*
דער סקווערער רבי זצ"ל איז נפטר געווארען ב' ניסן תשכ"ח. זיין בן יחיד דער היינטיגער רבי איז געווארען דער מ"מ ביי די אכט און צוואנציג יאר.
דער אלטער סקווערער רבי איז געווען א איש קדוש, גאר א פרומער, א גאון און אפילו א למדן. כאטש ער האט ווייניג גערעדט, דאך האט די וועלט געוויסט אז ער איז א רבי פון פריערדיגען דור, וואס שלאפט כמעט נישט און איז זיך מסגף, ער לייגט אריין הויפענעס מיט זאלץ אין זיין עסען אז ער זאל נישט פילען קיין געשמאק אין די מאכלים. ער האט ממאס געווען דעם עוה"ז מיט א אמת. פארשטייט זיך פראפעגאנדע איז געווען ביי אים מאוס ומיאוס, און בילדער איז ביי אים געווען דאס ארגסטע.
ער האט געציטערט פון יעדע זאך וואס האט נאר נאר אנגערירט קדושה ענינים. ער פלעגט אריין פארען צוויי מאל א יאר פון שיכון סקווער קיין וויליאמסבורג. ער האט נישט געלאזט קיין איין בחור מיט פארען. עס איז געווען ביי אים זייער הארב, ווייל שמירת עינים איז ביי אין געווען געפערליך, און א בחור טאר נישט זיך געפינען אין שטאט. חסידים דערציילען אז אפילו א בחור האט אמאל געמוזט אריין פארען זיך קויפען א אנצוג, א הוט וכדו' פלעגט ער כמעט נישט לאזען. ער פלעגט זאגען אז די טאטע און מאמע קענען דאס אויך קויפען אן דעם בחור.
ער איז געווען ארויף געקוקט ביי גאנצען אידענטום אפילו אין סאטמאר. כאטש אז עס איז געווען אנגעצויגען פון מאל צו מאל צווישען רבין ז"ל און סקווערער רבין ז"ל, דאך האט מען אויף אים נישט גערעדט. (פון סאטמאר איז מען טאקע דאס ווייניגסטע געגאנגען קיין סקווער, אבער די סיבה איז געווען ווייל דער סאטמארער ציבור האט געהאלטען אז זייער רבי איז פיל מער ווי דער סקווערער רבי, וואס דאס איז נאך נארמאל. און אפילו אויב האט איינער, צו מערערע, גערעדט, איז די סיבה די זעלבע וואס איך האב שוין אויבען געשריבען, אז ביי חסידים דארף נישט זיין ארגעניזירט דער געדאנק צו רעדען אויף א צווייטען רבין.)
ווען דער סקווערער רבי איז נפטר געווארען האט דער היינטיגער סקווערער רבי אינדערגענומען, אבער פארשטענדליך, עס איז מער נישט געווען דאס געפארעכץ. ער האט נישט געהאט א ספעציעלע נאמען ביים חסידישען ציבור און פאפען די וועלט איז נישט מעגליך, ווי פריער געשריבען.
דער סקווערער רבי האט נישט א נאמען פאר א לערנער און אויך נישט פאר א פרומער. א קלוגער הייסט ער אין די גאנצע וועלט אבער נישט פארהייליגט. דער סקווערער רבי האט די ערשטע זאך געטון, אז ער האט נאכגעמאכט זיין טאטען אויף די האר. סיי מיטען דאווענען, פירען טיש, רעדען, פראווען, אלעס נאכגעמאכט.
אבער דאס האט נישט צוגעצויגען די מאסען אזוי ווי ביי זיין גרויסען טאטען, און דא האט אויסגעבראכען א שטיקל רעוועלאציע אין שטעטעל אליינס, ווייל דער צוזאמעשטעל פון די איינוואוינער איז געווען זייער א געמישטער. אלטע בעלזער חסידים וואס האבען אין אלטען סקווערער רבין געזען א מ"מ צו בעלז אלץ א אייניקעל, האבען זיך געצויגען קיין סקווער; אונגארישע אידען וואס האבען געזוכט פרומקייט און א ערליכען איד האבען זיך ארויסגעצויגען, אבער אלע האבען געוויסט איין זאך, אז דער רבי איז הייליג. אבער אז דער שון איז געווארען רבי, און זיי האבען אין אים נישט געזען מער קיין גרויסקייט, זענען זיי שוין נישט געווען אזאנע חסידים.
די יונגעלייט ווי דער סדר איז מיט יונגע און היציגע זענען יא צוגעשטאנען צו דעם נייעם רבין, און מען אנגעהויבען ארויס צו טראסקען משפחות רעכטס און לינקס. מערערע משפחות מיט קינדער האט מען ארויסגעשטעלט פון שטעטעל בלויז ווייל זיי זענען נישט חסידים, און ווייל זיי זעען נישט אין נייעם רבין קיין צדקות און גדלות.
נאכדעם האט מען איינגעפירט נייע תקנות פאר די איינואוינער צו פארשטארקען דאס חסידות. אויב א איינואוינער נעמט א איידעם פון א אנדערע ישיבה, טאר דאס פארפאלק נישט וואוינען אין שטעטעל. צוביסלעך האט מען פארלאנגט אז די חסידים מוזען אנטאן "שטיוועל" אזוי ווי דער רבי גייט, וואס דאס האט דער אלטער רבי קיינמאל נישט געוואלט. בילדער זענען געווארען ערלויבט. נאכמער, דאס חסידות ארבעט מיט אלע צייטונגען און בילדער מאגאזינען אז זיי זאלען לייגען בילדער פון רבין, א.א.וו. (אגב, אין בעלזא איז מיט דעם די זעלבע. כמעט יעדע וואך איז דער בעלזער רב אויף אלע פלעצער וואס לייגען בילדער.)
שפעטער מיט די יארען האט דער רבי אינגאנצען משנה געווען דעם טיש שבת און אלע טישען איבערען יאר. ווייל צו פירען טיש ווי דער טאטע האט געפירט, מיט די הענט אויף די אויגען אגאנצען טיש, וועט קיינער נישט קומען. אבער אינגאצען טוישען איז דאך ווייטער נישט פאסיג, האט מען איינגעטיילט דעם טיש אויף צוויי. ערשטע העלפט ווי דער טאטע און די צווייטע העלפט איז געווארען א נייער סארט טיש. מען זינגעט, מען טאנצט מען מאכט מיט די הענט. מען האקט די הענט אויפן טיש, אלעס כדי די וועלט זאל ווייטער קומען קיין סקווער. וואס דער אלטער רבי וואלט זיכער נישט געטון.
היינט, נישט נאר מען לאזט די בחורים קומען קיין וויליאמסבורג אויף שבת, נאר מען נעמט די בחורים און יונגעלייט צו די מאדערענסטע פלעצער אין אמעריקא כדי דער רבי זאל פארען מיטען גרעסטען טראסק און פאמפע. מען טראגט אומעטים די פארנטשען און מען מאכט דעם אויבן אן אזוי הויך אז כאטש זאל אויס זען ווי דער רבי פליט אין הימעל, אלעס אז די וועלט זאל קומען צום היינטיגען רבין פונקט ווי צו זיין טאטען.
אבער איין גרויסע מעלה האט ער, אז מיט די דרויסנדע וועלט האט ער נישט געהאט קיינמאל א געפעכט. ער האט נישט וויי געטון קיינעם און קיינער איז נישט בהחלט קעגען אים. ארויף געקוקט איז ער טאקע נישט און די וועלט האלט אים פאר א איש פשוט, אבער מען האט נישט אוף סקווערע רבין א שלעכט ווארט.
די מאדערענע וועלט איז יא געלונגען פאר סקווער זיי צו צוציען. זיי קומען כסדר אויף שבתים און מען שטעלט זיי צו מכל טוב וטוב, פון עסען ביז פלעצער אויך די פארענטשען, פון שלאפן ביז פירות און נאש אין זייערע געסט צימערען. נאר קומען זאלען זיי. און דער רבי פארט היינט שוין אויך אויף שבתים אין די מאדערן ארטאדאקסישע געגענטער, אבער אלעס "זיי" צו מחזק זיין...
דער רבי הייסט אין די וועלט זייער א קלוגער, מענשטען קומען זיך דורך רעדען מיט אים אין אלע ענינים, אבער פארהייליגט איז ער נישט. עכ"פ נישט אין די חסידישע וועלט און אין די פרומע וועלט.
דער סך הכל פון די צוויי רביס פון בעלז און סקווער: משנה זיין כדי צו ציען די "גאנצע" וועלט ארבעט נישט. יא, ביידע רביס זענען שטארק ביי זיך אין הויף, אבער אויף די וועלטס ארענע, בהחלט נישט.
*
די ליינער זאלען א טעות נישט האבען אז איך בין דא זיי צו בארעדען. בכלל נישט. איך מוז זיי נאר צוברענגען כדי אז מען זאל פארשטיין די די טיפקייט וויאזוי חסידות ווענד זיך אינעם רבין און ווי אזוי חסידים טוען רעאגירען ווען זייער רבי מוז אנקומען צו הילף פון אין דרויסען ווען דער רבי אליין איז ארומגענומען מיט שוואכקייטען. און ויאזוי דאס שפילט זיך אפ היינט צו טאגס אין סאטמאר, ווי איר שפעטער ליינען.
אז דער רב צו דער רבי זענען נישט קיין שטארקע ביי זיך, מוזען זיי צוקומען צו לויב ווערטער פון די גאס. זיי "מוזען" זיך אייביג לאזען הערען פאר די גאס און זיך לאזען זען פאר די גאס, און די גאס איז פאר זיי גאר וויכטיג, ממש צום לעבען.
היינט צו טאג דורך די מאגאזינען און צייטונגען איז זייער גרינג אנצוקומען צו די גאס, און די סארט רביס האבען יעדע וואך בילדער און נייעסער פון זיך און זייערע חסידותער אין אלע מאגאזינען און צייטונגען. אז די חסידים "שפירען" אז דער רבי דארף עס, ער ענדשויד עס, ער באקומט חיות דערפון, עס הייבט זיין זעל, דעמאלט וועלען אויף איינמאל אלע חסידים באקומען דעם געפיל. און צוביסלעך וועלען די חסידים אויך וועלען זען פון זיך ווי מער בילדער און ארטיקלען. זיי וועלען זיך לאזען קאסטען געלט, זיי וועלען שווער ארבעטען אז דער רבי און זייער חסידות זאלען זיין "געקאווערט" וואך איין וואך אויס. און זיי אליין וועלען לויפען קויפען אלע צייטונגען און מאגאזינען ווי דער רבי איז שיין געדעקט. און דאס וועט הייבען זייער מאראל זייער סיפוק און חיות. אלעס אלעס הייבט זיך אן צו דרייען ארום און ארום קינדישקייטען און ווי אזוי דער רבי גייט ווערען געקאווערט די וואך אין די מאגאזין און אין די צייטונג.
אן די רביס ארבעטען זייער שיין מיט מיט די חסידים. דער רבי וואס זוכט די סארט אטענשאן וועט כסדר אויפקומען מיט נייע אויפטואונגען מיט נייע סארט קאנראווערסיעס, מיט אלע מיני ספלעשי מעשים ווייל דאס גייט אים ברענגען אז אלע צייטונגען וועלען אים ווידער פראמינענט דעקען און אלע מאגאזינען וועלען זיי נאך לויפען עס צו וועלען דעקען און אזוי ארום דרייט זיך זייער שיין דער צויבער ראד. די נאנטע צום רבין ארבעטען כסדר אז דער רבי זאל מיט עפעס א ספלעש אויפקומען און נאכדעם ארבעט דער רבי מיט אז די צייטונגען און מאגאזינען זאלען דאס אויפשפילען און אין די רגע וואס דאס געשעט גייען אלע חסידים ארום מיט א שמייכעל פון איין עק באק ביז צו די אנדערע. און פארן רבין ווערט געשטארקט זיין אינערליכער זעל, וואס דאס טייטשען אפ די חסידים אלץ "חיות דקדושה". און דאס פארקויפט מען אין די חדרים און די ישיבות פון דעם באטרעפענדען רבין. און דער רבי הערט צוריק ווי שיין די בחורים מיט יונגלעך האבען דאס אפגעקויפט, ווערט זייער "חיות דקדושה" פיל מער פארשטארקט. און אוזי דרייט זיך א ראד פון שוואכקייטען וואס ווערט געשטארקט נאר אויף גאר קורצע תקופות און מען דארף כסדר אויפקומען מיט נייע אופנים ווי אזוי צו האלטען דעם רבין און די חסידים מיט א "חיות דקדושה".
אבער די אלע סארט וועגען - אזוי צו בויען דעם רבין און די חסידות - קומט מיט א פרייז. ווייל אויב דער רבי ווערט גרויס בלויז דורך קינדישע וועגען, דורך אטענשאן פון די גאס, דורך בילדער און ארטיקלען, ווערען זיי זייער שוואך און צובראכען ווען זיי ווערען נאר דאס מינדעסטע קריטיקירט. אויב קומט נאר ארויס איין פאשקעוויל וועפט אין די רגע אויס די גאנצע "חיות דקדושה" פון רבין און פון אלע חסידים, וואס זיי האבען זיך ערווארבען אין לאנגע חדשים. אויב א דרויסענדיגער מענטש רעדט אויפן רבין וועט ארויסקומען די טיפע שוואכקייטען אויף וואס דער רבי אין דאס חסידות איז געבויעט. זיי וועלען מוזען פארענטפערען יעדע קליינע משוגעת פון זייער רבין, און וויבאלד דאס איז נישט גרינג, וועט דאס געטוען ווערען דורך סיי וואסערע וועג. אויב פעלט זיך אויס אראפצורייסען פריערדיגע, וועט זיין נאו פראבלעם. מען וועט אלעס אין דער וועלט טוען אז דער איצטיגער רבי זאל פארענפערט ווערען. מען וועט נוצען יעדע וועג, גואיש צו אידיש, נאריש און קלוג, צו פארעטפערען און פארשטארקען דעם רבין וואס ווערט אוועקגעבלאזען פון די שוואכסטע סארט קריטיק. (ווייל חסידים שטעלען זיך נישט אפ פאר גארנישט, ווי שוין פריער געשריבען.)
פון די אנדערע זייט איז דא רביס ווי למשל וויזניץ מאנסי, ראחמיסטריווקע, און נאך, וואס זיי זענען שטארק ארויף געקוקט בייי די גאס ווייל פאר לאנגע יארען האט די גאס געזען אין זיי שטארקע פרומקייטען, די גאס האט אין זיי געזען ערליכע אידען, און זיי זענען געבויעט געווארען אן קיין שום פאמפע און פראפעגאנדע, (ווייל ווי געשריבען, די גאס האט נאך קיינער נישט געפאפט זייט די וועלט שטייט) זיי "מוזען" נישט אנקומען צו קיין שום בילדער און ארטיקלען, זיי זענען ממאס אין די סארט זאכען, זיי וועלן זיך פאר א מיליאן דאללאר נישט לאזען אינטערוויאען פון א מאגאזין, זיי זענען נישט ספלעשי, נישט אנגעוויזען אין די גאס, נאר די גאס איז באמת אנגעוויזען אויף זיי. און, זייערע חסידים זענען באמת געבויעטע מענטשען מיט א אמתע שטארקייט וואס איז נישט געבויעט אויף בילדער און מאגאזינען.
דערפאר, זענען די חסידים נישט שוואך ווען זיי ווערען קריטיקירט פון סיי וועמען. זיי זענען אזוי געבויעט און אזוי שטאלץ מיט זייער רבין אז עס אינטרעסירט זיי גאר קנאפ וואס איינער האט צו זאגען אויף זיי צו אויף זייער רבין.
ווען וויזניצער צו ראכמיסטאיווקער רבי זאל אויך זיין אזוי שוואך ווי די אויבען דערמאנטע רביס, וואלטען וויזניצער און ראחמיסטריווקער חסידים אויך נאכגעלאפען די זעלבע קינדישקייטען ווי די צוויי אויבען דערמאנטע חסידותען. ווייל חסידים באקומען און פארמאגען די זעלבע שטריכען, גוטע צו שלעכטע, נארישע און קלוגע, ווי דער רבי.
און מיט די בחינה וועט שפעטער זייער שיין פארענפערען ווערען די קשיות פאר וואס ר' אהרן מיט זיינע מענטעשן "מוזען" נוצען דעם גאנג מיט וואס זיי גייען (צו לויפען).
נאך א וויכטיגע נקודה וואס איז וויכטיג ארויס צו געברענגט ווערען. מען זעט ביי די אלע שוואכקייטען-פולע רביס, אז מען מוז זיי רימען כסדר. ווי זיי גייען און ווי זיי שטייען רימט מען זיי אין א ארגאנעזירטען אופן.
מען זעט אין די חסידות "גליונות", ווי יעדער רב און רבי וואס קומט נאר באזוכען דעם רבין, רומט אויס דעם רבין בפניו אז עס איז ממש א גועל הנפש. דער רבי זיצט און הערט אויס ווי מען רומט אים איין מאל און נאך אמאל, און ער געט נאך צו, ווי שווער עס איז אים אנגעקומען און ב"ה די זאך איז א דורך געפירט געווארען מיט מסירות נפש, און אזוי ווייטער און ווייטער.
בי יעדען דינער, כינוס, און סיי וועלכע איווענט ווי אפילו א שבע ברכות, רופט מען א רעדנער א רב צו סתם א בעל דרשן, וואס רומט דעם רבין אריין און ארויס, פון אויבען ביז אונטען, אין פראנט פון די חסידים וואס כאפען קעלבערנע התפעלות ווי ווייט דער רב דער בעל דרשן ווייסט ווי גרויס דער רבי איז און ווי שווער דער רבי ארבעט און וויפיל קרעדיט עס קומט זיך פארן רבין וואס גיט זיך אזוי איבער פאר זיינע חסידים.
און די חסידים ווילען אפילו נישט וויסען אז דאס איז אנגעגרייט געווארען שעהן פריער, און דער רעדנער איז געווארען אפיציעל געבעטען און מען האט דאס אלעס אויסבעט פון פריער אז דער רבי דארף חיזוק, און דער רבי איז צובראכען פון די צרות וואס די חסידים האבען ל"ע, און דער רבי וועט שעפען "חיות דקדושה" פון די אלע דרשות. און ווען דער רעדנער טוט זיין ארבעט בשלימות באקומט ער שיין באצאלט, אזוי אז ער אליין בעט זיך שוין נאך אמאל צו קומען מחזק זיין דעם רבין און דאס חסידות.
ביי קיין איינע פון די "אמאליגע" רביס, האט מען אזאנס קיינמאל נישט געטוען. מען האט נישט גערימט קיין רבין, ווייל מען האט דאס נישט געדארפט, די חסידים האבען נישט געברויכט קיין פאלשע באצאלטע רימערייען ווייל עס איז א עקל און א גרויל. און די חסידים מיטען רבין האבען אפילו נישט געברויכט קיין רימערייען ווייל זיי זענען געווען באמת שטארק.
אדרבה, קוקט איר, ליינער, אליין איבער די דרשות וואס "פרעמדע" בעלי דרשנים קומען רעדען ביי די סארט "שוואכקייטען-פולע" רביס און חסידותער. קוקט איבער די גליונות וואס באזוכער רעדען אלס צום רבין אליין און וויאוזי מען רימט אים בפניו, און וויאזוי די רביס שעפען חיות דקדושה פון די געוואלדיגע באשטעלטע און באצאלטע דברי חיזוק.
משא"כ ביי די רביס וואס זענען באמת ארויף געקוקט אין די וועלט, רופט מען נישט קיין דברי חוזיק רעדנערס, זיי רימט מען נישט בפניהם. עס איז ביי זיי אפ געפרעגט און פארעקעלט און ממילא זענען די חסידים אויך פארעקעלט און פארגרוילט פון די סארט חיות דקדושה בארימערייען. מען וועט טאקע נישט זען קיין גליונות אין וויזניץ, נישט אין ראחמיסטריווקע, און נישט ביי קיין איין באמת שטארקען רבין. זייערע חסידים דארפען דאס נישט און עס איז ביי זיי נישט קיין חיזוק.
כאטש די רביס האבען אויך כסדר באזוכען פון רבנים און רביס ביי זיי און די רביס גייען צוריק באזוכען ווי עס פירט זיך, און ביי די באזוכען קומען פאר, נאך עניטיים אזעלכע אינטרעסאנטע שמועסען און שיחת קודש ווי ביי די שוואכקייטען-פולע רביס. אבער זייערע שמועסען גיט נישט קיין חיזוק פאר די חסידים, ווייל די חסידים זענען שטארק אנדעם. נאך מער, די חסידים פון די ערליכע און שטארקע רביס זענען נאך פיל שטארקער אן די שטותים גליונות, ווי די חסידים פון די שוואכקייטען-פולע רביס, שוין נאך די גליונות.