מיליכיגער, ביסט נישט גערעכט, אפילו בשעת מלחמה איז דא א תורה, איך מיין אז קיין שום דיין וועט נישט מתיר זיין אזא זאך, איך האב שוין אמאל בשעת כעס געוואלט טון א ענליכע זאך, איך האב געפרעגט שארמאשער רב, האט ער מיר געענפערט אסור אסור אסור, כאטש ער איז געוועהן זייער אנגעווייטאגט אויפן מצב, אין ווער האט נאך אזויפיל געליטן פון די רשעים ווי ער, די תורה איז די תורה, אין אז מען גייט מיט די תורה פארלירט מען נישט, כאטש אין די שארט טירם קוקט אויס אזוי, איך האף מען פארשטייט וואס איך מיין צו זאגן.
|
|