בית פורומים אידישע געדאנק

עקספלאשין! טעראר אין סקווירא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/5/2011 01:28 לינק ישיר 
Chaim Aaron Rottenberg speaks from his hospital bed

http://www.zingmit.com/2011/05/chaim-aaron-rottenberg-speaks-from-his.html

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 01:52 לינק ישיר 

די פאראד איז עקלדיג, א חרפה און א בושה, דאס איז ליידער זייער ביטער צוצוקוקן, די ברייטע דעקונג וואס די שרעקליכע פאסירונג האט באקומען, האט ארויסגערופן אלע מייז פון די לעכער, און זיי ווילן זיך אנהענגען דערין.
עס איז א רחמנות, אויף די סקווערע אידן דאס צו דארפן צוקוקן אין אזא הייליג שטעטל.

עס איז קלאר אז די סקווערע קהלה דארף זיך שלאגן מיט די אויסווארפן, און אלע ערליכע אידן דארפן זיי צוהעלפן מיט וואס מען האט נאר די מעגליכקייט.

היינט האט סקווירא געטאן זייער א פאזעטיווע זאך, מיט הייסן זאגן תהלים אין תלמוד תורה פאר חיים אהרן ראטענבערג, וועלכער האט געדארפט דורכגיין א פיינפולע אפעראציע.

עס איז קלאר און יעדער ערליכער מענטש פארשטייט דאס, אז די סקווערע קהלה דארף שטיין על המשמר על קדושת המקום, און סקווירא האט ברוך השם ארויסגעגעבן ביז היינט הערליכע פירות, תלמידי חכמים ויראי ה', און איינס פון זייערע הויפט שטארקייטן איז, וואס זיי האלטן זיך מיט שטארקייט נישט אוועקצורירן פון די מסורת האבות, און וואס מען האט געזען ביי די עלטערן איז הייליג און טייער.

לאמיר האפן אז מהיום והלאה וועט מען נישט איבערגעבן דאס געזעץ אין די הענט פון בחורים'ליכע וועלכע ווייסן נישט פון קיין גבולים, און נישט אויפרייצן קיין האס וועגן חסידות וואס טרייבט צו אומבאגרעניצטע שנאת ישראל, און לאמיר מתפלל זיין, זיי זאלן האבן הצלחה להגדיל תורה ולהאדירה, על מי מנוחות.

לסיום דארף מען האלטן פאר די אויגן, אז כאטש מען דארף פארדאמען די שרעקליכע מעשה, און עס נישט זוכן צו פארענטפערן, אדער פארשטיין, אין די זעלבע צייט טאר מען נישט פארגעסן אז סקווירא טראגט מיט זיך זייער אסאך, תורה, יראת שמים, חסידות, און חסד, און מען קען זיך פון זיי אסאך אפלערנען.
קיינער טאר נישט העלפן צוברעכן אזא הייליגע קהלה, ספעציעל אין א צייט וואס שוואכע חברה ווילן אויסנוצן זייער בזיון אויף פריקות עול כנגד התורה!

וויאזוי זאגט שלמה המלך:
נאמנים פצעי אוהב, ונעתרות נשיקות שונא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 02:15 לינק ישיר 

ברךמשהחסיד כתב:
די פאראד איז עקלדיג, א חרפה און א בושה, דאס איז ליידער זייער ביטער צוצוקוקן, די ברייטע דעקונג וואס די שרעקליכע פאסירונג האט באקומען, האט ארויסגערופן אלע מייז פון די לעכער, און זיי ווילן זיך אנהענגען דערין.
עס איז א רחמנות, אויף די סקווערע אידן דאס צו דארפן צוקוקן אין אזא הייליג שטעטל.

די פאראד איז דוקא א גוטע זאך, ס'איז צו ווייזן פאר די טעראריסטן אז זיי קענען נישט קאנטראלירן אין שטעטל אלעס וואס זיי ווילן.
ס'איז א פאראד פון פרייהייט איבער קנעכטשאפט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 02:34 לינק ישיר 

 

תוקן על ידי קולגדול ב- 31/05/2011 02:35:15




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 02:34 לינק ישיר 

ברךמשהחסיד כתב:


עס איז קלאר און יעדער ערליכער מענטש פארשטייט דאס, אז די סקווערע קהלה דארף שטיין על המשמר על קדושת המקום, און סקווירא האט ברוך השם ארויסגעגעבן ביז היינט הערליכע פירות, תלמידי חכמים ויראי ה', און איינס פון זייערע הויפט שטארקייטן איז, וואס זיי האלטן זיך מיט שטארקייט נישט אוועקצורירן פון די מסורת האבות, און וואס מען האט געזען ביי די עלטערן איז הייליג און טייער.



די פאראדע איז געווען דורך די "הערליכע סקווירא פירות"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 05:10 לינק ישיר 

ברךמשהחסיד כתב:
די פאראד איז עקלדיג, א חרפה און א בושה, דאס איז ליידער זייער ביטער צוצוקוקן, די ברייטע דעקונג וואס די שרעקליכע פאסירונג האט באקומען, האט ארויסגערופן אלע מייז פון די לעכער, און זיי ווילן זיך אנהענגען דערין.
עס איז א רחמנות, אויף די סקווערע אידן דאס צו דארפן צוקוקן אין אזא הייליג שטעטל.
די האסט מורא'דיג רחמנות אויף די הייליגע סקווירא אידן וואס דארפן דאס צוקוקן, כאילו דאס איז יעצט די נושא און עס איז בכלל נישט איבערגעדרייט די גאנצע אידישע וועלט מיט א חילול השם שאין כדוגמתו דורך די הייליגע סקווירא שטעטל

עס איז קלאר אז די סקווערע קהלה דארף זיך שלאגן מיט די אויסווארפן, און אלע ערליכע אידן דארפן זיי צוהעלפן מיט וואס מען האט נאר די מעגליכקייט.
איך ווייס נישט ווער עס האט דיך דאס איינגערעדט אבער די מחלוקה איז בכלל נישט איבער אויסווארפן, עס איז פשוט'ע קאמיניזים צו צווינגען יעדן צו קומען דאווענען אין דעם צאדיק'ס בית מדרש, הרה"ח ר' חיים אהרן ראטנבערג ני"ו איז זייער אן איינגעזעהנער און חשוב'ע איד (און פארגעס נישט, מען האט נישט געמאכט קיין שום אייגענע בית מדרש, מען איז פשוט ארויסגעגאנגען פון שטעטל א וועג פון 10 מינוט צו דאווענען און א נורסינג האום)

היינט האט סקווירא געטאן זייער א פאזעטיווע זאך, מיט הייסן זאגן תהלים אין תלמוד תורה פאר חיים אהרן ראטענבערג, וועלכער האט געדארפט דורכגיין א פיינפולע אפעראציע.

דאס איז טאקע די קשיא פארוואס טאקע נאר "היינט" פארוואס די גאנצע וואך ווען די גאנצע וועלט האט געווארט צו הערן א פיפס פון סקווירא וואס זאל האפנטליך עטוואס אפשטילן דעם שוידערליכן חילול שם שמים, איז סקווירא געווען שטיל???, ר' חיים אהרן ראטנבערג האט שוין געהאט עטליכע אפאראציע'ס פאריגע וואך אויך, און פארוואס דעמאלטס האט מען אין דעם "הייליגן" סקווירא'ן שטעטל אראפגעריסן די בקשו רחמים צעטלעך פון די בית מדרש? הא????

עס איז קלאר און יעדער ערליכער מענטש פארשטייט דאס, אז די סקווערע קהלה דארף שטיין על המשמר על קדושת המקום,

אמת זיי דארפן שטיין על המשמר אויף קדושת המקום, אבער נישט שטיין על המשמר אויף צו טעראריזירן דעם מקום און צו רודפ'ן יעדן ווער עס האט נאר א מחשבה קעגן זייער צאדיק, זיי האבן שוין א היסטארי - וואס דער עולם ווייסט נישט - פון ווען דער היינטיגער איז געווארן רבי, צו רודפ'ן יעדן איינעם וואס עס גייט נישט אין שפאן ביליאן פראצענט, א זאך וואס ביי זיין הייליגן טאטן איז דאס בכלל נישט געווען לא מיני' ולא מקצתי', עס האבן אמאל געוואוינט אין סקווירא אלע מינע היטן... ווילאנג מען איז געווען א שומר תורה ומצוות און ערליך, די אלע "תקנות" איז באשאפן געווארן ווען דער היינטיגער איז געווארן רבי
און סקווירא האט ברוך השם ארויסגעגעבן ביז היינט הערליכע פירות, תלמידי חכמים ויראי ה', און איינס פון זייערע הויפט שטארקייטן איז, וואס זיי האלטן זיך מיט שטארקייט נישט אוועקצורירן פון די מסורת האבות, און וואס מען האט געזען ביי די עלטערן איז הייליג און טייער.


