יעצט שטעלט זיך ארויס אז עטץ זענטץ פשוט'ע שונאים פאר ענקערען רבין אן קיין רעכטיגען פארשטאנד
ווייל אלעס וואס ער טוט פאר חומת הדת טרעפט איר א תירץ פארוואס עס טויג נישט!
אבער די זעלבע ווען דאס פאסירט אין סקווער האט איר א דומען פארשטאנד און אייער הארץ בליטיגט נישט פאר די טייערע אומשילדיגע קינדער וואס ווערן יעצט טראמעטייזט דורעך די ברוטאלישע סקווערע מושלים
די גאנצע וועלט ווייסט אז אין סקווערע שטעטעל ומיוחד איו די גרויסע-איינציגע שול איז א מקום זימה רח"ל, און נישט סתם פון פשוטן המון עם, נאר טאקע פון די וואס זענען כסדר ארום דעם רבין און זיינע נאנסטע מענטשן, וויפל מען האט זיך געבעטן צו דעם פורער האלט דאס ווייטער אנגעהאלטן מיטן גרעסטן מאס רח"ל!
עס איז א פאקט אז איבען גאנצען יהדות החרידות איז פראצענטאעל
דער גרעסטער חלק אפפאל פון די נעבעכדיגע אידישע קינדער וואס זענען ארויס לתרבות רעה,
איז נאר אין סקווערע שטעטאל,
דארטן ווי א אזא פריוואטע שטעטעל איז אסאך גרינגער אנציהאלטן די גרעסטע מאס אידישקייט און צניעות, ווי למשל און אלע מקומות פון די אידען וואס וויאונען אין די שטעט וואס איז פיל מיט די גאויאשע שכנים וד"ל
עס איז ל"ע א מצב אז אין שטעטעל סקווער איז "אין בית אשר אין שם מת", ממש יעדע שטוב אין סקווער האט א ארויסגעפאלענם קינד וואס איז ל"ע פארדארבן געווארן און ארויס לתרבות רעה, אן צומאל א פאר קינדער פון איין שטוב,
און פון די טייערסטע און חשובע שטיבער!
ווייל יעדער איינציגען קינד פון די זענען ל"ע מאלעסטעד געווארן!!
יעצט שטעלט איר א תם מעוואטע פנים אז ווייל זייערע קינדער זענען נעבעך פון די קרבנות!
וועגן דעם דארף מען מאכען אויף זיי א גירוש!
איז טייטש אז ווייל זייערע עלטערן האבן זיי געבוירן אין סקווער זענען זיי געווארן די נכסי הרביסטעווע? הפקר פאר זיי?
פארוואס ווען מען האט ארויסגעווארפן די קינדער פון יוסל וואלדמאן האט עטץ גיט פארשטאנען
אז ער האט געמעגט טון אלעס אויפדערוועלט און אפילו אריינשלעפן דעם רבין אין קארט
וואס האט דעם רבין געדראעט פשוט תפיסה ח"ו
אשר ע"כ עס ליגט א פילכט אויף כלל ישראל ארויסצוהעלפן די פאר נחשון'ס און שטורעמען אויף די פארשמיצטע פורערס
און שרייען הרף - סטאפס צו פארדארבען די הייליגע קינדער דאס זענען דעם באשעפערס קינדערלעך
נישט דעם שטעטעלס, נישט זייערע מנהיגים, און אפילו נישט דעם "היילגען רעבעס" אויך נישט
נשלח ב-27/10/2010 00:56
ענטפער מיט ביטע אויף איין קליינע פראגע
פארוואס ביסטו פאר'עקשן'ט צו וואוינען דווקא אין א שטאט וואס איז שטופי זימה (לשיטתך) און נאך דערצו ווען אין יעדע שטוב איז דא לכה"פ איין אפגעגליטשט קינד (לשיטתך)?
לויט דיינע טענות וואלסטו געדארפט אנטלויפן פון דארט ווי פון פייער?!
