|
|
| נשלח ב-19/10/2010 19:04 |
|
| |
פאר די גאנצע וועלט? דו ביסט געווען אין שערי חמלה אמאל? מיטגעהאלטן די לימודים? וויילל בנ"י האט אזוי פארשפרייט פאר די וועלט מיינט אז די וועלט האט געוואוסט אזוי?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2010 19:10 |
|
| |
יא ווען אברהם ווידער האט אן די רעקארד מיט אלע כוחות מסביר געווען פאר די קאורט ווי שטארק אפגעטיילט די סקול וועט זיין פון רעליגיע ארויסברענגענדיג צווישן אנדערע אז די קאורט דארף זיך בכלל נישט זארגן ווייל עס וועט 100% זיין אינגלעך און מיידלעך צוזאמען און נאך גרויליקייטן, דאס מיינט פאר די גאנצע וועלט
דאס איז נאר איין דוגמא פון די זאכן וואס די ארוינישע פירער'ס האבן אויסגעליפטערט פאר די גאס און יא פאר די גאנצע וועלט וואס האט דאס צוגעזעהן
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2010 19:44 |
|
| |
| moishe12 כתב: |  | | איך ווער נתפעל פין דיין דעת תורה ממש די פארשטייסט אז דא איז א ענין ווי מען דארף זיך אראפזעצען אויסהערען ביידע זייטען
למשל וואס דארף מען הערין פין צד רא"ט זיי אזוי גיט זיי מיר אין אוודאי אלע דא מסביר
וואספארא טענה ער קען בכלל האבען
דא איז בכלל נישט נוגע וואס קהל רבי רא"ט האט צי זאגען
לויט דיר אפשר ביי א שאלה פין טריפות אפשר דארף מען זיך אראפזעצין מיט די עופות אין מיט די בהימות וואס זיי האבען צי זאגען די קענסט אפשר מסביר זיין וואס די האסט געדרייט א קאפ
פשעווארסקער רבי איז נאך אזא תלמיד חכם אין נאך עני טיים אזוי קליג ווי די מיט דיין עגל דבש אין דער רא"ט
אין זיין פסק איז אוודאי הייליג אין טייער
אין אויב די ווייסט האט ער אייניקלעך וואס לערנען אין בני יואל אין זיי גייען אויך דארטען חתונה האבען
אין לאמיר דיך פרעגען איין קשיא
האט זיך דיין עגל דבש אדער איינער פין אלע אוסרים דא
אין בכלל פין אלע וואס האבען געאסערט בני יואל זיך אראפגעזעצט מיט איינע פין די טאטעס
פאר זיי האבען ארויסגעגעבען זייער איסור.
ילמדינו רבינו ווען דארף מען זיך יא אראפזעצין אין ווען נישט |
|
ביסטו זיכער אין דעם?, איך מיין מיט אזא נארישן סטעיטמענט ביסטו דיך מבזה, מבזה רבי לייבוש, און מבזה אלע בני יואל, רבי לייבוש קען זיין א צדיק נשגב, א קדוש וטהור, און זיין חוות דעת (אויב עס איז בכלל אמת) וועט מסתמה באפרידיגן די בני יואל, אבער פון א צדיק ביז א פוסק הדור איז א היבשער מהלך, און רוב וועלט וועט ענדערשט אנעמען א פסק פונעם דיין ר' געציל ווי א פסק פון ר' לייבוש.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2010 20:21 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | | רבי לייבוש קען זיין א צדיק נשגב, א קדוש וטהור, און זיין חוות דעת (אויב עס איז בכלל אמת) וועט מסתמה באפרידיגן די בני יואל, אבער פון א צדיק ביז א פוסק הדור איז א היבשער מהלך, און רוב וועלט וועט ענדערשט אנעמען א פסק פונעם דיין ר' געציל ווי א פסק פון ר' לייבוש. |
|
עס איז וואונדערליך ווי די אהרוינים פראבירן יעצט צו פארדרייען די שמועס צו שערי חמלה צו ר' געציל צו ווי באקאנט ר' געציל איז און ווי באקאנט ר' לייביש איז... ער פארגינט אפילו צו זאגן אז "קען זיין אז ר' לייביש איז א קדוש"... אלעס אבי נישט צו רעדן פון די פאקט אז ר' לייביש האט גע'פסק'נט אז ר' אהרן האט נישט קיין הלכה'דיגן רעכט איינצוטיילן ווער עס זאל זיין מסדר קידושין אין קרית יואל און אויך צו פארדרייען די פאקט אז ביי דורכשניטליכע אהרוינים איז "דיין מיינונג קיין מיינונג".
