בית פורומים אידישע געדאנק

הימל און ערד: די אפגעשטיפטע חתונה אלול תשמ"ו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/10/2010 00:03 לינק ישיר 
הימל און ערד: די אפגעשטיפטע חתונה אלול תשמ"ו

עס קאכט זיך אין די גאס מיט א מעשה פון די גרויסע סאטמארע חתונה ו' אלול תשמ"ו וועלכע איז פארגעקומען אין פראט אינסטעטוט. א וואך פאר די חתונה האט מען מחליט געווען אז מען דארף האבן די ויואל משה זאל אין וויליאמסבורג פאר די פרויען, האט מען מודיע געווען די לעצטע מינוט פאר די מחותנים וואס האבן דארט געדארפט חתונה מאכן יענע נאכט, אז זיי קענען נישט דארט חתונה מאכן, נאר מען האט זיי פארשיקט קיין בית רחל. ווייטער אין בית רחל האט אויך געדארפט זיין א חתונה האט מען זיי פארשיקט קיין ארמון טערעס אין ב"פ.

 

די ענדע פון די מעשה איז אז עס האט גורם געווען א גרויס עגמת נפש פאר די חתן כלה מיט די מחותנים וואס זיי האבן זיך געמוזט שלעפן די לעצטע מינוט אויף ב"פ.

 

ליידער לכבוד דעם שפיל זענען צוויי משפחות קינדערלאז, און איין מחותן און איין מחותנ'תטע זענען נעבעך אוועק יונגערהייט ל"ע.

 

יעצט ווי מען גייט און מען שטייט הערט מען שמועסן פון די מעשה, וואס פאר א הארבע זאך איז צי מצער זיין א איד, און כש"כ א חתן כלה.

אפשר וועט דאס יעצט זיין א גוטע לעקציע פאר די מאכן די פנקס ביכער אין שרייען נאך חתנים און כלות אין מאנרא, אז אידיש בלוט איז נישט הפקר, אפילו עס רעדט זיך פון מלכות סאטמאר!

 

איך האף אז די מאנרא בחורים זאלן זיך לערנען א לעקציע וואס עס מיינט טשעפענען א חתן כלה, נישט מען זאל דארפן ציזאמשטעלן א פאזעל 20 יאר ארום אז מען האט ליידער מצער געווען דעמאלטס א חתן כלה און וועגן דעם .......... ר"ל

 

איזה חכם הרואה את הנולד!




תוקן על ידי המהדרין ב- 26/10/2010 01:14:35




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 00:28 לינק ישיר 

אזא עולם הפוך האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן:

קוק אהער, לאפלאש איז מורא'דיג גערעכט מיט זיין פאינט, און די מעשה איז אמת אויך. 
אבער,
און דא קומט א גרויסע אבער. דו מיט דיין אשכול פארגיסט דאך יעצט פונקט אזוי בלוט פון די משפחות!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 00:28 לינק ישיר 

אה שלום עליכם לאפלאש

ביסט שוין לאנג נישט דא געווען, קוקט אויס קומסט סטרעיט מן השמים

נו לאמיר דיר דערמאנען הייליגע ווערטער וואס דער הייליגער דברי חיים האט געזאגט.
און  דער הייליגער מנחת אלעזר ברענגט עס אראפ אין דברי תורה מהדורא תניינא אות ל"ח
ער רעדט בנוגע א מרא דאתרא
ער זאגט דעם לשון "כי המרא דאתרא, גם אם אין הצדק אתו בדבר א' (כיון שהוא בכללותו רב ת"ח ויר"א ורוצה להעמיד ולהרים בעירו דגל התורה ויראה ע"כ) החולק עליו יהיה מי שיהיה ובאיזה אופן שיהיה בע"כ שיהיה לו מפלה ועונש מיתה ר"ל, רק החילוק הוא באם שאין הצדק עם הרב בדבר הזה (כי האדם עלול לשגיאות גם אם כגובה ארזים גובהו ובפרט במקום מחלוקת וכו') עכ"ז בעל מחלוקתו החולק עליו ימות ר"ל כנז' רק אז ימות כדרך העולם על מטתו"
און ער פירט דארט אויס דעם עונש אויב דער מרא דאתרא איז יא גערעכט
און ער טייטשט דאס אריין אין פסוק אם כמות כל האדם וכו'

