|
|
| נשלח ב-27/6/2011 02:11 |
|
| |
דער שופט 'וויליאם א. קעלי', האט פארארדענט א געריכט דאטום אויף יולי 28, און קטיגור 'טינא גוטשעני' פונעם די עי, האט געמאלדן גרייטקייט צום באשטומטן צייט, אויך גריביץ און שעכטמאן, וואס זענען שוין גוט באהאווענט אינעם טעמע, און האבן פון דער נאנט באזוכט אלע דעטאלן, און פלעצער ווי עס איז קווארטירט די אנגעגעבענע אנגעקלאגטע, האבן געזאגט זיי האבן גאר א גרינגע ארבעט, און ס'איז א קינדער שפיל, ענדערש וועט נעמען געוויכט וויכטיגע חלקים אינעם פרשה וואס איז נישט דיסקאטירט דערווייל, ווי איידער די עצם געפעכט, וואס איז ווייט פון ריאליסטיג. גריביץ, וואס איז געווארן א עמטליכער שומר שבת, האט אנגעבאטן פילע הילף אלץ רעליגיעזע שטאנד, און זיכער פון זיין ניסיון אין קרימינאלע געזעצן, און האט באזוכט אינעם שטעטל לארכה ולרחבה, און גענומען מיט זיך פילע אינפארמאציע. פון דאס נישט רעדן, איז דאך ארויסגעקומען עטליכע סטעיטמענטס, וואס האט געווארפן ליכט אויף וויכטיגע פונקטן. דאס זיין א מסרב לבית דין, איז א וויילענס אלץ זיך שלאגן מיט א רעביניקל רעליטשעס קארט, און דאס גיין אקעגן עדיוקעישן אף וויליטש ענד מאוומענט, איז א קריים פון דיסקרימינאצע, און שלאגט אפ דאס טענה פון סיוויל רייטס, ווען דאס ווארט ווי צו דאווענען איז נישט וויכטיג אין א מצב ווען די עצם ציל איז אפווארפן און צעברעכן א קולטור ביזן גרונד.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2011 02:32 |
|
| |
ס'איז דא א אפציע, אז ביים עצם משפט זאל נישט זיין קיין 'דזשוריס', אזוי ארום וועלן די לויערס און געריכט לייט, בעסער קענען אבסערווירן א ריכטיגע משפט, ווי איידער אינאכט נעמען וואס די פובליקום פראסטע פארשטאנד זאל זאגן, אין א צייט וואס מ'דארף ניצן שכל פון גערעכטיגקייט און טיפזיניגע שיקול הדעת. דאס עצם פאקט, אז דא איז א האנדל פון א כח הרבים, די פאויער פון א קאמיונעטי און א קולטור, אקעגן יחי די סגולה וואס ווילן נישט נאר אפווארפן נאר שטערן דעם עצם לעבנסגאנג אינעם קאמיונעטי, איז זייער אין חשבון ביים יוסטיץ און אפילו העכערע פעדעראלע רייען, און דערפאר און נאר דערפאר, האבן זיי געמאלדן, אז דאס איז די ארבעט פון די לאקאלע סטעיט סופרים קארט, אליין צו וויסן ווי איין און ווי אויס, און עס איז בכלל נישט קיין אויסערארדענטליכע קעיס. יודעי דבר האבן געלאזט פאלן ווערטער, אז כאטש די מאקסימום שטראף פאר שפיצער, איז געמאלדן אויף 25 יאר פריזן, איז דאס נישט מער ווי א מליצה, ווייל אויב זאל שוין יא זיין פריזן [וואס איז ווייט פון ריאלעטי לויט די שאצער] איז דאס מאקסימום עטליכע חדשים, און אפילו אזוי, אין גאר א גרינגע צושטאנד ווען בעיל איז אינדערמיט סיי ווען. און