דער קלאץ דא שרייבט נאך "און רוב וועלט וועט ענדערשט אנעמען א פסק פונעם דיין ר' געציל ווי א פסק פון ר' לייבוש". בין איך אריין אין וויזניצער ביהמ"ד און געפרעגט א אינגערמאן,
די ווייסט ווער דאס איז ר' געציל בערקאוויטש?
ענטפערט ער מיר, איך קען נישט קיינעם אין דעם ביהמ"ד מיט דעם נאמען.
ניין נישט אין דעם ביהמ"ד - זאג איך אים - איך רעדט פון דעם דיין ר' געציל.
אין וויזניץ - ענטפערט ער מיר - איז נישט דא קיין דיין ר' געציל.
נישט אין וויזניץ - זאג איך אים - איך מיין צו זאגן דעם בעל "עגלי דבש"
דער אינגערמאן אין נערוועז געווארן און ענטפערט איבסל יאגעדיג, איך האב קיינמאל נישט געהעט פון אזא ספר און איך קען נישט אזא דיין, פרעג א צווייטן.
האב איך געמאכט א חשבון אז קען זיין אז די וויזניץ בני ברק'ע זענען אויסגעטון פון דעם וועלט (די וועלט אין וואס די אהרוינים לעבן) האב איך מחליט געווען צו גיין צו א צווייט ביהמ"ד און איך בין אריין אין ביהמ"ד פון וויזניץ מאנסי איך טרעף אן דעם ערשטען אינגערמאן און איך פרעג אים
די ווייסט ווער דאס איז ר' געציל בערקאוויטש?
ענטפערט ער מיר, איך קען נישט קיינעם אין דעם ביהמ"ד מיט דעם נאמען.
ניין נישט אין דעם ביהמ"ד - זאג איך אים - איך רעדט פון דעם דיין ר' געציל.
אין וויזניץ - ענטפערט ער מיר - איז נישט דא קיין דיין ר' געציל.
נישט אין וויזניץ - זאג איך אים - איך מיין צו זאגן דעם בעל "עגלי דבש"
דער אינגערמאן אין נערוועז געווארן און ענטפערט איבסל יאגעדיג, איך האב קיינמאל נישט געהעט פון אזא ספר און איך קען נישט אזא דיין, פרעג א צווייטן.
שוין בארעכן איך זיך אז אלע וויזניצע זענען קלעצער, גיי איך קיין סקאליע, איך טרעף אן דעם ערשטען אינגערמאן און איך פרעג אים
די ווייסט ווער דאס איז ר' געציל בערקאוויטש?
ענטפערט ער מיר, איך קען נישט קיינעם אין דעם ביהמ"ד מיט דעם נאמען.
ניין נישט אין דעם ביהמ"ד - זאג איך אים - איך רעדט פון דעם דיין ר' געציל.
אין סקאליע - ענטפערט ער מיר - איז נישט דא קיין דיין ר' געציל.
נישט אין סקאליע - זאג איך אים - איך מיין צו זאגן דעם בעל "עגלי דבש"
דער אינגערמאן אין נערוועז געווארן און ענטפערט איבסל יאגעדיג, איך האב קיינמאל נישט געהעט פון אזא ספר און איך קען נישט אזא דיין, פרעג א צווייטן.
האב איך פראבירט אין א גער'ע שטיבל, און די זעלבע מעשה חזר'ט זיך איבער
האב איך מחליט געווען אז קען זיין אז אין ב"פ איז עפעס א מאדנע ערשיינונג, דער גאנצער שטאט האט אנגעהויבן קאלעכן אין איין טאג, פאר איך אריבער צום פאפא ביהמ"ד אין מאנסי און די זעלבע מעשה חזר'ט זיך איבער.
האב איך מחליט געווען אז איך בין שוין נישט ווייט פון סקווירא, האב איך זיך אריבערגעכאפט, דארט האב איך גראדע אנגעטראפן א היימישער קאר סערוויס דרייווער, נאכן הערן מיין ערשטע שאלה, פארקנייטשע ער דעם שטערן און זאגט "אה די גייסט א שטעפענע היט, די מייסט אוודאי, "געציל בערגער" אין מאנרא איז דא א גאס וואס הייסט נאך אים, פארוואס זיכסטו אים אין סקווירא?
האב איך שוין איינגעזען אז די נאמען ר' געציל בערקאוויטש קען מען נאר אויב מען איז א סאטמארער, די וועלט האט נישט קיין אהנונג פון אזא פארשוין.