נשלח ב-27/10/2010 01:03
איך בין ווייניג באהאוונט אין די סקווירא געפעכטן וועלכע קומען לעצטנס פאר, אבער מיט אן אינדרויסנדע בליק קוקט מיר אויס ווי די פארמירט זיך א מחלוקה אויפן רבנות פון די קינדער פון סקווירא רבי'ן, לויט ווי דער סקווירא'רע שרייבער לייגט דאס אראפ. אויך זעה איך אז דא רעדט זיך נישט פון בלויז צוויי יחידים. אויף די קליפס פון די פראטעסטן זעהט מען מער ווי צוויי מענטשן. מעגליך אז דאס איז אונטער די בלויזע אנפירערשאפט פון עטליכע יחידים, אבער דאס איז גארנישט אנדערש ווי א געווענטליכע מחלוקה. בלייבט נאך אלס שווער די קשיא, לפי שיטת חסידי מהרי"י, מעגן עטליכע יחידים אדער מער איבערקערן א שטאט, אפילו אויב זיי האבן גוטע טענות, אדער זיי ברויכן זיך זוכן אן אנדערן ארט, וואו קיינער זאל זיי נישט איינטיילן וואס צו טוהן?
נשלח ב-27/10/2010 01:16
דער 'דייקן' דרייט מיט פינגער און לערנט 'מתוך'
קודם ווער געוואר די פאקטן און דערנאך לערן ווייטער 'מתוך'
ס'האנדלט זיך נישט אין סקווירא וועגן א ירושה פון קינדער, עס האנדלט זיך בלויז פון 'צוויי' אויבער חכמים וואס באלאנגען נישט אין סקווירא. קענסט דאס רופן אז זיי זענען צו קליג פאר סקווירא רוף דאס ווי אזוי די ווילסט, די צוויי באלאנגן נישט דארט. און קרית יואל מיטן סבלן זענען נישט קיין מחותנים דא. הער אויף אריינצוריקן קרית יואל ווען די מדובר איז סקווירא.
גאר בקיצור וועל איך דיר מסביר זיין די נפק"מ, אויב ווילסטו ממשיך זיין די שמועס ביטע עפען א באזונדערע אשכול.
די צוויי שקצים וואס פראבירן יעצט צו צוברעכן די הנהגה אין סקווירא זענען נמשל צו ר' אהרן און שאשקע וועלכע זענען געקומען קיין קרית יואל צו צוברעכן די שטאט. איך האלט טאקע סיי אין קרית יואל און סיי אין סקווירא אקוראט דאס זעלבע!
נשלח ב-27/10/2010 01:27
חיי שעה מאכסט א גריסן טעות דא אויס מיינסטו אז ס'נישט מער ווי 2 אויסווארפס און אז מ'דארף זיי ארויסווארפן פון שטעטל
נשלח ב-27/10/2010 01:50
איך וועל בל"נ טאקע נישט פארקריכן איבערן נושא פון סאטמאר, איך וועל שפעטער עפענען אן אשכול ווי איך בין גרייט צו דיסקוסירן אביסל מיט דיר דעם ענין פון ק"י. אבער די קענסט מיר נאכאלס נישט דא פארקויפן אז דא רעדט זיך פון בלויז 2 יחידים, אין די צייט וואס אלע קליפס זינט די קריגרייען וועלכע קומען פאר אין סקווירא איז צושמירט אויף די אינטערנעט (וואס נאר פון דארט ווייס איך דערפון), זעהט מען דארט עטליכע מנינים מענטשן פראטעסטירן. און אזוי אויך זעה איך ווי דער סקווירא'ר שרייבער דא, און אויף די סקווירא טוויטער גרופעס, אז זיי האבן אן עקסטערן האס אויפן עלטסטן זוהן פונעם סקווירא'ר רבי.
נשלח ב-27/10/2010 02:02
הערשל און דייקן, זיכער איז דער מדובר נישט צוויי, איך גלייב אויך אז עס זענען פארהאן מער פון צוויי ווייל לדעתי דארף מען האבן אביסל א קליין קעפל צו זיין א 100% סקווירא חסיד. עס קען זיין אז צווישן זיי זענען פארהאן גאר קלוגע מענטשן אבער ווען ס'קומט צו די נושא פון סקווירא זענען זיי מצומצם.