ליידער זענען די סקווירא פירות אסאך פארפוילט (הגם עס זענען דא דארט דערהויבענע אידן אויך איז אבער א גרעסערע פראצענט פון אנדערע פלעצער ליידער פארפוילט), און דאס ווייזט אז עפעס איז "ראנג" מיט זייער כלומפרשטע "שטארקייט", און זיך האלטן צו די מסורת אבות געט נישט די מינדעסטע רעכט צו טוהן וואס די סקווירא טוען אלע יארן

לאמיר האפן אז מהיום והלאה וועט מען נישט איבערגעבן דאס געזעץ אין די הענט פון בחורים'ליכע וועלכע ווייסן נישט פון קיין גבולים, און נישט אויפרייצן קיין האס וועגן חסידות וואס טרייבט צו אומבאגרעניצטע שנאת ישראל,
די רעדסט שוין דא באלד ווי דער צאדיק אליין "לאמיר האפן... עגמת נפש...." כאילו מען האט איינעם אנגעשריגן... דא רעדט זיך פון אן אויסטערלישע מעשה רציחה ווי מען האט שיעור נישט דערהרג'ט א גאנצע משפחה מיט א מיתה משונה, אזא זאך דארף פארשריגן ווערן אויף די העכסטע טענער, 
און לאמיר מתפלל זיין, זיי זאלן האבן הצלחה להגדיל תורה ולהאדירה, על מי מנוחות.

וועסט סאך מער אויפטוהן אז די וועסט מתפלל זיין לרפואת הרה"ח ר' חיים אהרן בן חי' חנה וואס ווארפט זיך אין בעט מיט שרעקליכע יסורים, דאס איז וויכטיגער
לסיום דארף מען האלטן פאר די אויגן, אז כאטש מען דארף פארדאמען די שרעקליכע מעשה, און עס נישט זוכן צו פארענטפערן, אדער פארשטיין, אין די זעלבע צייט טאר מען נישט פארגעסן אז סקווירא טראגט מיט זיך זייער אסאך, תורה, יראת שמים, חסידות, און חסד, און מען קען זיך פון זיי אסאך אפלערנען.
די וועג וויאזוי זיי האבן די גאנצע פאריגע וואך באהאנדלט די פרשה ווייזט וויפיל תורה, יראת שמים, חסד, און ווי שטארק מען דארף זיך פון זיי אפלערנען צו טוהן די היפוך
קיינער טאר נישט העלפן צוברעכן אזא הייליגע קהלה, ספעציעל אין א צייט וואס שוואכע חברה ווילן אויסנוצן זייער בזיון אויף פריקות עול כנגד התורה!

וויאזוי זאגט שלמה המלך:
נאמנים פצעי אוהב, ונעתרות נשיקות שונא.

מוראדיגע ידענות, צו נעמען א פסוק און עס ארויפווארפן אויפ'ן חשבון פון אידן וואס מען האט פארברענט זייערע הייזער (אויסטערליץ) און אידן וואס ליגן אין ICU מיט שרעקליכע יסורים (ראטנבערג) ועוד ועוד, שלמה המלך האט נישט גערעדט אזוי אויפ'ן חשבון פון אנדערע אידן 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 08:29 לינק ישיר 
פרישע ווידיאו Fire Terror Victim Condemns the New Square Attack

http://www.zingmit.com/2011/05/fire-terror-victim-condemns-new-square.html

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 08:36 לינק ישיר 

געכאפטער1, ביי דיר העלפט נישט קיין תשובה? טא וואס וויינסטו אזוי אין דיין מחזור יום כיפור אז גאט ב"ה זאל דיר מוחל זיין? האסט דאך די פאריגע וואך געזינדיגט!
 
סטאפ מיט די נאן סענס. קען זיין אז סקווירא האט פאריגע וואך נישט גוט געהענדלט, אלא מאי קענען זיי שוין נישט תשובה טון?
 
דער רבי שליט"א האט שוין מוחה געווען, מ'זאגט תהילים פאר ראטענבערג, יעדער האט שוין פארדאמט די שרעליכע פאסירונג. ממילא מוז יעצט סקווירא זיך אנהייבן צוזאמליידן פון די אלע אויסווארפן וואס ווילן אראפברענגן דעם שטעטל? הישמע כזאת? איז דאס אידיש גערעדט?
 
טייערע ידידים, סיי די וואס שטעלן אהער א פנים ווי זיי נעמען זיך אן פאר דעם פארברענטן איד, און סיי די וואס קען זיין באדערט באמת --- בלוט האט אויך א פרייז! נניח אז מ'האט געטון דאס ארגסטע קעגן ר' חיים אהרן, איז דאס שוין א תירוץ אויף צוצוברעכן א גאנצע קהלה בישראל? איז דאס א תירוץ אויף יעדע שייגעץ שטיק וואס וועט געטון ווערן מהיום והלאה קעגן סקווירא? גענוג איז גענוג!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 08:39 לינק ישיר 

די טענה אז ער האט פאריגע וואך נישט געטון, איז נישט אז עס העלפט נישט קיין תשובה, די טענה איז נאר אז פון ווען מען האט אויפגענומען הענק שיינקאפף האבן זיך זאכן א ריר געטון, וד"ל.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 08:46 לינק ישיר 

הלאוי ווען זיי ווילען ווען תשובה טוהן, פארוואס האט עס גענומען 5 טעג פארן סקווירא מנהיג צו ארויסקומען פארדאמען א אקט פון מעשי רציחה??? עס נעמט 5 טעג אויפצוזוכען און די תורה "לא תרצח"???
אויב עס וואלט נישט געווען אזא פופליסטי וואלט ער עס קיינמאל נישט פארדאמט.

פארוואס נעמט עס 5 טעג פאר א מנהיג פון א קהילה וואס זיין אייגענע הויזבחור האט דא קאליע געמאכט א מענשט פאר זיין גאנצע לעבען, און פארדאמען אזא אקט?? ער וואלט געדארפט קומען און ביהמ"ד הגדול פאר די גאנצע עולם און מוחה זיין, נישט ביי זיך אין שטוב  פאר א קבוצה בחורים אז עס איז נאר א עגמת נפש (לכאורה ווייל זיין נאמען איז געווארען באשמוצט) און עס איז נישט די דרך פון סקווירא (כ,מיין עס און תורה שטייט אויכט פון אזא זאך ווי לא תרצח)

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 12:36 לינק ישיר 

די פאראד האט גארנישט מיט ראטטענבערג. איך קען דעם אנפירער, ער איז אזא האלב אפגעפארענער, וועלכער קען אביסל ראטענבערג פון זיין ארבעט, און ער איז דוקא פון א סאטמאר'ער שטוב. און ער האט דא געטראפן א געלעגענהייט, געט ער זיך אויס, דאס איז בכלל נישט קיין סטעיטמענט איבער ראטענבערג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 16:46 לינק ישיר 
פון דער ניק ammesdig

(מאת ammesdig)

על ערש דוי הנשרף הרה"ח ר' חיים אהרן בן חיה שרה שליט"א ה' ישלח לו רפואה שלימה במהרה
הרה"ח ר' חיים אהרן שליט"א ה' ישלח לו רפואה שלימה במהרה אמן.

ער בעט דעם ציבור צו ג
יין מבקר חולה זיין די אידן פין זיין בית המדרש אין פריוואלד נורסינג הום
און אויך מתפלל זיין פאר אים
(דער ציבור ווערט געבעטן נישט שרייבן אדער אריינלייגן נאך תגובות אין דעם אשכול עס גייט נאך קומען וויכטיגע זאכן)


http://youtu.be/rxEGMKT6SOw


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2011 16:58 לינק ישיר 

אומזיסט כתב:
די טענה אז ער האט פאריגע וואך נישט געטון, איז נישט אז עס העלפט נישט קיין תשובה, די טענה איז נאר אז פון ווען מען האט אויפגענומען הענק שיינקאפף האבן זיך זאכן א ריר געטון, וד"ל.

_________________


 
זיי מסביר פונקטליך די טענה. נניח אז שיינקאפ איז געווען דער וואס האט זיי מסביר געווען צו טון די אלע פאזיטיווע זאכן, הייסט דאס נאכנישט קיין תשובה? למעשה איז דאך געטון געווארן וואס האט געדארפט צו געטון ווערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 17:28 לינק ישיר 



תוקן על ידי קולגדול ב- 31/05/2011 17:29:34




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2011 20:39 לינק ישיר 
קרעדיט גביר אדיר ישר כח- יפה - ואמת דברת

מיין מגילה איבער סקווירא

איך בין שוין מיד פון האלטן אין איין ענטפערן נארישע טענות, וועל איך יעצט טרייען נאך איינמאל ארויסצוברענגען וואס איך זאג דא. בלי"נ וועל איך מער נישט אפענטפערן קיין נארישע טענות.

מען טרייט דא אסאך צוצושטעלן צו אנדערע מקומות. איך פלאן נישט צו רעדן פון אנדערע מקומות. ערשטנס, ווייל יענער האט געטון מיינט נישט אז דו מעגסט. מיין רבי פלעגט זאגן, ווען יענער וועט אראפטאנצן פון דאך וועסטו אויך אראפטאנצן? און צווייטנס ווייל איך וויל רעדן פון סקווער, נישט פון סאטמאר, נישט פון טאש, נישט פון בעלז. איך רעד פון סקווירא. איך בין נישט קיין סקווערער חסיד, אבער איך גיי אסאך קיין סקווירא, שוין יארן וואס איך גיי אהין, און איך האב א שטארקן געפיל פאר דעם פלאץ און איך קען דאס פלאץ זייער גוט.

איז אידישקייט דעמאקראטיע?

עס איז געווען א תקופה ווען אידן זענען געווען שרויים על אדמתם, און עס איז געווען יד ישראל און יד בית דין תקיפה, מען האט געקענט טון וואס מען האט געוואלט, כדי צו צווינגען אידן צו גיין בדרכי ה'.