פארט האב איך זיך בארעכנט אז קען זיין משהלע איז גערעכט און ר' געציל איז פארט מער באקאנט, קען זיין אז ר' לייביש איז נאך ווייניגער באקאנט ווי ר' געציל.
שפאציר איך אריבער נאך א גאס אין סקווירא, איך שטעל אפ א אינגערמאן און איך פרעג אים
"איר ווייסט אפשר ווי ר' לייביש שטייט איין?"
ר' לייביש? - פרעגט ער מיר - ער איז דא אין שטעטל? אויב איז ער דא איז ער לכאורה ביים רבי'ן...
פאר איך צוריק קיין מאנסי איך שפאציר אריין אין פאפא ביהמ"ד, איך פרעג פונם ערשטען אינגערמאן וואס איך טרעף אן
"איר ווייסט אפשר ווי ר' לייביש שטייט איין?"
ר' לייביש? דער פשעווארסקע רבי? - פרעגט ער מיר - ער איז דא אין מאנסי? איך ווייס נישט, עה עה -קעקעצט דער אינגערמאן און שטאמלט ארויס - אפשר קען איך אייך געבן מיין סעל, ווען איר ווערט געוואר רופט מיר איך וויל אויך אריינגיין צו אים...
האב איך מחליט געווען אז די סקווירא און די פאפא'נע זענען נישט אזאנע נארנים ווי משהלע וויל זיי מאכן, און איך גיי יעצט פראבירן די IQ פון די וויזינצע, גערע און בעלזא אין ב"פ
אין וויזניץ און אין גער האב איך באקומען די זעלבע תשובות, אין בעלזא פרעגט מיר יענער צוריק "ווער דער מחוצף פון אנטווערפן?" דער דבר השווה שבהם איז אז אלע האבן געוויסט פון וועם איך רעדט.
יעצט פארצייל מיר משהלע, פון וועלכע וועלט רעדסטו? ווייל אין מיין וועלט האט מען בכלל נישט געהערט דעם נאמען ר' געציל!
און אויך פארגעס נישט איבערצו'חזר'ן דעם סענטענס וואס איך האב ליב צו הערן פון ענק "זיין מיינונג איז קיין מיינונג"
תוקן על ידי חיי_שעה ב- 19/10/2010 20:27:11
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2010 20:33 |
|
| |
חיי שעה, כ'קען כאפן מיט דיר א היטש?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2010 20:36 |
|
| |
איך וויל נישט פארדרייען דעם שמועס, אז מען וועט אפטיילן דעם אשכול וועל איך אהין גיין בלי נדר
*
מען שטייט און מען טענה'ט זיך נאך דא אויף 15 יעריגע שקרים, אזש ס'איז נישט ווערט די צייט אפצוענטפערן
איך וויל פרעגן איין שאלה, און איך וויל זען אויב איינער קען מיר דאס ענטפערן
אויב איז סקול דיסטריקט יהרג ואל יעבור, פארוואס געפונען זיך נאך עד היום קינדער פון בני יואל אין סקול?
(און דא איז נישט דאס פלאץ ארויסצושרייבן מיט וויפיל רשעות מען איז מחנך די קינדער אז מען טשעפעט אזעלכע קינדער אין חרדים אז זיי לערנען אין א קלויסטער)
בשעתו (איך ווייס נישט אויב היינט) האט געלערנט אין סקול קאשויער רב'ס א אייניקל
איך מיין יהרג ואל יעבור איז דאך אן קיין פשרות!
ווען איר וועט דאס ענטפערן וועלן מיר וויטער שמועסן אי"ה
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2010 20:38 |
|
| |
אינטערעסאנט
איך גיי פריער אריין אין סאטמארע ביהמ"ד אין ראדני און איך פרעג אים צו ער קען ר' לייבוש
זאגט ער מיר, ווער? ר' לייבוש לעפקאוויטש? ער לעבט דאך שוין נישט באלד 13 יאר...
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2010 20:45 |
|
| |
דארפסט טוישן דיין ניק פון חיי שעה צו מאוט טו מאוט רעסאסיטעישאן, ווייל צו באראהיגן דיינע קעלבלעך איז חיי שעה אויך געלעבט, און אפילו פאר אפאר מינוט חיות לוינט זיך דאס אויך, דו האלסט באמת אז אין וויזניץ נעמט מען ענדערשט אן א פסק פון ר' לייבוש ווי פון ר' געציל?, ווייל אויב יא דארף מען דיר אנטון הערנער, איך קים יעצט פון וויזניץ, און האב נישט געטראפן איינעם וואס האט נישט געהערט פון דיין ר' געציל, אדרבה לאמיר זען צו איין רב אדער דיין אויסער די פאר אפענע מחוצפים וועלן דארט גיין מסדר קידושין זיין, ס'איז א געים פון דער שארמאשער רב, טשאדער רב, ר' זלמן לייב און ר' יחזקאל גאלד, און אפשר קענסטו צושטעלן דער בעהוצער, ר' ישעי' יאנקל שטויבער און נאך פון דעם גרופ, אבער קיין שום אנגעזעינער רב וועט דארט נישט מסדר קידושין טראץ דעם אזוי אויסגעטראכטן פסק פון דעם פוסק הדור ר' לייבוש, וואס יעדער אין וויזניץ קען עם.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2010 21:04 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | דו האלסט באמת אז אין וויזניץ נעמט מען ענדערשט אן א פסק פון ר' לייבוש ווי פון ר' געציל? |
|
קודם דארפסטו אויסלערנען פאר די וויזניצע ווי אזוי מען עסט געציל בערקאוויטש, און וואס דאס איז בכלל, דערנאך קען מען זיי פרעגן אויב זיי נעמען אן זיין פסק.
דערווייל ווייסן זיי נאך בכלל נישט ווער דאס איז.
וועגן דיינע אנדערע פרלוידעריי אין נביאות אויף עתיד וויל איך נישט רעדן, די ביסט נישט קיין יודע עתידות, ווען איינער זאל תשנ"ה זאגן אז ר' אברהם לייטנער וועט זיין א שיינער איד אויף די אויבן אן ביי די סאטמארע חתונות וואלסטו אויך געלאכט פון אים...
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2010 21:07 |
|
| |
א באנדע קליינע קעפלעך... רייסט אייך ווייטער ביי די נעזער
עס איז איין נפק"מ וויפיל מענשטן קענען דעם נאמען ר' געציל בערקאווישט, און עס איז איין נפק"מ וויפיל וויזניצע נאמען אן דעם פסק פון ר' לייביש.
די בני יואל'ע חתונה זאל, אזוי אויך די זאלוינישע חתונה זאל וואס ווערט אט אט פערטיג, איז נישט געמאכט פאר וויזניצע מיט בעלזא, עס איז געמאכט פאר סאטמארע אידן (חוץ אהרוינים), די סארט אידן נעמען אן ר' לייביש'ס פסק אסאך שטערקער ווי ר' געציל'ס. פינטל.
משהלע, זיין מיינונג איז קיין מיינונג און די זאלסט טאקע נישט חתונה מאכן דארט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2010 21:19 |
|
| |
ב"ה איך האב הנאה אז דער עולם האט פארשטאנען מיינע ווערטער, אז מען ציהל ח"ו נישט קיינעם אוועקצומאכן, נאר דאס איז די פאקט אז דער פשעווארסקער רבי שליט"א פרעגט זיך נישט נאך קיין צדדים, (כ'בין לכאורה זיכער אז ער ווייסט נישט אז דער קרית יואלער דיין שליט"א האט געזאגט ברבים אז מען טאר נישט חתונה מאכן דארט), און ממילא איז זיין פסק אין דעם ענין נישט מאסגעבנד. (חוץ פון דעם וואס ער איז נישט קיין פוסק און עס איז צוגעגליכן ווי הגאון ר' שמואל וואזנער שליט"א פסק'ענט איין ענין און קאשויער רב אדער טאהשער רבי פסק'ענען עפעס אנדערש, וועמעס פסק וואלט איר אנגענומען?).
חוץ פון דעם איז בפרטיות נוגע פשעווארסק רבי שליט"א, וואס ענפערט אייביג אנדערש לא ראוי זה כראוי זה, ווענט זיך וויאזוי מען לייגט אראפ די פאקטן, ראובן קען היינט אריינקומען און זאגן אז אזוי איז די מעשה וועטד ער רבי פסק'ענען אזוי, און מארגן קען שמעון קומען זאגן אנדערש, וועט דער רבי זאגן אנדערש.
כ'האב געברענגט א שטארקע ראי' לדברי, ווען אין שטאט אנטווערפען איז ער אנגעהעצט געווארן דורך אייניגע אקעגן די סאטמאר "בית רחל" שולע (בנשיאות כ"ק מהרז"ל שליט"א), איז אנשטאט אריינצורופן און אויסהערן וכדו', האט ער געעפענט א ניי שולע, נאך 'פרומער', ולא נקט ולא שקט ביז צו זאגן א סטעיטמענט אז נאך א מזל בית רחל האט אויפגעהערט צו נעמען די שטאטישע געלטער וויבאלד מען האט נישט געטארט דערמאנען דעם באשעפער'ס נאמען דארט...! (אין די צייט וואס בית רחל-אנטווערפען איז פון די סאמע שענסטע וואס סאטמאר פארמאגט אלוועלטליך).
