בית פורומים אידישע געדאנק

דעת קדשו מהגה"ק מפשווארסק שליט"א בנוגע סידור קידושין אין ק"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/10/2010 22:00 לינק ישיר 

יא, זייער קלאר געמאכט, איך וועל ציטירן דיינע אייגענע ווערטער.

לאעליכם כתב:

טאקע פון דארט ביזטו אפגעפרעגט! יעדער איינער ווייסט גוט אז דער סאטמארער רבי מהר"א שליט"א האט זיך געבעטן און געוויינט (יא איר קענט חוזק מאכן!) אז ער איז גרייט זיך אראפצוזעצן מיט יעדן שמויגער און ענטפערן אלע קשיות און טענות, און אויפווייזן אז די מוסד הק' "שערי חמלה" איז ח"ו "נישט" בניגוד צו די תורה הק'.

ער ווארט נאך יעצט... (די הנהלת הקהלה דקר"י איז אפילו דאן געווען ביים קאשויער רב און געזאגט אז זיי הערן אז ער וויל ארויסקומען מיט א איסור, דערפאר בעטן זיי אז בעפאר ער רעדט נישט מיטן מרא דאתרא פון קר"י זאל ער נישט ארויסקומען מיט א איסור, און ער האט זיי אזוי מבטיח געווען. דעם נעקסטן טאג איז געפלויגן א באמבע: א דרשה מיט בכיות אקעגן דעם שערי חמלה).

יא!: אזא איינער וואס הערט נישט אויס ביידע זייטן נאר שיסט ארויס א פסק הלכה איז זיין מיינונג קיין מיינונג! (איך האב עס נישט געוואלט ארויסברענגען אזוי שארף אבער איר האט עס גוט ארויסגעברענגט).


ער רופט אן דעם הייליגן קאשויער רב "שמויגער" און דעם שמויגער רופט ער אן "סאטמאר רבי"... און פירט אויס אז "זיין מיינונג איז קיין מיינונג"...

און דאס איז שוין נאכן מודה זיין אז ר' אהרן האט געוויסט אז קאשויער רב איז דערקעגן און ער האט זיך נישט מטריח געווען אריבערצוגיין צום קאשויער רב הערן זיין דעה... זאל דער אלטער זיך שלעפן צום שמויגער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 22:07 לינק ישיר 

איין קלייניגקייט ר' לייבוש איז א דיין? ניין! ר' געציל? יא! די זאכן דארף א דיין פסק'ן נישט א רבי. אוי פרעגסטו צו וועם צו גיין מיט א קוויטל? גיי צו ר' לייבוש. וועם פרעגן א הלכה? ר' געציל. און אויב האלטסטו אנדערש איז נישט דא וואס צו רעדן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2010 22:08 לינק ישיר 

ביזט ממש אויסגעצייכענט און אויפבלאזן און מאכן פון אן פליג אן עלעפענט. דאס איז בל"נ דאס לעצטע מאל וואס איך ענטפער אויף זינלאזע טענות!

כ'האב געמיינט ארויסצוברענגען אז לא די סאטמארער רבי מהר"א שליט"א איז געווען גרייט צו רעדן דערוועגן מיט די גדולי הדור ווי קאשוי, מאנטווידעא (פאדערט אן אריכות), נאר אפילו מיט יעדן שמויגער (יא שמויגער, כגון מנשה פילאפף וכיוצ"ב) און אים ענטפערן! זיי זענען אבער נישט אנגעקומען! (ווי האט נאר ר' מ.ד. בעק געזאגט? אז ר' אהרן האט א גוטן קאפ און ער וועט ארומדרייען מיט אים און ממילא וועט ער (מהר"א) בלייבן גערעכט, דעריבער וויל ער זיך נישט גיין טענה'ען מיט אים דערוועגן... ווען מען האט אים צוריקגעענטפערט אז נו, אפשר איז ער טאקע גערעכט, איז געקומען דער ענטפער "איך בין זיכער אז איך בין גערעכט, און דאס איז די אמת" (אני ואפסי?)