איך וויל נישט אריינגיין אינם פונקטליכן ציפער ווייל איך ווייס נישט, דאס וואס די שרייבסט אז פון די קליפס זעסטו גרויסע פראטעסטן איז א טעות. די פראטעסט וואס די זעסט דא איז פונקט פארקערט, דער עולם שרייט דא קעגן דעם עז פנים און פורץ גדר.
בנוגע די ציפערן: איך ווייס נישט וואס יעדער סקווירא איינוואוינער האלט אין הארץ... אפיציעל איז נישט דא קיין 10 פורצי גדר ווייל ווען יא וואלטן זיי געמאכט א אייגן מנין. עס זאל קיינער נישט פראבירן איינצורעדן אז די צוויי אינגעלייט גייען דאווענען אין מושב זקנים ווייל זייער הארץ פאדערט פון זיי מחזק צו זיין די אלטע אידן... זיי גייען דאווענען דארט ווייל זיי קענען נישט צוזאמענשטעלן א אייגן מנין זיי האבן נישט קיין 10. אביסל מער פונקטליך איז די מצב אזוי: אלע וואס האבן געדאווענט אין מושב זקנים אנטקעגן די הוראה פון סקווירא רבי און סקווירא בית דין האבן שוין אויפגעהערט און זענען צוריק געגאנגען דאווענען אין ביהמ"ד כאחד האדם, חוץ צוויי עקשנים. די צוויי עקשנים זענען די וואס ריעדערן. און די צווי רעדט איך... זאלן זיך די צוויי אויפהייבן און זיך אריבערציען קיין מאנסי.
נשלח ב-27/10/2010 02:10
קודם כל דער קליינער ברודער זעה איך איז גארנישט אזוי קליין.
אקעי לאמיך געטן טו די פוינט. איך זעה אבסעלוטלי נישט קיין שום חילוק צווישן ק''י און סקווער, אין קיין שום שטעטל איז טעראר נישט אננעמבאר נישט קיין חילוק וואו און נישט קיין חילוק פארוואס, און פרענקלי מוז איך דיר זאגן ר' חיי שעה איך בין זייער סורפרייזט צו הערן דיך רעדן אזוי.
איך ווייס נישט אויב עס איז ממש אזוי ווי סקווערער אינגל לייגט עס אראפ אז ממש יעדעס קינד איז געווארן מאלעסטעד. אבער דאס איז זיכער אז עס איז פארגעקומען דארט און די וואס שטייען פון אויבן האבן אנשטאט עס פאררעכטן האבן זיי נאר פרובירט שטיל צו
מאכן און עס באגראבן
אין ק''י האט מען אויך אייביג געזאגט פאר ר' יוסל 'מוף ארויס פון דא' אבער ער איז געבליבן און געפייט און ווען ער טוט דאס ווען נישט וואלט עס געווען א בכי' לדורות.
די זעלבע זאך איז דארט און מיר דארפן ארויסקוקן און ארויסווייזן שטיצע פאר די אידן וולאס זענען נאך אונטערן אייזענעם פארהאנג, און לאמיר האפן אז דער טעראר זאל שוין אויך דארט צובראכן ווערן.
און צו אייך די וואס שטעלן זיך ארויס אנטגעקן די טעראריסטן וויל איך זאגן חזק ואמץ, פון איבעראל קוקן אידן ארויס און ווארטן צו זעהן אייער הצלחה
קיינער זאל נישט פראבירן אריינצולייגן אין מיינע ווערטער כאילו איז בין מצדיק טעראר ח"ו
איך האב בכלל נישט גערעדט וועגן די טעראר לטובת דעם עבודה זרה וואס רופט זיך פארטיי, איך האב בסך הכל גענטפערט פאר דעם מנוול וואס זעט מנוולים ווי דער דרייט זיך... אז ער זאל זיך ארויסציען פון דעם עיר הנדחת...
איך האב געפרעגט א פשוטע קשיא, אויב איז די שטאט אזוי איינגעגעסן מיט זימה, פארוואס שלאגסטו זיך מיט ציין אין נעגל צו בלייבן וואוינען דארט? איך וואלט אנטלאפן מיט מיינע קינדער ווילאנג זיי זענען נאך נישט פארכאפט...
נאר וואס דען? דער נידערטרעכטיג אינג איז דא נאר צו באשמוצן סקווירא מיט איר רבי און זיינע קינדער, אויב מיינסטו נעבעך אז דער ערשטער זין און דער קלענסטער זין איז זיין פראבלעם האסטו א טעות, וויסן זאלסטו אז זיין פראבלעם איז סקווירא רבי ווייל ער איז א קליינע קאפ וואס הערט און גלייבט נחום ראזענבערג און ער רעדט זיך איין אז מיטן פירן א מערכה קעגן סקווירא רבי נעמט ער זיך אן פארן באשעפער נעבעך
קרית יואל איז קיין מחותן דא.
תוקן על ידי חיי_שעה ב- 27/10/2010 02:25:10
נשלח ב-27/10/2010 02:35
גרינג צי רעדן אויף קר"י נאכדעם וואס די בערלינע וואנט איז דארט געפאלען און די טעראר האט זיך כמעט אפגעשטעלט, אביסל מיטלייד מיט אינזערע ברודער אין סקווירא וואס האלטן נאכנישט דארט און געפינען זיך נאך אינטער א דיקטאטורישע הערשאפט, אפגעזעהן וויפיל פון זיי האבן די קוראזש זיך ארויסצישטעלן אפען, און ניין איך גלייב נישט קיין מינוט אז סקווירא איז פיל מיט זימה- דאס איז די נייע נחום רויזענבערג טאקטיק, יעדער וואס געפעלט דיר נישט איז א פאלנע נואף, און זיינע קינדער- א פעקל פעדעפיילס.
נשלח ב-27/10/2010 03:40
ח"ו צו זאגען אויפן כלל פין סקווערע שטעטעל אז עס איז "פיל" מיט זימה!
אפסעלוט נישט ע"פ רוב זענען די איינואוינערס ערליכע אידן,
נאר דאס איז א פאקט אז די מערסטע אויסווארפן פון אינגע נשמות ליידער איז אין סקווער!
נאך א פאקט איז און אויך ווי יעדע תושב אין סקווער ווייסן צי זאגן אז די שרעקליכע מגיפה "פון מאלעסטעשין" איז שרעקעדיג אין סקווער!
אויב האט איינער א ספיקות דערין אטאקיר נישט מיך, נאר ריף אן סיי וועליכן סקווערע איינוויאינער און פרעג זיי!,
פרעג זיי ווער איז דער הערש ברייער פון אנשי ביתו פון רבען,?
וויפל קינדער אין יונגע בחורים האט ער פארזינדיגט און אפגעשח'טן אויף זייער גאנץ לעבן?
פרעג ווער איז דוד אייזנבאך? וואס איז א גאנצען טאג בבית רבינו, און שטעלט אויך די חופות, וויפל קארבנות האט ער מאלעסטעד?
וויפעל משפחות האט ער געשחט'ן לעלמי עד?
וויפל טרערן און בליט האבן זיי פארטרינקען פאר די בליטיגע עלטערן וואס מען האט בארויבט און פאראימגליקט זייער טייערע קינדערלעך?
מיר ווינטשען דאס נישט פאר קיין שום אידיש קינד אין די וועלט, אבער עס איז ענק גרינג צו זיצן דארט באקוועם און מאנרא און שימפן אויף דעם אימגליקלעכן אימבאהאלפענעם ציבור, אינטער דעם גלויביגען איייזערנעם פירהאנג וואס קעניגט אויף א גאנצען ציבור קנעכט מיט די גרעסטע ברוטאלישקייט.
עס איז זייער גרינג צו שרייען "גירוש" גייטס ענק ארויס פון ענקערע היימען
דאס איז א רעכטע גזירות גירוש פון די וויונונג וואס מען האט מיט בליט און שווייס ערארבען,
" דאס איז א עכטער גירוש" פון דעם געבוירט פלאץ פון אזויפיל יארן,
"דאס איז א עכטער "גזירות גירוש" פון אלע משפחה מיטגלידער אין פריינד פון גאנצען לעבן,
ווער האט דעם כח אנצופאנגען זיכען מיט א געבענטשטע שטיב פון קינדער א נייעם מקום צו ווינען, א נייע פרנסה, נייע חברים און חבר'טעס פאר די אומשילדיגע קינדערלעך.
און דער אמת איז אז רוב תושבי סקווער האלטן אויך אזוי ווי די פאר וואס האבן געהאט די כח די "נחשונים" נאר דאס טעראר איז אזוי שרעקליך אז יעדער האט מורא פאר די ברוטאלישע פירורעס.
איך האף אז עטס וועטס חרטה האבן אויף ענקערע סטעיטמענטס, ווייל אויף יעדען קומט די צייט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
נשלח ב-27/10/2010 04:25
חיי, איך האב זיך אביסל מער קאנצעטרירט אויף די קליפס, און איך זעה אז די ביזט טאקע גערעכט אז די פראטעסטירער דארט זענען טאקע קעגן איינעם פון די מהרסים.
נשלח ב-27/10/2010 06:24
סקווערבוי איז גערעכט אז סאיז זייער שווער זיך אויף צו הייבן און אוועקמופן, ווען נישט וואלטן שוין אלע אנ"ש לאנג אוועק געמופט פון מאנרא.
אבער לגוף הענין, מיין איך אז די מחוצפים אין סקווער זענען נישט גערעכט. דער פריערדיגער סקווערער רבי האט געגרינדעט דעם שטעטל בדם לבבו, און געשטעלט א הויפט יסוד עס זאל זיך פירן קפידא'דיג אזוי צו זאגן. און זייערע עלטערן האבן אדעתא דהכי אהין געמופט [דאס איז א עקסטערע ענין, צי אזאלכע עקסטרעמע מהלכים קענען האבן א עתיד פארן כלל, ותו"א יוכיח, און כללות החסידות, וואס כידוע האט דער רבי מה"ט נישט אוועק געשטעלט די קהילה אויף דעם גאנג ואכמ"ל], האבן זיי זיך משעבד געווען צו דעם סארט לעבן, און דאס איז עס.
משא"כ אין מאנרא, ווען דער ברך משה איז ווען מייסד דעם שטעטל נאר פאר אנשי שלומו, איז הדין עמו, עכשיו אז דער רבי האט עס מייסד געווען, האבן אל הולכים בדרכיו א רעכט צו עקזיסטירן אין דעם שטעטל.
והא ראיה, איר האט נישט געזען קיין מוסד בני יואל אין איחוד קאנטרי. פינטל. אין מאנרא קריגט מען זיך אויפן יסוד הענין, ווער עס איז דער בעה"ב אין שטעטל, דעם רבי'נס מענטשן, אדער אהרן'ס.
נשלח ב-27/10/2010 07:07
איך האב געמיינט אז מען קען מיט דעם סקוויבוי רעדן א גלייך ווארט דערווייל זעט עפעס אויס אז ער ווייסט נאך אליינס נישט וואס גלייך מיינט בכלל.
קודם שרייבט ער אז די ביהמ"ד הגדול אין סקווירא איז א מקום פון זימה, דערנאך שרייבט ער אז "אין בית אשר אין שם מת" און ער לייגט צו אז עס איז א בחינה פון לכה"פ איינס פער משפחה און געוויסע משפחות האבן אסאך...
דערנאך ציט ער צוריק אין שרייבט "ח"ו צו זאגן אז סקווירא איז פול מיט זימה רוב סקווירא זענען ערליכע..."
האלוי? בארוהיג זיך און הייב אן רעדן ווי א מענטש, ווילאנג די ביסט אזוי צואווילדעוועט זעט טאקע אויס אז די סקווירא טעראריסטן זענען העכסט גערעכט מיטן פאדערן ענק זאלן זיך גיין פון דארט.
נ.ב. אינטערסאנט א "מאלעסטעשאן" ספעלסטו ריכטיג, די האסט דאס נאך בטעות נישט געספעלט מיט א טעות... אבער אין די זעלבע צייט סעפלסטו לשון קודש ווי נח מיט זיבן גרייזן!...
נשלח ב-27/10/2010 14:57
כהאב ערשט יעצט געזען די קליפ, איך מוז זאגן אז די סקווערע זענען גוט פאררוקט מיטן טון דאס. זיי האבן זיך נישט געלערנט קיין לעסאן פון אנדערע. אדער אפשר גאר יא? כידוע ליודעי חן וואסערע חלק סקווער האט געהאט אין די בני יואל מחלוקה, וד"ל.