לידיעתכם: די "חיטוטי שכבי סעזאן" איז שוין ב"ה א פארגאנגענהייט!
צום ערשט מוז איך מיך באגריסן מיטן ציבור, נאכן זיין אפווענזד אזא לאנגע צייט, בעיקר צוליב וואס מ'זעמיר ב"ה געווארן שטארק פארנומען אין די ארבעט.
און פאר די זעלבע סיבה וועל איך מן הסתם יעצט אויך מקצר זיין, אבער אויפן שפיץ גאפל וועל איך יא איבערגעבן מיינע קראנטע אינפארמאציע אינעם ענים פון חיטוטי שכבי, ווייל איך פיהל אז דער ציבור איז ווערד צו וויסן די פארהוילענע פאקטן.
=================
ווי יעדער זעהט גרייטן זיך די זאליס (המכונים התאחדות הרבנים) אפצורעכטן א פראטעסט אין מאנהעטן. (הגם ביי זיי אליינס זענען דא שווערע חילוקי דיעות איבער די מערכה, צווישן רב נידערמאן און רב ברילל, ועוד, אבער איך ווועל דאס נישט בארירן).
דער פראטעסט איז אביסל א אייגנארטיגע. פארוואס אייגנארטיג? ווייל עפ"י רוב ווערן אונזערע פראטעסטן אפגעהאלטן פארנט פונעם מדינת ישראל קאנסולאט, און די געלעגנההיט ווערט אויסגענוצט צו אויסדרוקן אונזער אנטריסונג פון די ציונים בכלליות.
דאסמאל אבער ווערט דאס אפגעהאלטן קעגן א פירמע פריוואט, וועלכע איז די אייגנטומער פון די שטח אינעם ביה"ח אין יאפו, און זענען פאראנטוואטליך אויף די חיטוטי שכבי אויפן ארט. דאס מיינט אז די גאנצע פראטעסט דינט ווי א פריוואטע מערכה קעגן א איד (א פרייע ציוני), צוליב זיינע שענדליכע מעשים.
אבער היות דער ציבור (מיר און זיי צוגלייך) ווערן דאך נישט אינפארמירט קיינמאל מיט די אינערליכע זאכן, מען גייט ווי מיט פארמאכטע אויגן צו די רוף פון די עסקנים, וואס אין אונזער פאל זענען די עסקנים ליידער די טרויעריג בארימטע טעראריסטן פון אתרא קדישא, דעריבער וועל איך זיין דער וואס וועט פארציילן אביסל, מגלה טפח ומכסה טפחיים.
ווי שוין געשריבן אין די פארגאנגנהייט, איז די לעצטערע פארמערטע חיטוטי שכבי געווען א רעזולטאט פון די אויפפירונג פון אתרא קדישא ביי די אשקלון מערכה, וואו די סיקריקים (די מחריבים פון כלל ישראל) אין א צוזאמענארבייט מיט אתרא קדשיא האבן דורכגעפירט פראטעסטן און אויך נאך מעשים שלא ניצנו ליכתב קעגן דעם הויפט פון די ארכילאגן "פריוואט", און די תוצאה דערפון איז געווען אז ער האט באשלאסן ארויסצו-ווארפן אלע משגיחים פון אלע שטחים וואו ער ארבעט, און דעריבער זענען געווען גראבונגען אן קיין משגיחים און ליידער איז געווען נאכאנאנדע מערכות איינס נאכן צווייטן.
עקסטער איז אתרא קדישא באגאנגען עוולות קעגן די אייגנטומער פון די יאפו ביה"ח, וואס איך האב שוין אמאל מאריך געווען.