יעצט כאטש אפילו עס שטייט דרכי' דרכי נועם, וכל נתיבותיה שלום, און ווען איינער פירט זיך נישט אויף ווי עס באדארף צו זיין דארף מען קודם פרובירן מיט שיינעם, און מען דארף קודם זאגן מוסר, אויף וויפיל אופנים עס איז שייך. און נאר ווען מען איבערצייגט זיך אז דער מענטש איז נישט אינטערעסירט, און ספעציעל אויב מען איבערצייגט זיך נאך אז ער האט גאר א ציהל חרוב צו מאכן, דעמאלס טוט מען אים צווינגען צו גיין בדרכי ה', און אויב עס איז געווען א מצב אז ער האט עובר געווען אויף געוויסע עבירות, מיט עדים און התראה, דאן איז ער חייב מיתה.

און יא, אידישקייט איז נישט קיין דעמאקראטיע, איינס פון די זאכן וואס עס שטייט ביים מלך המשיח איז: ויכוף את כל ישראל לילך בדרך התורה. ער וועט צווינגען די אידישע קינדער צו גיין אין דעם תורה'דיגן וועג.

אבער מיט דעם אלעם, איז געקומען א צייט, ווען בית דין האט פארשטאנען אז מען קען דאס מער נישט טון, און מען האט אויפגעהערט דן זיין דיני נפשות. און אזוי איז געגאנגען דאס היסטאריע פון כלל ישראל במשך די נאכפאלגענדע אלפיים שנות גלותנו. מען טרייט צו טוען פאר אידישקייט וויפיל מען קען, און דארט ווי מען קען נישט מער, שטעלט מען זיך אפ. מען גייט נישט ווייטער ווי מען קען. מען איז נישט מחוייב. דער אויבערשטער פאדערט דאס נישט פון אונז.

שיכון סקווירא

און יעצט לאמיר נעמען דעם ענין פון וואס דא רעדט זיך. דער סקווער'ער רבי זצ"ל האט געגרינדעט שיכון סקווירא מיט גרויס מסירות נפש, ווייל ער האט געוואלט מייסד זיין א מקום ווי ערליכע אידן זאלן קענען מגדל זיין קינדער בדרך התורה והחסידות, ע"פ נוסח ומנהגי סקווירא. יא, ער האט אויך געוואלט מיט דעם אויפבויען א סקווירא חסידות, און ער האט געהאט אלע רעכטן דערצו.

עס האבן זיך ארויסגעצויגן אהין אסאך אונגארישע אידן, טייל וועלכע האבן דאהי אין אמעריקא זיך אנגעקניפט אין סקווערער רבין, און טייל אזעלכע וואס האבן גארנישט געהאט מיט אים, נאר האבן געוואלט וואוינען אין אזא סארט מקום. אלע פון זיי האבן פארשטאנען אז דאס פלאץ גייט געפירט ווערן לויט סקווערער מנהגים און אזוי ווי סקווערער רבי וויל.

ויקם מלך חדש

אבער דערנאך איז סקווערער רבי פלוצלינג נפטר געווארן אין תשכ"ח, אלט זייענדיג אינגאנצן 68 יאר, און אויף זיין פלאץ האט מען אויפגענומען זיין זוהן ר' דוד וועלכער איז אינגאנצן אלט געווען 27.

רוב ציבור האט נישט געגלייבט תיכף אז ער וועט ווערן רבי, מען האט ענדערש געהאלטן אז ר' איציקל דער איידעם וועט ווערן ממלא מקום, פשוט ווייל דער פארטיי עלעמענט איז נאך דעמאלס נישט געווען אזוי שטארק אויפגעבויעט דארט, און למעשה איז ר' איציקל געווען דער אויטאריטעט איבער די חינוך, זיין שווער האט אים געשטעלט איבער אלע מוסדות, און ער איז געווען מער דער רוחניות'דיגער מאן דאמר אין סקווער, בשעת ווען ר' דוד'ל איז געווען זייער ווייט פון דעם שטאנד דארטן, און זיין אויטאריטעט איז באשטאנען פון דעם כיבוד פון מציצה ביי אלע ברית'ן (וואס, בדרך אגב, האבן שוין אפאר פון די היינטיגע שוויצערס, לעצטענס פארזיכערט אז איצי, דער צווייטער זון, זאל אנהייבן באקומען דעם כיבוד ביי אלע ברית'ן, כדי מרמז צו זיין אז דוקא ער איז דער ריכטיגער עווענטועלער ממלא מקום...). און נישט נאר דער ציבור האט אזוי געהאלטן, נאר די גבאים אויך. ישעי' אונגאר האט אלע עניינים אדורכגערעדט מיט ר' איציקל, ביז די רעבעצין האט אים אריינגערופן און אנגעווארענט אז ער זאל טון נאר וואס זי הייסט. אזוי האט די רביצין פארזיכערט אז איר זון ווערט רבי. נישט אז עס איז עפעס ראנג מיט דעם, און נישט אז עס איז א גרויסע נפקא מינא, איך פארצייל נאר די פאקטישע היסטאריע.

ביים אנהייב איז דער עולם געווען ווארעם, מען האט מחזק געווען דעם נייעם רבי'ן מען האט געוואלט עס זאל זיך ווייטער ציען. און איך וועל זאגן וואס איך האב געהערט פון איינעם פון די זקנים וועלכער איז דעמאלס געווען אן אנגעזעענער איד דארט, איך שרייב נאך זיין לשון: ווילאנג ער האט פארשטאנען אז ער שפילט נאר דעם שפיל, און מיר שפילן מיט מיט אים, האט אלעס געקלאפט, אבער די מינוט וואס ער האט זיך אנגעהויבן איינרעדן אז ער איז באמת רבי, און ער האט געוואלט מיר זאלן ווערן באמת חסידים, דעמאלס האבן זיך אנגעהויבן פראבלעמען. עכ"ל.

איך האף דער ציבור פארשטייט וואס דאס מיינט. אבער דער פראבלעם איז געווען אז דער ציבור איז נישט געווארן באמת חסידים, און דערווייל האט זיך אויפגעבויעט א שיינער פארטיי, האט מען אנגעהויבן רודפ'ן און טעראריזירן די אלע וועלכע זענען נישט געגאנגען אין שפאן, און צוביסלעך האבן זיי זיך אפגעפיצט פון דארט איינער ביי איינער.

הבה נתחכמה להם

נאך וואס ר' איציקל'ס פאטער איז אוועק און ער איז געווארן ראחמיסטריווקא רבי, דעמאלס איז געווארן גאר הייס, און טאקע נאך יענע תקופה האט מען געמאכט דעם לעצטן מעידשער קלין אפ. און דער פארטיי האט זיך געשטארקט. עס זענען אלס געווען אפאר טראבל מעיקערס, אבער מער ווייניגער איז עס געפארן. ווען איינער האט אנגעהויבן מאכן אביסל נויז, האט מען אים געגעבן א קיצל, און בדרך כלל איז יענער שטיל געבליבן. טאקע דערפאר ווייל מען האט אין סקווער געלערנט געהארכזאמקייט, און נישט גיין מיט קיין אלימות, האבן זיי געקענט פאר אזוי פיל יארן פארן מיט דעם סיסטעם.

נאכדעם האט זיך אנגעהויבן א קלינינג אין די מוסדות, יעדער וואס איז נישט געווען א הונדערט פראצענטיגער חסיד איז געפלויגן. און דא האט מען שוין נישט געקוקט דווקא אויף טראבל מעיקערס, צו קענען בלייבן האט מען געמוזט זיין א עכטער חסיד, מען האט יעדעם געטעסט דעם מוח, און ווער עס האט נישט געפעסט דעם טעסט, איז געפלויגן. און אזוי איז געבליבן א ריינע ראסע פון בלויז סקווערער חסידים, וועלכע האבן געקענט ערליך ערפילן דעם פליכט פון אויפציען א דור געברעינוואשטע חסידים, וואס טראכטן נישט אליינס, נוצן נישט דעם מוח, זיי שענקען עס אוועק דעם רבי'ן, צו דעם רעזשים, וועלכע וועלן שוין טראכטן אנשטאט אים.

למעשה לאמיר זען וואס איז געשען במשך די יארן.

דער ציבור

און איך וויל קודם רעדן פון דעם ציבור, דעם שטעטל.

ווען איר קומט אריין אין סקווירא, זעט איר א ציבור אידן וואס מען זעט זעלטן אין די וועלט. דאס איידלקייט און באשיידנקייט שרייט פון יעדן ווינקל. מען זעט נישט דארט קיין פענסי אויפגעריסענע הייזער, דאס צניעות פון די עזרת נשים איז להפליא. פארצייטישע חסיד'ישע אידן וועלכע מען קען שוין נישט טרעפן מער אין ערגעץ נאר דארט.

אלע דריי עמודי עולם. אידן וועלכע זענען זיך ממית באהלה של תורה מן הבוקר ועד הערב, מתוך עוני ודוחק. בעלי בתים און ארבייטער וועלכע זענען קובע עתים לתורה יעדן טאג. די תורה וואס די וועלט האט שוין פון דארט גענאסן איז אומבאגרייפליך. אנגעהויבן פון אזעלכע מעכטיגע תורה פראיעקטן ווי עוז והדר, אראפ צו הערליכע חיבורים וועלכע באצירן דעם שאפע פון כלל ישראל פון פריוואטע מחברים און געענדיגט מיט תורה גליונות מדי שבוע בשבוע אויף אידיש און לשון הקודש איבער אלע עניינים און מקצועות, פון דרוש, הלכה, אגדה, מוסר און חסידות.