ביטע שרייב צום זאך און צום טעם, נישט אבי אין די וועלט אריין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 22:16 לינק ישיר 

וויפיל מענטשן נעמען אן דעם פסק פון יחיד ר' געציל וואס האט דאס געאסערט?, און וויפיל נעמען אן דעם פסק פון די אלע בני יואל רבנים וואס האבן דאס מתיר געווען? אדרבה מאכט אליין דעם חשבון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 22:22 לינק ישיר 

לאעליכם כתב:


כ'האב געמיינט ארויסצוברענגען אז לא די סאטמארער רבי מהר"א שליט"א איז געווען גרייט צו רעדן דערוועגן מיט די גדולי הדור ווי קאשוי, מאנטווידעא (פאדערט אן אריכות), נאר אפילו מיט יעדן שמויגער (יא שמויגער, כגון מנשה פילאפף וכיוצ"ב) און אים ענטפערן! זיי זענען אבער נישט אנגעקומען!ביטע שרייב צום זאך און צום טעם, נישט אבי אין די וועלט אריין


זיי מיר ביטע מסביר וואס ביי דיר מיינט א "שמויגער" ווייל ביי מיר זענען מהר"א טייטלבוים מיט מהר"מ פילאפ די זעלבע שמויגער'ס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 22:23 לינק ישיר 

וויפיל מענטשן נעמען אן דעם פסק פון מרן הק' מסאטמאר וואס האט גע'אסר'ט דאס נעמען געלט? גיין צו די בחירות? און וויפיל נעמען אן דעם פסק פון אלע רבנים דעם "חוב קדוש" וואס האבן דאס מתיר געווען? אדרבה מאכט אליין דעם חשבון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 22:30 לינק ישיר 

משהלע כתב:
וויפיל מענטשן נעמען אן דעם פסק פון יחיד ר' געציל וואס האט דאס געאסערט?, און וויפיל נעמען אן דעם פסק פון די אלע בני יואל רבנים וואס האבן דאס מתיר געווען? אדרבה מאכט אליין דעם חשבון.

אדרבה, וויאזוי מאכט מען דעם חשבון איך בין גרייט איינצוגיין דערויף.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 22:45 לינק ישיר 

פריינדליך כתב:
איין קלייניגקייט ר' לייבוש איז א דיין? ניין! ר' געציל? יא! די זאכן דארף א דיין פסק'ן נישט א רבי. אוי פרעגסטו צו וועם צו גיין מיט א קוויטל? גיי צו ר' לייבוש. וועם פרעגן א הלכה? ר' געציל. און אויב האלטסטו אנדערש איז נישט דא וואס צו רעדן


א) דער פשעווארסקער רבי שליט"א, איז א מורה הוראה, א גאון אדיר, וואס קען כל התורה כולה. און בנגלה קען ער זיך אויך פארמעסטן מיט ר' געציל!

ב) ס'איז דא א פסק הלכה פון 8 גדולי ישראל אז מען חתונה מאכן אין קרית יואל, אן רשות פון ראט!

ג) די גאנצע ענין פון סידור קידושין דורך א מרא דאתרא, איז נישט הלכה'דיג, נאר השקפה'דיג א תקנה לטובת היהדות, וואס אין דעם איז דער פשעווארסקער רבי שליט"א, דער וואס איז מאסגעבנד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2010 01:22 לינק ישיר 