און זייט וויסן אז דאס איז נישט די ערשטע מאל וואס מען פרובירט ביי אים לגבי סידור קידושין, מען האלט שוין ביי די 13'טע חתונה, גענוג און נאך בני יואל דרייען זיך ביים אים, צו האט מען ביז איצט גארנישט געהערט?! גראדע אז יא, האכהייזער פון אנטווערפען (וועלכער איז געווען א מחותן ביי די ערשטע חתונה) איז אריין צו ר' לייבוש שליט"א אבער דאן איז עס פונקט נישט געלונגען, דערפאר האט מען עס נישט מפרסם געווען און צופויקט...
קבל את האמת ממי שאמרו, קיינער מיינט נישט אוועקצומאכן גדלות צדקתו ותורתו הק' אבער דאס איז די אומפארלייקנבארע מציאות הדברים! און נאר נאכדעם וואס ער וועט הערן דעם פסק פון קרית יואל'ער דיין שליט"א און די צדדים וועט זיין פסק זיין א "פסק"!
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2010 21:42 |
|
| |
וועלן מיר טאקע זעהן אויב ר' לייבוש וועט אן נעמען סדקאות ביי הירש האכהייזער
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2010 21:46 |
|
| |
לעת עתה איז דער זאל תוהו ובוהו, די בני יואל מיטשען זיך גאר שטארק צו טרעפן קונדען פאר דעם זאל, אפילו אזעלעכע הייסע זאלי/בני יואל ווי שמואל דוד בירנבוים, אברהם יושע פריינד, מיילך שטערן, ר' מענדל וואלדמאן, און נאך האבן דארט נישט געוואלט חתונה מאכן פאר סיי וואס א סיבה, יא ר' לייבוש, נישט ר' לייבוש, יא ר' געציל נישט ר' געציל, זייט מען האט געפענט דעם זאל איז געווען אריבער 300 חתונות פון תושבי קרית יואל און מען האלט ביי 11 חתונות, א געוואלדיגער סוקסעס, יעדער ווייסט אז רוב קרית יואל איז זאלי/בני יואל, און עם כל זה איז מיעוט דמעוטי וואס מאכן דארט חתונה, און אויב איז דאס א געווינס וואונטש איך אייך נאר אזעלעכע געווינסן, אגב, איך ער אז איינער האט היינט געפרעגט ר' לייבוש שליט''א אויב ס'איז אמת אז ער איז מתיר דארט חתונה צו מאכן בלי רשות ר' אהרן און ער האט גענטפערט חס ושלום,
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2010 21:48 |
|
| |
| לאעליכם כתב: |  | די פאקט אז דער פשעווארסקער רבי שליט"א פרעגט זיך נישט נאך קיין צדדים, און ממילא איז זיין פסק אין דעם ענין נישט מאסגעבנד. |
|
| משהלע כתב: |  | דו האלסט באמת אז אין וויזניץ נעמט מען ענדערשט אן א פסק פון ר' לייבוש ווי פון ר' געציל?, ווייל אויב יא דארף מען דיר אנטון הערנער, |
|
| משהלע כתב: |  |
רבי לייבוש קען זיין א צדיק נשגב, א קדוש וטהור, און זיין חוות דעת (אויב עס איז בכלל אמת) וועט מסתמה באפרידיגן די בני יואל, אבער פון א צדיק ביז א פוסק הדור איז א היבשער מהלך, און רוב וועלט וועט ענדערשט אנעמען א פסק פונעם דיין ר' געציל ווי א פסק פון ר' לייבוש.[/quote]
|
|
| לאעליכם כתב: |  | אין אמת'ן גערעדט מיט א קלארן דעת, מיינט די "דעת תורה" פונעם פשעווארסקער רבי'ן שליט"א איבער דעם ענין, גארנישט!
|
|
ווי אזוי זאגן אלעמאל די אהרוינים, "לאמיר זינגען טרארא רארארא טארארארא "זיין מיינונג איז קיין מיינונג"...
תוקן על ידי נפל ב- 19/10/2010 21:51:45
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2010 21:52 |
|
| |
מיר זענען נישט קיין חדר אינגלעך ווי יעדער זיכט צו האבן די לעצטע ווארט!
כ'האב גענוג קלאר ארויסגעשריבן אויף וואס מיינע ווערטער זענען באזירט, און אדרבה פרעגט אייך נאך און זייט אליין מברר די מציאות הדברים. וקבל את האמת ממי שאמרו
|
|
|
|
|