דער עסקן אהרעלע יאקטער וועלכע איז געווען פארטיפט אין די מערכה איז געוואויר געווארן וואס דא טוט זיך, און וויפיל ער האט נאר עוסק געווען דערין האט ער זיך באגעגנט מיט נאך און נאך היימישע עסקנים פון אלע חסידותן און ארגאניזאציעס אין אר"י, וועלכע האבן אים געזאגט אז זיי האבן שון ארויס די זאך יארן, און זיי זענען גרייט אים צו העלפן אנצוגיין מיט א אייגענע אפאראציע להצלת קברים, אבער בתנאי אז די טעראריסטן זאלן נישט וויסן זייער נאמען (וייל אויס יא איז אחת דתם להמית, און דער להמית איז בכלל נישט קיין גוזמא). דאס הייסט אז אלעס זאל נאר גיין אויף זיין אייגענע נאמען.
ער האט זיך נישט געפוילט און אנגעהויבן ארבעטן פלייסיג. ס'איז געווען זייער שווער אויסצוגראדן די לעכער וואס אתרא קדישא האט אהגעברענגט, און עס איז נאכאלץ ביטער שווער, אבער ער האט באוויזן צו ברענגען די הויפט פון די ארכילאגן (שוקה דורפמן) צו איינע פון די גרויסע היימישע רבנים, (פון די גרעסטע קנאישע רבנים אין אר"י), וועלכע האט פארזיכערט פאר דורפאמן אז אויב וועט ער פאלגן הרב יאקטער וועט ער מער נישט אטאקירט ווערן דורך די עדה החרדית.
די זעלבע איז געטוהן געווארן מיט די אייגנטומער פונעם שטח אין יאפו, מיט וועמען עס איז געווען זייער שווער זיך איבערצובעטן, וויבאלד זיי האבן שוין געהאט באקומען אזא שנאה צו די חרדים, מיינענדיג אז אלע מוחים ווייסן וואס דא טוט זיך אונטער די קוליסן און אלע זענען סתם שלעכטע טעראריסטן, אבער עס איז ב"ה געלונגען זיי איבערצוצייגן וואס דער אמת דא איז, און אז כלל שיראל איז נישט משוגע.
וואס עס האט זיך אויסגעלאזט מיט די פארהאדלונגען מיט דורפמן וועלן מיר יעצט איבערלאזן, ווייל באמת האלט עס נאך אינדערמיט והשתיקה יפה לו, אבער קודם אויף דערווייל איז אדאנק דעם אפגעשטעלט געווארן די פלייץ פון חיטוטי שכבי, און הרב יאקטער (מיט זיינע עסקנים ורבנים המפחדים על פירסום שמם..) ווערט איינגעמאלדן פון יעדן שטח וואו די ארילאגן קומען אראפ, אויפן זעלבן וועג ווי אתרא קדישא איז געווארן איינגעמאלדן ביז היינט.
אבער וואס עס איז יא נוגע צו וויסן איז די פאלגנדע פארהוילענע פאקט בנוגע די אפמאך אין יאפו:
די בוי ארבעט גייט אן "נאר" מיט די אנוועזנהייט פון א משגיח, א געוועזענע משגיח פון אתרא קדישא פאר 15 יאר צוריק וועלכע ארבעט היינט פאר די נייע ועד, און עס איז פאראן א געשריבענע אפמאך מיט הרב יאקטער אז מען קען נישט בויען נאר מיט זיין הסכמה!
ווען א עסקן פון אתרא קדישא פארציילט אייך אז "מען גייט ווייטער גראבן" אדער "זיי גרייטן זיך אויסצוגראבן נאך א מערה", פרעגט אים "פון וואנעט ווייסטו??" קיינער (אויסער הרב יאקטער'ס משגיחים) קען נישט אריינגיין אינעם שטח, די משגיחים פון אתרא קדישא האבן שוין פארלוירן זייערע תעודה'ס וואס זיי פלעגן האבן אריינצוגיין אין שטחים, אלזא, פון וואו ווייסטו אז מעון גייט און מען וויל אן מען גרייט זיך און אזוי ווייטער?
זאלט איר אלע וויסן: דאס איז הוילע בלאף!!
