ביקור קודש – דריטן טאג
יום ד' פ' תולדות
נאכדעם וואס דער רבי האט פארלאזט דעם פלייש באנק דקהלתינו הק', איז דער רבי שליט"א אריבער צו די בנין הבית רחל אויף קעזענאוו רד. ווי עס לערנען די קלענרע מיידלעך, און דארט איז דער רבי אריינגעפאהרן אין די גארטן ווי די תלמידות זענען געווען אויסגעשורה'ט און אפגעווארט דעם רבי'ן שליט"א.
דער רבי שליט"א איז ארויסגעקומען פון אויטא און געזאגט ברכת קדשו פאר די תלמידות, און דארט אויך אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יוסף אייזיק לעוו הי"ו יו"ר ההנהלה, דערנאך האט דער רבי שליט"א איבערגעגבן מטבעות קודש פאר'ן מנהל פון די מיידל שולע הר"ר מענדל ווייס שליט"א וועלעכער האט עס שפעטער אויסגעטיילט פאר די תלמידות.
דאן איז דער רבי שליט"א צירוקגעגאנגען צו די אכסניא, און עס זענען געקומען די רבני העיר שליט"א אויף ביקורי גומלין, קודם איז געקומען הרה"ג ר' נפתלי אלימלך לייזער שליט"א רב דק' פשעווארסק, און בשעת דעם באזוך זענען אנגעקומען הרה"ג ר' אפרים פאדווא שליט"א גאב"ד לאנדאן, הגאון ר' אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבת הרמה, הרה"ג ר' אהרן דוד דוננער שליט"א ראב"ד לאנדאן, הרה"ג ר' שלום פריעדמאן שליט"א דומ"ץ התאחה"ק חרדים, און הרה"ג ר' יצחק באב"ד שליט"א אבד"ק טארטיקוב.
עס האט זיך ביי דעם געהויבענע באזוך פארמירט א אינטהאלטסרייכער שמועס בדברי תורה און נאך, און דאן איז אנטשטאנען א שמועס אינען ענין פון די בתי חיים אין אייראפע אין וועלכער ר' אליקים שליט"א טוהט אויף די לעצטע שטיק צייט גדולות ונצורות, און דאן האט ר' אליקים שליט"א פארגעלייגט פאר'ן רבי'ן שאלות בהלכה וויאזוי זיך צו פירן אין פארשידענע קאמפליצירטע אופנים וואס קומט אלס אונטער אין די דאזיגע בתי חיים ווי פירות ביימער און נאך.
דאן איז פארפירט געווארן א שמועס בעניני שמות אשים ונשים, און נעמען פון חתנים און מחותנים וכו'.
נאך דעם באזוך איז געקומען הרה"ג ר' ארי' וויס שליט"א רב דחסידי וויזניץ בני ברק אין לאנדאן אינאיינעם מיט הרה"ג ר' אליזער דוד פריעדמאן שליט"א רב דק' בעלזא-מאכניווקא אויף א ביקור גומלין, ווי עס איז אנטשטאנען א שיינער שמועס. דערנאך איז הרה"ג ר' אליעזר דוד פריעדמאן שליט"א באזונדער אריין אל הקודש פנימה ביחידות לברך ולהתברך בפו"פ.
אין די נאכמיטאג שטונדען אנגעהויבן פון 1:30 איז געווען זמן כניסה פאר אנ"ש, וועלעכער האט זיך פארצויגן ביז ארום 6:30 ווען מען האט געמוזט אפשטעלן צוליב די מעמד הכנסת ספר תורה וועלכע האט שוין געווארט אויפ'ן הופעת מרן רבי'ן שליט"א.
מעמד הכנסת ספר תורה לע"נ מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע
א יום טוב'דיגער שטימונג האט געהערשט אין די גאסן פון לאנדאן בשעת ווען אנשי שלומינו אנגעטאהן מיט בגדי שבת האבן געשפרייזט אין די מאסן צום גרויסארטיגן מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געואורן דורך די בני הקהלה אין לאנדאן לע"נ מרן רביה"ק זי"ע.
