בית פורומים כל העולם כולו

לאנדאן אין עסטאז צום ביקור קודש פין סאטמאר רבי שליט''א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/11/2010 18:38 לינק ישיר 

עמיצר שרייבט מיר יעצט
אז די זאליס זענען אין לאנדאן יעצט חרוב ונחרב, זיי האלטען עס נישט אויס אז לאנדאן איז איבערקערט אפי' אן פשעווארסקע רבי שליט''א - וועם זיי האבען געמוזט שלעפן כדי איבער צו דרייען לאנדאן,
(אין האט זיי אגב, געלאזט פייפן ביי די מסיבה)
זיי האבען יעצט גערופן מסר'ן וועגן די סיינס פארענט פין ביהמ''ד
נעבעך,

דער עולם זאל זיי ווייטער גענצליך איגנארירן
זיי זאלען רופן מסר'ן אין רופן די פייער לעשער, באקען למ''ב חלק 1000, אין זיצן אין זוכן וואס זיי קענען שטערן.
ואנחנו בשם ד' אלוקינו נזכיר להגדיל תורה ולהאדירה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/11/2010 20:25 לינק ישיר 

וואס מיינט למ''ב? האט דאס ציטין מיט ר''ת ברוך מרדכי לעבאוויטש"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2010 00:02 לינק ישיר 

מרן רבינו שליט"א אין לופט פעלד


 

 

 



 די גאסן פון לאנדאן


 

 

 

♦♦♦

מודעות איבער ביקור קודש פון מרן רבינו שליט"א

אין לאנדאן, און איבער די הכתרה

 

 

 

 

♦♦♦

♦♦♦

 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2010 00:05 לינק ישיר 

לאנדאן יצ"ו

 

אום 7:00 (לאנדאן צייט) אזייגער אינדערפרי איז דער פליגער פון מרן רבינו שליט"א געלאנדעט אין היטראו לופט פעלד אין לאנדאן, ווי עס האבן אפגעווארט דער רב שליט"א, און די ראשי הקהלה און הונדערטער אנשי שלומינו זקנים ונערים מקבל פנים צו זיין אבינו רועינו מרן רבינו שליט"א.

 

באלד נאכדעם וואס דער ציבור האט געהאט די זכי' צו קענען שלום געבן איז דער רבי אריין אין אויטא פון הרבני החסיד ר' משה ארי' פריינד הי"ו גבאי נאמן דקהלתינו הק' אין לאנדאן, ווי דער רבי שליט"א איז תיכף צוגעפאהרן צום אכסניא ביי הרבני הנגיד מוה"ר ישעי' וואלף לעוו הי"ו ראה"ק דקהלתינו הק'.

 

ארום 9:00 (לאנדאן צייט) אזייגער איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית, ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הב' חתן הבר מצוה בן מוה"ר שלמה יוסף לאנדא הי"ו פון לאנדאן.

 

נאכ'ן דאווענען איז הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א געקומען שלום נעמען פון מרן רבינו שליט"א אין חדר המיוחד שע"י ביהמ"ד הגדול.

 

אום 5:00 אזייגער (לאנדאן צייט) האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט דאווענען מנחה בבית האכסניא, און נאך מנחה איז אריבערגעקומען הגה"צ ר' חיים וואזנער שליט"א – דער געווענזער רב הקהלה – פאטער פון נייעם רב שליט"א וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פאהרן אויף לאנדאן לכבוד די הכתרה פון זיין זוהן, אויף א באזוך ביי מרן רבינו שליט"א ווי עס האט זיך פארמירט א הערליכע ידידות'דיגע שמועס.

 

דערנאך איז פאהרגעקומען אן אסיפה פון אלע ראשי וטובי הקהלה ביים רבי'ן שליט"א, ווי מען האט געחתמ'ט די היסטארישע קאנסוס פונעם נייעם רב שליט"א, און אויך דער רבי שליט"א האט געגעבן חתימת יד קדשו.

 

אצינד אין די נאכמיטאג שעה'ן שטאט דער רבי שליט"א ארום אפ באזוכן ביי די גדולי רבני העיר שליט"א.

