ער קען דאך פאר די זעלבע געלט ארומשיקן פאסט פאר גאנץ אמעריקא.. וועט ער זיין רבי אויף די גאנצע לאנד
נשלח ב-24/10/2010 23:04
א מענטש זאל אזאנס טראסקענען אין אזא קארצע תקופה פון 10 יאהר, איך בין נייגעריג צו איינער וואלט געוויסט אין די היסטאריע צו ס'איז שוין געווען אזאנס
נשלח ב-24/10/2010 23:11
וויפיל אשכולות מאכט מען אויף דא א יעדן איינציגסטן טאג קעגן די אויסגעשפילטע רבי פון די פאסט....? וואסערע זכות האט ער צו זיין דא העדליין ערב בוקר וצהרים?...
די זאליס האבן גענומען אויף זיך א חוב און א מצוה, א יעדעס מאל מ'גייט דאווענען אנשטאט זיך צו וואשן די הענט שעלט מען צאם דעם אויסגעשפילטן רבי פון די פאסט...
לוזער וואס ער איז..... האלב קווינס האט אים אינזין דריי מאל א טאג עטליעסט!
נשלח ב-24/10/2010 23:15
איך ווייס נישט וואס איז מער: אשכולות פון רא"ט אויף היידפארק, אדער דאס ווארט הגאון הקדוש און "דער בלאט".
תוקן על ידי קעציל ב- 24/10/2010 23:19:46
נשלח ב-25/10/2010 01:23
ה' ירחם! דו ליינסט דעם גע'אסר'טן בלאט...?
נשלח ב-25/10/2010 01:26
פארדעם האב איך געפרעגט אין קלאר געשריבן וואס איז מער... ווען איך זאל ווען ליינען שמואל ווידער'ס געבעקסן וואלט איך נישט געדארפט פרעגן
נשלח ב-25/10/2010 02:38
איך זעה נישט קיין שום פעלער (לאמיר זאגן ס'איז אמת...) אז א ארוני אדער א זאלי זאל באשרייבן זיין אייגענע רבי! אדרבה, ער מעג רעדן פון זיין רבי, עסן מיט זיין רבי, רעדן מיט זיין רבי... 24 שעה א טאג זיין פארנומען מיט זיין רבי, אבער צו זיין ביזי 42/7 מיט יענעם'ס רבי, נאך דערצו ער איז נאר א רבי אויף די פאסט.... דאס צינד שוין אן א רויט לעמפל! עפעס איז נישט אזוי גלאטיג דא, זייט ווען שטערט דיך אזוי אז איינער איז א רבי אויף די פאסט??? עטס באשרייבט'ס אים כאילו ער איז קאמפעטישען מיט ענק, ס'קוקט אויס ווי ער שטייגט ענק איבער בכמות ובאיכות!..
נשלח ב-25/10/2010 03:16
די צולייגער, וויפל איך טריי צו מסיח דעת זיין פון אים און אים ארויסהאקן פון קאפ באקום איך פון אים יעדע וואך אומזיסט נאך בראשורן מיט צייטונגען פון זיינע גרויסע דערגרייכונגען...
איך פרוביר פשוט צאמשטעלן וואס איז פשט פון דעם...
תוקן על ידי בגץ_פילן ב- 25/10/2010 04:08:08
נשלח ב-25/10/2010 04:05
קענסט מופן פון שטעטל!
(אויב דו וואוינסט דארט בכלל..)
דארט איז ער בעל הבית צו דו ווילסט צו דו ווילסט נישט!
אז ס'געפעלט דיר נישט, קענסטו דיר געזונטערהייט גיין, קיינער וועט נישט באוויינען....
נאר וואס יא, זעה מיטצונעמען אלע דיינע נאכשלעפער, לאז אים איבער דאס שטעטל פאר זיך! שכוח!
נשלח ב-25/10/2010 04:11
האחד בא לגור וישפוט שפוט...
נשלח ב-25/10/2010 04:23
אוי בונדעלע זיסער, איך וואלט דיר גערן צוריקגעענטפערט 'מנה אחת אפים' 'אין זיבעטן ריפ אריין' ווען נישט איך שעם מיך זיך אריינצולאזן אין א דיסקוסיע מיט אזא אומרייפן בונדל, וואס האט אקארשט היינט, א' חיי שרה, ערהאלטן רשות כתיבה, און שוין ווייזטו ארויס דיינע זעלטענע פון-גאט-באשאנקענע-טאלאנטן, טראץ דיין גאר יונגן עלטערן.
דו מוזט פארשטיין אז דו ביזט אויף זייער אן ערנסטע פאזיציע און כ'האב זייער מורא אז דו נעמסט דאס לייכטזיניג.
אויב דו שרייבסט למשל אז אין קר"י איז דער ספרינטער רבי רב צי איך וויל יא צי נישט, ווערט דאס באלד א פאקט, את הנעשה אין להשיב. אין דער זעלבער צייט זענען דא הונדערטער אידן תושבי הקרי' וועלכע שרייען חי וקיים אז זיי ווילן אים נישט פאר רב. טא, ברויכסטו אויסהערן ביידע צדדים פאר דו נעמסט אונטער אזא ערנסטע החלטה וואס קען אפעקטירן טויזנטער נפשות מישראל.
כ'פארשטיי אז דו ביזט העכסט אינטעליגענט און דו מעגסט דיך צומאל ערלויבן, אבער פארט פון דא צו פסק'ענען דיני נפשות איז פאלג מיר א גאנג.
בכל הכבוד
אמיגא
נשלח ב-25/10/2010 04:30
און זיכער זאלסטו קיינעם נישט באפעלן אוועקצומופן פון שטעטל. עס איז קענטיג אז דו ביזט נאך זייער יונג, און דו ווייסט נישט וואס דאס מיינט פאר א משפחה מיט קינדער, זיך אויפצוהייבן פון איין טאג אויפ'ן צווייטן מיט זעק און פעק און זיך אריינציען אין דער שטאט אריין. דו וועסט נאך אמאל עלטער זיין, וועסטו דאס בעסער פארשטיין.
כ'וויל דיר חלילה נישט טשעפען, נאר דו דארפסט איינפאך מער אבאאכט געבן פאר דו זיגלסט אפ אזוינע דראסטישע החלטות.
הנ"ל
נשלח ב-25/10/2010 04:57
אמיגא און נערוון פילן. איך בין נייגעריג אויב דו בוסט שוין געווען א תושב הקריה(נישט קיין יונגל. אויב דאס יא...) ווען ער איז געווארן רב. און לשיטתך מעג נאר איינער וואס האט אריינגעמופט אין ק"י אויף פסח תשל"ד. לויפן פאר מעיאר אדער טראסטי. ווייל האחד בא לגור בעיר וכו'נ.ב. די לאזונג פון האחד בא לגור קומט פון סדום...
נשלח ב-25/10/2010 16:29
אין הכי טאקע אויף מעיאר מעג יעדער לויפן נישט קיין חילוק צו א נירסערי רבי... (אברהם ווידערס געוועזענע פאזיציע) אדער א ביזנעס מאן כל זמן מען מאכט וואלן, אבער א רב וואס זעצט זיך ארויף אויף א ציבור וואס וויל אים נישט האבן דאס איז מידת סדום.
סענדדר איך האב זיך בעיקר באצויגן צום האחד בא לגור. כאילו ער האט פאראיאר געמופט קיין ק"י און היי יאר זיך דערקלערט פאר רב און קיין איין רב/רבי האלט נישט אזוי