ממש טיפשות גענטפערד פינעם ערשטען מינוט
אוועקגעדרייט די שמועס וועגען פאבליק סקול וואס מען קען זען יעדע ווארט ווי עס שטינקט אמעראצעס.
אבער יעצט וועלין מיר נישט אריינגיין אין דעם
 אין לאמיר אריינגיין איבער פרעגען די ערשטע קשיא
ברחל בתך הקטנה
אין נאך דעם וואס די ליינסט עס איבער 40 מאל זאלסטי ענטפערין
 1
האט דער ברך משה זיך אראפגעזעצט מיט די 6 ערשטע טאטעס פין בני יואל פאר ער האט אויף זיי געשריגען שייגעטץ ארויס יא אדער ניין אין דארט איז זיין ווארט געווען הייליג אין טייער
 2
האט זיך בי'ד הגדול אראפ געזעצט מיט איינע פין די טאטעס אין זיי אויסגעהערט ?
 3
 האט זיך עגל דבש אראפגעזעצט מיט די הנהלה פין בני יואל פאר ער האט זיך אויפגעשטעלט ארויס געבען זיין פסק אקעגין אלע וואס האבען דארט חתונה געמאכט ? אין וואס גייען דארט חתונה מאכען

אין נאכדעם האבען ענק גענטפערט אז ר' לייביש אהער אדער אהין
זאג נאר וועם פרעגסטי א שאלה פין א רעספערעיטער סזאל קיינמאל נישט געשען
 ר' לייביש אדער עגל דבש. אדער דיין רבי רא"ט

נאכדעם פרעגסטי א געוואלדיגע שאלה
ווער גייט קימען זיין סידור קידושין אין בני יואל זאל
וועל איך דיר ענטפערין וועמען מען וועט מכבד זיין זאל עס זיין שאפראנער רב אדער קאשוי רב אדער יעדער איינער עס וועט זיך קיינער נישט אפהאלטען פין דעם
אין איין מענטש וועט נישט זיין
דאס איז זיכער
ווייסט ווער
דאס איז רא"ט פין קרית יואל וואס האט געוואלט איינרעדין אז ער איז רב אפילו אויף זיינע קעגנער אין הגאון הצדיק בעל רוח הקודש הרר' לייביש לייזער האט געפאסקען'ט אז ער נישט בעל הבית
נאך אביסען וועלין מיר געוואר ווערין ער איז ניטאמאל רב אין זיין אייגענע בהמ"ד
אין לגבי דיינע געפרייעדיגע געווינערייען אז אינז האבען א אויסגעשפילטע זאל לאמיר דיר ענטפערין איין זאך
 מיר וועלין רעדין אין א האלב יאר ארים




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2010 01:28 לינק ישיר 

אינטערעסאנט לויט ווי איך הער מאכט הג"ר יעקב יודא ברוין שליט"א מדייני קהלתינו בקרית יואל חתונה א טאכטער קומענדיגע וואך אין מאנסי.

אפשר נישט, קען איינער קאנפערמען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2010 01:42 לינק ישיר 

יא אין ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2010 01:47 לינק ישיר 

 מיר איז מער אינטרעסאנט אז דאס איז דאס ערשטע מאל וואס ער גייט אוועק פין קרית יואל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/10/2010 02:04 לינק ישיר 

דאס ערשטע מאל? טאקע אינטערעסאנט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2010 02:14 לינק ישיר 

בני יואל וועט אויך זיין צופרידן ווען נאר די בני יואלע תלמידות וועלן דארט חתונה האבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 07:52 לינק ישיר 

מען האלט דא נאך א 3 בלעטערדיגע אשכול די נושא איז שוין אוועקגעפארן און צוריקגעקומען. און מען האלט שוין פאר א זיכערקייט אז ר' לייבוש האט געזאגט אז עס איז קיין פראבלעם חתונה צו מאכן אין דעם זאל. מען טענה'ט זיך נאר אויב זיין פסק איז ווערט. ווער זאגט אז עס איז אמת די גאמצע מעשה? אדרבה! דא האט איר א באווייז אז עס איז "נישט" אמת דא האט איר א שמועס פון א יונגערמאן מיטן מחותן ר' גבריאל טאנג ווי ער לייקנט אז ער האט בכלל גערעדט צו ר' לייבוש דערוועגן! .1206-222-2427

תוקן על ידי פריינדליך ב- 21/10/2010 07:56:47




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דעת קדשו מהגה"ק מפשווארסק שליט"א בנוגע סידור קידושין אין ק"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.