בית פורומים כל העולם כולו

67 בחורים למיתה: פאליציי - טאמאטס אין קווינס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/10/2010 19:19 לינק ישיר 
67 בחורים למיתה: פאליציי - טאמאטס אין קווינס

אן איבערקרעניש קומט פאר ביי די זאליס, ווען 67 בחורים וואס דארפן אריין גיין היי יאר אין שיעור ד' אין קווינס, האט מען ווידער ארויס געטראסקעט פון קווינס ישיבה אויף דער גאס, טאטעס און מאמעס דרייען זיך ארום צו בלוטיגט, און די בחורים גייען נעבעך לאיבוד רח"ל, און ר' זלמן לייב זאגט זיי מיט שפאס: איך קען גארנישט טאן...

עס איז נישט צום גלייבן די רשעות פון קווינס ישיבה, וויבאלד עס פירט זיך נישט צו קיין שידוך, און דארף אריין גיין אין שיעור ד', ווארפט מען דעם בחור ארויס אויף דער גאס, ביז היי יאר האט קווינס געהאט פאר זיי א כולל אין סקולען ביהמ"ד, ווי זיי האבן געצאלט אפאר דאלער אז מען זאל האלטן די בחורים דארט צווישען די 4 ווענט, אבער היי יאר האבן די זאליס אויף געהערט צו צאלן, און די בחורים דרייען זיך ארום אין אלע גאסן.

דאס הייסט להחזיר עטרה ליושנה? ווען מען נעמט די יושנה בחורים און מען טראסקט זיי ארויס...

היינט מיטוואך צופרי זענען אנגעקומען 11 בחורים פון שיעור ד' אין קווינס ישיבה, נאכן זיך דרייען פאר 2 וואכן אין דער גאס, האבן זיי געוואלט זיך צוריק אריין זעצן אין קווינס לערנען, ווען בלומענפעלד האט זיי דערזעהן, האט ער זיי געהייסען ארויס גיין, די בחורים האבן נישט געפאלגט, וואוסענדיג אז טאמער זיי גייען ארויס, גייען זיי זעלבסמארד, ווייל זייי האבן נעבעך נישט ווי צו גיין, איז געגאגנען בלומענפעלד און זיי אנגעהובעען ארויס צו שייגץ'ען מיט קולי קולות און ביזי בזיונות.

עס איז געווארן א מהומה, נו פארשטייט זיך אז אלע בחורים האבן גלייך א צד... עס איז געווארן פריילעך אין כאאס, די בחורים האבן אנגעהויבען צו שרייען בלומענפעלד נאצי, עס האט אנגעהויבען צו פליען פלעשער און טאמאטעס, ווען בלומענפעלד האט געזעהן אז די זאך איז ארויס פון זיין האנט, האט ער געריפען די פאליציי, און די פאליציי האט געהייסען פאר די בחורים אוועק גיין אז נישט גייט מען זיי ארעסטירען.

ווער עס האט בילדער זאל ביטע ארויף לייגן דא.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/10/2010 19:24 לינק ישיר 

כא כא כא!!!!!!!! יונה, פארגעסן צו געבן קרעדיט וואס גייט יעצט פאר אין מאנרא מתיבתא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 01:18 לינק ישיר 

ווער זאגט ס'גייט עפעס פאר? אז דו ווייסט זיי מוחל און שרייב, און ברענג א בילד! (ס'קען זיין פון פאטא שאפ אויך, דיינע קעלבער קויפן עני טינג..)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 01:49 לינק ישיר 

יעצט קאנפירמד! די מעשה איז אמת! קווינס גייט אויף רעדער.. איכפת בלומענפערד שעלט די הנהלה, ער טענה'ט אז קיינער פון די הנהלה איז נישט געווען צום געפונען ווען ער האט זיך געשלאגן מיט די בחורים און ער איז געבליבן אליינס כאפן טאמאטן... ער האט זיך אויסגעדרוקט פאר א מיטגליד פון די הנהלה ווי פאלגענד: 'מיט פאליציי קען איך אליינס פירן די ישיבה! די הנהלה זאל אוועקשטיין פון מיר, איך דארף זיי נישט האבן אויב קומען זיי נאר ווען מ'קען גיין מיט א געביגעלטע סוט... זיי זאלן קומען כאפן טאמאטן פון די בחורים נאר איינמאל... מער וועט זיך זיי שוין גארנישט גליסטן צו פארשיקן די עלטערע בחורים....' לויט ווי ס'קוקט אויס גייט די הנהלה אויספירן, אבער די בחורים האבן געשיקט א מעסעזדש אז טאמער גייט מען ווייטער פארשיקן די עלטערע בחורים גייט בלומענפעלד באצאלן דערפאר...וד''ל! למכה מצרים בבכוריהם... ס'קומט פרייליכע טעג אין קווינס, דאס איז נאר די ערשטע חודש, ס'קומט צוויי אדר'ס היי יאר!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 02:45 לינק ישיר 

ברעקינג!

