלע אוסרים דא
אין בכלל פין אלע וואס האבען געאסערט בני יואל זיך אראפגעזעצט מיט איינע פין די טאטעס
פאר זיי האבען ארויסגעגעבען זייער איסור. 

ילמדינו רבינו ווען דארף מען זיך יא אראפזעצין אין ווען נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 01:47 לינק ישיר 

לאעליכם כתב:

אין אמת'ן גערעדט מיט א קלארן דעת, מיינט די "דעת תורה" פונעם פשעווארסקער רבי'ן שליט"א איבער דעם ענין, גארנישט!


 
פון ערגעץ קען איך דאס: "זיין מיינונג איז קיין מיינונג", דערמאנט מיר פון ווי ס'איז אזוי באקאנט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 05:51 לינק ישיר 

לא עליכם האט א אלטע מערכה מיט ר' לייביש ווער עס געדענקט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 14:20 לינק ישיר 

נפל כתב:

אין אמת'ן גערעדט מיט א קלארן דעת, מיינט די "דעת תורה" פונעם פשעווארסקער רבי'ן שליט"א איבער דעם ענין, גארנישט!


 
פון ערגעץ קען איך דאס: "זיין מיינונג איז קיין מיינונג", דערמאנט מיר פון ווי ס'איז אזוי באקאנט.



טאקע פון דארט ביזטו אפגעפרעגט! יעדער איינער ווייסט גוט אז דער סאטמארער רבי מהר"א שליט"א האט זיך געבעטן און געוויינט (יא איר קענט חוזק מאכן!) אז ער איז גרייט זיך אראפצוזעצן מיט יעדן שמויגער און ענטפערן אלע קשיות און טענות, און אויפווייזן אז די מוסד הק' "שערי חמלה" איז ח"ו "נישט" בניגוד צו די תורה הק'.

ער ווארט נאך יעצט... (די הנהלת הקהלה דקר"י איז אפילו דאן געווען ביים קאשויער רב און געזאגט אז זיי הערן אז ער וויל ארויסקומען מיט א איסור, דערפאר בעטן זיי אז בעפאר ער רעדט נישט מיטן מרא דאתרא פון קר"י זאל ער נישט ארויסקומען מיט א איסור, און ער האט זיי אזוי מבטיח געווען. דעם נעקסטן טאג איז געפלויגן א באמבע: א דרשה מיט בכיות אקעגן דעם שערי חמלה).

יא!: אזא איינער וואס הערט נישט אויס ביידע זייטן נאר שיסט ארויס א פסק הלכה איז זיין מיינונג קיין מיינונג! (איך האב עס נישט געוואלט ארויסברענגען אזוי שארף אבער איר האט עס גוט ארויסגעברענגט).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 17:44 לינק ישיר 

דער שוטה פון קרית יואל אהרן חארינער האט שוין מסביר געווען זיינע צופידלטע היתרים אויף די פובליק סקול, ווי העריטעזש, באלאנגט פאר די רעגירונג, שפיטאל, אד"ג, הגה"ק מקאשוי און די אנדערע גדולי התורה ווען זיי האבן געזעהן די פאקטן פאר די אויגן האבן זיי בכלל נישט געברויכט אויסצוהערן זיינע בויך סברות פארוואס עס איז יא מותר

די מציאות פון פובליק סקול האבן זיי זייער גיט געוויסט אן אהרן טייטלבוים, און זיי האבן מיט זייער דעת תורה געהאלטן אז עס איז נישט שייך אויף דער וועלט קיין היתר אויף דעם, ממילא איז געווען איבריג יעדע ווארט מיט דיין רבי דער מחוצף צו שטיין אין ווארט

האסט דיך טאקע געטראפן א פאסיגע נאמען לא עליכעם, די רעדסט לא עלינו אויף די גרעסטע גדולי עולם, אזוי ווי די האסט דיך טאקע אויסגעלערנט פון דיין צוגעפאסטן רבי'ן כלשונו כל דבריו בטלים ומבוטלים כקליפת השום



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 18:14 לינק ישיר 

דאכט זיך מיר אז דער אשכול איז מיוסד אויף סידור קידושין אין די בני יואל'ער חתונה זאל, שערי חמלה איז א מחותן דא נאר אויף צו פארדרייען די שמועס.

ווען איינער זאגט "זיין מיינונג איז קיין מיינונג" זאגן ער "איך בין א מטורף". אפגעזען וועלכע טיטל ער טראגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 18:35 לינק ישיר 

לאמיר טאקע נישט פארדרייען דעם שמועס. אבער איין פונקט אז פאר משה רבינו האט געפאסט זיך אראפצוזעצן מיט יעדן יוד פירן זיינע דין תורות(פארגעסט נישט. עס איז געווען ממחרת יוה"ק. א טאג נאכדעם וואס ער איז אראפגעקומען פון הימל) מיין איך אז פאר הגה"ק מקאשוי זצ"ל וואלט געפאסט זיך אראפצוזעצן מיט מהר"א. הערן וואס ער האט צו זאגן(וואס איך מיין אז די דיפערענץ פון משה רבינו ביז די פשוטע המון עם איז "אביסל" א גרעסערע דיפערענץ ווי פון קאשויער רב ביז מהר"א) סא איך מיין אז ער וואלט געמעגט אראפגיין צו אים (אויב נישט געדארפט. וועגן עס האט מיט דיני נפשות. עס איז א דיפערענץ פון זיין א געהעריגע יוד אדער זיין אין א גויאישע סקול און קוים וויסן וויאזוי צו מאכן א ברכה)און אפילו צו דתן און אבירם האט ער געשיקט שליחים און געוואלט הערן וואס זיי האבן צו זאגן(וואס יעדער האט געוואוסט אז זיי זענען להכעיסניקעס). גענוג קלאר? און גערעכט. מען לערנט דארט כפירה יעדן טאג(עוואלאשן). מען לאזט נישט מאכן קיין ברכות. מען לאזט נישט גיין מיט קיין קאפל. מען רייסט אויס דעם שם פון יעדן ספר וכו' די אלע נארישע שטותים. נ.ב. איך האלט נישט אז דער קאשויער רב איז שולדיג. ווי באקאנט האבן אים זיינע קינדער מוראדיג אנגעהעצט. כאילו עס עפנט זיך א מיסיאנאר סעמינאר אין ק"י.

תוקן על ידי פריינדליך ב- 19/10/2010 18:42:12




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2010 18:40 לינק ישיר 



נאכן ליינען דעם ארטיקל דארף מען זיך נאך מיט איינעם אראפזעצן?? מ'דארף זיך אראפזעצן קריעה רייסן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 18:43 לינק ישיר 

פריינדליך פארדרייען פאקטן קענסטו פאר א צווייטן, אבער די יסוד האיסור פון די גדולי עולם אויף די פובליק סקול איז נישט געווען ווייל מען גייט דארט אן א קאפל צו איך ווייס נישט וואס, עס איז געווען געבויעט אויף די יסוד אויף וואס די סקול איז געבויעט דהיינו אז מען טאר דארט נישט דערמאנען די ענין פון תורת ה' (נאר דורך העריטעיזש כלשון רבך)

איך גיי נישט אריין צו עס איז יא אסור צו נישט, אבער פאקטן זאלסטו נישט פארדרייען, און אדרבה כ"ק הגה"צ גאב"ד מאנטיווידיאו זצ"ל איז יא געזיצן מיט הגה"צ דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל שליט"א שעות ארוכות און זיי זענען נישט צוגעקומען לעמק השוה אפילו מען האט געהערט די אנדערע צדדים דאס מתיר צו זיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 18:45 לינק ישיר 

פריינדליך כתב:
לאמיר טאקע נישט פארדרייען דעם שמועס. אבער איין פונקט אז פאר משה רבינו האט געפאסט זיך אראפצוזעצן מיט יעדן יוד פירן זיינע דין תורות(פארגעסט נישט. עס איז געווען ממחרת יוה"ק. א טאג נאכדעם וואס ער איז אראפגעקומען פון הימל) מיין איך אז פאר הגה"ק מקאשוי זצ"ל וואלט געפאסט זיך אראפצוזעצן מיט מהר"א. הערן וואס ער האט צו זאגן(וואס איך מיין אז די דיפערענץ פון משה רבינו ביז די פשוטע המון עם איז "אביסל" א גרעסערע דיפערענץ ווי פון קאשויער רב ביז מהר"א) סא איך מיין אז ער וואלט געמעגט אראפגיין צו אים (אויב נישט געדארפט. וועגן עס האט מיט דיני נפשות. עס איז א דיפערענץ פון זיין א געהעריגע יוד אדער זיין אין א גויאישע סקול און קוים וויסן וויאזוי צו מאכן א ברכה)און אפילו צו דתן און אבירם האט ער געשיקט שליחים און געוואלט הערן וואס זיי האבן צו זאגן(וואס יעדער האט געוואוסט אז זיי זענען להכעיסניקעס). גענוג קלאר? און גערעכט. מען לערנט דארט כפירה יעדן טאג(עוואלאשן). מען לאזט נישט מאכן קיין ברכות. מען לאזט נישט גיין מיט קיין קאפל. מען רייסט אויס דעם שם פון יעדן ספר וכו' די אלע נארישע שטותים. נ.ב. איך האלט נישט אז דער קאשויער רב איז שולדיג. ווי באקאנט האבן אים זיינע קינדער מוראדיג אנגעהעצט. כאילו עס עפנט זיך א מיסיאנאר סעמינאר אין ק"י.

תוקן על ידי פריינדליך ב- 19/10/2010 18:42:12



דו ביסטעך סותר מיטן סופעראינטענדעט פונעם פאבליק סקול דאקטער בערנאדא מיין פריינט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 18:48 לינק ישיר 

יא! דתן ואבירם האבן נישט געלייקנט די יסודות התורה?? איז דען א צייטונג(וואס ווי באקאנט נעמען זיי אן וואס מען זאגט זיי. אזויווי עטס זאגט אז דער נ"י פאוסט האט געטון ביי די לאפעז מעשה) באגלייבט פאר עדות?? לאמיר הערן פארוואס ווען מהר"א האט געזאגט שלשה רועי בקר האט עטס געשטורעמט? האט זיך דען דעמאלט נישט גערעדט פון איסורים וואס זענען ביהרג ואל יעבור???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2010 18:50 לינק ישיר 

א צייטונג איז נישט קיין עדות אבער ווען א זאך ווערט געטוהן פאר די גאנצע וועלט דארף מען נישט קיין עדות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 18:59 לינק ישיר 

לאמיר הערן אויב רעדסטו יא פון גדולי הדורס איסורים. דאן וואס מיינט דער איסור אויף בנ"י פון דעם בי"ד הגדול בירושלים?? און אויב איז עס טאקע ע"ז ממש. דאן זענען די אלע צדיקי הדור ווי כ"ק אדמו"ר מטאש. סקולען. די בי"ד פון ירושלים און התאחה"ר רשעים? פארוואס זענען זיי נישט ארויסגעקומען מיט איסורים? און איך האב דיר א בעסערע עצה. גיי פרעג ר' חיים הערש ווייס און דיארבעטער אין שערי חמלה(וואס זענען יודן וואס זענען כשר לעדות נישט ווי בערנאדא) און נאך א זאך. איך האב זיך בעיקר באצויגן צו די שקרים אז מען "לאזט נישט" היטן יודישקייט דארט. וואס איז שקר וכזב. און אפילו לאמיר זאגן אז לעגאל טאר מען נשיט לערנען יודישקייט. זענען דען נישט געווען הונדערטער מסירות פון בנ"י אז מען ברעכט דעם געזעץ און מען לערנט יא יודושקייט??(אויב גייט איר סתם לייקענען דאן בין איך פארטיג מיטן טענה'ן)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2010 19:00 לינק ישיר 

איך האב א באנטש דאקעמיניטעישן ארויפצולייגן, כ'גיי עפענען א עקסטערע אשכול איבער דעם נושא.

יעדע דאקומענט האט אנגעצייכענט ווי מ'קען עס וועריפייען ביי די סטעיט רעקארדס. 
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דעת קדשו מהגה"ק מפשווארסק שליט"א בנוגע סידור קידושין אין ק"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext