ניו יארק גרייט זיך צום מעכטיגן "מאסן דעמאנסטראציע" ה' חיי שרה
קול מלחמה במחנה! אין די טעג גרייט זיך דער ניו יארקער אידנטום מיט א זעלטענע התלהבות דקדושה דורכצופירן אַ מעכטיגן "מאסן דעמאנסטראציע" וועלכע איז באשטימט געווארן אויף קומענדיגן דאנערשטאג פר' חיי שרה, כ' חשון הבעל"ט, וואו מען וועט אַרויסגיין טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, זקנים עם נערים, אויסצושרייען דעם קול מחאה וזעקה אין פראנט פון די אר.עף.אר. הויפּטקוואַרטיר געביידעס אויף פּארק עוועניו אין מאנהעטן.
פארגאנגענע וואך האט די 'התאחדות הרבנים' אפגעהאלטן א ערנסטע זיצונג אין די קאנצעליי אויף דיוויזשאן עוועניו אין וויליאַמסבורג, וואו עס האָבן זיך באטייליגט הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א אין שפּיץ פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און מען איז געקומען צו דער באשלוס אין ליכט פון די אומענדליכע קברים גראבונגען אין אור-אלטן יפו ביה"ח, צו פאררופן א מעכטיגער "מאסן דעמאנסטראציע", ארויסצוגיין רבבות אלפי ישראל אין די גאסן פון מאנהעטן אויסשרייען דעם קול מחאה אדירה, דערמיט צו פארשטארקן דעם דרוק אויף די אר.עף.אר. אינסטאנצן וועלכע זענען די שולדיגע אין אנגייענדע קברים שענדונגען.
מערערע דיטאלן ארום דעם בעפארשטייענדן מעמד אדיר, און ווי אויך די באסעס סקעדשול פון אלע געגענטן, וועט געברענגט ווערן אין די מעלדונגען וואס זענען פארעפענטליכט געווארן. ויה"ר אז מען זאל קענען עררייכן א ענדגילטיגע לעזונג צו דעם ביטערן חיטוטי שכבי פּראבלעם, עדי יקיצו וירננו שוכני עפר