 

איך גיי נישט אויסרעכענען קיין נעמען, אבער אסאך האבן געטענהט ער איז נישט מרא דאתרא, און מן השמים זענען זיי ליידער ביטער נענש געווארן פארן טשעפענען מיט א "נישט" מרא דאתרא

 

ממילא הוי זהיר בגחלתן שלא תכוה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 00:28 לינק ישיר 

וואס טענה'ט מען זיךדא? צו אויב איינער איז מצער א יוד ליידט מען דערפון?די גרעסטע ראיה איז נאך פון א.ל. וואס ליידט היינט ביטער פארן הרגנ'ן א יוד ר' י.פ. ע"ה....

תוקן על ידי פריינדליך ב- 26/10/2010 00:36:53




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/10/2010 00:37 לינק ישיר 

אפאר זאכן ער איז נישט ערליך ליידער
קיינער אין קיינער האט עם נישט אויפגענימען אלטץ מרא דאתרא
זיין טאטע האט עם אויפגענימען פאר א העלפער אזוי ער האט גענימען א הויז בחור צי העלפן אין שטוב
ער האט אראפ גענימען זיין אדרעסס פין ק"י פין זיין לעדער הערט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 00:38 לינק ישיר 

וואלן, אזאנע קינדישקייט פאסט נישט פאר דיר, אפי' לשיטתך אז ס' קומט ווייל.... מנחת אלעזר מיט'ן ויואל משה מיט'ן וכו'

יעדער חדר יונגל ווייסט אז פארוואס האבן די מצריים און די בבליים און אלע וואילע יונגען וואס האבן געפייניגט די יודן ''ווען ס'איז זיך געקומען פאר די יודן'' ביטער אפגעשניטן?ווייל קיינער האט נישט געבעטן דיינע טובות, ס'קומט אים...? מ'וועט קעיר נעמען, ביי מעקה שטייט אויך מ'זאל מאכן א מעקה אז ס'זאל נישט אראפאלן דער נופל =דער וואס דארף סייווי אראפפאלן.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 01:20 לינק ישיר 

הנגיד_רבי כתב:
אזא עולם הפוך האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן:

קוק אהער, לאפלאש איז מורא'דיג גערעכט מיט זיין פאינט, און די מעשה איז אמת אויך. 
אבער,
און דא קומט א גרויסע אבער. דו מיט דיין אשכול פארגיסט דאך יעצט פונקט אזוי בלוט פון די משפחות!!!



דעס הייסט נישט פארגאסן בלוט, אין סדום הייסט דאס אפשר פארגאסן בלוט,
אדרבה עס איז א געוואלדיגע זכות פאר די מענטשן אז דורך דעם זעט מען אז עס איז דא א מנהיג הבירה, פארוואס מיינסטו טוט עס דער אייבערשטער אז נישט מען זאל וויסן אפילו אין אזא הסתרת פנים אז אית דין ואית דיין,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 01:24 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:

נו לאמיר דיר דערמאנען הייליגע ווערטער וואס דער הייליגער דברי חיים האט געזאגט.
און  דער הייליגער מנחת אלעזר ברענגט עס אראפ אין דברי תורה מהדורא תניינא אות ל"ח
ער רעדט בנוגע א מרא דאתרא
ער זאגט דעם לשון "כי המרא דאתרא, גם אם אין הצדק אתו בדבר א' (כיון שהוא בכללותו רב ת"ח ויר"א ורוצה להעמיד ולהרים בעירו דגל התורה ויראה ע"כ) החולק עליו יהיה מי שיהיה ובאיזה אופן שיהיה בע"כ שיהיה לו מפלה ועונש מיתה ר"ל, רק החילוק הוא באם שאין הצדק עם הרב בדבר הזה (כי האדם עלול לשגיאות גם אם כגובה ארזים גובהו ובפרט במקום מחלוקת וכו') עכ"ז בעל מחלוקתו החולק עליו ימות ר"ל כנז' רק אז ימות כדרך העולם על מטתו"
און ער פירט דארט אויס דעם עונש אויב דער מרא דאתרא איז יא גערעכט
און ער טייטשט דאס אריין אין פסוק אם כמות כל האדם וכו'

 

איך גיי נישט אויסרעכענען קיין נעמען, אבער אסאך האבן געטענהט ער איז נישט מרא דאתרא, און מן השמים זענען זיי ליידער ביטער נענש געווארן פארן טשעפענען מיט א "נישט" מרא דאתרא

 

ממילא הוי זהיר בגחלתן שלא תכוה



איך ווייס נישט ווער סהאט דיר אריינגעהאקט אין קאפ די אילוזיע אז רא"ט איז מרא דאתרא, מען שרייבט איבער און איבער "מרא דאתרא" כאילו איינער איז זיך מחולק מיט די דין פון מרא דאתרא בנוגע סידור קידושין,

איינמאל און נאכאמאל רא"ט איז בכלל נישט מרא דאתרא אפילו ער האט א זילבערנע שטעקן און ער האט בגניבה זיך אריינגעזעצט אין בית המדרש הגדול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 01:29 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:

אה שלום עליכם לאפלאש

ביסט שוין לאנג נישט דא געווען, קוקט אויס קומסט סטרעיט מן השמים

נו לאמיר דיר דערמאנען הייליגע ווערטער וואס דער הייליגער דברי חיים האט געזאגט.
און  דער הייליגער מנחת אלעזר ברענגט עס אראפ אין דברי תורה מהדורא תניינא אות ל"ח
ער רעדט בנוגע א מרא דאתרא
ער זאגט דעם לשון "כי המרא דאתרא, גם אם אין הצדק אתו בדבר א' (כיון שהוא בכללותו רב ת"ח ויר"א ורוצה להעמיד ולהרים בעירו דגל התורה ויראה ע"כ) החולק עליו יהיה מי שיהיה ובאיזה אופן שיהיה בע"כ שיהיה לו מפלה ועונש מיתה ר"ל, רק החילוק הוא באם שאין הצדק עם הרב בדבר הזה (כי האדם עלול לשגיאות גם אם כגובה ארזים גובהו ובפרט במקום מחלוקת וכו') עכ"ז בעל מחלוקתו החולק עליו ימות ר"ל כנז' רק אז ימות כדרך העולם על מטתו"
און ער פירט דארט אויס דעם עונש אויב דער מרא דאתרא איז יא גערעכט
און ער טייטשט דאס אריין אין פסוק אם כמות כל האדם וכו'

 

איך גיי נישט אויסרעכענען קיין נעמען, אבער אסאך האבן געטענהט ער איז נישט מרא דאתרא, און מן השמים זענען זיי ליידער ביטער נענש געווארן פארן טשעפענען מיט א "נישט" מרא דאתרא

 

ממילא הוי זהיר בגחלתן שלא תכוה




ר' וואלןסח איר זענט נישט געצווינגען צי אנעמען די מוסר רייד,

קענסט ראויג זאגן פאר דיינע קינדער אז זיי זאלן זיך נישט דערשרעקן, ווייל דו האסט רשות פונעם דברי חיים זי"ע,
 אין זאג זיי אן אז זיי זאלן ווייטער טשעפענען חתן כלה,

מיר וועל מיר רעדן אין צוואנציג יאר ארום דורך א עד אין דבר יום ביומו


תוקן על ידי לאפלאש ב- 26/10/2010 01:31:46




תוקן על ידי לאפלאש ב- 26/10/2010 01:32:45




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 01:34 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:

איך גיי נישט אויסרעכענען קיין נעמען, אבער אסאך האבן געטענהט ער איז נישט מרא דאתרא, און מן השמים זענען זיי ליידער ביטער נענש געווארן פארן טשעפענען מיט א "נישט" מרא דאתרא

 

ממילא הוי זהיר בגחלתן שלא תכוה



לויט דיר וואלט יוסל וואלדמאן שוין לאנג נישט געדארפט לעבן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 01:47 לינק ישיר 

א קליינע הערה:
תיקון טעות אינגע מוחות וואס האבן קוים גיעפענט די אויגעלעך.