 

מעמד הכתרת הגה"צ רב דקהלתינו לאנדאן שליט"א

מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך אנשי שלומינו תושבי אייראפע צו די גרוסע מעמד הכתרה וואס וועט אי"ה פאהרקומען היינט אויפדערנאכט אין ביהמ"ד הגדול אין לאנדאן בהשתתפות ראשי אלפי ישראל ובראשם כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ואתו עמו הרבני הגאונים תושבי העיר לאנדאן שליט"א.

 

די געטרייע עסקני קהלתינו הק' האבן אויסגעשטעלט דאס היכל ביהמ"ד הגדול מיט א מייאסטעטישע'ר געניטקייט צו קענען אקאמעדירן דעם גרויסן ציבור בליעה"ר אנשי שלומינו, און תושבי ורבני העיר.

 

אום 8:00 אזייער וועט אי"ה זיך אנהייבן דער מעמד, ווי עס וועט אי"ה אויפטרעטן הגה"צ דער מרא דאתרא – לאנדאנ'ער רב שליט"א, און דערנאך הגה"צ ר' חיים וואזנער שליט"א.און נאך.

אנשי שלומינו קוקן ספעציעל ארויס אויף די צענטראלע דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א ביי דעם גרויסן מעמד.

 

מ'וועט אי"ה קענען מיטהאלטן די גאנצע מעמד אויף קול סאטמאר ביי די לייוו הוק-אפ'ס.

 

-גדול יהי' כבוד המעמד הזה-

 

מרן רבינו שליט"א אנקומענד'יג קיין לאנדאן בשטומ"צ

 

בילדער דורך:

ד. ברוין

ח.ה.

ש.מ.פ.

 

בשעת'ן אפשטייגן פון פליגער

 

ראשי וטובי קהלתינו הק' ביים אפווארטן דעם רבי'ן שליט"א

 

דער עולם אין לופט פעלד ביי שלום נעמען

 

 

אנקומענדי'ג צום אכסניא בבית הרבני החסיר מוה"ר ישעי' וואלף לעוו הי"ו, ראה"ק

 

 

גייענדי'ג צו תפילת שחרית

 

 

ביים תפילין לייגן פאר א בר מצוה בחור

>

 

>

 

 

 

♦♦♦



הגה"צ ר' חיים הלוי וואזנער שליט"א

אנקומענד'יג קיין לאנדאן לכבוד די הכתרה

 

בנו הגה"צ אבד"ק דקהלתינו לאנדאן שליט"א ביים מקבל פנים זיין אביו הגדול שליט"א

 

 

♦♦♦



אכסניית כבוד פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין לאנדאן

 

עסקני קהלתינו הק' רעדן זיך דורך די גענויע דעטאלן

פונעם הכתרה מיט'ן געטרייען ראה"ק הרה"ח ר' ישעי' וואלף הי"ו

 




 

 

 

♦♦♦



♦♦♦

 

 

 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2010 00:36 לינק ישיר 
ביהמ''ד הגדול ביים צוגרייטן צו גרויסען מעמד





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2010 00:37 לינק ישיר 

לאנדאן יצ"ו

 

פאלגענד איז דער באריכט פון ביז ווי  מיר האבן נעכטן באריכטעט:

ביים זמן מעריב האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט דאווענען מעריב אין די אכסניא, און נאך מעריב זענען די הנהלת המוסדות רוחניות און גשמיות געקומען צום רבי'ן שליט"א ווי עס איז אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה איבער ענינים העומדים על הפרק און איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן שליט"א א באריכט איבער די היזיגע מוסדות.

 

דערנאך איז הרה"ג ר' ישראל חיים הורוויץ שליט"א רב ד'קהלתינו הק' פון מאנטשעסטער געקומען צום רבי'ן שליט"א אויף א באזוך, ווי עס איז פארמירט געווארן א שיינער שמועס.

 

דאן איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן דעם מרא דאתרא לאנדאנ'ער רב שליט"א וועלעכער האט אויפגענומען דעם רבי'ן שליט"א ביותרת הכבוד, און עס איז פארמירט געווארען גאהר א ידידות'דיגער און תרה'דיגער שמועס.

