מודה על האמת: זיך מכניע זיין פארן פוסק הדור
ווען די מאנרא צייטנוגען זורנאל\בולעטין וכדו' קומען אן אויף פאסט בחינם אפילו נאכן בעטן צענדליגע מאל זיי זאלן אויפהערן באוואשן די פאסט קעסטלעך. בלייבט גאנץ קרית יואל געפלעפט פון די קדושה און גדלות בתורה וואס די איינשטימיגער רב פון שטאט פארמאגט...
עס ווערט א בחינה פון מלאך רע בעל כרחך יענה אמן. עס איז נישט מעגליך זיך קעגן שטעלן דעם פאקט אז ר' אהרן איז א הגה"ק, פארפאלן דער דריטער רייך פראפעגאנדע מיניסטער געבעלעס ימ"ש איז געווען גערעכט.
עס דערמאנט א מעשה וואס איך האב אמאל געהערט.
א חסיד פון א געוויסער רבי זאגט פאר זיין חבר
- מיין רבי איז א בעל רוח הקודש
- פון ווי ווייסטו? - פרעגט דער חבר
- מיין רבי האט אליינס געזאגט!
- און אפשר איז דיין רבי א ליגנער?
- עה קען נישט זיין - ענטפערט דער חסיד - ס'קען נישט זיין אז א רבי וואס האט רוח הקודש זאל זאגן ליגענט...
הכלל, נאך אזוי פיל מאל חזר'ן דאס קדושה פרישות און התמדת התורה פונם גראבען יונג בלייבט נאר איין ברירה, דאס איז גלייבן אז זיינע חסידים זאגן נישט קיין ליגענט (א זאך אין וואס זיי זענען גראדע יא גאר שטארק אויסגעצייכענט)...
אלע שאלות אין די וועלט וואס ער ווערט נישט אנגעפרעגט, ווערט גלייך באשאפן א מעשה אז די גדולי הפוסקים האבן אים גערופן פרעגן... און די ביסט א שוטה אויב די גלייבסט נישט.
איין שאלה וואס א 13 יעריגער בחור'ל האט אים געפרעגט איז געבליבן אומפארענטפערט ביז ער האט ערהאלטן א "מנהג ישראל תורה". און די שאלה האבן זיי טאקע נישט אריינגעלייגט אין זייער הייד פארק פורום און אויך נישט אין זייערע צייטונגען.
אנגעהויבן האט זיך די שאלה נאך הושענא רבה, ווען א 13 יעריגער בחור האט געפרעגט דעם חכם הרזים הגאון האדיר משה פריעדמאן פון ב"פ דער נאכשלעפער פון הרב לייכטאג אינם בארא פארקער קאטשקע בוטשער... דער גאון האדיר האט געזאגט אז ער דארף דורכטין די שאלה און ער וועט צוריק רופן מיט א תשובה, אבער דערווייל איז יו"ט אנגעקומען און קיין תשובה איז נישט געקומען... שמחת תורה צופרי אינמיטן ליינען איז דער 13 יעריגער יתום צוגעגאנעגן צום פוסק הדור הגה"ק און אים געפרעגט "היות מיין טאטע איז אוועק וואלט איך געדארפט זאגן יזכור אבער מיין מאמע האט נאכאמאל חתונה געהאט ממש פאר יו"ט דעריבער האב איך שוין א נייע טאטע, וויל איך וויסן אויב איך דארף נאך אלס זאגן יזכור?
הגה"ק איז געבליבן מיטן צינג אינדרויסן, ער דרייט זיך אויס צום רויטן פיש כאפער און רוימט אים אריין אין אויער מיט אויפברויז "די האסט מיר געווארנט נישט צו ענטפערן קיין שאלות נאר אויב איך ווייס פאראויס אז מען גייט רעדן דערוועגן און איך האב צייט זיך פארצוקוקן, פארוואס האסטו אים צוגעלאזט?" דער פיש כאפער ענטפערט מיט א גלייך גילטיקייט, "אזא קליינע שאלה האבן איך געטראכט אז די רבי קען ענטפערן גלייך..."
הגה"ק הייבט זיך אן דרייען א נערוועזער און בעט א משנה ברורה, נאכן דורכזיכן דעם גאנצן מפתח, בלייבט ער מיטן צינג אינדרויסן, ער שטאמלט ארויס "ס'דא וואס פסק'נען אזוי און ס'דא וואס פסק'נען אזוי"...
צום סוף האט ער אויפגעשפרינגען מיט שמחה און געבעט אן "מנהג ישראל תורה"... דארט וועט ער זיכער טרעפן, אזוי ווי ער הייבט אן צו זיכן, זעט ער דארט אז שמחת תורה זאגט מען נישט קיין יזכור בכלל.... און האט אפגעאטעמט...
תוקן על ידי חיי_שעה ב- 25/10/2010 18:19:18
 |
|
|