| נשלח ב-22/10/2010 04:22 |
|
| |
שאק! זאליס מיר בלייבן אינעם טמא'נעם בג"ץ!
נישט צום גלייבען ווי פארכאפט די זאליס זענען אינעם טמא'נעם בג"ץ, און ווי זיי פרובירען מיט אלע כוחות דארט צו בלייבן אין נישט ארויס גיין פון דארט.
די בי"ד של חמש האט אינעם לעצטן טאג פונעם זיצונג דן געווען איבערן עיקול אין די געריכט תביעה וואס די זאליס האבן אריין געגעבען קעגן די הייליגע מוסדת יטב לב דסאטמאר אין בני ברק, בי"ד האט גע'פסק'נט איבער די געריכט תביעה - אז די זאליס דארפן אריין געבן א מעלדונג אינעם ציוניסטישען געריכט, און שרייבען אז זיי האבן זיך געשטעלט צו דין תורה, און אונטער געשריבען שטרי בירורין, און זענען געבינדען צום בי"ד, און די קארט ווערט געפרוירען, אזוי אויך הנהלת מוסדותינו דארף אריין געבן אין געריכט אז זיי האבן אונטער געשריבען שטרי בירורין, און זענען געבינדען צום בי"ד.
איבערן עיקול האט בי"ד געזאגט אז איצט איז נישט געבליבען קיין צייט דן זיין איבער דעם, דאס קומעדיגע מאל וועט בי"ד דן זיין איבערן עיקול.
הנהלת מוסדתינו הק', האט תיכף אריין געגעבען אין געריכט די פאפירען אז מען האט זיך געשטעלט צו דין תורה, אבער די זאליס די הולכי בג"ץ האבן זיך נישט וואוסענדיג געמאכט דערפון, איצט האלט מען שוין איבער 2 חדשים פונעם פסק בי"ד, און די זאליס האבן נישט אויסגעפאלגט, נאר זענען ווייטער אינעם טמא'נעם בג"ץ!
איצט האלט מען בלויז א וואך פאר די בי"ד של חמש פארט צוריק קיין בני ברק, מאנטאג כ"ד חשון, בי"ד האט נעכטן איינגעמאלדען פאר כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, אז די זאליס פאלגן נישט די פסק, דאס איז טראץ דעם וואס בי"ד האלט און איין פארלאנגען אז די זאליס זאלן איינגעבען די פאפירען, אבער די זאליס האבן נעכטן קלאר געשטעלט פאר בי"ד, אז זיי האלטן נישט ביים פאלגן, און בלייבן אין טמא'נעם בג"ץ...!
הגאון רבי נפתלי פרענקל שליט"א האט געזאגט פאר מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, אז בי"ד האט באשלאסן אז מען זעצט זיך נישט נאכמאל צוזאם ווילאנג די זאליס פאלגן נישט אויס די פסק, גאב"ד ירושלים שליט"א האט נעכטן געריפען ר' זלמן לייב ט"ב, אבער דערווייל איז ער זייער ביזי און קומט נישט צו צום טעלעפאן.
ר' זלמן לייב ט"ב איז זייער ביזי מיטן תימן'נער טאלער וואס איז איצט אין אמעריקא, און פארפירט ביי זלמן לייב אז מען זאל בלייבן אין בג"ץ, און זיך ארויסציען פון דין תורה.
היינט האט מרן גאב"ד ירושלים שליט"א אריבער געשיקט מיט א שליח, אז ער ווארענט מיטן שארפסטן אז מען זאל שוין פאלגען דעם פסק בי"ד, אז נישט וועט ער טאן וואס מען טוט מיט איינעם וואס פאלגט נישט קיין פסק בי"ד.
איצט ווארט מען צו זעהן צו די הולכי בג"ץ וועלן שוין ענדליך אפשטעלען דעם חילול ה' שמים, און ארויס גיין פונעם טמא'נעם ציוניסטישען בג"ץ.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2010 06:02 |
|
| |
נאך א גרעסערע שאק האט געכאפט דעם יהדות החרדית ווען הגז"ל איז פריער צוגעקומען צום טעלעפאן און געווארנט דעם גאב"ד אז נאך איינמאל ער רופט אים וועט ער אים מסרן פאר הערעסמענט. און אויב דער גאב"ד גיבט ארויס א בריו (וועלכע די אהרוינים האבן שוין 4 יאר צוריק געשריבן אז דער גאב"ד האט שוין ארויסגעגעבן) וועט ער אים נעמען אין בג"ץ.
שומי שמים! הזדעזי הארץ! לב מי לא יחרד!
קלאץ איינער די מיינסט אז איינער וועט קויפן די יונה מעשיות ווייל יעצט הייסט דאס טראק?!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2010 09:13 |
|
| |
וואס האט פאסירט לעצטנס מיט דעם רז"ל, ער האט נישט קיין צייט צו ריכטער שמידט, ער האט נישט קיין צייט צום גאב"ד ירושלים ר' טוביה ווייס ? אבער צו זיצן מיטן ספרדי טאלער האט ער שוין איינמאל צייט, ווייל ער רעדט איהם נאך איין א קינד אין בויך אז ער גייט איהם ברענגען א געווינס אין בני ברק, רז"ל כאפט נאכנישט אז דער ספרדי מיינט נאר זיין קעשענע און ער האט די גאנצע זאלי באנדע דארט וואו ער האט זיי פארשלעפט.
אלענספאל, ס'קוקט אויס אז ר' טוביה גייט נישט איינרועהן ער נעמט דאס אן ווי א פרעזענליכע פראסק נאך וואס ער האט באויפטראגט ר' נפתלי פרענקל אויף דעם בוררות, און דא מאכן זיי שפאס נישט וועלנדיג ארויסטרעטן פון די טמאנע בג"ץ ימים ידברו
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2010 16:08 |
|
| |
נישט פארגעסען דער עיקר, די ארונים זענען אין שאק יעדע צוויי טעג, גייט צום דאקטאר אדער הערט אויף מאכן מעשיות, איף יו קענט טעיק די היט, געט אויט אף די קיטשען, אין יודיש, טאמער דערהייבט איר נישט די היץ, הערט אויף צו באקן.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2010 18:07 |
|
| |
מלך וואס איז באמת זיי ווילען יא ארויסגיין פין בגץ ? אדער זיי מיזען נישט להלכה אפילו לפנים משוה"ד למשל דער רכי זיע (זכרונעלברככה) וואלט אויך געהייסען אזוי צי טוהן אפילו דער בידץ זאגט אז עס איז אסור צי בלייבען אין זיי ווייסען אויך די אלע דריידלעך
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2010 00:38 |
|
| |
מלך ביזט גערעכט ס'איז אפילו נישט דא קיין קעיס אין בג''ץ אויב יא - האט ירושלימער רב נישט קיין פראלבעם דערמיט אויב יא - זענען די 'ארונים' אריין אין בג''ץ
וכו' וכו' איך געדענקט נישט ענקערע בעקערייען אויסענוויינג קענסט מיך ארויסהעלפן
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2010 21:40 |
|
| |
אפדעיט!
מרן הגאב"ד שליט"א האט געגבען א דאטום פאר די זאליס אז ביז היינט דינסטאג ביינאכט דארפן זיי אריין געגבען די פאפירען אין געריכט אז עס ליגט ביי דין תורה.
לעת עתה האבן די זאליס עס נישט געטאן, און ווילן נאך נישט ארויס גיין פונעם טמא'נעם בג"ץ.
מרן גאב"ד שליט"א האט פרובירט זייט פאריגע וואך שוין 2 מאל צו ציקומען צו ר' זלמן לייב, אבער ער איז נאך זייער ביזי, דער גאב"ד שליט"א האט געזאגט נעכטן פאר ר' שמעון ווייס, אז ער זאל איבער געבען פארן מסור מענדל וואלערשטיין, אז ער ריפט שוין נישט קיינעם, נאר גיט צייט ביז היינט נאכט דינסטאג ארויס גיין פונעם בג"ץ, אז נישט וועט מען שארף הערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2010 02:13 |
|
| |
די זאליס פון ירושלים פארפירן געפערליך אנטקעגן די חוצפה און קרימע געפירעכטס נישט אויסצופאלגן די החלטה פון די בוררים ארויסצוציעהן די קלאגע פון געריכט.
ה. שטיינבערגער האט היינט נאכמיטאג געמאכט קולות אין די ביהמ"ד פון לעיזער קעסטנבוים אז דאס וועט ברענגען בזיונות פאר'ן רבי'ן (רז"ל) און נאכמער פאר'ן רב (רח"צ) ווייל נאך אלע חרפות וועט מען זיך במיילא מוזן ברעכן צו ר' טוביה'ן אזויווי מיטן חתמענען אויף די שטרי בירורין.
די ירושלימ'ער חברה האלטן אז די נארישע באשלוס איז א שריט פון משה גבאי און דער ספרדי טאלער, נוסח: זיך נישט בייגן נאר גיין בלינדערהייט מיטן קאפ אין די וואנט אריין..
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2010 19:39 |
|
| |
פאר סאטמארע אידן בלייבט נישט מער איבער ווי זיך אונטערזינגען ברוך אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת וחיי עולם נטע בתוכנו.
יא, עס איז א פרייד ווען מ'קוקט אויף צוריק און מען דערמאנט זיך די אלע הסתות און רשעות פונעם כת הידועה לשימצה אונטערן מאנטל החזרת עטרה ליושנה, און סאטמארע אידן האבן זיך ווייטער געהאלטן געטריי צו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע טראץ די אלע רדיפות וואס מען האט זיך אנגעליטן, און טראץ דעם וואס מען האט נאך דאן זיך נישט געקענט פארשטעלן ווי ווייט די זעלבע וועלן בוגד זיין אין די תוה"ק רח"ל.
אבער ווי קען זיך דאך פארשטעלן די צער פון רביה"ק הדברי יואל זי"ע ווען אידן וואס זענען אויפגעצויגן געווארן אין זיינע מוסדות זאלן ליידער אזוי ווייט פארפארן ל"ע.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2010 19:54 |
|
| |
| טראק כתב: |  | אפדעיט!
מרן הגאב"ד שליט"א האט געגבען א דאטום פאר די זאליס אז ביז היינט דינסטאג ביינאכט דארפן זיי אריין געגבען די פאפירען אין געריכט אז עס ליגט ביי דין תורה.
לעת עתה האבן די זאליס עס נישט געטאן, און ווילן נאך נישט ארויס גיין פונעם טמא'נעם בג"ץ.
מרן גאב"ד שליט"א האט פרובירט זייט פאריגע וואך שוין 2 מאל צו ציקומען צו ר' זלמן לייב, אבער ער איז נאך זייער ביזי, דער גאב"ד שליט"א האט געזאגט נעכטן פאר ר' שמעון ווייס, אז ער זאל איבער געבען פארן מסור מענדל וואלערשטיין, אז ער ריפט שוין נישט קיינעם, נאר גיט צייט ביז היינט נאכט דינסטאג ארויס גיין פונעם בג"ץ, אז נישט וועט מען שארף הערן.
|
|
עס איז שוין מיטוואך. ווען און וואו גייט מען הערן שארף פון גאב"ד שליט"א?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/10/2010 20:08 |
|
| |
לאפלאש נישט די ערשטע ליגענט פין טראק זענען נישט די ארונים די תובעים אין בג''ץ??? אין די בריוו פין די בני רבנים אינאיינעם מיט ירושלימער רב איז ווייל זיי זענען אינטערגעקויפט ביי מתתי דייטש?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2010 04:28 |
|
| |
די שרייבסט גאנץ גוט טראק אבער דעם שאק דיינער פארשטיי איך נישט עס איז א פשטות אז זיי האלטן ביים זיצן אין בג"ץ זיי שפירן זיך דארט ווי א 18 יעריג בחור ביים רעדל פון א קאר זיי זיצן שוין דארט יארן נע נישט קיין שאק בכלל
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2010 12:35 |
|
| |
דער שאק איז אז נאך וואס זיי האבן מכלומרש'ט אונטער געשריבן שטרי בירורין ווילן זיי אויך נישט צוריק ציען פונ'ם חילול שם שמים און זענען מייקר שם אלילים .
|
|
|
|
|