 

נאך דעם באזוך איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום שטוב פון הרבני החסיד מוה"ר פנחס ענגלענדער הי"ו ווי דער רבי שליט"א האט געגעבן א ביקור גומלין פאר הגה"צ ר' חיים וואזנער שליט"א, ווי מען האט שיין ארומגעשמועסט בדברי תורה ועוד.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א ארויף אויף א באזוך צו הרה"ג ר' אליעזר דוד פריעדמאן שליט"א רב דקהל בעלזא-מאכניווקא אים צו באזוכן.

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום זקן ראשי ישיבות הגאון ר' אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבת הרמה ד'לאנדאן, ווי ער האט אויפגענומען דעם רבי'ן שליט"א בחיבה יתירה, און עס אנטוויקעלט געווארען א שיינער שמועס בדברי תורה און נאך.

 

דער היסטארישער מעמד הכתרה

גלייך פון דארט איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום ביהמ"ד הגדול ווי עס האט שוין אפגעווארט א פול געפאקטער ביהמ"ד פון אנשי שלומינו ראשי וטובי קהלתינו, און רבני העיר, זקנים ונערים, וועלכער האבן שוין ארויסגעקוקט אויפן רבינ'ס אנקום.

 

באלד ווי דער רבי שליט"א איז ערשינען אין ביהמ"ד הגדול האט דער ציבור ספאנטאן אויסגעבראכן אין א "ברוך הבא" געזאנג וועלכער האט אנגעהאלטן פאר א שטיק צייט מיט א גרויס התרגשות און א חדוה עילאה, בשעת ווען די פול געפאקטער ביהמ"ד מיט די הויכע פארענשטן טאנצן און דאנקן השי"ת צו אט די זכי' און געלעגנהייט אז דער רבי שליט"א איז פערזענליך געקומען ערשיינען די שמחה פון די קהילה.

 

דאן האט דער יו"ר הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו גבאי נאמן דקהלתינו הק' אין לאנדאן באגריסט דעם רבי'ן שליט"א (אלע דרשות קען מען הערן אויף קול סאטמאר), און דערנאך אויפגערופן דעם מרא דאתרא הרב פדווא שליט"א, וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה לכבוד המעמד, און ארויסגעברענגט אז אין די קורצע צייט וואס דער נייער רב שליט"א געפונט זיך אין די שטאט האט ער אויפגעלעבט די שטאט, און געמאכט א טויש אין די גאנצע שטאהט.

 

דערנאך האט אויפגעטרעטן דער פריעדיגע רב הקהלה הגה"צ ר' חיים וואזנער שליט"א וועלכער האט מיט גרויס התרגשות ארויסגעברענגט זיין שמחה מיט'ן הכתרה פון זיין חשוב'ן זוהן אלס רב הקהלה.

 

דאן האט אויפגעטרעטן הרב אברהם אלי' וואזנער שליט"א א ברידער פונע'ם נייעם רב שליט"א וועלעכער האט איבערגעגעבן די שליחות הקודש פון זייער גרויסן זייד'ן הגאון הגדול פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א וועלכער האט פערזענליך געשיקט א בריוו לכבוד די הכתרה פון זיין חשוב'ן אייניקל, און האט פאהרגעליינט די ווארימע ווערטער פונעם מכתב, און עס דערנאך איבערגעגעבן פאר'ן רב שליט"א.

 

דערנאך האט דער יו"ר הי"ו געזאגט אז לכתחילה איז געווען אין פלאן מכבד צו זיין הרה"ח הישיש ר' יוסף אייזיק לעוו הי"ו מראה"ק ויו"ר הנהלת בית רחל פאהרצוליינען און איבערגעבן דעם קאנסוס פאר'ן נייעם רב שליט"א בשם די קהילה, נאר אזוי ווי ער איז נישט בכח וועט ער עס טוהן. און דאן האט ער פאהרגעליינט דעם קאנסוס וועלעכער איז שוין פון פריער געווען אינטערגעשריבן דורך אלע ראשי וטובי הקהל, און דורך מרן רבינו שליט"א, און דאן האט מען איבערגעגעבן דעם קאנסוס פאר'ן רב שליט"א.

