בית פורומים אין סאטמאר

יאקאבאוויטש VS ווערטהיימער ג' וירא תשע"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/10/2010 04:16 לינק ישיר 
יאקאבאוויטש VS ווערטהיימער ג' וירא תשע"א

פארגאנגענעם זימער איז פארגעקומען א הנחת אבן הפינה אין קרית יואל. נישט איינס נאר צוויי. די זאלוינים האבן געמאכט פאר זייער נייע מיידל שולע אינדרויסן פון שטעטל און די אהרוינים האבן געמאכט אין שטעטל פאר א נייע אודיטאריעם ווי עס וועלן אויף פארקומען מסיבות וכדו'.

ביים הנחת אבן הפינה איז אנגעקומען א יאקאבאוויטש אינגערמאן, ער האט געמאכט בילדער מיט זיין בלעק בערי, עטליכע אינגעלייט האבן מאיזה סיבה שהוא צוגעשפרינגען און צוגענומען זיין בלעק בערי אים ארייגעגעבן כמו שצריך און פאריאגט.

דער יאקאבאוויטש האט תיכף איינגעגעבן קלאגעס קעגן 4 בחורים און אינגעלייט, 2 דערפון האט ער תיכף נאכגעלאזט צוליב די פערזענליכע בקשה פון די בחורימ'ס עלטערן.

צוויי אינגעלייט האט ער למעשה יא געקלאגט ביזן געריכט.

היינט איז פארגעקומען דעם ערשטען הירינג.

ווי פארשטענדליך האבן די נתבעים צוריק געשאסן א קאוינטער קלעים, דהיינו די זאגסט אז איך האב דיר געשלאגן און איך זאג אז די האסט מיר געשלאגן. אין אזא פאל וועט דער שופט געווענטליך געבן פאר ביידע א ענליכע קנס אדער וועלן ביידע אויפגעבן אויף די קלאגעס.

למעשה האבן די נתבעים פארזען צוויי זאכן. איינס אז זיי האבן קיינמאל נישט איינגעגעבן א פאליס ריפארט - וואס פעלט זיך וויכטיג אויס אין אזא פאל. צווייטנס אז זיי האבן געקלאגט יאקאבאווישט אויף איין טשארדש אין די צייט וואס יאקאבאוויטש האט קעגן זיי צוויי טשארדשעס.

למעשה האט דער שופט געאפערט פאר יאקאבאוויטשעס לויער א דיעל ער זאל אנעמען די קלאגע קעגן אים אז ער האט געשלאגן און ער וועט באקומען 6 חדשים פראבעשאן. יאקאבאוויטש האט דאס אנגענומען און איז ממשיך מיט די קלאגע קען די צוויי נתבעים.

דער שופט האט באשטומט א שפעטערע דאטום פאר די הירינג קעגן די צוויי נתבעים.

יאקאבאוויטש זאגט אז ער האט א היתר פון א רב צו קלאגן אין געריכט.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/10/2010 19:22 לינק ישיר 
ווייסט איינער ווער דער שופט איז

און ווער איז די לויערס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2010 23:00 לינק ישיר 

וואס זענען די צוויי טשארדשס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אין סאטמאר > יאקאבאוויטש VS ווערטהיימער ג' וירא תשע"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext