|
|
| נשלח ב-21/10/2010 17:35 |
|
| |
"דעקלעראציע"
איך מיין נישט דעם חלה דעקל ניק וואס "דעקל"ראציע'ט זיך יעדע שטיק צייט. איך וויל פשוט מאכן א דעקלעראציע.
די אויסברוך וואס איז נעכטן פארגעקומען דורך מיין ניק האט גארנישט געהאט צו טון מיט מיר! דאס האט געטון א צווייטער ומעשה שהיה כך היה:
איך בין ארויס פון אפיס נעכטן מיטאג צייט און איך האב בטעות געלאזט אפען מיין בראוזער בשעת מיין ניק איז געווען אריינגעסיינט און איך בין שוין נישט צוריק געקומען אין אפיס ביז יעצט. צו מיין מזל האט מיין מענעדשער דאס באמערקט... שרעקט אייך נישט, מיין פרנסה איז נישט אין א געפאר... איך רוף אים "מיין מענעדשער" ווייל ער איז דער מענעדשער ביי מיר אין ביזנעס. "ער" ארבעט פאר "מיר" איך צאל אים זיינע וועדשעס.
ער האט א שטארקע "סענס אוף יומער" זייער א געשמאקער און שטילער אינגערמאן, אין ביהמ"ד וועט איר אים קיינמאל נישט זען זיך טענה'ן אין פאליטיק, ער איז א שטילער, ער לייגט צו א אויער און דערנאך לאזט ער הערן זיינע מיינונגען פאר די וואס האלטן סיי ווי פונקט ווי אים.
איך האב באמת נישט געוויסט אויב איך זאל זיך רעגן אדער לאכן, פון אין זייט איז דאס געווען א געוואלדיגער חוצפה פון אים אבער פון די אנדערע זייט האב איך באקומען א פלייץ מיט מעסעדשעס און טעל קאל'ס ווי גוט חיי_שעה שרייבט. איך האב זיך געוואונדערט וואס האט פאסירט אבער עס איז מיר נישט געקומען אויפן געדאנק אז איינער זיצט בשעת מעשה און ריקט שטיקער אויף מיין חשבון. למעשה האב איך זיך דורכגעשמוסט מיט א חבר (אויך אינזער'ס א מענטש) און ער האט מיר משכנע געווען אז איך זאל אים נישט טשעפען דערוועגן ואדרבה איך זאל אים לאזן לויפן ווייל אזוי וועט ער נאך מאכן א בעסערע ארבעט שפירנדיג זיך נאך מער באקוועם מיט מיר ווי ביז היינט.
ווען איך האב אים געזאגט אז איך ווייס אז ס'איז ער איז ער לכתחילה געווארן דערשראקן, ער האט זיך איינגערעדט אז איך וועל זיך קראצן ביים קאפ און נישט כאפן ווער ס'האט זיך "אריינגעבראכן" אין מיין ניק, אבער מיין שמייכל האט אים בארוהיגט.
למעשה איך גיי אים לאזן פארברענגען אביסל צייט אין טאג דא אויפן פורום, איך לאז אים ניצן מיין ניק ווייל צופיל מענטשן ווייסן שוין סיי ווי אז איך בין חיי_שעה און איך וועל זיך מאכן א צווייטע.
זייט'ס מיר געזינט און שטארק, מיין נייע ניק וועט ערשיינען הערשט נאך שבת, איך וויל נישט אז מען זאל וויסן אויפן נייעם ניק אז איך בין דאס. מיין מענעדשער וועט דארפן אליינס מחליט זיין אויב ער וויל ממשיך זיין שרייבן און אויב יא וועט ער אליינס מחליט זיין אויב ער וועט ניצן חיי_שעה אדער אויך מאכן א צווייטע ניק.
האטס מיר א גוט שבת.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2010 17:57 |
|
| |
דאס מיינט א ריכטיגער חלה דעקל...
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2010 18:09 |
|
| |
ס'ברענגט אויף א שמייכל צו זען אזא תגובה ווי משהלעס. ביז נישט לאנג צוריק איז א חלה דעקל געווען א שטיקל סחורה וואס מען ניצט צו באדעקן די חלה'ס. ווען מען וואלט אייך געפרעגט אין וועלכע קאטעגאריע איר שטעלט אריין א חלה דעקל וואלט איר תיכף געטראכט פון א הייליגע פרוכת אדער א טלית בייטל וכדו' עס איז א חפץ וואס האט נישט קיין קדושה אבער ווערט אידענטעפיצירט מיט קדושה, עס באדינט הייליגע חפצים און מנהגים, ס'איז פאר קיינעם נישט געקומען אויפן געדאנק אז א חלה דעקל האט נישט קיין שכל וכדו'.
אבער זינט פארמעגליך האט באטיטלט די אהרוינים אלס חלה דעקלעך, איז דאס געוואר א נאציאנאלער ווארט פאר א שוטה... אפילו די אהרוינים פארשטייען שוין אויך אז אויב שטעלט מען צו א חלה דעקל צו אהרוינים ווערט א חלה דעקל אוטאמאטיש א שוטה...
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2010 18:29 |
|
| |
דאס מיינט א ריכטיגער חלה דעקל, ער איז א אמת'ע רעבעזעכרוינעלעבראכע כאניאקטער בהמה און פארשטייט נישט צו ביזנעס קיין כי הוא זה. יעדע ביזנעסמאן אין דער וועלט פארשטייט אז די גרעסטע מיסטעק אין ביזנעס איז צו לאזן א אימפלאואי זיך שפילן אויפן אינטערנעט, נאך דערצו א מענעדשער וואס דארף זיין אין טאפ אויף זאכן.
גיי אן אויף דעם וועג פון מבזה זיין ערליכע אידן און באצאלן פאר דיינע ארבעטער צו טון שמוציגע ארבעט (תרתי משמע) און די קענס גיין זיכן א דשאב ביי א צווייטן, טאמער איינער וועט נעמען א ביזנעסמאן ווי דו
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2010 20:32 |
|
| |
לויט ווי דער חיי לייגט עס אראפ רעדט פין דער איד אפיס נישט אזוי?
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|