 

ווי נאר מען האט איבערגעגעבן דעם קאנסוס האט דער ציבור ספאנטאן אויסגעבראכן און א געזאנג פון קול רנה וישועה.. דער רבי זאל לעבן א מזל טוב, דער רב זאל לעבן א מזל טוב.. און דאן האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים פאר'ן רב און די רבנים און פאר'ן גאנצער ציבור בצהלות פניו.

 

אצינד האט מען אויסגערופן די ניי געקרוינטן רב שליט"א צו זאגן זיין איינצוגס דרשה כמנהג, ווי דער רב שליט"א האט געזאגט א הערליכע פולפול אין די סוגיא פון מין במינו בטל, און דאן באריכות ארומגערעדט אז אין די ג' חדשים להבחנה האט ער שוין קענען געלערנט ווי חשוב די סאטמארער קהילה אין לאנדאן איז, און וואס פארא כבוד דאס איז פאר אים.

 

דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן די דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א (מיר האפן שפעטער אראפצוברענגען די תוכן דברות קודש).

 

נאך די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א האט מען זיך אויפגעשטעלט אין א רקידה וועלכער האט אנגעהאלטן פאר א לענגערע צייט (מרן רבינו שליט"א איז געבליבן זיצן בשעת'ן טאנצן צוליב די ימי האבילות אחרי אמו הרבנית הצדיקת ע"ה). און דערנאך האט דער גאנצער ציבור געהאט די געלעגנהייט אדורכצוגיין וואונטשן לחיים און מזל טוב פאר'ן רבי'ן שליט"א און דער נייער רב שליט"א לרגל די גרויסע שמחה, וועלכעס האט געדויערט א לענגערע צייט ביז דער גאנצער עולם האט געקענט דורכגיין בשעת ווען אויף די פארענטשע'ס טאנצן די אברכים און בחורי חמד באגלייט מיט לעבעדיגע מוזיק.

 

מיט געפולן מלא שמחה און התרוממות איז דער ציבור זיך צעגאנגען פונע'ם היסטארישען מעמד.

 

-כי אורך ימים ושנות חיים ושלום יוסיפו לך-

 ♦♦♦

 

עס איז שוין געווען נאך 12:00 אזייגער ווען די אנ"ש תושבי אנטווערפן וועלעכע זענען געקומען צו פאהרן צו די הכתרה האבן געהאט די זכי' אריינצוגיין אל הקודש פנימה להתברך בפו"פ.

 

אויך האט מרן רבינו שליט"א נעכטן אריינגעריבן אן אות אינע'ם ספר תורה וואס הר"ר זאב גליק שליט"א מלמד במוסדותינו הק' גיט אריין לע"נ יבלחט"א בנו ע"ה, אין ביהמ"ד דושינסקיא אין לאנדאן אין געציילטע וואכן ארום.

 

מיר וועלן אי"ה ממשיך זיין מיט'ן באריכט פון היינט אינדערפרי און ווייטער.

 ♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2010 00:38 לינק ישיר 


בילדער דורך: בחצרות סאטמאר

ד. ברוין

ח.ה.

ש.מ.פ.

 

הגה"צ ר' חיים הלוי וואזנער שליט"א בעל שמחת הלוי, באזוכט ביי מרן רבינו שליט"א

 

 

 



♦♦♦

אסיפה פון הנהלת המוסדות ביי מרן רבינו שליט"א

 

הגה"צ רב דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א ביי מרן רבינו שליט"א

 

 

♦♦♦



מרן רבינו שליט"א באזוכט ביי הגה"צ גאב"ד לאנדאן שליט"א

 

 

 



♦♦♦

ביקור גומלין ביי הגה"צ ר' חים הלוי וואזנער שליט"א

 

 

ביקור ביי הגה"צ ר' אליעזר דוד פריעדמאן שליט"א אבד"ק בעלזא-מאכניווקא



♦♦♦

באזוך ביי הגאון ר' אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבת הרמה

 

