בית פורומים אידישע געדאנק

עקספלאשין! טעראר אין סקווירא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/6/2011 23:38 לינק ישיר 

די פרטים פונעם פייט, איז פארהעלטמעסיג צו פארציילן ביזן די לויערס וועלן דאס אויסלייגן וויאזוי זיי האבן אלץ ארויסגעשעפט באריכטן.
אבער וויפיל איך האב אין ידיעה, האט לויער 'שעכטמאן' א פונקטליכע רשימה פון אלע באטייליגטע פון ביידע זייטן, דורכאויס די מערכה פון ביידע זייטן די לעצטע פאר יאר. אנגעהויבן פון פארשפארן די ישיבה, שיסן פענסטער, מתפללים אין פרידוואלד, באזוכער דארט מטעם הקהילה, יעדער וואס איז געווען אין די שטח ארום ביים ארסען אטעק מדעתו ושלא מדעתו, דאס הייסט סיי די הצלה אגענטן און סיי די ארומיגע, וואס די אינפארמאציע איז געהערט געווארן פון פרייוויליגע תושבים ארום, און צודעם קלארע עדות אויף געוויסע אקטן וואס איז נוגע דעם פרשה.
וויבאלד סקווער איז אוודאי נישט גרייט צו אריינגעבן מסירה אקעגן אנדערע, וועגן דעם איז זייער שווער צו פארציילן אסאך פרטים, וואס איז למעשה מסירה פאר א גויאישע קארט, און נישט ביי א בי''ד ווי מ'וואלט יא געמעגט פארציילן.
וועגן דעם, ליגט עס אין די הענט פון די לויערס, און טאמער וועלן זיי איינזען ארויסצוגעבן פרטים, וואס וועט אוודאי נישט גורם זיין אויף צו באשולדיגן שטרענג די קעגנער ווייל דאס איז אסור. נאר וועט פראטעקטן די באשולדיגטער פון א שווערערע פסק.
זאכן וואס קומען דא פאר, און וואס זענען פארגעקומען, זענען דאך רוב פון זיי א סוד פאר גאנץ בראדט, און אזוי ווער איך אויכעט געוואויר פרטים, מיטן נישטערן און שפיאנירן. הער איך גראדע, אז דער לויער שעכטמאן, האט געצאלט א איבערזעצער אויף אלע ווידיאוס וואס איז ערשינען אויף יודיש גערעדט פון דעם מצב, אויכעט ווער ס'איז פאראנטפארטליך פארן עס פארשפרייטן, ווער ס'האט אפגעכאפט יענע, און אויכעט דעם ווידיאו אין ישיבה פון שפיטצער, וואס לויטן לויער איז דאס היבש אקעגן די געזעץ.
ווידער אמאל, סקווער איז נישט אויסן צו באשולדיגן נאר צו פראטעקטן. און דאס ארבעט אין די טעג ביזן ענדגילטיגע ארויסגעבן די טענות פון סקווערס לויערס, זענען אהערצושטעלן א פארטיידיגונג בלאט וואס זאגט די מציאות מיט וואס מ'ערקלערט גילטיג און וואס נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/6/2011 23:46 לינק ישיר 

* width="640" height="510"><*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 23:46 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/6/2011 23:48 לינק ישיר 

איך האב אסאך גענישטערט איבערן 'רומער' אז מ'האט געשיקט א קבוצה צו ראטנבערג מיט א פלאן פון פינעף מיליאן קאמפאסעישאן.
איך האב באקומען די אינפארמאציע זייער קלאר, ניין! ביז היינט, האט מען שטארק געוואלט מאכן א פשרה ווילאנג ס'נאכנישט געווען קיין הכנה צו א ענדייטמענט, און דעמאלט וואלט געווען שייך צו צאלן גרויס געלט פאר שאדן פאר עתיד'דיגע קאסטן, פאר איבערבעטונג. אבער דאן האט ראטנבערג געוואלט נאר איין זאך, ברענגן צום גערעכטיגקייט דעם רבין און אויספירן רעכט צו מאכן נאך מניינים און מבטל זיין ענליכע תקנות. דאס האט אפגעהאלטן א פשרה פראצעס.
ס'איז נישטא פון סקווערס זייט קיין שום אפפער יעצט אויף געלט, נאך וואס ס'איז אפגעשלאגן געווארן יעדע קאנטאקט מיט ראטנבערג די לעצטע וואכן. און וויבאלד די משפחה ארום ארבעט יא מיט, ווערט די נויטיגע געלט געגעבן פאר זיי, צו העלפן די משפחה אט די הילף וואס ווערט געגעבן פאר יעדן נצרך אין שטעטל, און וואס ראטנבערג האט שטארק צוריקגעוויזן.
למעשה, האט זיך ארויסגעשטעלט א מהלך, וואס איז אנדערש פון ביידע זייטן, סיי ראטנבערג האט נישט געצילט שפיצער נאר סקווער, און סיי סקווער האט נישט געצילט אויף טענות נאר פשרה, און יעצט איז געווארן מער ווייניגער די פוינט, אויף שפיצער אליין, און אויפן הויז, און אויפן פייט ווי ס'איז נאך פארהוילן די וויכטיגסטע פרטים פונעם פאבליק.
וואס סקווערע רבי אליין האלט, און זאגט, איז נישט אויף ארויפצוברענגן דא, וויבאלד איך האלט מיך נייטראל צו שרייבן טרוקענע פאקטן. איך האף אז מ'האט פארשטאנען אויב נישט קען מען איבערפרעגן.. חח



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/6/2011 23:54 לינק ישיר 

די פלאן פון א משפט הערשט נעקסטע יאר ווינטער, איז נאכנישט אפגעשלאגן, ווייל דאך ווענדט זיך אסאך זאכן אין די 'וואויטס' אויף וואס יעדע פאלאטישן און שטאטסמאן קוקט ארויס. דאך איז רוב ארבעט געצילט צו זיין פארטיג שוין גאנץ נאנט.
אבער יודעי דבר זאגן א שטארקע פוינט. דאס אז מ'האט געוואלט אוועקנעמען די משפט פון די היזיגע שופטים, און געמאכט רעמעפאוי הויפטן אלץ פאר'רעטער, האט אויסגערופן זייער שטארקע אויפברויז ביי זיי, און ווען ס'וואלט געווארן א סעטלמענט דורך סוסמאן מיט זיי, וואלט ראטנבערג געהאט א בעסערע אויסזיכט, למעשה איז סוסמאן נישט גרייט צו נאכגעבן און זיך איבערבעטן מיט זיי, און זיי פון זייער זייט זענען היבש נייטראל, ווילנדיג צייגן אז זיי קענען אליין פירן דעם קעיס. און וואס וועט זיין די אויסקומפנטן, וועלן דאך שוין אלע זען ביים ענדע.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/6/2011 09:59 לינק ישיר 

מוצאי שבת קרח. לויט די אינפארמאציע וואס איך האב געקריגן, איז די נושא פאראויס מיט איין חלק - די געפעכט פון שפיצער ראטנבערג, און אונטערשטעליג מיטן צווייטע נושא - בונגע סקווערע ממשלה.
די שפיטצער ראטנבערג געפעכט, איז אין פראסעס, ווען לויער גריביץ האט גענומען איף זיך די אויפגאבע צו דעקן דעם 'נאט גילטי' קלעים, און אקעגן דעם פראסעקיוטער מצד ראנטבערג וואס איז באמת פונעם די עי.
ווידר לויער 'שעכטמאן' וואס איז אויכעט אינעם 'טים אף לויער' פון סקווערס זייט, האט נאכדערווייל נישט געזאגט קיין פיפס. ער האט אפגעשלאגן דעם פארלאנג פון געבן אפילו א הינט. אבער אזויפיל האט ער געמאלדן, אז ער פארשטייט אינגאנצן נישט מר. סוסמן, וויאזוי ער האט געלאזט ראטנבערג ארויסרעדן די אלע אינפארמאציע, וואס דאס האט צוגעברענגט נאך שטאף פאר עהם אקעגן ראטנבערג.
לויער שעכטער האט געמאלדן, אז ווען ס'וועט קומען די צייט ווען ער וועט האלטן פאר פאסיג אויסצולייגן זיין פייל אף קליעמס, וועט ער מסביר זיין דאס אויבנדערמאנטע ווערטער אויכעט.
אינעם נושא פון פארטרעטער, האט סקווער געהאט אנהייב 'שיינקאף' אלץ טעמפארערי ווארט זאגער, אצינד איז די זאך אין יוסטיץ פראסעס, און איז מער נישט אינעם פארענטפערונג ליניע.
ראטנבערג ווידעראום, האט גענומען וואלדמאן אלץ וועג ווייזער און סוסמן אין זיינע פיסטריט, צו פארעפענטליכן דעם טענה אקעגן די רעזשים, און האט געוואלט אויסמיידן דעם געפעכט, אבער די יוסטיץ דעפארטמענט האט דווקא געוואלט אריינקריכן אינעם געפעכט, און האלט אינמיטן אויסקלארן פאקטן וואס זענען זייער ווייט פון באקאנט.
אלע ווידיאוס וואס זענען מעגליך א הילף פארן אינצידענט פון יענע נאכט, זענען אין די רשות פון רעמעפא פאליס, און ווערט אויסגעפילטערט צו די סאמע וויכטיגע אינפארמאציע, וואס האט דערווייל נישט געוויזן אויף שייכות, אז וועלכע כח הקהילה האט געזאלט האבן געשיקט דעם שפיצער אין זיין אקט.
די קאמערעס ווייזן ווי ער נעמט זאכן, ווי ער באגריסט חברים, און ווי ער לויפט אהין און צוריק, וואס איז זייער אומפארשטענדליך פאר א אויסגערעכנטע אקציע, זייענדיג נאטורליך און אומבאשיצט, פארן אפטוהן אזא גערופענע 'אויסגערעכנטע פלאנירטע' אקציע.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/6/2011 10:22 לינק ישיר 

די איבריגע פרטים וועגן דעם געפעכט, איז נאכנישט ערלויבט צו אנפלעקן, וועל איך דעריבער אריבערפירן דעם נושא צום צווייטן און הויפט קלעים פון ראטנבערג, אקעגן דעם רבין און קהילה.
איך פערזענליך, זאג נישט קיין זאכן און קיין מיינונג, בעפאר איך האב אויסגעזוכט דעם אינפארמאציע ווי קראנט עס איז, און איך האב עטליכע מאל גוט אויסגעאקערט דעם שטח ארום ראטנבערגס הויז, און די פרטים וואס האבן ארומקורסירט וועגן דעם געפעכט למשל, איז אסאך דערפון ממש נישט רעאליסטיש, ווי למשל דער בוים ווי ראטנבערג האט געזאלט זיך פארשטעקן דער קעמרע וואס האט געזאלט זען דעם בחור קומען, איך האב א גוטע עצה, ווער ס'וויל און האט געדולדט, צו זאגן זיינע שפעקעלאציעס, 'נאכדעם' וואס ער באזוכט דעם שטח דארט, עס איז אפען און לעיני השמש,ווי פרטים ווערן קלאר און מער קראנטער מיטן זען די סיטואציע פון די נאנט.
פארוואס זאג איך דאס יעצט, ווייל אויכעט בונגע די טענה, אז קהילה האט עהם נישט געגעבן די געלעגנהייט צו בויען, אדער וואס אומער מיט זיין טייערן לאט אין די בעק יארד, און דאס גלייכן, ווער ס'וואלט נאר אריבער געשפרייזט דעם 'וואלק' פונעם מקוה טהרה, וואס איך וויל נישט זיין דער יעצנו רע דאס צו הייסן טוהן. אבער איך האב כחום היום ווען ס'נישטא קיין פראבלעם פון אריבערגיין, אבזערווירט דעם געגענט, און געזען זאכן וואס איך האב מיך שטארק געוואונדערט אויפן טענה, אז מ'לאזט דארט נישט בויען, ווען פון די אנדערע זייט אקעגן איבער איז דא גרויסע הייזער.
איינס, איך ווייס בכלל נישט וויאזוי מ'האט געמעגט לאזן עני וואן וואוינען אין א הויז, וואס איז אינגאנצן פינעף פיס אוועק פונעם הויפט אריינגאנג צום מקוה, און א גרויסע גלאזערנע פענסטער איז דורכזיכטיג צום טיר [דאס קען יעדער אליין זיך איבערצייגן ביים זיך אריבערכאפן אינמיטן טאג דעם וואלק] און וואס ביימער פארשטעלן ווען ביימער פארשטעלן..
און אקעגן איבער זעט מען גארנישט, ווייל ס'דא א גרויסע געיט, און מיט אלעס גרויסע ביימער וואס איז סתם ליתר שאת.
א יודישע קהילה וואלט שוין לאנג געברויכט מאכן פריי דעם שטח פון עטליכע פיס אוועק פונעם הויפט אריינגאנג, און דאס וואס מ'האט עס נישט געטון איז געווען צוליב די פראבלעם, אז די שטח איז א טייערע און ער וועט דאס נישט קענען פארקויפן ווייל מ'וועט דאך נישט מעגן לאזן בויען דארט, קוים וואס דאס הויז וועט מען לאזן דארט.
בנוגע דעם נושא צום געזעץ, און בכלל צו גלייכע רעכט, לויט די אמעריקאנע פרידעם, קען מען נישט שטערן רעליגיע, קען מען נישט שטערן עדיוקעישאן, וואס ביידע זענען פארלעצט געווארן ביים צולאזן צעברעכן תקנות וואס די וועד החינוך און קהילה האבן אוועקגעשטעלט בנוגע די כשרות השיכון.
בנוגע די רעכטן פון צווינגן א איינוואוינער צו רעגולאציעס, איז אויכעט אויב ס'איז געסיינט ביים קויפן דעם הויז אויף אנדערע זאכן, איז דאך ראלס אף וויליטש נישט ערגער ווי רולס אף ביזנעס. און די לאו איז נישט אזוי גלאט מפקיר יעדע 'כל מה שליבו חפץ' ספעציעל ווען א וויליטש איז פרייוועט.
בנוגע וויילענס אקציעס, דארף מען באצאלן שאדענס, און מ'דארף אויסגלייכן ביי קארט די טענות, אבער טאמער איז דא באווייזן אז ס'איז דירעקטירט וויילענס פונעם וויליטש אפיס, איז די נושא נוגע צום פעדערל קארט. ביז דערווייל איז נישטא קיין אנווייזונג פינגער וואס ציט אויפמערקזאם פון די אפיס פון זאויניג צו פון די אפיס אף עדיוקעישאן אדער פון די אפיס אף וויליטש סעיפטי קער, אז שיסן א פענסטער אדער ווייניגער צו מער זאל זיין גוט געהייסן פון סיי וועלכע ארדער אף אפיס פראיעקט. נישט געשריבן און נישט געזאגט מונדליך.
די קעיס וועט ווערן שפעטער אויסגערעדט, אבער וועט זיך נאך שלעפן פיל לענגער ווי די קעיס פון שפיצער אליין.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/6/2011 17:29 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/6/2011 18:40 לינק ישיר 

יישר כח געדאנקן פאר אהער שטעלן אביסל פון די "אנדערע זייט מטבע", טראץ וואס עס טוט וויי פאר יעדן רעכט דענקענדן מענטש - אפילו פאר רוב תושבי וחסידי סקווירא - די אונטערצינדונג פרואוו און אירע אומבא'טעמ'טע פאלגן, דער שרוף האט זיך אנגעזאמעלט גאר אסאך סימפאטיע איבער די וועלט, און ער האט גענאסן פון גרויס פירסום.

אבער! איך האלט אז מיט אריינגעבן די קלאגע דירעט אקעגן סקווירא רבי שליט"א, האט ער געמאכט א פאטאלן טעות, חוץ פון דעם ענין פון טשעפען מיט א מנהיג פון אזויפיל אידן, איז עס נישט פראקטיש פאר קיין שום צד.

דאך האלט איך אז ס'איז כדאי פאר סקווירא זיך יא פרובירן דורכקומען "אינדרויסן פון קאורט" דורך אריינמישן א נייטראלע פארמיטלער צו פרובירן מאכן א פשרה, וואס וועט בדרך הטבע קענען אויסארבעטן א מיטלוועג וואס זאל זיין גוט פאר אלעמען, און וועט שפארן שווערע געלטער פאר ביידע צדדים, און איבער אלעם, ס'וועט פארמיידן א שרעקליכער חילול ה', די פרעסע קוקט דאס נאך פון דער נאנט, די פעדעראלער רעגירונג איז שוין פארמישט, ס'קען מאכן גאר א גרויסע סומאטאכע וואס קען זיין צו א טייערע פרייז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2011 20:32 לינק ישיר 

לאמיר קלאר פארשטיין: סקווירא וועט ליבערש לאזן דעם אינג קינד שמאכטן אין תפיסה פאר 25 יאר, אבי מען זאל חלילה נישט דאווענען אין א מושב זקנים א מייל אוועק פון שטעטל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2011 20:42 לינק ישיר 

פון וואנעט נעמסטו אזא מסקנא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2011 21:30 לינק ישיר 

Spitzer pleads not guilty to New Square arson attack

9:47 PM, Jun. 24, 2011


NEW CITY — After Shaul Spitzer pleaded not guilty Friday to attempted murder and arson charges, one of his lawyers said he would eventually explain why the teenager brought an incendiary device to Aron Rottenberg's New Square house last month.


New York City attorney Paul Shechtman's comments came after another Spitzer lawyer, Kenneth Gribetz, said their client didn't intend to burn down Rottenberg's house, injure or try to kill the 43-year-old plumber.

When ask why Spitzer went to the Truman Avenue house at 4:15 a.m. May 22 when family members were asleep, Shechtman responded, "I will have a scenario " when the time comes in court.

Shechtman declined comment on the details, as did Gribetz and his law partner, Deborah Loewenberg.

Spitzer, 18, faces a maximum of 25 years in state prison if convicted of the top counts of second-degree attempted murder, second-degree arson and two counts of first-degree assault.

Rottenberg is recovering from third-degree burns to 50 percent of his body. He was released this week from Westchester Medical Center.

Rottenberg and his family became targets of late-night protests by residents loyal to Grand Rabbi David Twersky, vandalism and threats dating from September to a week before the attempted arson.

Rottenberg and other male residents had drawn the ire of religious leaders and Twersky for publicly refusing to follow the rabbi's edict that his followers pray during the weekly sabbath in the village's one synagogue.

Rottenberg and others instead prayed at the Friedwald Center, about a mile from the center of New Square.

Rottenberg's son-in-law, Moshe Elbaum, derided the comments made by Gribetz and Shechtman on Spitzer's behalf.

"I am sure they are doing what they get paid for and to get mercy for the boy," Elbaum said.

As for Shechtman's plan to provide an explanation for Spitzer, Elbaum laughed and said, "I don't think it will go over too well."

"Why did he throw (a gasoline soaked rag) on the house," Elbaum said of Spitzer. "We'll see what he (Shechtman) comes up with."

Gribetz, a former Rockland district attorney, said outside court that Spitzer is remorseful, contrite and prays for Rottenberg's recovery. He also cries for what happened to Rottenberg, Gribetz said.

"He explained to us," Gribetz said. "I don't want to go into what happened. He never intended to burn down the house, try to kill anyone or injure Mr. Rottenberg."

Elbaum said actions speak louder than words.

Spitzer, who is related is the village's deputy mayor, lived in Twersky's house at the time of the May attack and worked as the grand rabbi's butler, as did his brothers before him.

"If that boy is really sorry, the first thing you do is apologize to our family or my father-in-law," Elbaum said. "He didn't contact the family or have his family contact us."

Gribetz strongly denied that Spitzer received any orders from Twersky or anyone close to the religious leader to target Rottenberg.

"The grand rabbi had nothing to do with this," Gribetz said.

Spitzer did not say anything during his arraignment before state Supreme Court Justice William A. Kelly at the Rockland County Courthouse. A Yiddish-speaking interpreter translated for Spitzer.

Kelly maintained Spitzer's $300,000 bail and ordered him to return to court on July 28. Prosecutor Tina Guccione told Kelly she's ready for trial.

Ramapo police arrested Spitzer hours after the incident and he spent weeks in a New York City hospital with third-degree burns to hands and arms. He returned earlier this month to New Square and to the village's main boys' yeshiva.

During an interview Wednesday, Rottenberg blamed Twersky, who has denied the allegations and condemned violence.

Rottenberg said New Square residents suffer from "brainwashing" and Spitzer was a pawn in the Rabbi's attempt to control how people live and pray in New Square.



תוקן על ידי boyskver ב- 26/06/2011 21:32:26




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2011 21:50 לינק ישיר 
TV: Terror acused New Square Rebes Butler Shoul Spitzer In Court


http://youtu.be/gfNGZjVrSdg





תוקן על ידי boyskver ב- 26/06/2011 21:57:27




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2011 01:37 לינק ישיר 

די טים אף לויערס - לובנבערג, גריביץ און שעכטמאן, האבן אויסגעדרוקט קורצע אנעקדאטן, זאגנדיג, אז די פרטים וואס זיי וועלן אויפברענגן ביים געריכט, וועט טוישן דאס בילד פונעם געריכטן גאנג, און גריביץ האט צוגעגעבן, פון שפיצער איז נישטא קיין ציל אויף רציחה, נאר א פאנאטישקייט.
די מידיע האט געמאלדן דערויף, אז 'אלבוים' וואס האט זיך געשטעלט אלץ פארטרעטער פון זיין שווער ראטנבערג, לאכט אויס די לויערס, זאגנדיג, זיי רעדן סתם אין די וועלט אריין, זיי קענען גארנישט מאכן, די זאך איז שוין קליפ קלאר, און זיי רעדן נאר אזוי, ווייל מ'האט זיי באצאלט. די ווערטער האבן אויסגעדרוקט א מאדנע רעאקציע וואס צייגט ווי דאס שטאנד פון ראטנבערג זייט האלט.
ס'איז אויפגעוויזן געווארן, אז פונעם ערשטן טאג אן, האט ראטנבערג שווער איינגעשטימט מיט זיין איידים אלבוים'ס מעשים, ווייל פונעם אנדערן זייט האט די גרופע 'ראטנבערג שטיצער' אויף מאטאר בייקס, געצילט אויף אנדערע ליניעס, אין די צייט וואס ראטנבערג אליין איז שוין לאנג געווען מיט 'סוסמאן' אין ציל, אויף א געשמאקע קעיס איבערן שטעטל.
די צעמישעניש האט פאראורזאכט שווערע פראבלעמען אינעם אנטוויקלונג פון קומען צו א סך הכול, ווייל צילנדיג צום שטעטל און זיינע פירער, און אוועקטרייבנדיג דאס שפיצער אקט אלץ נישט וויכטיג, האט ארויסגערופן פארדאכט ביים דיסטריק אטורני 'זוגעבי' אז עפעס איז דא א שפיל.
פונעם אנדערן זייט, דאס שווייגן און האנדלען פארזיכטיג, וואס איז ארויסגעוויזן געווארן פונעם סקווערן קאמיונעטי ביהעיווער, האט געצייגט א בילד פון סדר און קאנטראל, איבער וועלכע נאר טענה וואס זאל דיסקאטירן מיטן געזעץ און זיך מפשר זיין צום ענדע מיט פארשטאנד.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/6/2011 01:48 לינק ישיר 

די גרופע 'ראטנבערג שטיצער' איז היבש רעדוצירט געווארן, זינט עס האט אנגעהויבן קאסטן געלט, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט, אז זיי האבן זיך פארלייגט אויפן ציל צו לייגן דרוק אין רעמעפא פאליס דעפארטמענט, צו מוטשענען סקווער מיט אויספארשונג, וואס איז יעצט באמת איבריג, זינט דאן וואס די יוסטיץ דעפארטמענט איז שוין פארנומען דערמיט, און זעט דערין אנדערע ליניעס, און אויכעט זייטיגע געפילן, זייענדיג באקריוודעט פון די פארשעמונג אז זיי האבן נישט קאנטראלירט די וויילענס ווי געהעריג.
דאס ענטפער פון פאליס שעף איז, מיר קענען נישט ארבעטן אויף א קעיס, וואס זאגט אן שיסן פענסטער און רעדער, און קיין אנווייזונג אויף א געוויסע מענטש מיט עדות איז בכלל נישט פארהאנען, בכלל, לויט זייער שטודיע די לעצטע צייטן, איז נישט געווען קיין ארדער פונעם וויליטש אויף וויילענס, און דאס וואס פריוואטע יונגען האבן געטון, איז ביי לאו נישט דא קיין שום חיוב מוחה צוזיין, נאר יעדע אקט פון א אכצן יעריגער און העכער, ליגט אויף זיין אייגענע אחריות, אזויווי יעצט ביי שפיצער.
שפיצער ווערט אנגעקלאגט אלץ צווייטע שטאפל גורם צו רציחה, אלץ וועלן מאכן א פייער אינמיטן נאכט, און צווייטע שטאפל גורם צו א ווילדן פייער, וואס איז בכלל אלץ וועלן מאכן א פייער אין א פרייוועט פראפעטי, און נאך צוויי אקטן פון וויילענס אינעם געפעכט טעמע.
דא ווערט אויפגעברענגט א קוועשען, ביי די פארשער, דאס פייער וואס איז געשען אויף אכט בוש לעין, אינעם בוידעם פון אהרן אויסטערליץ'ס הויז, און ווי עס צייגט אן קלאר, נאכן נישט טרעפן קיין רמז אז איינער זאל האבן געזאלט אנקומען צום בוידעם, מוז עס זיין אז די אייגענטומער האבן געהאט א האנט דארט, איז דאך דארט נישט געווען בלויז גורם צו פייער און רציחה, נאר ממש דאס אליין, ווען א פאמיליע 'הערמאן' האט געלייגט שלאפן א שטוב מיט קליינע קינדער, און דאס פייער האט זיי ארויסגעטריבן נאקעט נאכן באדן, אויפן גאס.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > עקספלאשין! טעראר אין סקווירא
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 35 36 37 ... 44 45 46 לדף הבא סך הכל 46 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.