די אהרוינים דא אויפן פארק און אין די בתי מדרשים אין שטאט שטייען מיט די צינג אינדרויסן ווען איינער פרעגט א שאלה וועגן די כאָאַס אין מאנרא ישיבה. זיי ווייסן פשוט נישט וואס צו עטנפערן און ווי אזוי מען עסט דאס. און עסן זיך דאס געזינט אז מען דארף ווארטן פאר "דער בלאט" ביז דאנערשטיג...
איין קליגער אהרויני האט שוין דערקלערט אז "עס קען זיך מאכן אפילו אין באבוב אויך"... ער האט פארגעסן פונם "פאקט" אז אין מציאות איז אזאנס דא "נאר אין מאנרא"...
דעריבער וויל איך העלפן די פארלוירענע נשמות אז זיי זאלן זיך קענען אביסל ריענטירן.
די קעפל פונם בלאט די וואך
גרעסטע חסידישע ישיבה אויף דער וועלט טרעט אריין אין נייעם זמן
נייע זמן אין ישיבה גדולה אנגעהויבן מיט גרויס עקסטאז, קרוב צו טויזעט בחורים, פולע כלי קודש צוגעלייגט צום ישיבה'ס פעי ראל, ספסלי בית המדרש שטארק פארמערט
קרית יואל - בלא בלא בלללאאא בלללאאא, און דאס איז טראץ דעם וואס די שונאים מבית ומבחוץ פארשפרייטן "שקרים וכזבים" השכם והערב, בללללא בלאאאא בללאאאאאא, זיי זענען אליינס צוטרייסלט און צוריסן צווישן זיך צוליב די שוואכע פירות וואס קומען ארויס פון דארט... בלא בלא בלא
מען ברענגט נייע מעבל צום ישיבה צוליב די פולע צוגעקומענע איידעלע בחורים
די הצלחה פון די פארגאנגענע זמן איז געווען ממש עד אין לשער, די בחורים פון שיעור א' זענען געשטיגן פילפאכיג מער ווי געראכטן, די הצלחה איז געווען אזוי גרויס אז רוב בחורים האבן שוין נישט געדארפט אריינגיין אין שיעור ב' צוליב זייערע געוואדליגע התמדת און ידועת התורה, צווישן די בחורים איז פארטיילט געווארן א אפליקאציע ווי יעדער מציון וואס דארף נישט גיין פון שיער א' צו ב' קען זיך אויסוועלן אויב ער וויל תיכף ומיד צו שיעור ג' אדער אפילו שיעור ד'
די אפליקאציע פאר די מציונים
ע"כ ווערט פאראויסגעזען אינם בלאט פון קומענדיגען דאנערשטיג...
אויב נישט... דאן זענט איר לכאורה נישט אין ריכטיגן פאלאץ, איר זענט נישט א אמת'ע אהרויני
תוקן על ידי חיי_שעה ב- 20/10/2010 20:38:59
נשלח ב-20/10/2010 21:05
מיין בויך רייסט מיר פון אזוי לאכן, חיי שעה
נשלח ב-20/10/2010 21:08
די אהרונים וועלן דארפן ווארטן אויף דעם איד זען וויאזוי די זאליס רעאגירן צו די שריפות אין קווינס ישיבה, די טאמעטא געווארפעטציך אויף ר' נפתלי בלומענפעלד און אויף די חלק ד' ארויס געווארפטסעך שערורי' און די אהרונים וועלן דאס נאך קאפירן אין בלאט נעקסטע וואך.
נשלח ב-20/10/2010 21:12
משהלע, איי פיל יור פעין.
נשלח ב-20/10/2010 21:49
צער בעלי חיים
נשלח ב-20/10/2010 22:04
ב''ה, אבי איך ווייס שוין ווער עס האט מיין פעין, איך האב פארלוירן מיין פעין שוין באלד 10 יאר, ווען מען האט אונז אזוי מיאוס ארויס געווארפן פון ראדני בין איך געווען אדורך גענומען מיט פעין, און ווען מען האט געפענט הופפער האב איך דאס גענצליך פאלוירן, שוין א קיימא לן פון באלד 10 יאר וואס איך האב נישט קיין שום פעין, לא מיני ולא מקצתי, איך האב קיין אנונג נישט געהאט ווי דער פעין איז אהין געקומען, פיינעלי ווערן מיר היינט געוואר אז דער פעין איז חי וקיים, נאר אנשטאט משה'לע זאל דאס האבן, האט דאס מלך מלכים, ער פילט דעם פעין, נו, וועלן מיר עהם ווינטשן, אז ער זאל דאס ניצן געזינטערהייט!!!
נשלח ב-20/10/2010 22:09
איך האלט אז משה'לע דארף בכלל נישט פילען קיין, דאס אז די ישיבה פארט יעצט אויף רעדער דארף אים בכלל נישט באדערן ווייל ביז ווען ער וועט האבן קינדער וואס דארפן גיין אין דעם ישיבה וועט שוין די ישיבה האבן א גוטע נאמען...
א אינטרעסאנט פאלק די זאליס, זיי געווינען מיט צוריק דרייען דעם דיד אויף סאוט 8 און לויפן גלייך אין קארט וויינען און קלאגן, עפעס איז מאדנע מיט זיי, זיי האלטן אין איין געווינען אין קארט, אבער פאר עפעס א ריזן לויפן זיי אפילן זייער געווינס, און צו האלטן אז איך דארף האבן פעין וועגן סאוט 8 דארף מען טאקע זיין א קעציל.
נשלח ב-20/10/2010 22:42
חיי עס קומט זיך דיר א קלאפ אין ריקן. ווען איך האב געליינט דיינע ווערטער אנפאנג אשכול האב איך זיך גקאטשעט פון געלעכטער איך האב אבער נישט געגלייבט אז ס'איז שוין גארנישט קיין ליצנות. יעצט ווייס איך נישט צו איך זאל וויינען אדער לאכן.