מרן רבינו שליט"א איז אנגעקומען ארום 7:00 אין שטוב פון הרה"ג צבי הערש לאנגבערג שליט"א ר"מ בישיבת תורת חסד, וועלעכע זיין טאטע הרה"ח אביגדור הי"ו האט געקויפט די זכות אז פון דעם שטוב זאל דער ספר תורה ארויסגיין, און דארט האט דער רבי שליט"א געמאכט הגבה אויפ'ן ספר תורה און דער רב שליט"א איז געגאנגען גלולה בשעת ווען אלע אנוועזנדע לאזן זיך ארויס אין א רקידה.
פאר אפאר מינוט האט דער רבי שליט"א געטאנצן מיט'ן ספר תורה און דערנאך עס ארויסגעפיהרט לרחובה של עיר ווי עס איז פאהרגעקומען א פראכטפולע תהלוכה לכבודה של תורה בשעת ווען דער רב שליט"א און אלע ראשי וחברי הקהלה טאנצן מיט'ן ספר תורה ווערנ'דיג געפירט אין ריכטונג פון בית מדרשינו הגדול.
דאן איז דער רבי שליט"א צירוקגעגאנגען אין אכסניא און דער תהלוכה איז אנגעגאנגען אויף א לענגערע צייט אין די לאנדאנע'ר גאסן.
אנקומענדיג צו די שערי בית מדרשינו הגדול האט הגה"צ דער רב שליט"א איבערגענומען דעם ס"ת און ער האט עס אריינגעפירט אין היכל ביהמ"ד הגדול בשעת ווען דער ביהמ"ד איז פול געפאקט מקצה אל הקצה, איין זייט ביהמ"ד איז ספעציעל באשטימט געווארען פאר די ילדי הת"ת און די אנדערע זייט פאר די בחורים און אברכים, און די בעלי בתים וחשובי העדה פרייען זיך בשמחת התורה אין חלל פון ביהמ"ד הגדול.
נאך א שטיק צייט טאנצן מיט די ספר תורה האט דער רב שליט"א גענומען לידו הרה"ג דעם דיין שליט"א און די איבריגע דייני הקהלה ווען אלע אינאיינעם טאנצן און פרייען זיך בשבת אחים גם יחד בשמחת התורה.
א לענגערע שעה האט געדויערט דאס טאנצן בשעת ווען פולע רבני העיר שליט"א וחשובי העדה טאנצן מיט די ספר תורה, און דאן איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מעמד הריקודין ווען דער פול קעפיגער עולם גייט אריין אין א געוואלדיגע עקסטאז.
צוליב'ן זיך געפונען בימי האבילות אמו האט דער רבי שליט"א נישט ארומגעטאנצן מיט די ספר תורה נאר געשטאנען אויף איין ארט און זיך געפרייט בשמחת התורה, ווען דער ציבור טאנצט לכבודה של תורה און לויבענדיג השי"ת פאר די זכי' אז מ'האט דעם רבי'ן שליט"א'ס השתתפות ביי אט דער געוואלדיגע שמחה.
נאך די ריקודין האט דער רבי שליט"א פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעוררות, און דערנאך איז דער עולם אריין אינע'ם דערנעבענדיגן זאל בשעת ווען די עסקנים גרייטן צו דאס ביהמ"ד פאר די סעודה.
דאן איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום שטוב פון הנגיד מוה"ר יושע נחמן ברמ"א שרייבער הי"ו וועלכער האט מנדב געווען א שיינעם סכום לטובת דאס ביהמ"ד החדש ויואל משה אויף היטלענד רד.
פון דארט איז דער רבי שליט"א געגאנגען באזוכן דעם סטאניסלאווער רבי שליט"א ווי עס איז פארצויגן געווארן א שיינער שמועס.
דערנאך איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום שטוב פון הרנבי החסיד מוה"ר אביגדור לאנגבערג שליט"א, און דאן צום שטוב פון הרה"ח הנגיד ר' יושע ווינבערגער הי"ו וועלכע האבן אויך מנדב געווען סכומים הגונים פאר'ן נייען ביהמ"ד.
דערנאך איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א באזוך צו הגה"צ אבד"ק ליעזש שליט"א. און פון דארט איז דער רבי שליט"א צירוק אין אכסניא ווי מען האט געדאווענט מעריב. און נאך מעריב איז הרה"ג ר' דוד האגער שליט"א רב דחסידי וויזניץ מאנסי אריבערגעקומען אויף א ביקור גומלין צום רבי'ן שליט"א.
