|
|
| נשלח ב-27/10/2010 18:12 |
|
| |
איך בין נישט אזוי פונקטליך באקאנט מיט די היסטאריע איבער די גרינדונג פונע'ם סקווירא'ער שטעטל, אבער לפי מיטב ידיעתי האט דער סקווירא'ער רבי ז"ל אויך נישט געגרינדעט דעם שטעטל על מנת עס זאל זיין א 'סקווירא'ער שטעטל' נאר ענדערש ווי א מקום מיוחד פאר בלויז חסידישע אפגעהיטענע אידן. דער חילוק פין קרית יואל און סקווירא איז אלזא ווי פאלגענד: קרית יואל איז געגרינדעט געווארן צו דינען ווי א שטעטל פאר 'ערליכע אידן' כל זמן ער פירט זיך על פי שלחן ערוך און איז נישט געשלאגן מיט דיעות כוזבות, נישט קיין חילוק וועלכע היט ער טראגט, און אין וועלכע טעג פין יאר ער זאגט נישט קיין תחנון. משא"כ ''סקווירא'' איז געגרינדעט געווארן כדי צו געבן די מעגליכקייט פאר חסידישע אידן צו פירן א חסידישן כאניאקישן לעבנס שטייגער. (און לשבחם יאמר אז מיט אלע פרעבלעמען וואס זאלן זיך נישט מאכן דארט, איז דאס שטעטל נאך אלס - עכ"פ אוועקגעשטעלט - ווי א שטארק כאניאקיש חסידיש פלאץ, ווי לכה"פ א גרויס טייל פין די איינוואינער בפרט די מיטל יעריגע איז זייער קשר מיט די אלגעמיינע גאס צוריקגעבליבן מיט צוואנציג יאר אין פערגלייך צו אלגעמיינע חסידישע אידן). יעצט אזוי: אין די בראשית יארן אין סקווער איז קיינער נישט געצוואונגען געווען צו זיין א סקווערער חסיד, עס איז גענוג געווען צו זיין א חסידישער יוד וואס האט געפירט זיין לעבן לויט די סטאנדארטן וואס דער סקוערער רבי האט געוואלט. ווי למשל: מען האט אויסדריקליך נישט געדארפט קומען צום טיש פרייטאג צונאכטס, און ווי איך האב געהערט פין א יוד (נישט קיין סקווערער, וואס על פי סיבה פלעגט אים אויסקומען צו זיין אין סקווער מפעם לפעם בחייו פונעם אלטן סקווערער רבי'ן) זענען פרייטאג צונאכטס ביים טיש געווען נישט מער ווי קנאפע צווי מנינים! די פאקט איז אז ווער עס קען אביסל די עלטערע סקווירא אידן, די אריגינעלע באזעצער פין סקווער מיט פופציג יאר צוריק, (איך קען עטליכע) זענען זיי על פי רוב געווען אונגארישע אידן אן קיין שום ספעציעלע באקאנטשאפט מיט'ן סקוערער רבי'ן ז"ל וועלכע זענען צוגעצויגן געווארן צום רעיון פין גיין וואיונען אויסער די שטאט מיט בלויז חסידישע אידן (פארגעסט נישט: סקווערער רבי איז געווען דער פיאניר וואס האט ס'ערשטע דורכגעפירט אזא געדאנק נאך די מלחמה) במחיצתו פין א ערליכן איד, און זענען נאך עד היום נישט קיין אמת'ע סקווירא חסידים, פארשטייט זיך אז זיי זענען מעריצים פונע"ם רבין און זענען געטריי פאר'ן שטעטל וכדו' אבער מען קען נישט זאגן אז זיי זענען סקווירא חסידים בלב ונפש, זיי פארמאגן בתוך תוכיותם דער אשכנזישער מהות פין אלגעמיינע אונגארישע אידן אפשטאמיגע פין אשכנז'ישע היימען, און זיי שטלען זיך צו צום פלאץ ווי זיי זענען. לאחר פטירתו פונע'ם סקווירא'ער רבי'ן ז"ל איז אנטשטאנען א וועזנטליכער טויש אין די גאנצע ווירטשאפט אין סקווירא, און מען האט עס - מיט אדער אן רעכט - צוביסלעך טראנספארמירט אין א שטעטל פאר סקווירא חסידים, וכידוע האבן זיך דעמאלטס מערערע תושבים ארויסגעצויגן פין שטעטל וביניהם מסלתה ומשמנה פין די עלטערע אינגעלייט. לענינינו: איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די יעצטיגע סכסוך, איך האב נאר געוואלט אוועקשטעלן די פאקטן אויף וויפיל איך ווייס. (אגב: די תקנה אז עס מעג זיין נאר 1 בית המדרש אין שטעטל, שטאמט נאך פונעם אלטן רבי'ן וועלכער האט אנגעגעבן אז ער וויל דאס שטעטל זאל זיך האלטן באחדות און דאווענען יעדער צוזאמען אויף איין פלאץ.)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2010 03:27 |
|
| |
איך האלט אז חיי שעה איז נישט גערעכט א משפחה וואס איז אויפגעצויגען מיטן סקווערער חינוך קענסטו נישט נישט איין טאג הייסען גיי וואוין ערגעץ אנדערשט ער קען זיך נישט קיין עצה געבען ערגעץ אנדערש מיט זיין חינוך בשלמה ווען ער מאכט א מנין אין שטעטל איז עס א מרידה אבער אויב ער גייט ארויס וואס איז דען?
אבער דער פותח האשכול איז אויך נישט קלוג ארייןצומושען נחום ראזענבערגס נארישקייטען ווייל ער פארלירט דער חן אין נאמנות ביי מענטשען
|
|
|
|
| נשלח ב-29/10/2010 01:15 |
|
| |
| משה9 כתב: |  | דער סקווערע רבי איז א הייליגע און א וואוילער איד. פערצופאל קען איך צוויי פון די קעגען וועם מען פראטעסטירט. זארגט אייך נישט מען האט זיי נישט געכאפט מיט דריי פאר תפילין. הלוואי אז מ'וואלט זיי געכאפט כאטש מיט איין פאר תפילין. וד"ל. די זענען אזעלכע וואס איר וואלט זיך נישט געוואלט משדך זיין מיט זיי. |
|
משה9 לאמיר דיר עפעס פרעגען, ווען מען האט אויס געפצאפט די היינטיגע קאשוי רבי'ס בליט ווייל ער איז נאר געקימען איין מאל אין 2 וואכען צים טיש אדער די הייליע ראחמסטריווקע'ר רבי, איז עס אויך געווען ווייל מען האט זיי נישט געכאפט מיט 3 פאר תפילין? סקעווער האט א רעקארד אויס צי צאפען די בליט פון אימשילדיגע מענטשען נאר ווייל זיי טיהן אביסל אנדערשט וואס זיי וויל'ן.
פאר צווי יאר צריק איז איינער פון די מנין אריין צים "צדיק" האט ער זיך נאך געפריעגט פינגטעליך וואס, ווען, אין ווער, אבער ווען ער האט זיך געטראפען די ערשטע נאכט סליחות מיט 800 שטיעלעך לקח איבעריג איז "וימלא המן חימה" די בילט איז אים אריוף געקימען אין קאפ. עס פאלט אים נישט איין אז די געלט פאר די פאבליק סקאוול, לייף אינשארנס, אדער אנדערע אינוועסטמענט'ס, וואס ער האט ארויס געשלעפט פון זיינע כולל אינוגע מענער וואס מען האט זיי שוין נישט געצאלט פאר כמעט 2 יאר, איז געוויהן די סובה דערצי
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/10/2010 06:06 |
|
| |
חיי שעה, דו רעדסט ווי א באבע אן א ציין... זאג נאר דו אלץ ווייסער, דו האסט אפשר מייסד געווען דעם שטעטל קרית יואל? פון ווי ווייסטו אזוי גוט אויף וואס ארויף די רבי האט געבויט די שטעטל?... דו רעדסט און ביזט מסביר אהער און אהין.... דו האסט שוין אויסגעיוזט אלע דיינע ניקס אין דעם אשכול.... (איים סאררי...) אבער קיין נארמאלע ענטפער האסטו נאכנישט געטראכט צו געבן... ווען אימער דו זעסט אז די מוזט עפעס ענטפערן קומסטו אן מיט דיין פסיכילאגישע מסודר'דיגע תירוץ: 'עפן אויף א פרישע אשכול און מ'וועט דאס דעבאטירן....'.