♦♦♦





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2010 21:51 לינק ישיר 

טויזענטער טאנצען יעצט אין די לאנדאן גאסען ביים הכנסת ס''ת
א הערליכע מעמד
אשרי עין ראתה כל אלה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/11/2010 22:45 לינק ישיר 


פון בחדרי חרדים

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=21084


האדמו"ר מסאטמר 'המליך' את הגרי"ב וואזנר
בממלכה הבריטית נערך מעמד הכתרת הגרי"ב וואזנר, עד לאחרונה רב קהילות החסידים באלעד, לגאב"ד סאטמר בלונדון • בין האורחים: האדמו"ר מסאטמר והגר"ח וואזנר, אביו של הגאב"ד הטרי • גלריה
בני הכהן, בחדרי חרדים 18:12 02/11/2010
האדמו"ר מסאטמר ברחובות לונדון   
 
שלח לחבר
0


































































דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/11/2010 00:01 לינק ישיר 

לאנדאן יצ"ו

 

ביקור קודש – צווייטן טאג

 

יום ג' פ' תולדות העעל"ט

נעכטן דינסטאג אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי התלמוד תורה פון כיתות ד' און העכער, ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הב' חתן הבר מצוה בן מוה"ר יצחק יוסף פריעדמאן הי"ו פון לאנדאן.

 

נאכ'ן דאווענען זענען אלע איבריגע כיתות אויך אריבערגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פאהרגעקומען א מסיבה מיט אלע תשב"ר תלמידי הת"ת, ווי עס האט זיך אנטפלעקט א מחזה הוד זעענד'יג אלע תלמידי הת"ת אויסגעשורה'ט אויפן גאנצן לענג און ברייט פונע'ם היכל ביהמ"ד הגדול.

 

אויך זענען אנוועזענד געווען ביי דער מסיבה די ראשי הקהלה און די דייני ורבני הקהלה, חברי הנהלת המוסדות, און דער נייער רב שליט"א, און נאך.

 

געעפענט דעם מעמד האט דער מנהל הת"ת הר"ר משה פעלבערבוים שליט"א, וועלכער האט בשם די קינדער מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א, און האט איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן שליט"א א מתנה וואס די חשובע תלמידי הת"ת האבן צוגעשטעלט לכבוד דעם רבי'ן שליט"א'ס ביקור קודש ביי זיי אין די שטאט, 2-טויזענט-הונדערט-איין-אין-פופציג (2151) שעות רצופות, וואס די קינדער האבן געלערנט אין די לעצטע אנדערהאלבן וואך – זייט עס איז באשטימט געווארען אז דער רבי שליט"א וועט אי"ה ערשיינען אויף א ביקור קודש בתוככי עיר לאנדאן.

 

גאהר קענטיג איז געווען דער קורת רוח וואס די הערליכע מתנה האט געשאפן פאר מרן רבינו הגה"ק שליט"א, וועלכער האט איבערגענומען די רשימה פונעם מנהל און דורכגעקוקט בפרטיות מיט א גרויס התרגשות.

 

דאן האט דער מנהל הת"ת אויסגערופן דעם רב שליט"א צו קומען רעדן פאר די קינדער לכבוד אט דעם גרויסן געלעגנהייט.

 

דער רב שליט"א האט געזאגט א שיינע דרשה און האט ערווענט פאר די קינדער אז די תלמידים דארפן האבן גרויס הכרת הטוב פאר'ן רבי'ן שליט"א וועלכער זארגט זיך כסדר פאר זיי, און דער ריכטיגער הכרת הטוב וועט זיין ווען צום סוף זמן הלימודים וועלן זיך די קינדער אי"ה פארהערן די לימודים.

 

דאן האבן די קינדער געזינגען ספעציעל שיינע פארפאסטע חרוזים לכבוד מרן רבינו שליט"א, און דערנאך האבן די קינדער זוכה געווען צו הערן דברות קודש פון רבי'ן זאל זיין געזונט.

 

דער רבי שליט"א האט ארומגערעדט צו די קינדער דברי מוסר און בתוך הדברים שטארק ערווענט די מידת האמת וואס עס איז זייער וויכטיג אז מען זאל זיך איינגעוויינען פון קינדווייז אהן, אזוי ווי מיר פלעגן כסדר הערן פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.