אן א שיעור אינגעלייט און עלטערע, עובדי ה' מיט אן אמת, אויף א מדרגה, צו מיטן דאווענען, צו מיט שמירת עיניים והמחשבה, כשר'ע סעלפאונס, צו מיט סיי וואס אומער.

און ווען עס קומט צו חסד, דאן קענען זיי טאקע פארנעמען איינס פון די שענסטע פלעצער אויפן אויבן אן. א גאנצע גראסערי נאר לשם מצוה, און צדקה און גמילות חסד, בגוף ובממון, פון יעדן מין און פון יעדן סארט, אויף גאר גאר א הויכן מדרגה. און לאו דוקא פאר היימישע. און צומאל אפילו פאר אזעלכע אויף וועלכע מען וואלט גאר געקענט זיין ברוגז.

הכנסת אורחים איז א אינטעגראלער טייל פון יעדן שטוב אין סקווירא, און אין כשרות זענען זיי מדקדק פיל מער ווי אין די אלגעמיינע חסיד'ישע וועלט.

אבער דאס איז אלעס ביי דעם ציבור, ביי די הנהגה איז שוין גאר אן אנדערע מעשה.

די הנהגה

און יעצט וויל איך רעדן פון די הנהגה. סקווירא איז נישט היינט וואס עס איז געווען אמאל. כמעט אין קיין שום הינזיכט. בילדער כאפן איז געווען אסור בתכלית (ר' מאטעלע'ס גאנצער התנגדות צו בילדער נעמט זיך פון שווער), היינט איז עס כמעט בבחינת מצוה. דער אלטער רבי האט קיינמאל נישט פארמאגט קיין קעדילעק, און ער וואלט היינט אויך אוועקגעשטאנען פון די זאכן, דאס איז געווען אינגאנצן פארקערט פון אים.

טישן זענען נישט געפירט געווארן אויף קיין סטעידשעס, און ער איז נישט געזעצן אויף קיין ריזיגע שטוהלן, זיין דאוון שטוב איז געווען א קליינע באשיידענע שטוב, נישט אזא לוקסוריעזע אפיס ווי היינט מיט אזעלכע טייערע פוירניטשער. דער רבי ז"ל איז אוועק געשטאנען פון פרסום ווי פון א טעראריסט, באקאנט ער האט אמאל אום ערב שבת צופרי מבטל געווען א שבת אין שטאט, ווייל ער איז געוואר געווארן אז עס איז געווען באשריבן אין צייטונג, און וויפיל מען האט אים צוגעזאגט אז עס ווועט מער נישט פאסירן האט ער זיך נישט צוגעהערט. אזוי האבן זיך פיל זאכן זייער געטוישט. בכלליות אין די הנהגה, אין די מוסדות און אין נאך פילע אנדערע זאכן.

דאס דאווענען

און גאר א וויכטיגע פרט איז דאס דאווענען אליינס וואס האט זיך געטוישט. מען פארגעסט שוין, עס איז שוין איבער דריי און פערציג יאר וואס דער רבי ז"ל איז נישט דא מער, אבער דער מציאות איז אז ער פלעגט נישט דאווענען פארן עמוד האלב אזוי פיל וויפיל דער היינטיגער רבי דאווענט, און ווען ער האט יא געדאווענט האט עס נישט געדויערט האלב אזוי לאנג, דער היינטיגער רבי איז א מורא'דיגער בעל בכי, ער וויינט און וויינט און וויינט נאך, און קען נישט סטאפן וויינען, און ער איז סתם אזוי מאריך זייער לאנג. (גיי הער אויס א קידוש פון רחמיסטריווקא רבין – אזוי האט דער רבי ז"ל קידוש געמאכט - און נאכדעם הער אויס א קידוש פון סקווערער רבין, וועסטו זען דעם חילוק, און ביים דאווענען איז עס אסאך מער).

וואס האט זיך נישט געטוישט. יא, צוגעטראפן, דער פארלאנג מצד דעם הויף צו דעם עולם. יעדער מוז ווייטער דאווענען נאר אין דעם זעלבן בית המדרש, יעדער מוז מיטהאלטן, אז א איד ליגט אינדערהיים און קען נישט ארויסגיין, מוז ער דאווענען ביחידות. וואס הייסט, דער גאנצע עקזיסטענץ פון די רביסטעווע שטייט דאך אין קאן. אלעס קען דאך צופאלן.

און נישט נאר טאר מען נישט מאכן א מנין ערגעץ אנדערש אין שטעטל, נאר מען טאר אפילו נישט מאכן א מנין אינדרויסן פון שטעטל, מען מוז בלייבן אין שטעטל און דאווענען דארט.

אל תקרב הלום

איר מיינט אז ביי דעם ענדיגט זיך דאס? א פייג. נישט נאר טארן אנדערע נישט ארויסגיין, נאר איר טארט נישט אריינגיין. אריינגיין זאג איך? דאס פארשטייט מען דאך, נאר היימישע מעגן אריינגיין. אבער אפילו קומען נאנט, טארט איר אויך נישט.

יא, אזוי ווי איר הערט. היימישע אידן טארן נישט וואוינען אין דעם תחום שבת (וואלקינג דיסטענס בלע"ז) פון שיכון סקווירא. און דער רבי אליינס זאגט עדות אז אזוי האט זיין טאטע געוואלט. און פאר דעם רצון פון טאטן ווערן אסאך זאכן מותר.

ווען דער ספינקא'ר רבי זצ"ל ר' הערשעלע, האט געוואלט מייסד זיין א שיכון אין פאמאנא, און דער פראיעקט איז געווארן אנגעפירט דורך בנו הגדול ר' בעריש זצ"ל, האט סקווירא אנגעוואנדן אומגעהויערע כוחות (כשר'ע און ......) צו צושטערן די זאך (און עס איז זיי געלונגען) אלעס מיט דעם ניגון, אז דער רבי ז"ל האט נישט געוואלט אז אנדערע היימישע אידן זאלן וואוינען לעבן סקווירא.

ווען א טשערנאבל'ער אייניקל, פון די טריסקער גזע האט געקויפט א הויז, בערך זיבן מינוט פון שיכון סקווירא און געוואלט עפענען דארט א בית המדרש, האט מען אים אונטערגעברענגט מיט אלע כוחות. מען האט זיך אפילו נישט געשעמט ארויסצושטעלן א צעטל (ארויסגעצוואונגען פון דעם בית דין) אין בית המדרש אז קיינער טאר נישט צוהעלפן צו דעם, און אז דאס איז נגד דעם רצון פון רבי'ן ז"ל....

כאטש עס וואוינען שוין מאדערנע אידן כמעט ביז סקווירא, און עס איז ס"ה א שאלה פון צייט ביז מען וועט אנקומען אינגאנצן ביז אהין, אבער דאך האט מען זיך נישט צוריק געהאלטן פון זיך באנוצן מיט צווייפלהאפטיגע מיטלען יענעם צו פארטרייבן פון דארט.

אלזא, מיטן גרינדן א שטעטל, האט ער בעלות, נישט נאר אויפן שטעטל אליינס, און נישט נאר אויף די מענטשן וועלכע האבן דארט געקויפט הייזער, נאר אפילו אויף דעם גאנצן תחום שבת ארום דעם שטעטל, און אויף די מענטשן וועלכע קויפן הייזער דארט אויך.

אשר לא ידע את יוסף (דוד)

אבער דער ציבור וואס וואקסט אונטער פארלירט בדרך כלל די אמונה אין דעם רבין אלס אזא גרויסער צדיק. און בכלל איז אונטערגעוואקסן א דור וואס איז שוין דארט געבוירן, זיי זענען נישט געקומען וואוינען לעבן רבי'ן און זיך ווייקן תחת אורו הגדול. און די נייע דור האלט אז זיי האבן א רעכט צו וואוינען דארט און מען קען זיי נישט אזוי איינטיילן וואס צו טון.

און פארגעסט נישט. אין סקווירא האט מען פארקויפט לאטס. נישט קאנדאס, נישט קא-אפס, געהעריג פארקויפט לאטס. די אידן צאלן הויכע טעקסעס, תבין ותקילין, און זיי פילן אז זיי האבן עפעס רעכטן. און פון צווישן בערך דרייצן הונדערט משפחות, זענען דא א שיינע פאר הונדערט וואס זענען נישט צופרידן, זענען אנגעגעסן, דער רבי פארנעמט ביי זיי נישט קיין שום מקום, און עס אינטערעסירט זיי נישט וואס ער זאגט. און וואלטן געוואלט זען גאר אסאך זאכן זיך טוישן.

יא, איך ווייס אויך אז זיי קענען אוועק גיין וואוינען ערגעץ אנדערש, אבער די טענה האבן אסאך אנדערע לענדער געטענה'ט אויף די אידן בכלליות אלס א פאלק. דאס איז קיין טענה נישט. עס איז זייער שווער זיך אויפצוהייבן אין די יארן, ווען מען א גאנץ לעבן דארט געוואוינט און גיין אין גלות. אויב וויל א רבי האבן א שטעטל נאר פון זיינע חסידים, ווי מען זאל טון נאר וואס ער וויל. זאל ער בויען א שטעטל, און האלטן אלע הייזער פאר זיך, און יעדן לאזן וואוינען אין די הייזער בתנאי כתוב וחתום אז מען קען נאר וואוינען דארט ווילאנג ער וויל, און ברגע ער איז מחליט, מוז מען זיך אויפהייבן און אוועק גיין. וכולי האי ואולי... אדער זאל ער גיין ערגעץ אין א דריטע וועלט לאנד, ווי קארופציע איז דער בעה"ב און מיטנעמען אלע חסידים אהין...