שטאטס צולייגער! האסט דאך ניטאמאל א תירוץ! לאמיר זעהן, איך מאך נישט אויף קיין פרישע אשכול, איך וויל זאלסט מיר דא מסביר זיין פארוואס אין קר"י הייסט דאס טעראר, און ווען מ'זאגט גיי דיר לחיים ולשלום אין חד גדיא אריין איז עס טעראר... און די שמייליגע בני יואל זיי זענען די וואס פארטרעטן דעם רבין... און פארדעם האט די רבי געגרינדעד די שטעטל.... (חלה דעקל דו...) אז וואס? אז איש כל הישר בעיניו יעשה.. די שטעטל זאל זיך פירן פון א גרופע קאקאש קעיק און טשיס קעיק, מיט א סעפטיק טאנק און אירע זיצער!.... איך האב פאר דיר נייעס, די רבי האט אריינגעלייגט בלוט און שווייס אין דעם שטעטל אז ס'זאל זיך פירן אויף א ערליכע אויפן! יא! ס'זאל זיין א מנהיג! ס'זאל זיין א קהילה! קיינער האט נישט געזאגט אז ס'טאר נישט זיין נאך בתי מדרשים, קיינער האט נישט געזאגט אז דו מיזט קומען צום טיש, און קיינער האט דיר נישט געצווינגן צו קומען מיט א קוויטל! יעצט, פארוואס אין סקווירא ווען מ'קאמפלעינט אז מ'מוז גיין מיט א קוויטל, דאווענען אין איין שול, גיין צום טיש וכו' וכו' פארשטייסטו אז אויף דעם האט מען געבויט די שטעטל און וועם ס'געפעלט נישט זאל זיך גיין, און אין קרית יואל איז דיר גארנישט בייגעפאלן זיך אפצוטראגן.... אה... טעראר!!!!! וואס איז? מ'לאזט דיר נישט גיין אקעגן דעם מרא דאתרא!!! מ'לאזט דיר נישט האבן אייגענע מוסדות!!!! געפערליך! זאג מיר אויב ס'וואלט אויפגעשטאנען ביים רבין ז"ל (דברי יואל) איין חצוף און געזאגט די שטעטל איז פריי, יעדער קען עפענען מוסדות, יעדער קען גיין ווי ער וויל, איש כל הישר בעיניו יעשה..... הוי יוא....... איר קענט זיך פארשטעלן וואס וואלט פאסירט?...... יענקל תרך וואלט געמאכט פון דעם יעניגן דעם רעבעצינס קאקאש קעיק! יעצט חיי לעבן, זיי אזוי גוט און זיי מיר מסביר פארוואס אין קר"י וואו עס איז נישט דא קיין דריטל 'טעראר' (ווי דו רופסט עס...) ווי אין סקווירא איז עס ארגער ווי די טעראר אין איראק, און אין סקווירא איז דאס נארמאל און די סיסטעם... (נישט אז איך האב עפעס קעגן סקווירא, מיין מיינונג איז פונקט ווי דיין מיינונג דארט, אבער אין קר"י אויך!) אויב קענסטו נישט געבן קיין קלארע חילוק, אדער אויב דרייסטו זיך ארויס פון ענטפערן בכלל בין איך בכלל נישט דא געווען.. און ליבערשט בלייב שטיל ווי צו ענטפערן שטותים!
