עס קאכט זיך אין די גאס מיט א מעשה פון די גרויסע סאטמארע חתונה ו' אלול תשמ"ו וועלכע איז פארגעקומען אין פראט אינסטעטוט. א וואך פאר די חתונה האט מען מחליט געווען אז מען דארף האבן די ויואל משה זאל אין וויליאמסבורג פאר די פרויען, האט מען מודיע געווען די לעצטע מינוט פאר די מחותנים וואס האבן דארט געדארפט חתונה מאכן יענע נאכט, אז זיי קענען נישט דארט חתונה מאכן, נאר מען האט זיי פארשיקט קיין בית רחל. ווייטער אין בית רחל האט אויך געדארפט זיין א חתונה האט מען זיי פארשיקט קיין ארמון טערעס אין ב"פ.
די ענדע פון די מעשה איז אז עס האט גורם געווען א גרויס עגמת נפש פאר די חתן כלה מיט די מחותנים וואס זיי האבן זיך געמוזט שלעפן די לעצטע מינוט אויף ב"פ.
ליידער לכבוד דעם שפיל זענען צוויי משפחות קינדערלאז, און איין מחותן און איין מחותנ'תטע זענען נעבעך אוועק יונגערהייט ל"ע.
יעצט ווי מען גייט און מען שטייט הערט מען שמועסן פון די מעשה, וואס פאר א הארבע זאך איז צי מצער זיין א איד, און כש"כ א חתן כלה.
אפשר וועט דאס יעצט זיין א גוטע לעקציע פאר די מאכן די פנקס ביכער אין שרייען נאך חתנים און כלות אין מאנרא, אז אידיש בלוט איז נישט הפקר, אפילו עס רעדט זיך פון מלכות סאטמאר!
נו לאמיר דיר דערמאנען הייליגע ווערטער וואס דער הייליגער דברי חיים האט געזאגט. און דער הייליגער מנחת אלעזר ברענגט עס אראפ אין דברי תורה מהדורא תניינא אות ל"ח ער רעדט בנוגע א מרא דאתרא ער זאגט דעם לשון "כי המרא דאתרא, גם אם אין הצדק אתו בדבר א' (כיון שהוא בכללותו רב ת"ח ויר"א ורוצה להעמיד ולהרים בעירו דגל התורה ויראה ע"כ) החולק עליו יהיה מי שיהיה ובאיזה אופן שיהיה בע"כ שיהיה לו מפלה ועונש מיתה ר"ל, רק החילוק הוא באם שאין הצדק עם הרב בדבר הזה (כי האדם עלול לשגיאות גם אם כגובה ארזים גובהו ובפרט במקום מחלוקת וכו') עכ"ז בעל מחלוקתו החולק עליו ימות ר"ל כנז' רק אז ימות כדרך העולם על מטתו" און ער פירט דארט אויס דעם עונש אויב דער מרא דאתרא איז יא גערעכט און ער טייטשט דאס אריין אין פסוק אם כמות כל האדם וכו'
אפאר זאכן ער איז נישט ערליך ליידער קיינער אין קיינער האט עם נישט אויפגענימען אלטץ מרא דאתרא זיין טאטע האט עם אויפגענימען פאר א העלפער אזוי ער האט גענימען א הויז בחור צי העלפן אין שטוב ער האט אראפ גענימען זיין אדרעסס פין ק"י פין זיין לעדער הערט
נשלח ב-26/10/2010 00:38
וואלן, אזאנע קינדישקייט פאסט נישט פאר דיר, אפי' לשיטתך אז ס' קומט ווייל.... מנחת אלעזר מיט'ן ויואל משה מיט'ן וכו'
יעדער חדר יונגל ווייסט אז פארוואס האבן די מצריים און די בבליים און אלע וואילע יונגען וואס האבן געפייניגט די יודן ''ווען ס'איז זיך געקומען פאר די יודן'' ביטער אפגעשניטן?ווייל קיינער האט נישט געבעטן דיינע טובות, ס'קומט אים...? מ'וועט קעיר נעמען, ביי מעקה שטייט אויך מ'זאל מאכן א מעקה אז ס'זאל נישט אראפאלן דער נופל =דער וואס דארף סייווי אראפפאלן.....
נשלח ב-26/10/2010 01:20
הנגיד_רבי כתב:
אזא עולם הפוך האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן:
קוק אהער, לאפלאש איז מורא'דיג גערעכט מיט זיין פאינט, און די מעשה איז אמת אויך.
אבער,
און דא קומט א גרויסע אבער. דו מיט דיין אשכול פארגיסט דאך יעצט פונקט אזוי בלוט פון די משפחות!!!
דעס הייסט נישט פארגאסן בלוט, אין סדום הייסט דאס אפשר פארגאסן בלוט,
אדרבה עס איז א געוואלדיגע זכות פאר די מענטשן אז דורך דעם זעט מען אז עס איז דא א מנהיג הבירה, פארוואס מיינסטו טוט עס דער אייבערשטער אז נישט מען זאל וויסן אפילו אין אזא הסתרת פנים אז אית דין ואית דיין,
נשלח ב-26/10/2010 01:24
וואלןסח כתב:
נו לאמיר דיר דערמאנען הייליגע ווערטער וואס דער הייליגער דברי חיים האט געזאגט. און דער הייליגער מנחת אלעזר ברענגט עס אראפ אין דברי תורה מהדורא תניינא אות ל"ח ער רעדט בנוגע א מרא דאתרא ער זאגט דעם לשון "כי המרא דאתרא, גם אם אין הצדק אתו בדבר א' (כיון שהוא בכללותו רב ת"ח ויר"א ורוצה להעמיד ולהרים בעירו דגל התורה ויראה ע"כ) החולק עליו יהיה מי שיהיה ובאיזה אופן שיהיה בע"כ שיהיה לו מפלה ועונש מיתה ר"ל, רק החילוק הוא באם שאין הצדק עם הרב בדבר הזה (כי האדם עלול לשגיאות גם אם כגובה ארזים גובהו ובפרט במקום מחלוקת וכו') עכ"ז בעל מחלוקתו החולק עליו ימות ר"ל כנז' רק אז ימות כדרך העולם על מטתו" און ער פירט דארט אויס דעם עונש אויב דער מרא דאתרא איז יא גערעכט און ער טייטשט דאס אריין אין פסוק אם כמות כל האדם וכו'
איך ווייס נישט ווער סהאט דיר אריינגעהאקט אין קאפ די אילוזיע אז רא"ט איז מרא דאתרא, מען שרייבט איבער און איבער "מרא דאתרא" כאילו איינער איז זיך מחולק מיט די דין פון מרא דאתרא בנוגע סידור קידושין,
איינמאל און נאכאמאל רא"ט איז בכלל נישט מרא דאתרא אפילו ער האט א זילבערנע שטעקן און ער האט בגניבה זיך אריינגעזעצט אין בית המדרש הגדול
נו לאמיר דיר דערמאנען הייליגע ווערטער וואס דער הייליגער דברי חיים האט געזאגט.
און דער הייליגער מנחת אלעזר ברענגט עס אראפ אין דברי תורה מהדורא תניינא אות ל"ח
ער רעדט בנוגע א מרא דאתרא
ער זאגט דעם לשון "כי המרא דאתרא, גם אם אין הצדק אתו בדבר א' (כיון שהוא בכללותו רב ת"ח ויר"א ורוצה להעמיד ולהרים בעירו דגל התורה ויראה ע"כ) החולק עליו יהיה מי שיהיה ובאיזה אופן שיהיה בע"כ שיהיה לו מפלה ועונש מיתה ר"ל, רק החילוק הוא באם שאין הצדק עם הרב בדבר הזה (כי האדם עלול לשגיאות גם אם כגובה ארזים גובהו ובפרט במקום מחלוקת וכו') עכ"ז בעל מחלוקתו החולק עליו ימות ר"ל כנז' רק אז ימות כדרך העולם על מטתו"
און ער פירט דארט אויס דעם עונש אויב דער מרא דאתרא איז יא גערעכט
און ער טייטשט דאס אריין אין פסוק אם כמות כל האדם וכו'
ר' וואלןסח איר זענט נישט געצווינגען צי אנעמען די מוסר רייד,
קענסט ראויג זאגן פאר דיינע קינדער אז זיי זאלן זיך נישט דערשרעקן, ווייל דו האסט רשות פונעם דברי חיים זי"ע,
אין זאג זיי אן אז זיי זאלן ווייטער טשעפענען חתן כלה,
מיר וועל מיר רעדן אין צוואנציג יאר ארום דורך א עד אין דבר יום ביומו
א קליינע הערה: תיקון טעות אינגע מוחות וואס האבן קוים גיעפענט די אויגעלעך.
יענע חתונה איז נישט פארגעקומען אין פראט אינסטיטוט נאר אין די ארמארי אויף ראטלעדש סטריט.
נשלח ב-26/10/2010 01:48
די ארמארי איז אויף העיבארד סטריט
נשלח ב-26/10/2010 01:51
דער בית דין הגדול פון ירושלים שרייבן אז ר' אהרן איז יא מרא דאתרא, דער קאשויער רב זצ''ל שרייבט אז ר' אהרן איז יא מרא דאתרא, אלע גדולי ישראל בדורינו און פון דור הקדום זאגן אז ער איז יא מרא דאתרא, קומען אפאר ראצערלעך און דערקלערן אז ער איז נישט מרא דאתרא, בכלל וויאזוי האט דער ויואל משה נישט מורא געהאט מצער צו זיין די חתן כלה ווען ער איז געגאנגען מיט מסירת נפש צושטערן א חתונה ווי מען האט געטאנצן בתערובות?, און ער האט געדארפט ארויס שפרינגען פון פענסטער, האט ער נישט געוויסט אז פארן צאפען דאס בלוט פון חתן כלה ווערט מען געשטראפט?, זעט אויס אז דער ויואל משה איז געווען א אהרוני, און האט נישט מורא געהאט צו טשעפען חתן כלה.
נשלח ב-26/10/2010 02:02
צביהירש כתב:
א קליינע הערה:
תיקון טעות אינגע מוחות וואס האבן קוים גיעפענט די אויגעלעך.
יענע חתונה איז נישט פארגעקומען אין פראט אינסטיטוט נאר אין די ארמארי אויף ראטלעדש סטריט.
איך האב מורא אז דו ביסט פון די אינגע מוחות וואס האבן קוים גיעפענט די אויגעלעך, נאר דו האסט דעם מורא'דיגן תאווה צו ווייזן כסדר אז דו בוסט דער פונעם אלטן דור, דער אלץ ווייסער.
די א.ד. חתונה איז אויסדריקליך געווען פראט אינסטיטוט.
נאך א סימן, עס איז דא די באוויסטע פיקטשער פון יענע חתונה ווי מען זעט משה גבאי מיט די קראטשעס
תוקן על ידי לאפלאש ב- 26/10/2010 02:29:11
נשלח ב-26/10/2010 02:06
משהלע כתב:
דער בית דין הגדול פון ירושלים שרייבן אז ר' אהרן איז יא מרא דאתרא, דער קאשויער רב זצ''ל שרייבט אז ר' אהרן איז יא מרא דאתרא, אלע גדולי ישראל בדורינו און פון דור הקדום זאגן אז ער איז יא מרא דאתרא, קומען אפאר ראצערלעך און דערקלערן אז ער איז נישט מרא דאתרא, בכלל וויאזוי האט דער ויואל משה נישט מורא געהאט מצער צו זיין די חתן כלה ווען ער איז געגאנגען מיט מסירת נפש צושטערן א חתונה ווי מען האט געטאנצן בתערובות?, און ער האט געדארפט ארויס שפרינגען פון פענסטער, האט ער נישט געוויסט אז פארן צאפען דאס בלוט פון חתן כלה ווערט מען געשטראפט?, זעט אויס אז דער ויואל משה איז געווען א אהרוני, און האט נישט מורא געהאט צו טשעפען חתן כלה.
איך וועל דיר ענטפערן וואס איך האב גענטפערט פאר וואלןסח
איר זענט נישט געצווינגען צי אנעמען די מוסר רייד,
קענסט רואיג זאגן פאר דיינע קינדער אז זיי זאלן זיך נישט דערשרעקן, ווייל דו האסט רשות, בית דין הגדול פון ירושלים מיטן קאשויער רב זצ''ל
אין זאג זיי אן אז זיי זאלן ווייטער טשעפענען חתן כלה.
מיר וועל מיר רעדן אין צוואנציג יאר ארום דורך א עד אין דבר יום ביומו
תוקן על ידי לאפלאש ב- 26/10/2010 02:32:06
נשלח ב-26/10/2010 02:21
האלסטו נישט אז דיין תגובה איז מורא'דיג נאריש, ווייל איך קען דיר צוריק שרייבן ווארט בווארט, און ווארענען אז טשעפען מיט א מרא דאתרא ברענגט ביטערע רעזאלטאטן, און פארשפרעכן זיך אומצוקערן צו די טעמע אין 20 יאר ארום אין דבר יום ביומו.