נאך די הייניטיגע כאאס, טאמאטעס, פאליציי, אין קווינס, קומט איצט פאר אן עמערשענסי מיטונג אין שטוב פון ר' זלמן לייב, איבער וואס מען זאל טוען מיט די 67 עלטערע בחורים וואס דרייען זיך אויף די גאס, און ווי אזוי מאכט מען זיכער אז מארגען קומען זיי נישט נאכמאל אין קווינס ישיבה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2010 17:23 לינק ישיר 

נישט פארגעסן, דער עיקר פראבלעם איז געווען די טאמעיטאס וואס ר' יונה האט געזען אין חלום, ווען ער איז איינגעשלאפן נאכן געכאפט ווערן ביים ליגנט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 17:58 לינק ישיר 

מלך, איך האב קאנפירמד די מעשה! ערשט האנטיגע אינפארמאציע, קראנט! ביי א קווינס בוי! קענסט לייקענען וויפיל דו ווילסט, קווינס פארט אויף רעדער! איך בין נישט דארט געווען, אבער איך האב מיר נאכגעפרעגט! א גוטן טאג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 18:33 לינק ישיר 

זכר באנדל האט:
1) קאנפירמד די מעשה!
2) ערשט האנטיגע אינפארמאציע,
3) קראנט!
4) ביי א קווינס בוי!
5) קענסט לייקענען וויפיל דו ווילסט,
6) קווינס פארט אויף רעדער!
7) איך בין נישט דארט געווען,
8) אבער איך האב מיר נאכגעפרעגט!

זאג עס איבער נאך צען מאל, דערנאך מיין אין אז דו גייסט עס שוין גלייבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2010 18:58 לינק ישיר 

מלךמלכים
די האלטס שוין ביי די דריטע קאמענט אין דעם אשכול ווי די טרייסט צו לייקענען דאס ארויסווארפען די אלטע בחורים אין די איבער דרייענישן אין קווינס. קוקסט אויס צו זיין באצאלט פין נפתלי מאכסט אבער א שלעכטע ארבעט
ווייל די בחורים דרייען זיך אין די גאס אין האבען אז אפענע אויער ביי יעדער נארמאלער מענטש ווייל אין פאקט האט מען די גרויסע זאלי בחורים יא אנגענומען אפילו זיי זענען אלט

די בחורים האבען גענומען די ערשטע קליפ פין די שווארצע זומער אין קווינס קעמפ אין עס איבערגעמאכט אין סטראשען אויף ווייטער
http://www.youtube.com/watch?v=9Ty0KYEiJq4





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2010 18:59 לינק ישיר 
THE BLACK SUMMER'1' איבערגעמאכט

* width="480" height="385"> <*

אין איך וויל דא נאכמאל קלאר שטעלן אז לויט וויפיל איך ווייס איז נישט יעדער וואס ווערט באשמיצט אויף דעם ווידיא באמת שילדיג


תוקן על ידי קווינסחיות ב- 21/10/2010 19:02:51




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2010 19:08 לינק ישיר 

סאריי איך האב נישט קיין עקסעס צו יו טוב, טאמער די בחורים האבן עקסעס צו יו טוב, האט ר' נפתלי זייער גוט געטון אז ער האט זיי ארויסגעשטעלט פון ישיהב, אזעלעכע בחורים באלאנגען נישט אין קיין ישיבה דאס איז איימאל איינס.

צווייטנס, איך האב נישט געלייקנט אז מען האט ארויסגעשטעלט א שיין ביסל עלטערע בחורים, אויך נעם איך נישט קיין שטעלונג ווער עס איז גערעכט, איך פארשטיי די הנהלה, אין איך פארשטיי די עלטערן.

אבער, דא קומט א גרויסע אבער, אין ישיבה טוט זיך גארנישט, טאמעיטאס פליען נאר אין יונס חלום, אפשר ביי אלע ארונים אין חלום, אין ישיבה אין קווינס לערענט מען פלייסיג אין פארטיג, יעדער פארשטייט וואס עס טרייבט ענק צו מאכן אזעלעכע צידרייטע לגיונות, נעמטס קער אביסל פון ענקערע בחורים, אין סטאפס בלעמען יעדען איינעם פאר ענקערע דורעכפעלער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/10/2010 06:53 לינק ישיר 

מלך_מלכים כתב:
סאריי איך האב נישט קיין עקסעס צו יו טוב, טאמער די בחורים האבן עקסעס צו יו טוב, האט ר' נפתלי זייער גוט געטון אז ער האט זיי ארויסגעשטעלט פון ישיהב, אזעלעכע בחורים באלאנגען נישט אין קיין ישיבה דאס איז איימאל איינס.

הייסט צו היידפארק לאזט (ווי רופסטו אים נאר, דיין מנהל?..) ר' נפתלי האבן עקסעס?... אויב ער וואלט דיך געכאפט מיט עקסעס צו היידפארק וואלט ער דיך נישט ארויסגעווארפן? אדער דעמאלטס וואלסטו אים צאמגעשאלטן אזוי ווי דיינע חברים פון יו-טוב?...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/10/2010 08:56 לינק ישיר 

דאס זיך ארויס ווארפן עלטערע בחורים ווייל זיי זענען אלט געווארן און נישט קיין חתן געווארן, איז א רציחה שאין לשער.

מען שפילט זיך מיט אידיש בלוט אויף א שרעקליכער פארנעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > 67 בחורים למיתה: פאליציי - טאמאטס אין קווינס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext