שוין א צווייטע טאג וואס די ישיבה גדולה אין מאנרא פארט אויף רעדער, די בחורים האלטן זיך נישט ביים ברעכן און די הנהלה גיבט זיך נישט אן עצה.
מאיר צוויבל איז ארויסגערופן געווארן אז ער זאל רעדן צו די בחורים. רוב בחורים האבן זיך אויפגעשטעלט אינמיטן די דרשה און צוויבן איז געבליבן רעדן צו עטליכע לאצי'ס. די בחורים זאגן קלאר אז ווילאנג מען לאזט נישט צוריק אריין אין ישיבה אלע זייערע חברים וועלן זיי נישט איינריען.
נאך מער האט זיך די רידערייען צופלאקערט ווען די פריעד'ס זענען געקומען מעלדן פאר די בחורים אז בפקודת "הקודש" איז די געפלאנטע טריפ קיין באפעלאו געקענסעלט. נאך דאס האט זיי אויסגעפעלט, און די בחורים סטראשען יעצט אז זיי וועלן מאכן נאך מער נזקים.
דער גוי גיבסט זיך נישט אן עצה מיט די מיסטן
איין שלאס ווייניגער
התמדת התורה טראץ די כאאס, כאטש איינער זיצט נאך ביי די גמרא...
ער בעט זיך מיט רחמנות... ער ווייסט גארנישט אז די בילד פארט שוין ארום נאך בשעת'ן זיך בעטן