נ.ב. איך וואלט זייער געוואלט זעהן א נארמאלע הסבר שטרענג זיך אן און קום אויף מיט עפעס, שכוח.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/10/2010 07:28 |
|
| |
breaking news איצי'ס עלסטע זין יעקב יוסף אן איידעם ביי האלערשטאם וואס איז געקימן שבת ביינאכט נאכען טיש קלאפען אויף א. י. סיגלס פענסטער האט יעצט 1:00 am אויסגעשאסען א פענצטער ביי ח. א. ראטענבערג נ.ב. די ווישנעצער רבי האט א פאר מאל געזאגט אז געדענגט נישט אז די שווער (די הייליגע סקווירא רבי ז"ל) זאל זאגן אז ער וויל עס זאל נאר זיין איין בית המדרש
|
|
|
|
| נשלח ב-29/10/2010 17:43 |
|
| |
לעבעדיג, פרישע טעראר אין סקווער
ליל שישי פ' חי' שרה
האט דער הייליגער רבע ארפגעשיקט זיינע יעשיבע בויעאס
און אויסגעשאסען די ווינדאס פאר הרה"ח ר' ח' א' ראטטנבערג שליט"א
וואס זענען מוסף רשעות על רשעתם ר"ל
וואס לא די אז זיי האבן ארויסגעווארפן זיינע טייערע קינדעלעך פון די חדרים
האבן זיי נאך אויפגעשאסן די ווינדאס און פארגאסן אומשילדיג בליט ר"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-29/10/2010 18:57 |
|
| |
סקווערער רעבע מיט זיינע ראשי קהילה און פולן טעראר מאד
די גאנצע וואך זענן די סקווערע ראשי הקילה
מרדכי שווארטץ, אברהם משה זילבערמאן, מענדי בערגער
און אויך מיטגענומען ר' שעיה דוד בייער (מנהל בית דוד וואס באקומט אלע זיינע פראגראמס דורך סקווער)
ארים געגאנגען צו אלע מוסדות אין מאנסי ווארענען נישט אריין נעמען די טייערע קינדערלעך
תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, וואס די בראוטאלישע סקווערע הערשער האבן ארויסגעווארפן פין קענען לערנען די הייליגע תורה.
עס איז געווען אויך וואס פארציילן אז זיי האבן אפילו מיטגענומען דעם הייליגען סקווערען רבין אליינס אז כדאי צו ניצען זיין פראזענליכען אנוועזנהייט ביי די רבנים און ראשי ישיבות כדאי זיי זאלן נישט וועל אונעמען די טייערע אומשילדיגע קינדער וואס ער האט האט ארויסגעווארפן פון סקווער, ווייל זייערע עלטערן ווילן נישט דאווענען אין סקווערן שול.
מען האט אפולי געזען דעם רעבינס אוטא ביי נייטרא, ליזענסק,אמרי שפר, הרה"צ ניקלשבורג, הרה"צ ר' ח' ל' ראטטנבערג,
וואס מען געוואלט זיי אנווארענען נישט אריין נעמען די טייערע קינדערלעך אין זייער מוסדץ
לא תעמוד על דם ריעך! על דם של תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, כלל ישראל ווערט געבעטן נישט צו שטיין גלייכגילטיג לאסטץ נישט פארגיסן אידיש בליט
רופטס אן די עוכרי ישראל און בעטס זיי הרף הערטס אויף מיט די אכזריות אויף אידישע קינדער.
יעדער ווערט געבעטן דא ארויף לייגען זייערע טעלעפאן נטמבערס און יעדר זאל זיי אפריפן און זיך מתחנן זיי פאר זיי, און אויך זיי ווארנען אז אידיש בליט איז נישט הפקר, און מען וועט דאס נישט פארשווייגן.
העברת פי ה' והוא לא תצלח, מאנרא יוכיח!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/10/2010 19:19 |
|
| |
boyskver, ביז יעצט האב איך נאך געהאלטען אז די דערציילסט על פי רוב אמת אבער יעצט האסטו איבערגעצויגען דעם שטריקל "עס איז געווען אויך וואס פארציילן אז זיי האבן אפילו מיטגענומען דעם הייליגען סקווערען רבין אליינס אז כדאי צו ניצען זיין פראזענליכען אנוועזנהייט ביי די רבנים און ראשי ישיבות כדאי זיי זאלן נישט וועל אונעמען די טייערע אומשילדיגע קינדער וואס ער האט האט ארויסגעווארפן פון סקווער, ווייל זייערע עלטערן ווילן נישט דאווענען אין סקווערן שול" די האלסט טאקע אז איינער גלייבט אז דער סקווירא רבי בכבודו ובעצמו פארט ארום שתדלן ביי די ת"ת'ס מען זאל נישט אנ-נעמן
אפשר דארף איך דן זיין לכף זכות אז די רעדסט דא פון האדמו"ר ר' מיכל מסקווירא ב"פ 
|
|
|
|
| נשלח ב-29/10/2010 19:45 |
|
| |
גייט
|
|
|
|
| נשלח ב-29/10/2010 19:46 |
|
| |
ניק איז ארויסגעשפארט אויף אייביג פארן א ארויפלייגן טעל נומער און בעטן דעם עולם מען זאל רופן, דאס איז קעגן די געזעצן פון הייד פארק
המהדרין
תוקן על ידי המהדרין ב- 29/10/2010 20:40:20
|
|
|
|
| נשלח ב-29/10/2010 19:55 |
|
| |
איך וויל דא צולייגן מיינע צוויי צענט.
איך ווייס נישט צו סקווירא רבי איז ארום געפארן צו מוסדות. מן הסתם נישט. און סקווער בוי טרייבט איבער. בכלל זע איך אז ער רעדט מער פון הארץ ווי פון קאפ, און איך פארשטיי אים ווייל עס טוט אים זייער וויי. מעגליך ער איז אליינס איינער פון די געליטענע, און מעגליך אז נישט, נאר די געליטענע זענען זיינע נאנטע חבירים. איך שלא יהיה, אלס איינער מן הצד, וויל איך אביסל געבן א בליק אויף דעם מצב פאר די סאטמאר'ער וואס שטייען פון אינדרויסן און ווייסן נישט וואס טוט זיך דארט.
סקווער איז א שטעטל וואס איז געגרינדעט געווארן דורך הרה"ק מהרי"י מ'סקווירא, מיט ציל צו זיין א וואוינן ארט פאר ערליכע חסיד'ישע אידן וועלכע ווילן וואוינען ארויס פון דעם רוישיגן שטאט.
כידוע ליודעים, האבן זיינער צייט געוואוינט אין סקווירא אסאך פרעמדע, נישט אסאך, נאר מער פרעמדע ווי סקווירא (בד"וו, וויפיל אריגינעלע סקווירא'ר, פון דערהיים אין סקווירא, האבן געוואוינט דא אין אמעריקא בכלל?) און אזוי לאנג ווי מען איז געווען ערליך איז אלעס געווען פיין און וואויל. מען האט אפילו געמעגט דאווענען מיט אן אנדערן נוסח אין בית המדרש, אזוי לאנג ווי מען האט געזאגט קץ ביי קדיש, און ברוך יאמרו ביי קדושה, וואס אויף דעם איז געווען א קפידא אין סקווירא אזוי צו זאגן.
ווען דער אלטער רבי איז אוועק, איז געווארן רבי דער היינטיגער רבי, אלט זייענדיג 27 יאר. רוב עלטערע אידן, אפילו זיי האבן נישט געהאלטן פון אים, האבן זיי אים מחזק געווען אלס דעם אלטן רבינס זון.
מיט די יארן איז אונטערגעוואקסן א דור, און זיי האבן זייער גוט געוואוסט וואס זייערע עלטערן האלטן, און זיי האבן נישט געהאלטן אנדערש, און עס האט זיך אנגעהויבן א קלינאפ. מען האט געקאפעט מענטשן רעכטס און לינקס. ווי מען האט געקענט, מיט שיינעם, און ווי נישט, האט מען "גערעדט שטרענג". די לעצטע ערנסטע קלינאפ איז געווען אין די מ' יארן נאך וואס ר' איציקל איז געווארן ראחמיסטריווקא רבי, און מען האט דעמאלס אלע זיינע (אפענע) חסידים פארטריבן פון דארט און עס איז שטיל געווארן.
פון דעמאלס ביז היינט האט זיך די וועלטל שטארק געטוישט. מענטשן ווילן זיך מער נישט לאזן טרעטן אזוי ווי אמאל, מען דולדט שוין נישט דעם פריץ מיט די פופציג שמיץ אויפן רוקן, נאר אנשטאט רעוואלטירט מען. אין אנדערע מקומות האט עס פאסירט פריער, און אזוי ווי סקווירא איז אביסל אונטערשטעליג פון די וועללט האט עס געדוירערט אביסל לענגער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/10/2010 20:08 |
|
| |
דער סקוויער'ע רבי זאל זיין געזונט און שטארק און לעבן ביז הונדערט און אכציג (ווער וויל דעם טראכטן וואס וועט זיין נאך אים.......) אבער דערווייל ווילאנג ער לעבט, דאווענט ער שבת צופרי שחרית 10:30 ווינטער און זומער 11:30 אזא דאווענען דויערט אפאר שעה, און ווער רעדט נאך ווען ער דאווענט מוסף פארן עמוד, זאל מען אפגעהיטן ווערן (ווער עס האט דאס געהערט לעצטענס ווייסט וואס איך רעד, און עס ווערט נאר ערגער און ערגער). שלש סעדודות וואשט ער זיך אפאר מינוט פאר זמן ר"ת און מען טאר נישט מאכן א מנין מעריב ביז נאך די זמירות וואס איז א גוטע האלבע שעה, און צומאל נאך מער, נאכן זמן. דאס מיינט זומער קען א אינגערמאן נישט דאווענען מעריב פאר צען אזייגער ביינאכט אדער נאך שפעטער. אזא סדר היום איז זייער גוט פאר ישיבה בחורים, כולל יונגעלייט און כאניאקעס וועלכע ווילן און קענען לעבן און אטעמען מיטן רבין 24/7
א אינגעמאן א ארבייטער קען כמעט נישט מיטהאלטן אזא סדר. שבת איז זיין איינציגסטע נארמאלע טאג, און ער מוז דאס קענען אויסנוצן, צום לערנען, דאווענען זיך אויסרוען און פארברענגען מיט די משפחה.
איך האב געהערט פון אסאך אינגעלייט, פארוואס צווינגט מען מיך צו ווערן א מתנגד, איך האב גארנישט קעגן דעם רבין, אבער לאז מיך לעבן. איך בין דא געבוירן, דא אויפגעוואקסן, דא איז מיין גאנצע לעבן, מיין גאנצע משפחה. אבער איך קען נישט אזוי לעבן. דער רבי מיט זיינע קינדער איז דאס זייער לעבן, און ווער עס קען דאס מיטהאלטן מה טוב און מה נעים, אבער פארוואס צווינגט מען יעדעם אזוי צו לעבן ווען עס איז פשוט נישט מעגליך.
זיי ווילן נישט מען זאל דא וואוינען? דדאס האבן זיי זיך געדארפט דערמאנען דרייסיג יאר צוריק ווען עס האבן דא געוואוינט אסאך ווייניגער משפחות (ווען סקווירא רבי זצ"ל איז אוועק בשנת תשכ"ח האבן דארט געוואוינט בערך 150 משפחות) למעשה האבן זיי געוואלט האבן א גרויסע שטארקע שטעטל, און האבן געוואלט אז די חסידים זאלן דא וואוינען, ביז איין טאג האבן זיי זיך דערזען אז דאס שטעטל איז געווארן צו גרויס און זיי פארלירן קאנטראל איבער דעם.
