לויט ווי עס קוקט אויס וועלן די בני זועל כאפן הארץ אטאקעס איינס נאכן צווייטן ווען קהל האט אנגעהויבן העווי קאנסטראקשען אין די הויז פון ריבה"ק ז"ל אין קרית יואל וואס איז ליידער געווען פארכאפט ביי די שיכורים. יעצט ארבעט מען דארט אינגרויסן צו מאכן א צימער פארן רבי'ן און די בני המן שרייען את אשר יגורני בא אבער מער ווי שרייען און כאפן הארץ אטאקעס קענען זיי גארנישט טון.
נשלח ב-25/10/2010 19:24
אלס א הצלה מעמבער האב איך שוין ליידער געזען ווי אזוי ס'זעט אויס ווען איינער טרעפט זיך אינטן פון א עלעוועטער שעפט ווייל די טיר האט זיך געפענט און ער האט אריינגעוואקט אפילו די עלעוועטער איז געשטאנען א שטאק העכער...
עס איז געווען א מחזה הוד צו זען ווי הגה"ק קומט צורייסן מיט זיין ספרינער נאכן באקומען א פרייליכע ידועה אז די טיר איז אפען, ער האט פון גרויס עגסטאז נישט געקוקט וואס געפינט זיך אינם אפענען טיר, ער האט געגעבן א שמייס אריין אינם טיר און די נאז האט געכאפט א זעץ פונם וואנט וואס שטייט ביים אנדערן זייט טיר...
נאך סוכות ווען די דעפרעשאן פון דעם סבלן האט זיך צושפילט, עד כדי כך אז מען האט אים געדארפט אפפירן קיין מאנסי אויף א בהאלטן ארט פאר עטליכע טעג, האט דער סעקייעטרעסט פארשריבן עטליכע רצעפטן, 1) מאכן א טיר אויף מזרח, און זאגן פאר'ן סבלן אז דארט וועט ער קענען גיין פאר זיינע געברויכן, אבער ער מוז האבן אביסל סבלנות 2) ארויף לייגן אפאר יו טובס פון קווינס קעמפ ווי מען פאברענט א קאר זיץ, דאס וועט זיכער קלענער מאכן די קוינס ישיבה מיט כאטשיק האלב 3) אויפקלערן די ניו יארק פאסט, אז ער איז דער גרעסטער און דער בעסטער, און ביי די זאליס איז גרויסע צרות זיי עסן חמץ גמור נאסע ווייץ און זיי לערנען נישט און זיי האבן נישט קיין תקנות 4) ווארפן פאשקעווילן אין וויליאמסבורג אויך קעגן די פסולי קידושין'ס
דער סעקייעטרעסט פקודה שמרה רוחם, און די גולמים פרייען זיך זיי האבן דאך א טיר, זיי האבן די פאוסט, זיי האבן די גרעסטע בעסטע מתיבתא, און די כשר'ע קידושין, וואס נאך פעלט זיי? אפשר אביסל שכל
נשלח ב-25/10/2010 19:45
די צענדליגער הארץ אטאקעס, איז נעבעך נאך די מגיפה פון פאריגע וואך ווי ר' יונה האט דן געווען 76 בחורים למיתה, די אלע מתים האט מען בשתיקה באהאלטן אין פאלאקס לאט, און יעצט נעבעך לקינו בכפלים מי די צענדליגע שרעקליכע הארץ אטאקעס, יה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר,
נשלח ב-25/10/2010 20:29
אקעי, געניג מיט די לצנות, אפשר קען איינער רעדן קלארע דיבורים מה טובו פון דעם בילד?
נשלח ב-25/10/2010 20:49
איך פארשטיי אויך נישט מה נשתנה היינט פון נעכטן, דע טיר האט מען אייביג געקענט עפענען.
קיין קלארן הסבר פארוואס די טיר איז אפן ווייס איך נישט. אבער מ'רייניגט היינט גוט אויס די שטויב און רויעך אינעם גאנצן ביהמ"ד, פונעם פייער וואס איז דארט לעצטנס פארגעקומען. ס'מעגליך אז מ'האט געעפנט דעם טיר, דארט אפצוקלינען די אנגעזאמלטע שטויב/גערוך. די פייער איז פארגעקומען אונטער דעם ארט.
נשלח ב-25/10/2010 21:29
מען האט איינגערעדט די חלה דעקלעך אז דורך דעם טיר גייט מען איינעמען צוריק ראדני...
(עס דערמאנט די מעשה מיט א רומענישער גנב וועמען מען האט געכאפט אין דעשער רבינס בוידעם אין שטאט דעעש, און ער האט געטענהט אז ער האט געוואלט גיין קיין טעלקדארף דוורכן בוידעם..)
נשלח ב-25/10/2010 21:33
איך קוילער מיך פון געלעכטער צו זען ווי איין פיקטשער קען אזוי צוטראגן אלע זאליס אזאש זיי דארפן ארויסנעמען מעשיות פון בוידעם אין דעעש אינם אלטער היים
נשלח ב-25/10/2010 22:04
אבער גיב אובאכט בשעת די קוילערסטעך זאלסט נישט אריינהאקן אינעם וואנט אריין אינטערן 'אפענעם' טיר...
(א דיפרעסטע זאלי)
נשלח ב-25/10/2010 22:58
נשלח ב-25/10/2010 23:26
נשלח ב-26/10/2010 00:50
קווינסצדיק ביסט שוין גארנישט אזא צדיק, די קליינע רשע
וויפיל ארוינים האסטו מצער געווען מיט דיין חכמה צער בעלי חיים
נשלח ב-26/10/2010 01:29
מזאגט א ווארט וירא בצער להם בשמעו את רינתם רא"ט האט פאר 12-13 יאר צוריק געדראפט זיין כהיום די איינציגסטע רבי אין גאנץ סאטמאר בכל אתר ואתר מיט ראדני בעדפארד און 82 אויך מאנסי און לאנדאן און אוודאי אין ירושלים און רז"ל זאל זיין א מגיד שיעור (אפשר) אבער למעשה קען ער אין ראדני נישט אריינטרעטן (נאר מיט משה גבאי'ס רשות) נישט אין די מוסדות נישט די קעמפס די מצה בעקעריי אויך נישט לאנדאן איז ער אויך נישט בעה"ב און אוודאי נישט אין ירושלים וכו' וכו' און רז"ל איז נאך פוקט אזוי (אדער נאך שענער) ווי אים
אבער בני יואל כאפט הארץ אטאקעס!!!!!!??????? ווייל מען האט געעפנט א טיר צו רייניגען די שטויב וואס האט זיך אנגעזאמעלט פון תשל"ט! נעעעעבבעעעךך
נשלח ב-26/10/2010 02:43
כדי די ליינער זאלן פארשטיין וואס דער טיר איז.
דער טיר איז געוועהן א פשוטער טיר פאר רבינו הק' אריין צו גיין צו זיין דירה ביז יום פטירתו לחיי עוה"ב.
מיט 2 יאהר נאכדעם, ווען מ'האט די מזרח וואנט פון בית המדרש איבערגעדעקט מיט די מאמארשטיינער, האט מען געמאכט א טיר פון א שטיק מארמארשטיין וועלכער איז פון די זייט פון בית המדרש, אבער אינטער די טיר איז נאך פארהאנען א וואנט פון ציגל וועלכע מ'האט פארבויעט לאחר פטירת רבינו זי"ע בעל ויואל משה.
היינט האבן די ארבייטערס פון דעם ביהמד"ר גיעפענט דעם מארמארשטיין טיר כדי אפצוקלינען דעם שטויב פון די שריפה וואס זיי האבן געמאכט מיט 2 וואכן צוריק. די טיר איז טאקע אפען אבער די שטיינערנע וואנט אינטער די טיר איז פארבויעט.