און אויב וועט איר דאס הערן פון א איש מכובד אדער אפילו פון א ערליכע רב, נישט געפערליך.. סך הכל ווייסט ער נישט אז הג"ר דוד שמידל פארקויפט אים לאקשן צוליב זיין וואקלדיגן ארגאניזאציע... דעיריבער זאגט ער נאך ווארט ביי ווארט מיט נאמנות. און דאס איז זייער פארשטענדליך.
נשלח ב-26/10/2010 18:48
איך פארשטיי נישט די עדה דארף איך נישט גלייבן, הרב ר' דוד שמידל איז א טעראריסט, התאחדות הרבנים זענען ליגענערס, עכ"פ די אלע אמאליגע וואס אויף זיי האבן מיר זיך ביז היינט געטוהן פארלאזן,און נאך היינט טוט יעדער איינער זייער הכשר עסען, און מען טוט זיך אויף זיי זייער פיל פארלאזן, זיי זענען גארנישט ווערד, און זיי זענען ליגענערס פאראזיטן טעראריסטן סיקריקים, אאא"וו
אבער אהר'לע יאקטער וואס קיינער וויסט נישט פון עם צו זאגן, און אויב וועסטו יא מאכן א סוירטש אויף עם זעסטו אז ער איז סתם א צולאזטער יונג, איינער ווואס די וואלסט זיין הכשר קיינמאל נישט געגעסן, און מיט א דאלער קיינמאל נישט געטראסט און דא און אידישע השקפות וועסטו עם אויסהערן און אלע אנדערע טוסטו דראפן,
און איך דארך דיר נאך גלייבן ווען די ברענגסט אראפ א רב פון די עדה, פארוואס שרייבבסטו נישט ארויס קיין נאמען?
נשלח ב-26/10/2010 18:58
איך ווייס נישט וואו דו ברענגסט דא אריין הכשרים אינעם בילד, אביר סייוויאזוי האסטו מיך שלעכט פארשטאנען.
הג"ר דוד איז נישט קיין טעראריסט. ער איז בלויז א מענטש וואס זיינע נגיעות פירן אים, עיין ערך קדמונינו, ועין ערך שפאניע. און טעראריסטן זענען זיינע עסקנים, די פירער פון זיין ארגאניזאציע.
די עדה קומט נישט אריין דא אין בילד, עס איז נישטא קיין איין רב אין עדה וועלכע האלט מיט וואס עס טוט זיך אין אתרא קדישא, און די עדה האט נישט געשריבן יעצט אז מען גראבט קברים אין יאפו.
די תירוץ איז, ווייל גאר אסאך רבנים, ובתוכם גדולי רבני העדה, ווייסן שוין וואס דא טוט זיך, און זיי שטיצן די נייע ועד. נישט ווייל אין די נייע ועד זענען דא בעלי מכשירים אויף עסנווארג, און אויך נישט ווייל זיי האבן געשטעלט הרב יאקטער אויף א פארהער אויף חושן משפט, נאר ווייל זיי זענען איבערצייגט געווארן מיט די טרוקענע פאקטן, באגלייט מיט צעטלעך און דאקומענטן, וואס כהאף אז עס וועט נישט נעמען צו לאנג דאס זאל ארויסקומען צום פובליק.
נשלח ב-26/10/2010 19:28
קענסט עס מאכן זייער קארץ, נישט ר' אהרן פארופט עס = חזיר טרייף, פארוואס דארפסטו אזוי מאריך זיין?
נשלח ב-26/10/2010 19:40
גערעדט פריער קיין ארץ ישראל דארט איז אלעס שא שטיל נישט דא קיין שום מערכה קיינער גייט נישט ארויס פראטעסטירן!!
צוליב וואס זאג איך אייך דאס
ווייל שטענדיג ווען עס האט זיך געקאכט פאר א פארטעסט אין ארה"ב האט זיך ירושלים איבערגעדרייט מיט פארטעסטן עס האט געקאכט ווי א קעסל דאס מאל איז אלעס שא שטיל נישט די עדה נישט קיין שום רב איז מוחה
נאר אין וומ"ס האבן זיך דערוועקט אפאר הונגעריגע יונגעלייטלעך וואס זענען צובראכן נאך א נעילת החג נאך אזא הקפות וועט מען פורבירן איינמאהל פאר אלעמאל צו ווייזן
צו דאס איז געווען דעת רבינו הק' און נאך דעצו א קעגן א פריוואטע פירמע ברויך א עקסטערע אפהאנדלונג
נשלח ב-26/10/2010 19:47
מלך_מלכים, חזיר טריף? וואו האסטו דאס געהערט?
נשלח ב-26/10/2010 20:15
מלך_מלכים כתב:
קענסט עס מאכן זייער קארץ, נישט ר' אהרן פארופט עס = חזיר טרייף, פארוואס דארפסטו אזוי מאריך זיין?
יחי ה'מלך'.....!!!!! לאנג לעבן זאלסטו......! לאנג לעבן!.......
איז דא איין נארמאלע ארויפגעקוקטע רעספעקטפולער רב וואס פארופט דעם פראטעסט? אדער די סאורס איז 'ראביי' נידערמאן פון זדשאפאן? זינט ווען איז ער די פארטרעטער פון כלל ישראל? אז ער וויל מאכן א פראטעסט ווייל ער איז אין די מוד יעצט, און מוז זיך אויסגעבן די דיפרעשן וואס ברענט אויף אים, זאל ער זיך אנגארטלען מיט דעם ספאנישן לאפעז און לויפן אין די גאסן אין שרייען אויף וועם ער וויל! ער מוז נישט אינוואלווען יעדן איינעם אין זיינע דעפרעשאנס!
נשלח ב-26/10/2010 20:53
וואס איז טאקע פשט אז ס'איז נישט דא קיין אונטערגעשריבענע קול קורא פון רבנים וועלכע רופן ארויס צום פראטעסט?
נשלח ב-27/10/2010 00:51
עס וועט מן הסתם יא ארויסקומען א קול קורא
איך האלט אז דער יקתר דארף ווען רעדן צו די אמעריקאנע רבנים
אנדערש איז נישטו קיין סיבה פארוואס א רב זאל זיך צירוק האלטען פין אינטערשרייבן פאר די פראטעסט
אבער ווי כ'האב שוין געשריבן אין א אנדערע אשכול
איז נישטו קיין שום תירוץ פארוואס יעצט צו מאכען א פראטעסט, אין אוודאי ווען מ'האט קוים געמאכט איינס
אין ארץ ישראל איז יעצט שטול, דארט הערט מען אויך נישט פין קיין פראטעסטן
עס איז נישטו קיין שום בריוו פין די עדה אדער סיי וועלכע ארץ ישראל'דיגע רב וועגן די מערכה - ווי אייביג, חוץ פין הרב שמידל.
די גאנצע מין זאך פין שיקען יונגעלייט אין בחורים צו פראטעסטירן אין מאנהעטן פלעגט זיין איין מאל אין א פאר יאר
אפי' ביי גרויסע גזירות, די רבי ז''ל פעלגט פאסטן אין א טאג פין א פראטעסט, מ'האט עס געטוהן ממש אלס די לעצטע שריט
וואס דארפט איר מער ווי דעם אז אין שפיץ שטייען די מסלפים וואס האבען געהאט די העזה קעגן די תוה''ק אין געקלאגט אין ציוניסטישען געריכט די סאטמארע מוסדות אין ארה''ק פין וואס זיי זענען נאך יעצט מסרב ארויסציגיין, ליידער
אזא פנים האט זייער קנאות אין אזא פנים האט אלע זייערע שקרים
ניין, עס איז נישט פארגעקומען קיין שום אסיפה אין התאחדות שטיבל מיט די חברי הבד''ץ ווי מ'האט באשטימט די פראטעסט, נאר ווי געזאגט, דאס איז איינס פין די סילופים אויפן חשבון פין רביה''ק ז''ל.
אגב
דער הרב שמידל פאר זיך איז א גרויסע ת''ח אין אפשר אויך א יר''ש - כ'קען אים נישט פערזענליך
אין איך וויל נישט פוגע זיין בכבודו אבער ס'איז א רחמנות אז ער געווינגען ציטרוי אין אזעלכע ווילדע היצקעפ
נשלח ב-27/10/2010 04:09
הרב יאקטער איז אמאל געווען פון די גרויסע עסקנים פאר די כהניסטען וואס האבען געפירט די מערכה קעגען יצחק ראבין פאר צוריקגעבן שטחים בשעתו האט דער שין בית איינגעזעצט הרב יאקטער פאר האבען מסירות נפש פאר ארץ ישראל אין ארייגעזעצט אין א צינוק פאר א פאר וואכען
נשלח ב-27/10/2010 15:09
היראים כתב:
איך האלט אז דער יקתר דארף ווען רעדן צו די אמעריקאנע רבנים
אנדערש איז נישטו קיין סיבה פארוואס א רב זאל זיך צירוק האלטען פין אינטערשרייבן פאר די פראטעסט
עס זאל זיך קיין איין זאלי נישט דאכטן אז עס באדערט אונז איין רגע אז זיי מאכן א פראטעסט, אדרבה, איר קענט ארויספארן 8 מאל א חודש - פון אונזער זייט. און נישט נאר קיין מאנהעטן, נאר אפילו קיין וואשינגטאן, און אפילו צו די יו. ען.
און פאר האב יאקטער באדערט אויך נישט אז מען פראטעסטירט. אים האט נאר געבאדערט אז מען שיקט ארויס אינגעלייט כאפן מכות און פון די אנדערע זייט מאכט מעו זיכער אז די חפירות זאלן ווייטער אנגיין, כדי שלא יאמרו אתרא קדישא מת.
און דעפאר האט ער זיך אריינגעלייגט צוזאמצושטעלן די נייע ועד וועלכע ווערט געפירט אויף טריט און שריט לויט די הוראות פון דריי גרויסע רבנים פון אונזער קרייז, הרוצים כעת (בע"כ) בעילום שמם, און ב"ה אז די ביה"ח אין יאפו איז שוין אפגעראטעוועט, און נאך אסאך פילע בתי חיים ווערן שוין באקוקט און פארזיכערט.
יא, אמת, רוב רבנים ווייסן נישט וואס דא טוט זיך, און פארשטייט זיך אז עס איז טאקע נישטא קיין סיבה פארוואס נישט אונטערצושרייבן אויף א קול קורא. אז א עסקן קומט און זאגט אז מען גראבט און מען וויל דאס צוריקהאלטן, נו, אדרבה, מען שענקט א חתימה. ווילאנג עס טשעפעט נישט קיינעם איז עס נישט קיין שום פראבלעם.
אבער, עס וועט נישט נעמען צו לאנג און "אלע" וועלן וויסן אז אתרא קדישא מת...
נשלח ב-27/10/2010 15:40
האלבערשטאם, הרב עמרם טייטלבוים איז אמאל געווען א ... (פרעג דיך נאך ביי די תולדות אהרן'ע וועגן די ווידיא פון זיין אפיס).
איין חילוק איז נאך דא, אז ער איז נישט נאר "אמאל געווען" מיט יארן צוריק, נאר ער איז היינט. און הרב יאקטער האט היינט סמיכה פונעם בי"ד העדה החרדית, צו פארעכטן די חורבנות אין יאפו וואס אתרא קדישא האט אנגעמאכט (פאר ווער עס קען ליינען...).
נשלח ב-27/10/2010 16:23
פארוואס האט דיין אייגענער דיין געגעבן זיין נאמען פאר די פראטעסט?
נשלח ב-27/10/2010 16:26
name
twitter username
Hide map and return to photo
נשלח ב-27/10/2010 17:35
נשלח ב-27/10/2010 18:00
מלך_מלכים כתב:
פארוואס האט דיין אייגענער דיין געגעבן זיין נאמען פאר די פראטעסט?