יענע חתונה איז נישט פארגעקומען אין פראט אינסטיטוט נאר אין די ארמארי אויף ראטלעדש סטריט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 01:48 לינק ישיר 

די ארמארי איז אויף העיבארד סטריט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 01:51 לינק ישיר 

דער בית דין הגדול פון ירושלים שרייבן אז ר' אהרן איז יא מרא דאתרא, דער קאשויער רב זצ''ל שרייבט אז ר' אהרן איז יא מרא דאתרא, אלע גדולי ישראל בדורינו און פון דור הקדום זאגן אז ער איז יא מרא דאתרא, קומען אפאר ראצערלעך און דערקלערן אז ער איז נישט מרא דאתרא, בכלל וויאזוי האט דער ויואל משה נישט מורא געהאט מצער צו זיין די חתן כלה ווען ער איז געגאנגען מיט מסירת נפש צושטערן א חתונה ווי מען האט געטאנצן בתערובות?, און ער האט געדארפט ארויס שפרינגען פון פענסטער, האט ער נישט געוויסט אז פארן צאפען דאס בלוט פון חתן כלה ווערט מען געשטראפט?, זעט אויס אז דער ויואל משה איז געווען א אהרוני, און האט נישט מורא געהאט צו טשעפען חתן כלה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 02:02 לינק ישיר 

צביהירש כתב:
א קליינע הערה:
תיקון טעות אינגע מוחות וואס האבן קוים גיעפענט די אויגעלעך.

יענע חתונה איז נישט פארגעקומען אין פראט אינסטיטוט נאר אין די ארמארי אויף ראטלעדש סטריט.



איך האב מורא אז דו ביסט פון די אינגע מוחות וואס האבן קוים גיעפענט די אויגעלעך, נאר דו האסט דעם מורא'דיגן תאווה צו ווייזן כסדר אז דו בוסט דער פונעם אלטן דור, דער אלץ ווייסער.

די א.ד. חתונה איז אויסדריקליך געווען פראט אינסטיטוט.

איך וועל דיר געבן נאך א סימן, עס איז געווען יענע נאכט אראד'ער רב'ס לוויה,
ביי די חתונה איז מען געשטארבן פאר היץ.

נאך א סימן, עס איז דא די באוויסטע פיקטשער פון יענע חתונה ווי מען זעט משה גבאי מיט די קראטשעס

תוקן על ידי לאפלאש ב- 26/10/2010 02:29:11




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 02:06 לינק ישיר 

משהלע כתב:
דער בית דין הגדול פון ירושלים שרייבן אז ר' אהרן איז יא מרא דאתרא, דער קאשויער רב זצ''ל שרייבט אז ר' אהרן איז יא מרא דאתרא, אלע גדולי ישראל בדורינו און פון דור הקדום זאגן אז ער איז יא מרא דאתרא, קומען אפאר ראצערלעך און דערקלערן אז ער איז נישט מרא דאתרא, בכלל וויאזוי האט דער ויואל משה נישט מורא געהאט מצער צו זיין די חתן כלה ווען ער איז געגאנגען מיט מסירת נפש צושטערן א חתונה ווי מען האט געטאנצן בתערובות?, און ער האט געדארפט ארויס שפרינגען פון פענסטער, האט ער נישט געוויסט אז פארן צאפען דאס בלוט פון חתן כלה ווערט מען געשטראפט?, זעט אויס אז דער ויואל משה איז געווען א אהרוני, און האט נישט מורא געהאט צו טשעפען חתן כלה.


איך וועל דיר ענטפערן וואס איך האב גענטפערט פאר וואלןסח
איר זענט נישט געצווינגען צי אנעמען די מוסר רייד,

קענסט רואיג זאגן פאר דיינע קינדער אז זיי זאלן זיך נישט דערשרעקן, ווייל דו האסט רשות, בית דין הגדול פון ירושלים מיטן קאשויער רב זצ''ל   
 אין זאג זיי אן אז זיי זאלן ווייטער טשעפענען חתן כלה.

מיר וועל מיר רעדן אין צוואנציג יאר ארום דורך א עד אין דבר יום ביומו




תוקן על ידי לאפלאש ב- 26/10/2010 02:32:06




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 02:21 לינק ישיר 

האלסטו נישט אז דיין תגובה איז מורא'דיג נאריש, ווייל איך קען דיר צוריק שרייבן ווארט בווארט, און ווארענען אז טשעפען מיט א מרא דאתרא ברענגט ביטערע רעזאלטאטן, און פארשפרעכן זיך אומצוקערן צו די טעמע אין 20 יאר ארום אין דבר יום ביומו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הימל און ערד: די אפגעשטיפטע חתונה אלול תשמ"ו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext