"דעקלעראציע"
איך מיין נישט דעם חלה דעקל ניק וואס "דעקל"ראציע'ט זיך יעדע שטיק צייט. איך וויל פשוט מאכן א דעקלעראציע.
די אויסברוך וואס איז נעכטן פארגעקומען דורך מיין ניק האט גארנישט געהאט צו טון מיט מיר! דאס האט געטון א צווייטער ומעשה שהיה כך היה:
איך בין ארויס פון אפיס נעכטן מיטאג צייט און איך האב בטעות געלאזט אפען מיין בראוזער בשעת מיין ניק איז געווען אריינגעסיינט און איך בין שוין נישט צוריק געקומען אין אפיס ביז יעצט. צו מיין מזל האט מיין מענעדשער דאס באמערקט... שרעקט אייך נישט, מיין פרנסה איז נישט אין א געפאר... איך רוף אים "מיין מענעדשער" ווייל ער איז דער מענעדשער ביי מיר אין ביזנעס. "ער" ארבעט פאר "מיר" איך צאל אים זיינע וועדשעס.
ער האט א שטארקע "סענס אוף יומער" זייער א געשמאקער און שטילער אינגערמאן, אין ביהמ"ד וועט איר אים קיינמאל נישט זען זיך טענה'ן אין פאליטיק, ער איז א שטילער, ער לייגט צו א אויער און דערנאך לאזט ער הערן זיינע מיינונגען פאר די וואס האלטן סיי ווי פונקט ווי אים.
איך האב באמת נישט געוויסט אויב איך זאל זיך רעגן אדער לאכן, פון אין זייט איז דאס געווען א געוואלדיגער חוצפה פון אים אבער פון די אנדערע זייט האב איך באקומען א פלייץ מיט מעסעדשעס און טעל קאל'ס ווי גוט חיי_שעה שרייבט. איך האב זיך געוואונדערט וואס האט פאסירט אבער עס איז מיר נישט געקומען אויפן געדאנק אז איינער זיצט בשעת מעשה און ריקט שטיקער אויף מיין חשבון. למעשה האב איך זיך דורכגעשמוסט מיט א חבר (אויך אינזער'ס א מענטש) און ער האט מיר משכנע געווען אז איך זאל אים נישט טשעפען דערוועגן ואדרבה איך זאל אים לאזן לויפן ווייל אזוי וועט ער נאך מאכן א בעסערע ארבעט שפירנדיג זיך נאך מער באקוועם מיט מיר ווי ביז היינט.
ווען איך האב אים געזאגט אז איך ווייס אז ס'איז ער איז ער לכתחילה געווארן דערשראקן, ער האט זיך איינגערעדט אז איך וועל זיך קראצן ביים קאפ און נישט כאפן ווער ס'האט זיך "אריינגעבראכן" אין מיין ניק, אבער מיין שמייכל האט אים בארוהיגט.
למעשה איך גיי אים לאזן פארברענגען אביסל צייט אין טאג דא אויפן פורום, איך לאז אים ניצן מיין ניק ווייל צופיל מענטשן ווייסן שוין סיי ווי אז איך בין חיי_שעה און איך וועל זיך מאכן א צווייטע.
זייט'ס מיר געזינט און שטארק, מיין נייע ניק וועט ערשיינען הערשט נאך שבת, איך וויל נישט אז מען זאל וויסן אויפן נייעם ניק אז איך בין דאס. מיין מענעדשער וועט דארפן אליינס מחליט זיין אויב ער וויל ממשיך זיין שרייבן און אויב יא וועט ער אליינס מחליט זיין אויב ער וועט ניצן חיי_שעה אדער אויך מאכן א צווייטע ניק.
האטס מיר א גוט שבת.
 |
|
|