פון די אנדערע זייט זענען דא גאר אסאך מענטשן וועלכע האבן גארנישט קעגן רבין, אבער זיי ווילן מען זאל זיי לאזן לעבן פאר זיך. זיי קענען נישט מיטהאלטן דעם סדר היום, עס אינטערעסירט זיי נישט. זיי קענען באשטיין דער רבי זאל זיין רבי, ער זאל האבן מיליאן חסידים און וויפיל געלט און כבוד ער וויל, אבער לאזן מיך לעבן רואיג פאר זיך.

דער סקווערער ציבור איז אבער בדרך כלל א איידעלער ציבור, נישט מענטשן וועלכע מאכן איבערקערענישן, זיי זענען נישט אנשי מלחמה, און דעריבער האט מען זיי געקענט טרעטן אויפן קאפ אזויפיל יארן, אן קיין ערענסטע קאנסעקווענצן.

אבער דער וועלט טוישט זיך, די אטמאספערע טוישט זיך, א ציבור וואקסט אונטער און דא און דארט מאכן זיך מענטשן וועלכע זענען מחליט אז מען פייפט זיך אריין, און מען טוט וואס מען וויל און פערטיג.

ובמושב זקנים לא ישב

און יעצט לאמיר זען וואס איז דא געשען.

איז דא א נוירסינג האום ממש אונטער די נאז פון סקווער, און דארט געפונען זיך געוויסע היימישע אידן, וועלכע האבן א גאנץ לעבן געדאווענט אין בתי מדרשים, מיט מנין, און אויף די עלטערע יארן האבן זיי זיך געטראפן צווישן די איינזאמע ווענט פון דעם נוירסינג האום, און האבן נישט ווער עס זאל זיך אומקוקן אויף זיי. נישטאמאל מיט מנין קענען זיי דאווענען.

האבן זיך אפאר סקווערע חברה געכאפט אויף די מציאה, מען גייט דארט מאכן מנין פאר די זקנים. אנגעהויבן האט זיך עס אז די האום האט געבעטן אז מען זאל קומען, און דערנאך איז מען שוין געקומען אליינס.

איך בין מסכים אז זיי האבן נישט געמיינט נאר די אלטע אידן, זיי האבן געמיינט זיך, זיי האבן געוואלט קענען דאווענען ערגעץ אנדערש. און טייל האבן אפילו געוואלט אפטין דעם רבין. אמת.

און יעצט וואס.

איר פרעגט מיך? איך האלט אז זיי האבן אלע רעכטן. א מענטש איז נישט קיין עבד, ער איז נישט קיין אייגנטום פון קיינעם, אפיל נישט פון דעם גרעסטן רבין, (גיי פרעג מובאראק'ן) און אז דו ווילסט יענער זאל דיך ליב האבן און זיין דיין חסיד, דאן פיר זיך אויף ווי מען דארף, זיי ערליך, זיי נייס און וואויל צו יענעם, העלף יעדעם איינעם כמיטב יכולתך, זוך זייער טובה, האב זיי ליב, און רוב עולם וועט דיך צוריק ליב האבן. דו וועסט סייווי נישט קענען צופרידן שטעלן יעדן איינעם אלעמאל, אבער כאטש לרוב וועט דער עולם דיך ליב האבן. האסט נישט אזוי געטון, און דער עולם האט דיך נישט ליב. טו בעד פאר דיר. זיי זענען זעלבסטשטענדיגע מענטשן, און האבן א רעכט צו גיין ווי זיי ווילן.

אזוי לאנג ווי זיי האבן נישט געהאט ווי צו גיין, איז דיר געלונגען, יעצט האבן זיי יא, איז זיי געלונגען.

א מרידה?

מען מאכט חרוב די קהילה!!!!!!!! מען פלאנט אן אויפשטאנד!!!!!!!! געוואלד!!!!!!! מען ברענגט אונטער די רביסטווע!!!!!!!

דו מי עי פעיוואר. אויב איז די קהילה אזוי שוואך, אז פון אפאר - אפילו פון צוויי הונדערט - מענטשן וועלכע גייען דאווענען אינדרויסן פון שטעטל, גייט די קהילה חרוב ווערן און אונטערגיין, איז א גרויס רחמנות אויף אזא רביסטווע. ווען עס האלט שוין ביי דעם, איז שוין די רביסטווע סייווי האלב צופאלן. און יעצט איז שוין טו לעיט עס צו ראטעווען. (איך רעד שוין נישט פון דעם אז דער ציבור וואקסט אזוי שטארק, אז עס איז שוין פשוט נישט דא פלאץ אין ביהמ"ד).

אבער דער גרעסטער דשאוק איז, אז ווער עס קען חיים אהרן ראטטענבערג ווייסט אז דער מענטש איז אזוי ווייט פון דעם (נאכאמאל, איך וויל דירעקט נישט דערמאנען נעמען פון אנדערע מקומות, ווייל איך וויל רעדן פון סקווירא), ער האט קיינמאל קיין מרידה נישט געפלאנט, עס איז נישט זיין מהות, ער זוכט עס נישט, ער קען עס נישט אפילו ווען ער וויל. ס"ה האט ער געוואלט מען זאל אים לאזן לעבן און אים לאזן זיך גיין זיין וועג. (איי, זיינע קינדער. לאמיר בעסער נישט רעדן. ווייל מען וועט באלד אנהייבן אריינקוקן אין די שטובער פון די שענסטע סקווירא חסידים, און איך וויל דיר נישט זאגן וואס מען וועט דארט געפונען, נאר אזוי פיל, אז פיל ערגערס פון חיים אהרן ראטענבערג'ס איידעם און טאכטער, וועלכע וואוינען בכלל נישט אין סקווירא).

איז וואס איז געשען?

אבער לאמיר שוין אננעמען דעם צד פון דעם רעזשים, אז דער רבי איז יא בעה"ב, און ער מעג יא איינטיילן, און יעדער מוז אים פאלגן, דער שטעטל געהערט צו אים, זיין טאטע האט עס געבויט, האט עס אים געגעבן, און ווער עס וויל נישט מיטהאלן זאל זיך גיין צו עזאזל, אדער צו ווי די שווארצע פעפער וואקסט, אדער צו די הרי החושך אדער......

לאמיר שוין מסכים זיין מיט זיי. פיין. די זעסט איין טאג אז א גרויסער ציבור גייט דאווענען אין האום, און די ביסט מחליט אז דיין רביסטווע איז אין א סכנה אןו מען מוז עס אפשטעלן. דו ביסט דאך בעה"ב און די מעגסט און די קענסט. האסט צאמגערופן בית דין און ארויפגעצוואונגען אויף זיי דעם תפקיד פון צוברעכן דעם מנין. בי"ד האט געפאלגט און יעדעם איינעם געהייסן סטאפן. און, רוב עולם האט געסטאפט. עס זענען געבליבן א פאר יחידים וועלכע פייפן זיך אריין.

וואס איז יעצט די בעסטע עצה צו טון?

לאמיר הערן וואס דער סקווערער עולם זאגט. רוב ציבור, אבער ממש רוב, האט געזאגט, מאך זיך נישט וויסנדיג, איגנאריר זיי. (זיי האבן געזאגט עפעס אנדערש, זיי האבן געזאגט מיר ווילן אויך אהין גיין, איך רעד אבער יעצט פון דעם מצב ווי מען האט פאקטיש געהאלטן). און נישט נאר דער ציבור האט אזוי געהאלטן, נאר רוב ראשי הקהילה האבן אזוי געהאלטן, וואס דארפט איר מער אז דער ..... אביגדור עסטרייכער אליינס האט אויך אזוי געהאלטן. ער האט זיך גע'טענה'ט מיטן רבין און מיט די פאר בהמות וועלכע פירן די שטוב דארט. אבער מען האט גערעדט צום וואנט.

און דאס וואלט באמת געווען די קלוגסטע זאך, לאז זיי גיין, מאך זיך נישט וואוסנדיג און פערטיג, די פאר חברה וועלן טאקע גיין, רוב עולם וועט מורא האבן, די גאס וועט דאך נישט וויסן אז עס איז דא בכלל א געגייעכץ און אלעס וועט ווייטער פארן. אנשטאט דעם האט מען מחליט געווען זיך אנצוברענגען דעם חורבן מיט די אייגענע הענט.

הבה .... ונשרפה לשרפה

און די שטילע באפעלן האבן אנגעהויבן ארויסגיין, און די מערכה האט זיך אנגעהויבן. מען האט געבראכן פענסטער, געשטאכן רעדער, געמאכט פראטעסטן, ארויסגעשטעלט קינדער פון די מוסדות, זיך אנגעמאכט הויפענעס שונאים אין דעם אייגענעם בעק יארד, און.... ארויסגעטראגן די שמוץ וועש פאר די גאנצע גאס. יעדער האט זיך געווינדערט, וואס איז געשען מיט זיי, זיי האבן זיך נישט געלערענט אויף יענעמס בארד? און דער אייגענער עולם האט געוויינט צו די הנהגה אז מען זאל דאס אויפהערן. דאס איז נישט געווען אונזער דרך, מען האט אונז אנדערש געלערנט. אנדערע האבן גאר געווארנט אז אויב מען וועט אנהייבן גיין אויף דעם דרך וועלן די געשלאגענע זיך אויסלערנען און אנהייבן צוריק שלאגן און עס וועט אינגאנצן ארויסגיין פון קאנטראל.