דאס ריכטיגע שטראף, איז געשאצט אויף געלט קנס, פון די געגענט פון אפשר צוויי מיליאן. אבער גארנישט איז נישט קלאר, ווילאנג מ'האט נישט דיסקאטירט עמטליך די אלע פאקטן און טענות, פון ביידע זייטן, און דאס קלאפ פונעם שופט איז פוסק דעם סך הכל, לויט אלע דיעות און נאך אלע סיכומים. דאס איז זיכער, אז פון היינט מאל אן, וועט יעדע ראל אין שטעטל זיין געזעצליך, און אנשטאט די קהילה זאל דארפן פאטשקען מיט א טראבל מעיקער, איז דאס איין קנעפל 911, און די זאך איז אין פראסעס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 00:50 |
|
| |
Skverer Rebbe: Lawsuit In Arson Attack Has No Merit
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 01:21 |
|
| |
אין די לעצטע טעג, האב איך געלייגט א שטארקע דגוש, אויסצושפיאנירן די אינסיידס פון די קלאגעס, פון ביידע זייטן, און איבערקוקנדיג די פיילס פון ביידע זייטן, איז די מסקנה ווי פאלגענד
ראטנבערג וואס ווערט פארטרויטן דורך זיין איידעם אלבוים, האט נישט געמאכט קיין פארשריט, נאר געבליבן מיט די ערציילונג וואס די גאס האט גערידערט נאך די ערשטע וואך. און זיין סטעיטמענד אקעגן 'שעכטמאן' האט געמאכט א ווילד מאדנע רושם ביים המון, עפעס צייגענדיג אז די ווערטער זענען אויסגעזויגן מבית הבתרים..
סוסמן וואס האט געזאלט אנקלאגן דעם רבין און קהילה, איז דערווייל אויף האלט, ווייל וועלנדיג מאכן א גרויסע גערודער, האט ער צוזאמגעפארט די געפעכט און די וויילענס מיט די וויליטש קאנטראל, און צודעם נאך אנדערע קהילות אינעם זעלבן איינגעמאכטס, און די יוסטיץ דעפארטמענט האט שנעל געכאפט דעם מישמאש, און געמאכט סדר, אויסקלארנדיג די נושא, מי ומי ההולכים און געלייגט זיין נושא אין א שאנק, און אפירגענומען די עצם פאסירונג פונעם וויילענס און געפעכט.
די גרופע ראטנבערג שטיצער, האבן זיך בארואיגט זעענדיג די ווערטער יוצא מפורש מפי הסופרים קארט, 'אטעמט מערדער'.
מיט אנדערע ווערטער, ראטנבערג האט גערעדט צו סקווער, און די יוסטיץ רעד צו שפיצער. און דאס וואס ראטנבערג האט אויפגעברענגט אז יעדע תושב אין שטעטל ווייסט נאר פון רבי סקווירא סקווער רעבע.. האט ביים קאנקלושען געמאכט קאלטע ציינער, ווייל ס'איז דאך דעמאלט נישטא דאס וויסנשאפט בכלל וואס טייטש פארלעצן א געזעץ, אדער דאס הארבקייט פון סיוויל רייטס, ממילא איז דאך כי לכל העם בשגגה, און פנים חדשות באו לכאן. נישט קיין רציחה נאר פאנאטיקייט.
יעצט נאך א אינטערעסאנטע פאקט, אז אויסער דעם, וואס אינעם יוסטיץ דעפארטמענט איז מען איבעראשט געווארן ווי סקווער האט זיך נישט צעווילדעוועט און געהאלטן דאס מויל ביז איבער א חודש, האט געצייגט גאר געזעצטקייט, וואס האט געמאכט א שטארקע רושם אויפן שופט אליין.