בשעת מעשה איז פאהרגעקומען דער סעודה לכבוד של תורה אין היכל ביהמ"ד הגדול, ווי עס האט אויפגעטרטעטן הרה"ג דער נייער דיין הקהלה שליט"א מיט דברי תורה לכבוד המאורע.
דאן איז מרן רבינו שליט"א ערשינען צום מעמד ווען דער עולם טאנצט מיט'ן ניגון "טוב להודות לה"' מיט א געוואלדיגע שבח והודי' צום באשעפער פאר די געלעגנהייט, וואס האט אנגעהאלטן פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט מען אנגעהויבן זינגען ניגוני התעוררות, דעם ניגון "אחת שאלתי" און אויך " והאר עינינו" ווען עס הערשט א געוואלדיגע ערנסטקייט און התרוממות הנפש אינעם ביהמ"ד .
דאן האט דער רב שליט"א געזאגט א דרשה, ווע אין צווישן אנדערען האט ער ארומגערעדט אז די הלכה איז אז מ'טאהר נישט מטלטל זיין א ספר תורה לבטלה סתם אזוי, און ממילא זאל מען זעהן אז מיט דעם וואס מען האט מטלטל געווען א ספר תורה און מטריח געווען דעם רבי'ן זאל זיין געזונט צו קומען אויף לאנדאן, זאל עס טאקע אויפטוהן לטובה אין עניני רוחניות. און דאן מעורר געווען אויף פארשידענע קבלות טובות וואס מען דארף נעמען אויף זיך, ווי נישט רעדן בין גברא לגברא און נאך.
דאן האט מען פארגזעצט מיט ניגוני התעורוות ווי מען האט געזינגען דעם שטאטן ניגון "צמאה לך נפשי".
דאן האט כ"ק מרן רבינו שליט"א אנגעהויבן די לענגערע דברות קודש, ווען ביי די דברי מוסר האט ער מעורר געווען אין פארשידענע ענינים.
דער רבי שליט"א האט ארומגערעדט איבער דעם נייעם רב און דעם נייעם דיין וואס די קהלה האט אצינד אויפגענומען, און דאן גערעדט אז דער הכנס"ת איז אים אן ענין פון כיבוד אב פאר'ן טאטען' ז"ל., דאן האט רבינו שליט"א אויפגעפאדערט פון די אנשי שלומינו אויף קביעות עתים לתורה און אז מען זאל שטעלן עסקנים אין דעם הינזיכט וואס זאלן האלטן חשבון אויף יעדע אינגערמאן און בעה"ב אז מען זאל האבן א שיעור קבוע.
אויך האט דער רבי גערעדט וועגן דאס דאווענען שב"ק בייטאג, אז א חסידישע אינגערמאן פאלט מען נישט אריין צום דאווענען נאר מעןם גרייט זיך צו מיט תהלים וספרי חסידות פאר'ן דאווענען און נאר אזוי קען מען זיך שטעלן דאווענען ווי עס באדארף צו זיין.
אוזי אויך האט דער רבי מעורר געווען אז די מקוה און קאווע זאלן ווערן פארשלאסן נאך פאר מען הויבט אהן דאס דאווענען שב"ק, ווייל דאס טאהר נישט זיין אויפן חשבון פונעןם דאווענען.
דערנאך האט דער רבי גערעדט וועגן ענין פון שם לשון און מלבוש, אז מ'דארף זיך אכטונג געבן אין די ענינים צו זיין שטארק אפגעהיטן. און אין אויך חינוך הבנים , און וועגן די היינטיגע טעכנעלאגישע כלים.
נאך די לענגערע דברות קודש האט דער ציבור ספאנטאן אויסגעבראכן אין א גאהר געהויבענע רקידה וועלעכע האט אנגעהאלטן לענגער ווי א האלבע שעה.
מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ אבד"ק קהלתינו שליט"א. און נאכ'ן בענטשן האט דער ציבור באגלייט דעם רבי'ן שליט"א מיט געזאנג ביז די אכסניא.
-אשרי עין ראתה בשמחת קהלינו-