בית פורומים כל העולם כולו

איז "דער בלאט" פאררוקט??

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/10/2010 00:25 לינק ישיר 
איז "דער בלאט" פאררוקט??

קודם כל, איך וויל מוסר מודעה זיין אז איך רעד נישט פון פאליטיק, נאר בלויז פון די צייטונג הנקרא "דער בלאט".

בעפאר איר וועט אלע פרעגן פארוואס איך קויף עס בכלל, לאמיך אייך ענטפערן, עס זענען פאראן גאנץ שיינע ארטיקלען, טענענבוים, באקציין, פון פארשידענע וועלטליכע טעמעס וואס איך גלייך שטארק צו לייענען. ביז א שטיק צייט צוריק פלעגן זיין נאך אינטערעסאנטערע ארטיקלען וועלכע האבן אויפגעהערט צו ערשיינען (ווי י.באש, לעבאוויטש וואס האט געשריבן פסיכאלאגיע(?) פאר מענטל פראבלעמען ("פארוואס האב איך געווארט"?) און נאך פארשידענע (נישט אזעלכע בייסיגע פארהאסטע ארטיקלען ווי דוב שטרייכער פון י.ג.)

אבער בכלל זענען די שרייבערס היבש משוגע, און קוקן אויס צו זיין צוריקגעבליבענע.

איך פארשטיי אז מען שרייבט פון דעם רבי'ן (הגה"ק מיליאן מאל) און אין אלע אידישקייט ענינים שטופט מען אינעם רבי'ן כאילו אלעס האט בלויז מיט איהם (צב"ש ש.ב. מרגליות, ער שרייבט אמת'דיג שיין אבער עס עקלט אזויפיל צו זעהן יעדע וואך דעם רבי'ן שליט"א נאכאמאל און נאכאמאל), עס איז אויך גאנץ אינטערעסאנט צו זעהן די אלע (וועלטליכע - נישט רבי'שע) בילדער יעדע וואך און די בדיחות'דיגע קאמענטארן הונטער זיי, וואס ברענגט גאנץ אפט ארויס א שמייכל..

אבער וואס עס מאכט מיך (און נאך אנדערע מענטשן) אויפצוהייבן די אויגן-ברעמען און פרעגן "הזאת נעמי", זענען פארשידענע מאדנע און אומפארשטענדליכע זאכן וואס מאכט יעדן לאכן.

איין משל. "פון פענע צום בלאט". יעדע וואך באזונדער זענען פאראן איינס אדער מערערע בריוון וועלכע מאכן מיר לאכן און קרומען מיט די נאז, איך ווייס נישט צו די שרייבערס זענען אזעלכע בעביס, צו גאר די בחורים העורכים (וועלכע מאכן זיכער אז אלע בריוון "פיטן" אריין אין איין עמוד, ברצותם מקצרים וברצותם... מאריכים, וביודעי ובמכירי קאמינא, איך האב שוין אמאל געשריבן א בריוו, און די חשוב'ע רעדאקציע האט דאס היבש באפעפערט, הגם נישט שלעכט, אבער איך האב זיך איבערצייגט אז ס'איז נישט גענצליך אומר דבר בשם אומרו, און מסתמא לייגן זיי צו היבש אייגענע בריוון ווען עס פעלט זיך אויס, בתוך שאר שקרי עמו ישראל..)

איך מיין אז פון היינט און ווייטער זאל איך יעדע וואך מעתיק זיין איינע פון די בריוון, וירא הקהל ויצחקו.

לעצטע וואך האט איינער, א "פעני-סעיווער" געשריבן ווי אזוי מען קען זיך שפארן א פעני, דהיינו אויב איינער האט אן עלעקטריק ביל פון ווייניגער ווי 30 דאלער (!) (ער אליין איז מודה אז עס איז נישטא אזוינס, אבער לפי חלומותיו קען יא זיין אזא זאך) זאל ליבערשט נישט באצאלן דעם ביל (אויב ער שיקט דאס מיט די פאסט) ווייל די 1.5% שטראף וואס קומט דערויף א חודש שפעטער וועט זיין בלויז 43 סענט וואס איז ביליגער מיט א צענט ווי א סטעמפ! פלאצקער גאון'ס אויסטרעף!!