דאן האט זיך אנגעהויבן א פארקערטע מערכה, קיינער זאל נישט בלייבן וואוינען אין סקווירא, א תלמיד פון ישיבה קען נאר בלייבן דארט וואוינען אויב ביידע עלטערן וואוינען דארט (אין ישיבה דארט זענען דא זייער וואוילע בחורים, וועלכע קענען נישט טאן שידוכים ווייל זייער טאטע וואוינט נישט אין סקווער, און קיינער פון סקווער וויל אים נישט נעמען פאר א איידעם ווייל ער וועט נישט קענען וואינען דארט).
אבער למעשה וואוינען דארט היינט אפאר הונדערט משפחות וועלכע קענען נישט מיטהאלטן דעם סדר, און זיי האבן זיך שוין געבעטן טויזענט מאל ביי די רעזשים מען זאל זיי צושטעלן א מנין ערגעץ אנדערטש. דאס אלס וואס זיי ווילן. זיי וועלן ווייטער בלייבן וואוילע חסידים און אפילו געבן דעם רבין א קוויטל פון צייט צו צייט. אבער די נערישע אנפירער, אנשטאט פארשטיין אז מען קען נישט היינט באצווינגען מענטשן, האבן זיי די מענטשן ארויפ געלייגט אויף א שווארצע ליסטע.
מענטשן האבן אנגעהויבן פארלירן פרנסה, און נאך פארשידענע אנדערע זאכן, אויף א שטילן פארנעם. אבער דאס אלעס פלאצט אמאל, און דאס האט יעצט געפלאצט. ס"ה גייען אפאר מענטשן דאווענען אין א נוירסינג האום דארט בשכנות, קיינער האט נישט געמאכט קיין מרידה קעגן רבין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/10/2010 20:21 |
|
| |
דאס גייט שוין אן א שטיק צייט, און די קנאקער קעפ דארט האבן נישט געוויסט וואס צו טאן, די קילע מוחות האבן זיי גע'עצה'ט צו איגנארירן דעם גאנצן עסק און פערטיג, מען קען זיך מיט דעם נישט שלאגן, פריי זיך אז עס איז נישט ווי אין ק"י וואס מען האט געמאכט אפיציעלע מרידות און אנדערע בתי מדרשים, מאך צו די אויג, זע נישט אלעס און שלום על ישראל.
אבער די היץ קעפ האבן נישט נאכגעלאזט, און געהאלטן אין איין מאנען אז מען מוז דאס אפשטעלן, פאר יעדן פרייז. און לעצטענס האט זיך דאס טאקע אנגעהויבן. מען האט אנגעהויבן רופן די אינגעלייט און זיי געווארנט. פארשטייט זיך אליינס, רוב מענטשן זענען נישט פייטער'ס, און אז מען ווארנט און מען סטראשעט הערט מען אויף. אבער אפאר מענטשן, נישט קיין באמס אדער ליידיג גייערס, פלעינע נארמאלע מענטשן, האבן געזאגט גענוג איז גענוג, און פערטיג, זיי גייען ווייטער.
האט זיך אנגעהויבן א מלחמה, מיט די זעלבע אלטע נארישקייטן וואס מען האט געטוען אין ק"י פאר צוואנציג יאר. זעט אויס אז מען לערנט זיך נישט פון יענעמס מיסטעיקס, זעט אויס אז מען מוז זיך דאס לערנען אויף די אייגענע בארד.
טו בעד, וועט דאס מוזן געשען. דערווייל שרעקן זיך די אינגעלייגט גאנץ ווייניג, און עס איז אמת אז סקווירא לייגט פרעשער אויף אלע מוסדות אין מאנסי נישט אנצונעמען די קינדער, אבער דערווייל געלונגט עס נישט אינגאנצן. ענד יו נאו וואט, איך האב נייעס פאר אייך, אויב דאס וועט יא געלונגען, וועט עס אויך נישט העלפן צופיל. אין ק"י איז אויך נישט געווען וואו צו שיקן די קינדער, און זיי האבן זיך אן עצה געגעבן, זיי האבן אליינס געעפנט.
רוב פון די אינגעלייט זענען בעלי פרנסה, און אויב מען וועט זיי דרוקן וועלן זיי אליינס מאכן מוסדות. ווילאנג עס וועט געדויערן ווייס איך נישט, אבער דאס איז זיכער אז עס איז מער נישךט די וועלט פון אמאל. מען בייגט זיך נישךט מער דעם קאפ פארן פריץ ווי אמאל.
און איך וואלט גע'עצה'ט די ראשי הקהילה אין סקווירא זיי זאלן האבן שכל און אויפהערן דעם קאמפ וואס א טאג פריער, ווייל וואס א טאג לענגער עס האלט אן, ווערן די חברה נאר שטערקער. אסאך מענטשן וועלכע וואלטן קיימאל גארנישט געטאן, זענען יעצט זייער אויפגערעגט אויף די טעראר וואס גייט דארט פאר.
עס איז אמת אז די נאכט האט מען דארט געבראכן פענסטער, און די אנדערע זאכן וואס מען האט געטאן דארט רעגט זייער אויף די נארמאלע מענטשן דארט. אויב וועלן זיי נישט אויפהערן יעצט, האב איך מורא אז זיי וועלן אויפהערן געצווינגענערהייט, און מיט גאר אנדערע רעזולטאטן ווי יעצט.
וואס מיינען זיי, עס איז א דזשאוק אויסצוברעכן פענטסער און איינברעכן אין דירות און הייזער פון מענטשן? און אריינלייגן דארט רעקארדערס אויפצוכאפן פריוואטע שמועסן בין איש לאשתו ובין אב לבתו. זיי לעבן טאקע פאר צוואנציג דריייסיג יאר צוריק.
און צו שלוס (אויף יעצט) פאר די אלע וואס זאגן, "זאלן זיי זיך ארויסמופן פון סקווירא" האב איך פאר ענק נייעס, דער אינגערמאן וועמענס שיך און זאקן מען האט גע'גנב'עט אין מקוה און אויפגהאנגען אין שול, האט שוין פון לאנג געזאגט פאר די ראשי הקהלה: עטץ ווילט איך זאל מופן פון דא, זייער גערן, קויפט אפ מיין הויז בכסף מלא, וועל איך קענען קויפן ערגעץ אנדערש און גיין פון דא. אבער זיי ווילן דאס נישט טאן, זיי ווילן ער זאל שאדן האבן אויפן הויז און גיין אזוי. אויף דעם זאגט ער בלא. און ער איז גרייט צו פייטן דערפאר אויך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/10/2010 21:45 |
|
| |
טעראר אין סקווער ווינדאס אויסגעשאסן אין מיטן די נאכט, אריינגעשטעלט קליינע שלאפעדיגע קינדער בסכנה

|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2010 01:43 |
|
| |
חילול שבת בפרהיסיא- דעם רעבינ'ס אייניקל ברעכט פענסטער בעצם השבת קודש רח"ל
דעם שבת איז ווייטער געווען לעבעדיג אין סקווער!
די וואך שבת קודש פרייטאג צונאכטס 3:00 פארטאגס נאכן הייליגען רבינס טיש
איז אנגעקומען דעם רבינס אייניקל ר' יעקב יוסף בן הרה"צ איצי דעם הייליגען רבינ'ס צווייטער זון און איידם פון האלבערשטאם
מיט א גאנצען עולם חיות און בפרהסיא אויסגעשאסען די ווינדאס פון הרה"ח ר' חיים אהרן ראטטענבערג שליט"א
כאטשיג ער איז ניטאמאל געווען אין דער היים
(ער איז אוועקגעפארן פון סקווער למען השלום)
עס איז אויפן פסק פון דעם רבינ'ס מ"מ הרה"צ אהרן מענדל וואס האט ברבים געזאגט אז "חסידות איז העכער פון די תורה" על"פ,
|
|
|
|
|