מען האט זיך געבעטן און מען האט מסביר געווען, מען האט גערעדט צו די קינדער, צו די אייניקלעך, צו די אנדערע דעה זאגערס, אבער.......

אבער קיינער האט זיך נישט געראכטן אויף וואס עס האט פאקטיש פאסירט, און אויך האט זיך קיינער נישט געראכטן אז עס וועט פאסירן אזוי שנעל.

אבער איידער איך גיי אריין אין די יעצטיגע מעשה, וויל איך נאר זאגן איין ווארט.

וגרשתמו מפניך

מען רעדט איבער דעם צו חיים אהרן ראטענבערג האט יא מסכים געווען צו גיין צו נישט, יא געוואלט פארקויפן די הויז צו נישט, עס פליען מעשיות אהין און צוריק.

חיים אהרן ראטענבערג איז, ווי שוין געזאגט, נישט קיין פייטער, און ווען ער האט געזען אז די רדיפות הערן זיך נישט אויף, האט ער מחליט געווען אז ער גייט און פערטיג. ער האט ארויסגעשטעלט זיין הויז צו פארקויפן.

יעדער האט געזען זיין הויז אויף די בילדער, עס איז א קליין, אלט הייזל, פון די אלטע הייזער אין שיכון סקווער, עס זענען שוין נישט דא היינט קיין סך אזעלכע אין שטעטל, און די וועלכע זענען נאך יא דא, האבן שוין כמעט אלע נאך א גרויסן קאמפלעקס אויפגעשטעלט אין די בעק יארד.

אבער די הויז האט נישט קיין קאמפלעקס אין די בעק יארד. עס האט א גרויסע שטח אין די בעק, און דארט קען מען בויען, און דער פאקט אז עס שטייט ממש לעבן דעם גרויסן ביהמ"ד מאכט עס נאך מער ווערד.

האט ער דעריבער געבעטן פאר זיין הויז, מיט דעם שטח אין די בעק 500 אלפים. גלייבט מיר נישט, פרעגט אייך אליינס נאך אין סקווירא וועט איר הערן אז דאס איז דער פרייז, עס איז בכלל נישט קיין הויכע פרייז, אזוי פיל איז עס ווערט (און אפשר אפילו אביסל מער). ער האט געגעבן א דאון פעימענט פאר א הויז אין מאנסי, געסיינט קאנטראקט און געווארט אויף א קונה, כדי צו קענען קלאוזן דארט.

לא תחמוד בית ריעך

אבער דא האט קהל מחליט געווען אז ניין. מען גייט אים אביסל צופיקסן, דו ביסט געווען א טראבל מעיקער, סאו יעצט ווען דו האסט שוין סייווי מחליט געווען אז דו גייסט, גיימער דיך לערנען לקח. געזעגן פעטש. קהל האט געלאזט וויסן קלאר אז מען גייט נישט לאזן בויען אויף דעם בעק לאט. פארוואס? ווייל דאס איז נעקסט דאר צו דעם מקוה טהרה, און אויף אזא מקום קען מען נישט לאזן בויען קיין הייזער.

איך האב געזען איינער האט געשריבן אז זיין הויז איז ארום גענומען מיט א פינף זעקס עיקער. און איך וויל דא אפפרעגן די אלע שקרים ארום דעם מעשה מיט די הויז און דעם בעק שטח.

סקווער איז נישט אין האנאלולו, און איך לאדן איין יעדן איינעם אדורכצופארן אמאל אין סקווער און זיך אומקוקן אויף דעם הויז, וועט איר זיך אליינס איבערצייגן דעם אמת.

קיינער אין סקווער, קיינער, אפילו נישט דער רבי, האט ארום זיין הויז זעקס עיקער, און אפילו נישט איין עיקער. אלע לאטס זענען קלענערע לאטס, און אפילו די אלטע לאטס, וועלכע זענען אביסל גרעסער, זענען פונקט גענוג גרויס צו קענען אויפבויען נאך א מולטי פעמעלי הויז אין דעם בעק יארד.

מחיצה המבדלת

חיים אהרן ראטענבערג'ס הויז, שטייט פונקט צווישן א אנדערע הויז, (שוין א נייערע) און דעם מקוה טהרה. צווישן זיין הויז און דעם מקוה, האט מען איינגעפלאנצט (מיט פערציג פופציג יאר צוריק) א גאנצע שורה פון דיקע ביימער, טאקע פאר א מחיצה. און די ביימער זענען ווי א געהעריגער פינף שטאקיגער מויער צווישן דעם הויז מיט דעם מקוה.

ביז אפאר יאר צוריק איז דער הויז געווען דער לעצטער אין שטעטל, נאך דעם מקוה איז גארנישט געווען. אבער היינט האט מען שוין דעם שטעטל געצויגן פיל ווייטער פון דעם, און אויך דעם מקוה האט מען שוין איינמאל פארגרעסערט און מען האלט עס יעצט אינמיטן פארגרעסערן א צווייט מאל צו פיל מער פון דאפלט די גרויס, און די נייע אריינגאנג גייט גאר זיין אינגאנצן די אנדערע זייט.

און גלייכצייטיג האט מען אויפגעבויעט גראד א קעגן דעם מקוה נייע הייזער, הויך שטאקיגע, מיט פענסטער און פארטשעס צו די מקוה, פון ביידע זייטן פון די מקוה. בשעת מען האט בכלל נישט איינגעפלאנצט קיין ביימער אויף יענע זייט פון די מקוה. אבער דא ביי חיים אהרן הויז איז דא געהעריגע חומה בצורה וואס טוט אפטיילן אז מען זאל בכלל נישט קענען אדורך קוקן צו די מקוה.

און אויב איז דאס נישט גענוג, קען מען בויען אזוי אז עס זאל כמעט, אדער אינגאנצן נישט זיין פענסטער אויף יענער זיין, און אז דער אריינגאנג צום בנין זאל זיין פון די אנדערע זייט הויז. אבער דאס איז אלעס נאר אויב מען וויל. אויב אבער דארף מען יענעם צופיקסן.... דעמאלס קען מען טאקע נישט.

און דא פלוצלינג קען מען נישט לאזן בויען לעבן די מקוה. דער רבי ז"ל האט געלאזט בויען דערנעבן, נאר האט איינגעפלאנצט ביימער, אבער דו קענסט נישט לאזן בויען. קעגן איבער קען מען בויען אן ביימער, אבער דא נישט? וואס איז דא געשען?

דעם תירוץ לאז איך אייך אליינס ענפערן.

(רבותי, גלייבט מיר נישט, פארט אהין, גיט זיך א קוק אום, און זייט אליינס מחליט צו איך זאג אמת אדער ליגנט)

כסף מנלן

למעשה אבער, האט ער נישט געקענט פארקויפן דעם הויז פאר דעם ריכטיגן ווערט, און אן קיין געלט האט ער נישט געקענט קויפן אין מאנסי. האט ער געזאגט, אויב לאזסטו מיך נישט פארקויפן, דעמאלס גיי איך נישט. (פאקטיש האבן עטליכע פון די קהילה געשריגן, אויב ווילסטו ער זאל גיין און דו ווילסט נישט לאזן בויען דארט, דאן קויף עס אליינס אפ, אבער......)

אבער דאס איז נישט געווען אין פלאן, דער פלאן איז געווען אז ער וועט מוזן פארקויפן פאר ביליג, און אזוי וועט מען אים שוין האבן צוגעפיקסט אויך. ווען דער פלאן האט נישט געארבעט, האט מען אנגעהויבן האקן שויבן, טעראריזירן, מאכן פאוני קאלס, און סטראשען מיטן ערגסטן. און ווען דאס האט אויך נישט געהאלפן, האט מען געשיקט שפיצער'ן.

די ביטערע תוצאות

וואס איז יעצט געשען. א חילול שם שמים מסוף העולם ועד סופו. פארשעמט יעדן איד בכלל און יעדן פרומען איד בפרט און יעדן חסידישן איד בפרטי פרטיות, סיי פאר די גוים און סיי פאר די אידן. (כמעט) אלע סקווירא חסידים, וועלכע מוזן יא ארויסגיין אויף די גאס יעדן טאג, און טרעפן אנדערע מענטשן, שעמען זיך צו ווייזן דעם פנים, זיי פילן זיך אפגעפאטשט, באוואשן ווי א סוטה, זיי זונקען איין פאר בושות.

מרחק געווען שוואכע אידן פון זיך דערנענטערן צום רבונו של עולם, שאדן געהאט און שאדן געמאכט אלפים ורבבות שווער אפגעהארעוועטע אידיש געלט, פאר בעיל, לויערס, פי אר, לאו סוטס, און די שטראפן וואס מען וועט נאך מוזן באצאלן. שוין אפגערעדט פון וויפיל דרויסענדיגע גבירים גייען יעצט אויפהערן געבן געלט פאר סקווירא, סיי אלטע נדבות און אזוי אויך נייע. (און איך מיין אפשר אז לאו דוקא נאר מאדערנע, גענוג חסידישע אידן וועלן אויך יעצט טראכטן צוויי מאל פאר זיי געבן געלט פאר סקווירא. ווער ווייסט אויף וואס מען גייט נוצן די געלט).

ואחרי ככלות הכל, די שאדן פאר די אידן פון דעם געגענט. וויפיל טובות האט מען באקומען ביז היינט פון די לאקאלע רעגירונגען אונטערן טיש. וואס א גרויס טייל פון די זאכן זענען באמת לעבענס וויכטיג, און מען האט דאס נאר געקענט באקומען אונטערן טיש. אבער אויב גייט זיך יעצט אנהייבן א פעדעראלע אויספארשונג, ה' ישמרנו וואו דאס קען נאך פירן, תוצאותיו מי ישורנה.

און מען קען נישט האבן יעצט קיין טענות צו ראטענבערג (אז דו ווילסט קענסטו האבן, אבער עס וועט דיר נישט העלפן, יעצט איז שוין טו לעיט) ווען א מענטש גייט אדורך וואס ער איז אדורך, טוט מען וואס מען קען. אז דער הייליגער רבי טוט וואס ער פארשטייט אז ער מעג, דאן טוט חיים אהרן ראטענבערג וואס ער פארשטייט ער מעג.

על כבודי לא מחיתם

און יעצט לאמיר גיין איין טריט ווייטער. אקעי. מען האט געמאכט א מיסטעיק, עס איז שוין געשען. מען קען שוין דעם זייגער נישט צוריק דרייען. וואס טוט מען יעצט. אידישליך, מענטשליך, פאליטיש.

דער ריכטיגסטער, אויסגעהאלטנסטער, און קלוגסטער שריט וואלט געווען. נאך דעם זעלבן טאג צוזאמרופן אן אסיפת חירום, און דער רבי אליינס, בכבודו ובעצמו זאל זיך אויפטעלן און פארפירן, ער זאל מוחה זיין, ארויסברענגען זיין ווייטאג, תהלים זאגן, און וויינען. אויף די מעשה נבלה, אויף דעם חולה, און אויף כבוד שמו הגדול המחולל בגוים.

בי"ד זאל ארויסלייגן א צעטל גע'חתמ'ט דורך אלע רבנים און דיינים (אזוי ווי זיי האבן געטאן ווען זיי האבן זיך אנגענומען פאר מעלבער), קהל זאל ארויסשטעלן א הייסע מחאה אונטערגעשריבן דורך אלע ראשי הקהילה. ער זאל זיכער מאכן אז יעדער איינער ווייסט אמת'דיג אז ער איז קעגן דעם, אז דאס טוט אים וויי.

און דעם נעקסטן צופרי זאל ער גיין אין שפיטאל באזוכן חיים אהרן ראטטענבערג, און זיך לאזן פיקטשערן דארט, און מפרסם זיין פאר די וועלטס פרעסע שריינדע פראזן איבער ווי אויפגעשוידערט דער רבי איז, און קהל איז, און דער ציבור איז.

און דער ציבור? דער ציבור, חסידים פארשטייט זיך. האבן געדארפט ארויסלייגן א קול קורא אין אלע גאסן, מיט א מחאה נמרצה, מיט צעטלע בשם קהל און אלע חסידים אז מען זאל מתפלל זיין אויף חיים אהרן המוטל ביסורים, און מען זאל איינרייסן ביים באשעפער להסיר חרון אף פון דעם חילול ה'. מען זאל ארויסגיין אין די גאסן פראטעסטירן, פראטעסטירן קעגן אזא הנהגה, קעגן אזא חינוך.

מען זאל יא גיין צום פרעסע קאנפערענץ ביי ראטטענבערגס הויז, מען זאל גיין און אויסשרייען פאר די גאנצע וועלט אז לא באלה חלק יעקב (יוסף), זאל די גאנצע וועלט הערן אז אין סקווירא דולדט מען נישט קיין אלימות, קיין געוואלדטאטן, זאל די וועלטס מידיא הערן אז יעדן סקווערער חסיד טוט וויי וואס דא איז געשען. און קהל אליינס זאל אראפשיקן א אפיציעלן ספאוקסמען זאל פארדאמען דעם שענדליכן אקט, און צוזאגן אז מער וועט נישט פאסירן אזעלכע זאכן, און אפילו נישט פיל קלענערס פון דעם.

דערווייל וואס האט מען געטאן. א קליין צעטעלע אן חתימות (ווייל דער לויער האט געהייסן) און א רואיגע, שטילע מחאה'לע כמעט א וואך שפעטער (אויך ווייל דער לויער האט געהייסן), פאר 30 בחורים.

ער מוז נישט? ניין, ער מוז נישט טון וואס איך הייס אים. עס איז א פרי קאנטרי, און ער האט א בחירה חופשית. קיינער קען אים נישט צווינגען. ער קען און מעג טון וואס ער וויל, און אזוי טוט ער טאקע. נו, לאמיר זען ווי ער איז אנגעקומען מיט דעם.

וואס האט קהל געטון, געלייגט א צעטל אין ביהמ"ד אז מען זאל נישט גיין צו ראטטענבערגס הויז ביים פרעסע קאנפערענץ (..........דשולענד?) און צעטעלעך אין די שטיבלעך שבת אז מען זאל נישט רעדן חלילה קיין לשה"ר ורכילות איבער די פרשה.

און דער ציבור. יא, רוב עולם (וועלכע האבן שוין לאנג פארלוירן די אמונה), האבן נעבעך געזונקען פאר בושה. אבער די שווענצלעך, די וואס גלייבן נאך. די האבן זיך גאר געגרויסט, ראטענבערג איז א רשע, (אמת מ'טאר נישט שלאגן, אבער...) ער האט געוואלט מאכן א מרידה (מ'טאר טאקע נישט ברעכן פענסטער, אבער....) זאל ער זיך גיין פון דא (מען טאר טאקע נישט פארברענען הייזער, אבער....) דער רבי איז בעה"ב, און וועמען ס'געפעלט נישט.... אבער, פארברענען מענשטן איז טאקע נישט ריכטיג, אבער....

און די קלוגסטע תירוץ פון אלע: ערגעץ אנדערש איז נישט בעסער (ווען ערגעץ אנדערש גייט מוחה זיין קיין מאנהעטן אדער וואשינגטאן טוסטו אויך אזוי ווי ערגעץ אנדערש?)

וועסטו מיר דאך טענה'ן אז דאס איז נישט זיין טבע, ער איז אן אנדערער סארט מענטש אזוי רעדט ער, סקווער איז נישט אזוי אויסגעשפראכן ווען עס קומט צו דעם? זיי טיען נישט די סארט זאכן. לאמיר זען.

על כבוד בשר ודם מחיתם

אפאר יאר צוריק, י"א חשוון, ווען עס איז געווען א שטיקל רפיון אין די חסידות האט ער יא געקענט א גאנצע שעה רעדן צום ציבור און זיי טרייען צו איבערצייגן ווי גוט און וואויל סקווער איז, ווי גליקליך זיי דארפן זיין צו זיין זיינע חסידים און צו וואוינען דארט אין שטעטל, און דעם גרויסן זכיה וואס זיי האבן צו דעם. צו שטארקן זיין חסידות האט ער געקענט האלטן אזא דרשה. נאר פאר כבוד שמים...... (בד"וו, די דרשה איז נישט געווען געדרוקט יענע וואך אין די בחצר הקודש'ס, נאר פאר די פון שטעטל, אויך דעם טעיפ האט מען נישט ארויסגעגעבן. איך ווייס נישט פארוואס, אבער עפעס זעט אויס האבן זיי זיך געשעמט אז דער דרשה זאל אנקומען צו די גאס, אפילו די אייגענע וועלכע וואוינען נישט דארט).

ווען ביי די טישן פרייטאג צו נאכטס האט מען געהערט אביסל צו פיל גערידער, האט מען געקענט ארויסשטעלן א אפיציעלן צעטל, אז ביי אונזערע רביס איז ביי די טישן געווען שטיל, אלזא רבותי, שפילט בעסער דעם געים וואס הייסט סקווערער טיש.

ווען א אינגערמאן איז נישט צוגעקומען נעמען אן עפל ביים טיש פרייטאג צו נאכטס ווען ער האט געמאכט א שמחה האט מען געקענט מוחה זיין, נישט נאר בדיבור נאר אפילו במעשה.

קרוב צו א יאר האט מען געקענט זיך אננעמען פארן כבוד בשר ודם, דורכן דורכפירן מעשי אלימות, קעגן דעם רצון פון רוב ציבור. אויסהאקן שויבן, נאכשרייען מענטשן, מאסן פראטעסטן, ארויסשטעלן קינדער פון מוסד און זיי פארשעמען פאר די גאנצע קלאס און פאר די גאנצע מוסד (רח"ל פון די שפיכות דמים פון תשב"ר שלא טעמו טעם חטא)

על כבודי לא מחיתם, על כבוד בשר ודם מחיתם.

מיינע אויספירן:

מילה בסלע, אין איין ווארט

דער ציבור וועלכע דרייען זיך אונטער די רביס, שטייען נעבעך פיל העכער פון זיי...

שתיקה בתרין? אין צוויי ווערטער

און דא רעד איך שוין דוקא יא צו די גאנצע גאס, נישט נאר צו סקווער.

הוי רועי ישראל!!! טייערע רועי ישראל. איך ווייס אז איר ליינט לכאורה נישט מיינע פאר ווערטער דא אויפן אינטערנעט, אבער אייערע זיהן און אייניקלעך קומען יא אן דא אהער, וויל איך האפן אז איינע פון זיי וועלן רחמנות האבן אויף אייך, זיך בארעכענען און אייך דאס געבן צו ליינען.

קבל את האמת ממי שאמרו. אפילו אויפן אינטערנעט.

דער רבונו של עולם האט אייך געשטעלט צו פאשען זיינע שאף. איך ווייס נישט פארוואס, עס קוקט מיר נישט אויס אז אין זכות פון אייערע מעשים טובים, אבער עס איז נישט קיין נפקא מינא בעצם. דאס איז דער מציאות, איר זיצט אויף דעם בענקל.

כל זמן עס ברענט דאס לעכט, פאררעכטן אלעס איז נאך דא זמן. כאפט אריין. איר לעבט נאך. פארגעסט פון אלעס וואס איז געווען. הכל שבין, יעדער קען תשובה טאן, אפילו אחר. און איר זענט דאך נאך נישט אחר.

לאכט אייך אויס פון די פאשקעווילן ווארפערס און פון די חוזק מאכערס, און מאכט אייך איין חשבון. וואס איז געווען איז געווען, מכאן ולהבא, איז א נייע הנהגה.

כאפט אייך ביים קאפ, און קוקט נישט מער אויף צוריק, הייבט אן פון היינט אן קוקן אויפן עתיד, ציילט נישט די חסידים, זיי וועלן שוין אנקומען, אין אזעלכע נומערן אז איר וועט זיי נישט קענען ציילן. ווייל דאס איז דער טבע פון דעם חסיד'ישן ציבור. זיי האבן ליב רביס, און אז מען האט זיי ליב און זיי האבן אזוי פיל ווען זיי פירן זיך אויף אזוי, שטעלט אייך שוין פאר ווי מען וועט אייך ליב האבן ווען איר וועט זיך אויפפירן באמת ווי עס דארף צו זיין.

על התורה

מאכט אייך ערנסטע שיעורים אין מוסר ספרים, אין ספרי בטחון, און ארבעטס אריין אין דעם, הייבט אן גלייבן אז קיינער קען אייך נישט צוכאפן חסידים, און קיינער קען אייער רביסטווע נישט אונטערברענגען, אויב דער רבונו של עולם האט עס אייך געגעבן קען עס קיינער נישט צונעמען. נישט קיין ברודער, נישט קיין קאזין, און נישט קיין ראטענבערג.

און אויך פארן ציבור שטעלט אוועק שיעורים, נישט נאר אין גמרא מיט תוספות, די תורה איז אזוי רייך, טוט אנפיטערן אייער ציבור מיט די רייכקייט פון אונזער תורה, בהלכה ואגדה, בנגלה ובחסידות, בדרוש ובמוסר. איר זאלט פארשטיין און זיי זאלן פארשטיין דעם זכיה פון זיין אידן, פון זיין דעם עם הנבחר פון דעם אויבערשטן.

ועל העבודה

טוט אייך ערווערבן מידות טובות און אהבת ישראל, אפילו אויב יענער האט אייך נישט ליב. האבט איר יענעם ליב אזוי שטארק ביז יענער וועט אייך צוריק ליב האבן. דאס איז געווען דער דרך הבעל שם. ליב האבן אידן. ענדערש האבן א שטאק ווייניגער פארענטשעס, און אביסל מער גוטע פריינד. טוב שם טוב משמן טוב, ענדערש נאך א גוטער פריינד ווי נאך אפאר טאללער אין באנק. און אז איר וועט דאס טון, וועט דאס דער ציבור זען, און זיי וועלן אייך נאכטון.

דער ציבור ווארט דאס פון אייך, דאס איז דאך אייער אמת'ער תפקיד, ערפילט דאס מיט א שלימות, אויף וויפיל עס איז שייך עכ"פ, זארגט פאר זיי, העלפט זיי. זעהט אז זיי זאלן האבן ארבעט, פרנסה, העלפט זיי מיט דעם, שטעלט אויף מוסדות וועלכע זאלן שולן היימישע אינגעלייט צו קענען באקומען גוטע פרנסות, שטעלט אויף ביליגע זאלן פאר חתונות, נידערט דעם הויכן סטאנדרט פון דעם לעבן בכלל און פון חתונה מאכן בפרט (און מיט א ווערטל, מעגט איר נידערן אביסל דעם קרעזי הויכן סייז פון די שטריימלעך).

ועל גמילות חסדים

בגופו

אויב איז דא ערגעץ לעבן אייך א שפיטאל אדער א נוירסינג האום, מאכט זיכער אז די אידן דארט זאלן האבן מנין, יעדן טאג, זארגט פאר זיי, שיקט אהין אייערע חסידים, אין די מאסן, מחיה זיין אויפלעבן די לבבות נשברות, אפשר גייט איר אליינס אמאל אהין א תפילה.

לייגט אייך אריין בכובד ראש צו טרעפן א פראבלעם צו דעם הימל שרייענדיגן דירות קריזיס. לייגט אריין כוחות צו מקרב זיין צום רבונו של עולם (אבער מיט ליבשאפט הארץ און געפיל, וועט עס האבן הצלחה) די פילע פארפאלענע און צובראכענע נשמות (די נושרים בלע"ז) פון אייערע אייגענע חסידים, און אויך פון אנדערע, וועלכע דרייען זיך ארום לעכצענדיג נאך א גוט ווארט. גיט זיי צו פארשטיין דעם טעם פון אידישקייט. (און איך רעד פון אידישקייט, לאו דוקא פון אייערע טישן) אידישקייט אויף זייער מדרגה.

האט נישט דער בעל שם הק' זיך אראפגעלאזט צו דעם נידריגן דרגא פון יעדן אומוויסנדן פויער און דארפס יונג? בו בזמן ווען ער האט געפיטערט די חבריא קדישא מיט לחם מן השמים.

מיר שטייען דאך בעוקבתא דמשיחא, מען דארף אנהאלטן דאס ביסל וואס מיר האבן נאך, מיר דארפן נאך אויסהאלטן דאס לעצטע ביסל. לאמיר זיך נישט לאזן פארפירן פון דעם ביטערן יצר הרע וועלכע טרייט אזוי שטארק אונז צו פארפירן מיט אונזערע אייגענע נגיעות.

ובממונו

דאס איז דאך דאס איינציגסטע זאך מיט וואס מיר קענען זיך נאך באמת צוגלייכן צו אונזערע זיידעס, מיט טיילן צדקה. ווען דער ארעמאן באקומט, טוט עס אויף די זעלבע פעולה היינט, ווי דאס וואס עס האט אויפגעטאן ווען ער האט עס באקומען פון דעם הייליגן דברי חיים, פון דעם הייליגן ישמח משה, פון ר' משה לייב סאסוב'ער, ר' ישעי'לע קערעסטירער אדער פון דעם הייליגן מאור עיניים. דאס איינע איז אונז נאך געבליבן.

געדענקט. די חסידים זענען נישט אייערע, זיי זענען דעם אויבערשטנס, זיינע שעפעלעך, וואס איר האט די זכיה צו פאשען, זיי קוקן צו אייך מיט בעטנדיגע אויגן, פיר אונז אויף ריכטיגע וועגן, אויף דעם אמת'ן דרך התורה, אויף דעם גאלדענעם דרך החסידות. געפלאסטערט מיט מידות תרומיות, און אנגעזייט אויף די זייטן מיט צדקה, חסד און מעשים טובים.

לייגט אריין אין אונז א חיות אין לעבן, מיר זאלן קענען אויסהאלטן די ביטערע נסיונות הזמן, נוצט אויס אייער הויכע פאזיציע צו העלפן אייערע טייערע שעפעלעך וואס מען האט אייך אנפארטרויעט, און אז מען האט עס אייך אנפארטרויעט דאן קענט איר עס טוהן. איהר קענט נישט וויסן ווילאנג נאך איר וועט עס האבן. איין טאג קען דער רבונו של עולם עס צונעמען פון אייך און געבן פאר א צווייטן, און איר קענט קיינמאל נישט וויסן ווער דער צווייטער וועט זיין......

כאפט אריין ווילאנג איר קענט נאך.

נ.ב. איין ווארט בכלליות וועגן אנדערע מקומות. די אלע וואס טענה'ן אז "איבעראל" איז אזוי, וויל איך איין זאך זאגן. שקר וכזב. אמת "רוב" פלעצער איז אזוי, אבער נישט איבעראל. איין דוגמא איז אין באבוב, בימי ר' שלמה, האט מען נישט גענוצט אלימות, אפילו ווען מען האט דעם רבין גאר שטארק וויי געטון, במכוון, פערזענדליך. פארוואס, נישט ווייל ער האט נישט געהאט קיין חסידים, און נישט ווייל עס האט זיי נישט וויי געטון ווען מען האט זייער רבי'ן געטשעפעט. נאר פארוואס דען, ווייל מען האט געוואוסט אז דאס איז "באמת" זיין רצון, און ווען מען שלאגט טוט עס אים "באמת" וויי. ער האט געמאכט זיכער אז זיין עולם זאל וויסן וואס ער וויל באמת. עס זענען דא נאך דוגמאות, אבער איך באגענוגן זיך מיט איינס.

אין די געציילטע פעלער ווען חסידים האבן אנגעהויבן נעמען זאכן אין די אייגענע הענט האט ער עס אפגעשטעלט תיכף ומיד, און דערנאך עס פארדאמט אויפן שארפסט אופן, פון טיפסטן הארצן. ער האט פון דעם כסדר גערעדט און האט דאס כסדר געמאנט, און די תוצאות האט נישט פארפעלט נאכצוקומען.

און דאס ווייזט איין זאך. די חסידים ווייסן וואס דער רבי וויל באמת. און דאס זענען זיי מקיים.

עס זענען דא נאך דוגמאות, אבער איך האב זיך באגענוגענט מיט איינס.







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > עקספלאשין! טעראר אין סקווירא
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 27 28 29 ... 44 45 46 לדף הבא סך הכל 46 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.