ער האט בלויז "פארגעסן" מסתמא אויסצורעכענען וויפיל עס קאסט א "טשעק" און די טינט פון פעדער צו שרייבן דעם טשעק, און די צייט (טיים איז מאני) וואס עס נעמט צו שרייבן, ווער רעדט נאך אויב מאכט מען א מאני-ארדער!

כ'מיין.. קאם-אן! ווי נידריג (אין מענטשליכקייט) דארף מען זיין אריינצולייגן אזוינע שטותים! ס'איז טאקע פאר קינדערלעך און ווייבער, אבער אפילו פאר זיי! האט שוין דער בלאט בכלל נישט קיין "זעלבסט-רעספעקט"?

ס'זענען דאך זיכער פאראן אנדערע מענטשן - נישט אהרונים - וועלכע לייענען די צייטונג, דארף מען זיך נישט כאטש אביסעלע אהערשטעלן? נישט מאכן ליצנות פון זיך אליין? ווי למשל זאגן אזא נארישע צודרייטע זאך (סוכות אויסגאבע) אז איינע פון די "הויפט געשעענישן פון יאר" איז.. נישט מער און נישט ווייניגער ווי... "13 חתונה זאלן געעפנט לויט די תקנות"...? האם אר יו קידדינג?? דאס שטייגט אפילו איבער גראסמאנ'ס פרשה און די וואלקענאו אין איסלאנד וכדו'... באמת א פלא עצום!

איך לאך נאך ביז היינט פונעם "אויסשווארץ" (אזוי רופט דער בלאט אן א "בלעק-אוט"), אדער "שיך און זאקן", דהיינו ביי יעדע רבי'שע געשעעניש האבן זיך פארזאמעלט טויזענטער (מיליאנען?) אידן מיט "שיך און זאקן", הגם רוב גייען נישט אנגעטון שבת'דיג, אבער היות דער בלאט שרייבט דאך "בלויז אמת" און טוט נישט פארנויגן דאס מינדעסטע, מדבר שקר תרחק, איז ע"כ שרייבט מען "שיך און זאקן" וואס דאס איז דאך טאקע אמת! ווער גייט דען נישט שיך און זאקן? קיינער קומט דאך נישט צו א חתונה בארוועס.

איך וואלט געקענט נאך מער מאריך זיין, נאר עס איז צופיל אויף איינמאל.. צוביסלעך, מהיום והלאה, וועלן מיר ארויפלייגן די צודרייטע מאדנע זאכן פון דער בלאט, כולי האי ואולי וועט זיך די "חשוב'ע רעדאקציע" אויפוועקן...




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 00:43 לינק ישיר 

ווייסט איינער וואס קרענט די זאלי'ס יעצט די בלאט מער ווי א צווייטע מאל
שוין די צווייטע אשכול פין פעך אין שוועבל אין די וואך אליין'ס וויי זיי רייסען אראפ מיט נערישע שטותים דער בלאט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/10/2010 01:23 לינק ישיר 

WOW WOW WOW........ אזא אטאקע???.... וואס איז געשעהן???... אפשר קען מען דיך ארויסהעלפן? איז אלעס בסדר?? איך מיין די זאלסט אויפהערן קויפן די בלאט... ס'וועט דיר זיין סאך געזונטער.... איך האב געוואוסט אז די בלאט שטעכט די זאליס אין זיבעטען ריפ, אבער אזוי צו קרענקן?? אזאנע שעלט ווערטער?? ממש מיט טרערן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/10/2010 01:24 לינק ישיר 

יא די בלאט איז אבסולוטלי פאריקט אויף מיליאן 

פארענטפערט דיר דאס אלעס אדער עפעס איז דיר נאך שווער ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/10/2010 02:39 לינק ישיר 

דער בלאט עקזיסטירט נאר ווייל ס'איז דער פראפאגאנדע צייטונג פון די אהרונים, ממילא זענען אלע ארונים לויאל בלאט שטיצער בלינדערהייט, איך גאראנטיר ענק אז אויב זאל עס ווען זיין א פריוואטע נייטראלער צייטונג וואלט עס נישט געלעבט נאך איין טאג, עס האט נישט קיין שום פראפעשענעליזם פון דשורנאליזם, ס'קוקט אויס ווי א קאלארינג בוק וואס א קליינע בייבי פירקעלט אן, הוידל בוידל, לצנות, שטותים...

למשל איך האב יעצט געכאפט די בלאט פון די לעצטע וואך, קודם האבן זיי אויפן ערשטן בלעטל, א ריזיגער בילד פון א איבערגעדרייטער עראפלאן אין א דערפל אין די פיליפינס צוליב עפעס א שטורעם דארט, וואס פאר-א-שווארץ-יאר, פארנעמט א שטורעם אין די פיליפענען דער פראמענענטסטער ארט פון א חרדישע צייטונג אין ניו יארק, זענען זיי משוגע?

נאכדעם קוק איך ווייטער מעלדן זיי די נוטרונא ראדיא-עדס, ווייסן זיי פשוט נישט אז א עד אין אידיש רופט מען א רעקלאמע, זיי רופן עס "ראדיא-מעסעדשעס", איז טאקע דארט נישט דא קיין שום פאראנטווארטליגער שרייבער וואס זאל עכ"פ איבערקוקן די קעפליך פון לכה"פ די ערשטע בלאט....אנביליוועבל!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 03:38 לינק ישיר 

אודה ולא אבוש, איך בין היבש ערשטוינט אויף די אטאקע וואס איך האב צוריקגעכאפט על לא דבר.

1. איך בין בכלל נישט קיין "זאלי".
2. וואו קומט אהער "שטעכן די זאליס"? "פעך און שוועבל"? מען רעדט דאך דא פון משוגע מאכן די מענטשהייט.
3. וואו האסטו געטראפן, באנדעלע, אז איך שרייב מיט טרערן? שעלטן? קרענקען ביזן זיבעטן ריפ? אויסער "לאכן" (און קרומען מיט די נאז) האב איך גארנישט געשריבן!

איך האב באמת געמיינט אז צווישן אזויפיל אידישע שרייבער וועט זיין כאטשיק עטליכע מבינים אויף די נידריגע קוואליטי פון די בלאט דזשורנאליזם. דערווייל וואס ווען וואו.

איך האב ספעציעל ארויסגעברענגט די מעלות אויך, איך בין נישט קיין איין זייטיגער, איך זעה די געשמאקייט דערפון אויף עטליכע פלעצער, און אזוי אויך אין "דער איד" (איך ליין ביידע), אבער יעדעס ווארט וואס איך האב געשריבן איז 100% אמת. אדרבה ווייזט מיר אויף אז נישט!!

די עקסטרעמען, "דער בלאט איז פאררוקט אויף מיליאן", רעדט נישט צו מיר. עס מיינט נישט גארנישט. איך גלייך בכלל נישט די עקסטרעמע אויסדרוקן. נישט אויפן בלאט און אודאי נישט אויף א מענטש.

איך קען אבער נישט צוריקציען. יעדער נארמאלער שרייבער, אפילו נאר א שטיקעלע, וועט מודה זיין אז דא ליגט מאדנע, קינדישע כאראקטעריסטן. דאס איז אחוץ די פאנאטישע איבער'חזר'ן כ"ק הגה"ק שליט"א יעדע רגע (וואס איך האב בכלל נישט ליב, פון קיין שום חסידות. און מיט דעם ענין מוז איך געבן קרעדיט פאר "דער איד").

איך וויל מיך אנטשולדיגן אויב איך האב איינעם וויי געטון. איך וויל נישט קיינעם שטעכן. אפשר מיט די צייט וועט איר נאך פארשטיין וואס איך מיין. איך וועל פרובירן מעתיק זיין שטיקער וואך נאך וואך. אינו דומה שמיעה לראי'. א שאד איך האב עס נישט געטון ביז היינט.


תוקן על ידי הטוב_שמך ב- 26/10/2010 03:45:15




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 03:45 לינק ישיר 

מילך דייטש ,לטובתך ולהנאתך, מאך סדר און דיין אפיס,
 
פאר עטליכע יאר צוריק, ווען מען האט אונז בא'גנב'ט פון אלע  אונזערע נכסים
האט אויסגעפעלט אזא צייטונג ווי דו האסט יעצט, ווייל ווי נישט ווי דיין צייטונג האט אויפגעהייטער
די געמיטער נאך די נאכנאדע דורכפעלער יעדן איינציגן טאג, און קארט וכדומה, עס האט געהאלפן מיט מסיבות וכדו'

מיילך!!!! עס איז אנדערע צייטן היינט ציטאגס!!!! דער עולם ברויך מער נישט קיין לייכטיזיניגע ביליגע צייטונג
עס האלט נישט ווייט, אז אויב עס וועט נישט געשען קיין מעדשער טשענדש און דיין צייטונג, וועלן
מגידי שיעור אסר'ן עס צו ליינען! נישט ווייל עס איז גוי'עש, נאר ווייל דער גוי וואלט זיך אויך געשעמט דערמיט

הער דיך נישט צו צי די מענטשן ארום דיר און דיין אפיס וואס ווילען  ווייטער מעלקן פון דיר
גיי און גאס, רעד צום ציבר, עס נישט דא קיין 20 פרצאנט ארונים וואס זענענן מודה אז זיי ליינען דיין צייטונג!!!!
יעדער נערמאלער אינגערמאן לייקענט אז ער נעמט עס און די הענט אריין,

מאך 180 דעגרי טערען פאר עס איז צי שפעט!!!!!





תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 26/10/2010 03:49:19




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 04:02 לינק ישיר 

היראים,

לכתחילה האב איך נישט פארשטאנען וואס דו זאגסט "שוין די צווייטע אשכול וכו'...". איך האב גראדע יעצט באמערקט די אנדערע ארטיקל (פון "דעעם" אין די עדיטאריעל) אנטקעגן דער בלאט.

איך האב שוין נישט אדורכגעקוקט דעם "כל העולם כולו" פארום פאר איבער א וואך און איך האב באמת נישט געוואוסט פון דעם אנדערן אשכול (צי איר גלייבט מיר יא צי נישט).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 04:10 לינק ישיר 

הטוב_שמך כתב:
 (צי איר גלייבט מיר יא צי נישט).


איך האב דיך שוין כמעט געגלייבט אבער,
איך האלט אז מיט דעם האסטו געהארגט דיין נאמנית!....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 05:15 לינק ישיר 

אויף זייט 17 די פיקטשערס פון דעם ר' מענדל ווערצבערגער מיט דער רב פון די סאטמארע קהלה אין מאנטריאל, איז געהעריג לצנות געמאכט פון די 2 חשובע רבנים, ווי קומט די בילד אהין, די טיפוש!! יא איך ווייס אז ער איז דער אהרוני קאמפעטישן פון רב טירנויער, מסכים, אבער וואס קלעפסטו דארט אריין די בילדער, איז דאס א ארטס-ענד-קרעפטס אדער א צייטונג?


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 26/10/2010 05:16:40




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 05:22 לינק ישיר 

בנוגע לייגן בילדער ביזטו נישט אינגאנצן גערעכט, ווייל די ערשטע זאך וואס די אויג פון א מענטש כאפט איז א בילד, האט דער בלאט לעצטנס אנגענומען דעם שטעלונג, און זיי פרובירן ביי יעדע נייעס צוצולייגן א בילד פון וועמען אדער פון וואס ס'רעדט זיך דא.
איך געב זיי נישט אינגאנצן גערעכט, און ס'זענען דא אינעם בלאט אסאך פעלערהאפטיגע זאכן וועלכע זיי מעגן זיך צולערנען, אבער סתם גיין ארונטערייסן הלא דבר האט קיין פשט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 14:54 לינק ישיר 

א) די "הגה"ק" טיטל קריכט מיר שוין אויך ארויס פון די נאז-לעכער! פארוואס קען נישט שטיין נארמאל "מרן אדמו"ר מסאטמאר", העכסטענס א "עט"ר", אדער אמאל אמאל אן "הגה"ק", אבער נישט טויזענט מאל א וואך!

ב) למעשה איז עס גאנץ א געלונגענער צייטונג זיי האבן גוטע נייעס, גוטע ארטיקלען וועלטליכע און תורה'דיגע. אבער די סטייל דערפון איז אביסל בחור'יש און קינדעריש, ווי די נארישע בילדער וואס עס טוט זיך אין אזיע-אוזבעקיסטאן-מדבריות ווי א פייגל פליהט-א הויז צופאלט-א אויטא פארקט וכו' (הגם עס איז דא וואס גלייכן עס, איז עס זיכער צופיהל פער וואך). און ווער רעדט נאך פון די בריווען וואס אסאך אמאל דוכט זיך ווי אפאר עידזש בחורים האבן עס געשריבן, ווי למשל אינמיטן זומער וויפיל בחורים עס גייען מיטן שעמפא אין די האנט, און וויפיל מיטן האנטוך אויפן פלייצע... (ווער געדענקט?)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 17:46 לינק ישיר 

דער בלאט האט זיך געפענט דורך עטליכע עסקנים
 ניצענדיג די געלעגנהייט ווען טויזענטער קאסטומער פין דער איד האבען עס גענצליך אויפגעהערט צו קויפן אין ליינען
אין די סיבה פארוואס זיי האבען מצליח געווען - אנדעש ווי אסאך וואס האבען פראבירט צו עפנען צייטונגען אין זענען דורך געפאלען איז ציליב דעם וואס זיי האבען פין די ערשטע מיניט געהאט א שטארקע ליינער באזע, וועלכע איז נאך האנט זייער שטערקסטע באזע 
אין איך ווייס נישט וואס די ווילסט מיט דיין תגיבה אויבן

אין די סיבה פארוואס די זאליס פראבירן יעצט צו העצן אויף דער בלאט מער ווי א צווייטע מאל איז ציליב דעם וואס דער איד האט אנגעהויבן צ אינוועסטירן שווערע געלטער אויפצוארבעטן זייער צייטונג, קענען זיי שרייען אז דער בלאט זאל זיי נאכטוהן
נו, ס'איז א גיטע עצה אין די ליינער וועלן זיכער הנאה האבן
איך קען אויך באשטיין, זיי זאלען אנהויבן זיך אהערצושטעלן מער פראפעשענאל

אבער
אויב באדערט דיך דאס ווארט הגה''ק אזוופיל מאל דאן וואלט דיך די מהלך פין דער איד געקרענט אסאך מער,
 ווייל פאר יעדע הגה''ק אין דער בלאט האט דער איד צען קעפלעך פין פראפאגאנדע זאלי נייעס מיט ריזיגע קעפלעך אנגעהויבן פין די וועכענטליכע פרקי אבות שיעור- כאילו ראדני שול אין וומ''ס איז די איינציגסטע פלאץ ווי מ'לערנט פאר פרק, אין גענדיגט ביי געלייגטע א ציגעל אויף די געיט פין זייער בית החיים
נעם א איד אדער א בלאט פין סיי וועלכע וואך אין קוק וויפיל חדרד'ישע נייעס עס איז דא אין דער בלאט פין סאטמאר
אפגערעדט אז נעגעטיוו וועסטו טרעפן נאר ממש ביי א סעזאן,
 אין אפי' דעמאלטס וועסטו נישט טרעפן אזעלכע גרוליגע לשונות ווי רשעים עמלקים משכילים אין אוודאי נישט אויף ת''ח אין דיינים
אין וויפיל חרדישע נייעס עס איז  דא פין זאלי אין דער איד,
אין פין נעגעטיוו וועסטו זעלטן טרעפן א אויסגעלאזטע וואך,
נאכדערצו מיט אזעלכע שמיציגע לשונות וואס גרוליט יעדע מענטש חוץ א זאלי
מ'קען זאגען אז די גרעסטע פראצענט חרדישע נייעס אין דער איד איז זאלי פראפאגאנדע נייעס

אין דאס איז די סיבה וואס טראץ וואס דער איד אנערקענענדיג זייער מצב האבען אנגעהויבן צו אינוועסטירן שווערע געלטער אין זייער צייטונג ברענגט דאס פאר זיי קיין שום רעזולטאטען, אין העכערט לגמרי נישט זייער קאסטומער באזע.

אין להוי ידועה אז דער בלאט לייגט נישט אריין בדרך כלל קיין שום חרדי'שע נייעס אליין'ס, יעדע נייעס ווערט אריינגעשיקט דורך די מוסד וואס לייגט עס אריין, דאס ברענגט געלט פאר'ן מוסד וועלכע פובליצירט זייער סוקסעפולע מאורע, אין דארפסט פארלאנגען ביי די סעקרעטרי פין דעם מוסד זאל דאס מגיה זיין אין זאל אראפנעמען דאס ווארט הגה''ק ווייל דיר קרענקט עס.

אגב
רוב איידיעס וואס דער איד האט אנגהויבן צו ניצן, איז אלטע איידיעס פין דער בלאט (חוץ די גאנצע בייליגע מיט קעסטל רעטענישן - דאס איז שוין משה פרידמאן'ס איידיע)
קוק גיט וועסטו זעהן


תוקן על ידי rebyankel ב- 26/10/2010 17:51:08




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/10/2010 21:18 לינק ישיר 

לאמיר נעמען נאך א משל פון די וואך.

דאס איז אויף זייט 51, וואו מען באשרייבט צי ספלענדע צוקער איז געזונט צו נישט.



הודעה פאר דער בלאט: צו ווייסטו אז כדי צו לעקן די פוס דארף מען אויסטון  די "שיך און זאקן"?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 21:22 לינק ישיר 

לאמיר נעמען נאך א משל..

דאס איז אויף זייט 76 ביי די "טעכנאלאגיע נייעס".




הודעה צו דער בלאט: ביסטו זיכער אז "קינד און קייט" געדענקט דאס? אפשר האבן מאנכע א שוואכן זכרון, און איר שרייבט דאס אזוי מיט א זיכערקייט.. וואס טוט זיך מיטן "כדי שלא לבייש את מי שאין לו"..? (בדרך צחות).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2010 23:16 לינק ישיר 

rebyankel כתב:
 אויב באדערט דיך דאס ווארט הגה''ק אזוופיל מאל דאן וואלט דיך די מהלך פין דער איד געקרענט אסאך מער,
 ווייל פאר יעדע הגה''ק אין דער בלאט האט דער איד צען קעפלעך פין פראפאגאנדע זאלי נייעס מיט ריזיגע קעפלעך אנגעהויבן פין די וועכענטליכע פרקי אבות שיעור- כאילו ראדני שול אין וומ''ס איז די איינציגסטע פלאץ ווי מ'לערנט פאר פרק, אין גענדיגט ביי געלייגטע א ציגעל אויף די געיט פין זייער בית החיים


ביסט הונדערט פראצענט גערעכט! ולדוגמא לאמיר נעמען דעם פארגאנגענעם שמחת תורה ווי אין "בלאט" פון סוכות איז נישט געשטאנען קיין "איין ווארט" בוגע דעם בעפארשטייענדן יו"ט, ווי "טויזענטער גרייטן זיך" וכדומה, חוץ א טריקענע מודעה פון אש"ל איז דארט "גארנישט געשטאנען". נאך יו"ט אחוץ א פיקטשער אויפן פראנט פעיטש פון "באגלייטן" איז ווייטער "גארנישט" געשטאנען! "התרוממות הנפש... טויזענטער.. וכו'" איז נישט געווען צו געפונען. ווידער "דער איד" שוין אן פאמפן זייער אדמו"ר איז סיי בעפאר יו"ט און סיי נאך יו"ט געשטאנען מיט אלע דיטעיל'ס ווי שיין און דערהויבן וכו'.

למעשה מיך - אלס ארוני - רינט שוין דעם "הגה"ק" ארויס פון די נאז לעכער... אזש ס'גרוילט, צו וואס פעלט עס אויס? וועם טוט מען באאנפלוסן דערמיט? ס'איז גענצליך איבעריג! ס'קוקט אויס ווי א "גזירת המלכות" אז אויב נישט איז "אחת דתו" מען פארפעלט נישט אפילו איין מאל עס אויסצולאזן!

כ'האלט אז האלטנדיג שוין תשע"א, דער רבי איז שוין רבי פינף יאר צום גוטן. אזוי ווי מען האט שוין אויפגעהערט מיטן שרייבן בעפארן יו"ט די גרויסע "התרוממות" און ווי די "טויזענטער" גרייטן זיך, מעג מען שוין אויך אויפהערן מיט דעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > איז "דער בלאט" פאררוקט??
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext