פונקט ווי די פארשטייסט אז א הויז וואס די האסט געקויפט אדער געבויעט איז דיינס און טאמער איינער קומט אריין און הייבט אן צו צוברעכן געסטו אים גוטע שלעק און די ווארפסט אים ארויס די זעלבע זאך איז דא, סקווירא באלאנגט פארן רבין און וועם עס געפעלט נישט קען זיך גיין פון דארטען.
תוקן על ידי tosh09 ב- 29/05/2011 23:03:27
ס'באלאנגט נישט פאר אים, די געזעצן פון אמעריקע זענען גילטיג אויך דארט, אז אים געפעלט נישט זאל ער זיך גרינדן אן אייגענע לאנד און דארטן קען ער אינפארסירן וועלכע געזעצן ער וויל נאר. אבער נישט אין אן עקזעסטירענדע מדינה.
נשלח ב-30/5/2011 00:02
איך וויס נישט פארוואס נישט די ענטפערסט מיך נישט וואס איך פרעג דיר וואס טוסטו ווען ראטענבערג קומט אריין צו דיר אנדערהיים און הייבט אן חרוב צו מאכען ?
נשלח ב-30/5/2011 00:10
tosh09 כתב:
איך וויס נישט פארוואס נישט די ענטפערסט מיך נישט וואס איך פרעג דיר וואס טוסטו ווען ראטענבערג קומט אריין צו דיר אנדערהיים און הייבט אן חרוב צו מאכען ?
רופט מען די פאליציי, ס'איז דא געזעצן און ס'איז נישט איש הישר בעיניו יעשה. און ס'איז בכלל אינו דומה, א הויז איז א פריוואטע אייגענטום פון א מענטש, און אפילו אזוי קען ער נישט טון אלעס וואס ער וויל אין זיין הויז, איז כש''כ א געגענט אין א לאנד.
נשלח ב-30/5/2011 00:39
געכאפטער1
די האסט דעם בליט דורשטיגען טאהש09 נישט קליגער אין בעסער געקענט צולייגן אין נאר אזוי קען מען ענטפערן אלע דעקלעך אהרונים/סקווירא רוצחים באיצטלא דרבנן - די וועסט נישט מצליח זיין מיט קיינע הסבירים שבעולם!! די זענען קיריוזע פארשוינען!!
תוקן על ידי המשפחה1 ב- 30/05/2011 00:40:41
נשלח ב-30/5/2011 01:10
טאהש 09 + קולגדול אזוי ווי איך זע אז ענק קענען זיך אויס אין "הלכות שטעטל" האב איך אפאר שאלות:
קודם כל קען זיין אז סקווירא האט געבעטן רשות פון די רעגירונג (אמעריקא/ניו יארק) צו בויען א שטעטל אין לאנד, וואס זאל האבן דעם דין פון א פריוואטע הויז.
נאכדעם, איז דא געזעצן פון קאנדאמיניום, וואס יעדער מוז זיך פירן לויט רוב תושבים, איך בין נישט אזוי באקאנאט ווי ווייט א קאנדאמיניום קען איינטיילן פאר אלע בירגער, אבער איך געדענק אז ס'האט זיך געטאן וועגן א קאנדאמיניום וואס האט נישט געלאזט א איד לייגן א מזוזה, איך געדענק נישט וואס דער סוף איז דארט געווארן, איז אפשר האט סקווירא א לעגאלע רעכט אפילו מצד אמעריקא צו קענען איינטיילן פאר די איינוואוינערס.
דריטנס, אפילו ס'איז קעגן די געזעצן פון לאנד, דארפן מיר זיך פירן לויטן שולחן ערוך, און אפשר לויטן שו"ע קען מען יא איינטיילן? דאס געדענק איך זיכער אז ס'איז דא א הלכה אז אויב א שטעטל דינגט א חזן קען מען צווינגען אלע איינוואוינער צו באצאלן א חלק, אפילו זיי גייען אוועק דאווענען פון די שטאט און הערן נישט דעם חזן. אבער ס'איז זיכער דא געוויסע התחייבות'ער צו די שטאט.
פארשטייט זיך אז די אלע זאכן בארעכטיגן נישט קיין מעשה אלימות ורציחה, און ספעציעל דאס אויפהעצן אן אומבאזעסענע יוגנט, זאלן נעמען דאס געזעץ אין די האנט, און גורם זיין שפיכות דמים.
אבער דו באהאנדלסט שוין יא דעם ענין, וואלט געווען אינטרעסאנט צו וויסן, על פי הלכה ווי ווייט עס גייט די רעכט פון א ציבור קעגן א יחיד פריוואט, און להבדיל על פי חוקי המדינה, אויב ס'איז בכלל מחייב אידן, און אויב ס'איז דא א מעגליכקייט אפילו לויט זייערע געזעצן צו צווינגען איינווואוינערס, לויט רוב שכנים.
נשלח ב-30/5/2011 01:16
איך וויל נאר פרעגן איין קשיא אויב איינער איז מחלל שבת אין סקווירא (וואס איז ליידער דא ) צו יענעם וואלט דער בחור אויך געקומען אינטערצינדן אדער נאר איינער וואס גייט אקעגן די הנהגה???
נשלח ב-30/5/2011 01:30
דו טאשער!!! אין אמעריקא איז דא אזא זאך וואס הייסט די קאנסטאטוציע. אין די ערשטע סעיף (אמענדמעט בלע''ז) שטייט אז יעדער בירגער קען וואינען אין גאנץ יוניידעט סטעיטס ווי אימער ער וויל אין ער קען טוהן וואס ער וויל ווילאנג ס'איז אין איינקלאנג מיט די געזעץ. די קאנסטעטוטציע געט נישט קיין שום פאוער פאר רעליגיע אין זייערע פירער זערא זילטש. אז א מוסלמענר וויל זיך יעצט באזעצן אין סקווירא קען מען אים נישט אפהאלטן ביי לאו. אז סקווירא רעבע וויל קען ער אינטערדאסן א ביל אין קאנגרעס וואס פארבאט איינוואוינער פון שיכון סקווירא צו גיין דאווענען ערגעצ אנדערש...
נשלח ב-30/5/2011 01:32
עס וועט דארפן האבן די שטיצע פון לכה"פ צוויי דריטל קאנגרעס אזויווי עס איז אנטקעגן די קאנסטוטוציע...
_________________
נשלח ב-30/5/2011 01:37
_________________
נשלח ב-30/5/2011 01:39
Skver Rebbe asked Hillary Clinton for help Pardon Shpitzer, she Replied I Can't they Took Me Out of the Picture..