 

נאך די לענגערע דברות קודש האט דער רבי שליט"א אויסגעטיילט מתנות פאר די קינדער, די אינגערע קינדער האבן ערהאלטן א סידור, און די עלטערע קינדער האבן ערהאלטן א ספר משלי מיט טייטש.

 

מיט א שטארקע התעוררות און קבלה אויף ווייטער האבן זיך די קינדער געלאזט אין חדר אריין נאך אזא געהויבענע און התרגשות'דיגע מעמד מיט'ן רבי'ן שליט"א.

 

באזוכן ביי רבני העיר שליט"א און אין די בניני המוסדות

אין די מיטאג שטונדן האט דער רבי שליט"א אפגעשטאהט א באזוך ביי הרה"ג ר' ארי' ווייס שליט"א רב  דביהמ"ד וויזניץ-ב"ב אין לאנדאן, און דאן ביי ש"ב הרה"ג ר' דוד האגער שליט"א רב דביהמ"ד וויזניץ-מאנסי.

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א גאהר קורצע באזוך אין די בנין הבית רחל, און אויפן וועג ארויס האט דער רבי שליט"א געבענשט מטבעות וועלכער ער האט איבערגעגעבן פאר הרה"ח ר' יוסף אייזיק לעוו הי"ו יו"ר ההנהלה פון די בית רחל, וועלכער מען האט שפעטער אויסגעטיילט פאר די תלמידות.

 

נאכ'ן באזוך אין די מיידל סקול איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א באזוך בבית הרה"ג ר' ישראל אלימלך לייזער שליט"א רב דק' פשעווארסק אין לאנדאן, זוהן פון האדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א, און דערנאך האט דער רבי שליט"א באזוכט ש"ב הרה"ג ר' יצחק באב"ד אבד"ק טארטיקוב שליט"א ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס וועגן די אבות המשפחה און זייערע זיידע'ס למעלה בקודש.

 

דאן איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן הגה"צ רב דקהלתינו שליט"א, און דערנאך ביי הרה"ג ר' שלום פריעדמאן שליט"א דומ"ץ התאחדות הקהילות חרדים, ווי עס איז פארצויגן געווארן א שיינער שמועס איבער עניני שחיטה און נאך.

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן הרה"ג ר' אהרן דוד דוננער שליט"א ראב"ד לאנדאן ווי עס איז פארצויגן געווארן א שיינער שמועס און דערנאך האט דער ראב"ד שליט"א געבעטן דעם רבי'ן צו קומען לייגן אן אבן הפינה ביי די נייע מקוה טהרה וואס גייט אי"ה אצינד געבויעט ווערן אין די שטאט תחת השגחתו.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א אריבער צום בנין התלמוד תורה ווי דער רבי שליט"א איז ארום אין די חדרים און פארהערט אין יעדן כיתה באזונדער און קענטיג געשפעט נחת דקדושה פון די צאן קדשים.

 

נאכ'ן ארומגיין אינעם בנין איז דער רבי שליט"א ארויס צום שטח ווי עס גייט אצינד אהן די העפטיגע פלאנירונגען צום נייעם בנין הת"ת וואס גייט אי"ה בקרוב געבויעט ווערן אויפן ארט, און הר"ר אליזער לעוו הי"ו זוהן פון ר' ישעי' וואלף הי"ו ראה"ק, וועלכער גיט זיך שטארק אוועק אצינד פאר די בוי פלאנירונגען, האט איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן שליט"א א פונקטליכער באריכט איבער די בוי פלענער.

 

באלד דערנאך איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום ביהמ"ד סטאניסלאוו ווי די כיתות פון ט' און י' זענען אצינד פלאצירט, ווי דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורי חמד, און דערנאך געדאווענט מנחה מיט די בחורים.

 

נאך מנחה איז דער רבי שליט"א געגאנגען אויף א באזוך ביי הרה"ג ר' זאב פעלדמאן שליט"א רב דקהל עץ חיים ווי עס איז פארצויגן געווארן א שמועס איבער'ן ענין וואס דער רבי שליט"א האט ערווענט ביי די משא הקודש א טאג בעפאר ביים גרויסן מעמד הכתרה אז די איכות איז איבער די כמות און דאס איז דער עיקר, ווי דער חשובע'ר רב שליט"א האט געברענגט כמה ראיות דערצו פון פארשידענע סגיות.

 

פון דארט איז מרן רבינו שליט"א אריבער באזוכן הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א ווי עס איז געווען א גאהר ידידות'יגער שמועס בדברי תורה און נאך, און נאך דעם באזוך איז דער רבי שליט"א געווען באזוכן הרה"ג ר' יוסף פאדווא שליט"א דומ"ץ התאחדות הקהילות חרדים און רב השחיטה כדתיא, ווי עס איז פארצויגן געווארן א שמועס בעניני שחיטה איבער וואס דער דיין שליט"א איז ממונה אין לאנדאן.

 

התמנות דומ"ץ דקהלתינו לאנדאן

אין די נאכמיטאג שטונדן איז אין רבין'ס אכסניא פאהרגעקומען א התרגשות'דיגער מעמד, ווי דער רבי שליט"א אינאיינעם מיט די טובי הקהל האבן ממנה געווען הרה"ג ר' שמעי' לעוו שליט"א זוהן פון הרבני הנגיד מוה"ר ישעי' וואלף הי"ו ראה"ק דקהלתינו, אלס דומ"ץ דקהלתינו אין לאנדאן.

 

נאכדעם וואס אלע טובי הקהל האבן געחתמ'ט דעם שטר התמנות האט דער רבי שליט"א און אויך דער רב שליט"א געחתמ'ט, און דערנאך האט הרה"ח ר' ישראל יעקב פרענקל הי"ו – מטובי הקהל פאהרגעליינט דעם שטר התמנות, און דאן האט מען געטרינקן לחיים און דער רבי שליט"א האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר'ן דיין שליט"א און אלע ראשי הקהלה.

 

דאן האט אויפגעטרעטן דער נייער דיין שליט"א און דערנאך דער רב שליט"א וועלכער האט שטארק ארומגערעדט בשבח פונעם דיין שליט"א אז אין די קורצע פאהר וואכן וואס ער האט אים קענען גלערענט האט ער שטארק מפליא געווען זיינע געוואלדיגע מעלות, און וואס פארא גדול בתורה ער איז.

 

דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש לכבוד דעם געלעגנהייט. דער רבי האט אויך שטארק ערווענט בשבחו פונעם דיין, און אזוי אויך ערווענט וואספארא גרויסע טאג עס איז פאר'ן פאטער פון דיין הרה"ח ר' ישעי' וואלף הי"ו אז ער האט דער זכי' צו זעהן אזא נחת ביי זיינע חשוב'ע קינדער.

 

אסיפות מיט די הנהלת המוסדות

נאכ'ן מסיבת לחיים זענען די חברי הנהלת רוחניות און גשמיות פון די בית רחל געקומען צום רבי'ן שליט"א אויף א אסיפה איבערצורעדן פארשידענע נושאים ווי דער רבי שליט"א האט זיך שטארק פאראינטרעסירט אויף אלע פרטים פונעם בית חינוך לבנות.

 

דאן איז פאהרגעקומען אן אסיפת מלמדים מיט אלע מלמדים פון די תלמוד תורה, ווי דער רבי שליט"א האט זיי משמיע געווען דברי הדרכה אין זייער עבודת הקודש. נאך די אסיפה איז געווען א ספעציעלע געלעגנהייט פאר די מלמדים אריינצוגיין אל הקודש פנימה להתברך בפו"פ.

 

דאן האט זיך אנגעהויבן זמני כניסה פאר אנ"ש תושבי לאנדאן וואס האט זיך פארצויגן פאר לענגערע שעות, ביז ארום 2:30 אויפדערנאכט.

 

ביי די זמני כניסה איז געווען א געלגענהייט פאר אנ"ש תורם צו זיין פאר'ן נייעם ביהמ"ד דקהלתינו אין לאנדאן אויף היטלענד ראוד, וואס ביי דער מעמד הכתרה האט עס מרן רבינו שליט"א קורא שם געווען לשמו ולזכרו פונע'ם פעטער מרן רביה"ק זי"ע "ויואל משה", און מען האט געקענט אריינטראגן די נדבות פערזענליך איבערצוגעבן לידי קדשו פון מרן רבינו שליט"א און ערהאלטן פון רבי'ן א לעדערנע תפילה ישרה סידור מיט חתי"ק פון רבי'ן שליט"א.

 

עס איז שוין געווען נאך 2:30 אויפדערנאכט ווען דער רבי שליט"א איז אריבער אין שטוב פון העסקן מוה"ר יואל שעהר הי"ו ווי דער רבי שליט"א האט געשריבן אן אות לגומרה של תורה אינעם ספר תורה וואס ווערט אי"ה היינט אריינגעגעבן אין ביהמ"ד הגדול אין לאנדאן לע"נ אביו מרן רביה"ק זי"ע,.

 

נאך די כתיבת ספר תורה איז דער רבי שליט"א – אויפן פערזענליכן רוף פון הרה"ג ראב"ד לאנדאן שליט"א – אריבער צו די ארט ווי מען גייט אי"ה בויען א נייע מקוה טהרה, און דארט געלייגט דעם גרונד שטיין, און אויפן ארט אז פארמירט געווארן א שיינער שמועס מיט הרה"ג ראב"ד לאנדאן שליט"א בהלכות ועניני מקוואות.

 ♦♦♦

 

ביקור קודש – דריטן טאג

יום ד' פ' תולדות - אינדערפרי

 

היינט אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול  מיט די תלמידי  הת"ת פון כיתה ז' און העכער, ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הב' חתן הבר מצוה בן הרבני הנגיד ר' ירמי' קאהן הי"ו פון גאלדעס גרין.

 

נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א אריבער באזוכן דעם פלייש באנק דקהלתינו הק' אין לאנדאן, ווי דער רבי האט א לענגערע צייט אבזערווירט אלע פרטים אינעם געשפעט און געגעבן פונקטליכע אנווייזונגען אויף די חלק הניקור וויאזוי עס דארף געטוהן צו ווערן.

 

מיט די באריכטן פון איבער'ן טאג וועלן מיר אי"ה ממשיך זיין.

 ♦♦♦

 

הכנסת ספר תורה

לע"נ מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

א יום טוב'דיגע שטימונג הערשט אצינד אין לאנדאן מיט די לעצטע הכנות צום גראנדיעזן מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך בני קהלתינו הי"ו פוןן לאנדאן לע"נ מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און וועט אי"ה היינט אריינגעגעבן ווערן אין ביהמ"ד הגדול בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א.

 

-שושו ושמחו בשמחת התורה-

 ♦♦♦





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2010 00:03 לינק ישיר 

מעמד הכתרה אין לאנדאן

 

בילדער דורך:

ד. ברוין

ח.ה.

ש.מ.פ.

 


 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2010 00:04 לינק ישיר 

 

 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2010 00:05 לינק ישיר 

♦♦♦

קאנסוס - וואס קהל האט געגעבן פאר אבד"ק קהלתינו שליט"א אין לאנדאן

מכתב קודש פון הגאון פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א לרגל די הכתרה פון זיין אייניקל

 

 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2010 00:05 לינק ישיר 

♦♦♦

מודעות איבערן מעמד הכנסת ספר תורה

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2010 00:34 לינק ישיר 

דער אימעיל פונעם מערכת פאר קאמענטארן, נייעסן, בילדער,

און וויאזוי אויך ארויפצוגיין אויף אונזער רשימה איז:

[email protected] 

 

ארויפצוגיין אויף אונזער ליסטע, אדער אראפצוגיין

 מוז אריינגעשיקט ווערן א אימעיל אדרעס מיט א נאמען

פונעם ערהאלטער פון יענער אדרעס און שטאט ווי מען וואוינט.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > לאנדאן אין עסטאז צום ביקור קודש פין סאטמאר רבי שליט''א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.