און איך האב באקומען א רעפארט פון איינער וואס איז מיטגעווען מיט שפיצער אין קארט האויז פרייטיג. גראדע א שומר שבת, זאגט ער מיר משיח לפי תומו, אלע האבן זיך געוואונדערט פארוואס 'שעכטמאן' האט אנגענומען דעם קעיס, ווייל ער איז זייער א קלוגער און גלייכער, און אפילו גריביץ האט פון אנהייב נישט געוואלט אנהייבן דערמיט, ביז ער האט באקומען א דירעקטן שליחות פון דעם סקווערן רבין, אז ער זאל עס איבערשמועסן מיט שעכטמאן, און גריביץ פארציילט, אז ווי נאר ער האט געהערט בסוד סודות פון שעכטמאן דעם מגילה, האט ער שוין פארשטאנען זיין שטאנד און זייט.
דא אבער זאגט מיר יענער באטייליגער, אז דער שופט אליין, זעענדיג 'שעכטמאן' באגלייטן שפיצער אלץ זיין פארטיידיגער, האט ארויסגעוויזן סימפאטיע, און עס האט ביים פראסעקיוטער געשטעלט א פראגע צו זי איז גרייט זיך צו פארמעסטן מיט עהם. אבער למעשה איז געבליבן אז יא, אין א מאנאט וועט פארקומען דעם ערשטן קארט.
לאמיר ממשיך זיין מיט מסקנות וואס איך האב ארויסגעשעפט, פון די האנדלעריי איבער ביידע נושאים, פון כללות'דיגע קאנטראל, און סיוויל רייטס און פריוועסי, און וועגן דעם טיטל אטעמט מערדער א ווארט צוויי
קודם כל, וואס מ'האט געשמועסט וועגן די הויז אויף אכט בוש לעין, ווי ס'דא באווייזן אויף ביידע זייטן אויב דער בעל הבית האט יא געהאט א האנט דערין צו נישט. ס'דא א שטיקל עדות וואס האט געזען דעם בעל הבית דארט באבערען, אבער יענער [איך ווייס זיין נאמען] וויל זיך נישט ארויסשטעלן און זאגן וואס ער ווייסט. פון די אנדערע זייט איז דא א באווייז, אז וואלט ער געוואלט אנצינדן דאס הויז, וואלט ער דאך עס נישט געמאכט פונעם בוידעם, אבער נאך אלע מעשיות, וועט פון שטעטל נישט זיין קיין מסירה אקעגן דעם, טראץ וואס דאט איז נישט אטעמט מערדער נאר מערדער גופא - אויב ס'איז געווען עהם, ווייל א משפחה שלימה פון קליינע קינדער, האט זיך געלייגט שלאפן דעמאלטס ניין אזייגער אווענט
בכל אופן די לשון הרע אז זיכער האבן די בחורים דאס אנגעווערטשאפט, איז דאך הויל און נאקעט שקר און מוציא שם רע. און נעמט אין אכט, דארט איז געווען 'א פייער', טאקע א לאך אין בוידעם אבער א פייער, דא ווידער, איז געווען א שנעלע שפאציר אהין און צוריק, און נאכאמאל א שפאציר צוריק מיט ברענשטאף אין האנט, און אריינפאלנדיג אין ראטנבערגס הענט, איז פארגעקומען א פייט, און והנה חלום א פארטיגע מערדער.. פארן וועלן!
יעצט לאמיר נעמען דעם נושא פון די פילע ווידיאוס און אודיאו'ס וואס איז פארשפרייט געווארן אין די גוטהייסונג פון די גרופע 'ראטנבערג שטיצער' און פרייהייט זיכער..
אויב מ'רעדט פון כלפי שמיא, די דאזיגע וואס האבן באמת געזוכט יושר, האבן דאך דאס געקענט אין ערגסטן פאל סעטלען, ווי מ'קען דאך באשיינפערליך הערן אויף די אויפגעכאפטע טעלעפאן שמועסן, וממנו ילמדו ווי רואיג און געמיטלעך מ'האט געהאנדעלט, און וואכן און חדשים לאנג, מ'האט אויסגעווארט מיט געדולד, אז אפשר דאך זאל מען זיך זעצן אויף א פשרה מיט די באליידיגטע, און גארנישט!
דאס לימוד זכות איז, אז איינער וואס איז נישט צופרידן איז נישט צופרידן אין ערגעץ, און מ'איז פון עהם אויכעט אין ערגעץ צופרידן, ווי די פאקטן צייגן שוין יעצט, ווי אין מאנסי זענען די אנטלאפענע אויכעט אין בעד שעיפ, ווער ס'ווייסט אביסל וואס גייט דארט פאר מיט זיי.
[ווער ס'ווייסט נישט, וועל איך לתועלת הענין דאס קענען מסביר זיין אין אישי, אבער ווארט נישט אויף קיין לשון הרע ורכילות, איך פארצייל טרוקענע באקאנטע פאקטן]
דא אבער, איז פארגעקומען גאר שטארקע פארלעצונגען, דאס בושה וואס איז פאראורזאכט געווארן פאר די כבוד פון די רבנים און דיינים פון סקווער, דאס בושה און בזיונות וואס מ'האט אנגעמאכט אויף פריוואטע נעמען און אלעס אויפן חשבון אז אז מ'רעדט שוין אויפן סקווערן רבין, איז שוין ממילא מותר אויסצולייגן יעדן סקווערן תושב אויפן פארשעמונג פלאטפארמע
א ביטער ווערטל האב איך געהערט פון איינע פון די קהילה לייט, ר' מענדל בערגער, אויב וועט איינער באקומען איבערבעטונגס געלט, צו איז דאס ראטנבערג צו פראמאוויטש, בין איך דער ערשטער עס צו באקומען פון זיי, ווייל לויט די טובות וואס זיי האבן פון מיר געהאט, און אקעגן דעם די בושות וואס זיי האבן אויף מיר געמאכט מיט די פארשפרייטן קליפס ווידיאו און אודיאו, קומט מיר שוין באלד מער איבערבעטונגס געלט. אבער איך וועל עס נישט בעטן.. חח
פאר שבועות, איז פארגעקומען א פשרה זיצונג מיט פראמאוויטש, און ס'געבליבן אז מ'גייט עהם מיט אלעס פארגיטיגן, אבער ער זאל מוחל זיין די צער וואס מ'האט געמאכט פאר זיינע קינדער וועגן עהם, און מיר וועלן עהם מוחל זיין די בושות וואס ער האט פארשפרייט אויף אונז.
ויהי אחר הדברים האלה, נאר וואס א וואך שפעטער, און ער האט ארויסגערוקט א פרישע אודיאו קעגן ר' מענדל בערגער.. און דער דיל און פשרה איז ווי פארשטענדליך בטל ומבוטל ווי יעדער פארשטייט ווער ס'דא גערעכט.
די עבירה כלפי שמיא פון זיין קודם א מסרב לבי''ד, און נאכדעם נאך פארשפרייטן דאס אייגענע חוצפה וואס מ'האט געשפיגן און פארשעמט א דיין, פאר מיליאנע צוהערער אויף די אינטערנעט, איז דאך א עוון בל יכופר, אבער לויט די שטאטס געזעצן איז דאס נאך אין פראסעס, און מ'האט נאך אפילו נישט דארט. ס'דא נאך אסאך סחורה פארדעם פארצוהאלטן.
ווי דער עולם קען אביסל פארשטיין דא, איז דאס א טעמע, וואס האט צוויי זייטן, און ס'איז בכלל נישט קיין ווייס און שווארצע זייטן קעגן, נאר זייער זייער היסטאריש און קאמפליצירט. און ס'מיר זייער שווער מאריך צוזיין, ווייל איך וויל נישט איינזייטיגן דעם נושא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 05:59 |
|
| |
ווער איז געווען דער ערשטער און ערגסטער מסרב לבית דין אין שטעטיל סקווירא???
מ. ד. פראמאוויטש? ניין! ח. א. ראטענבערג? ניין! נא זאגשע שוין, ווער דען יא? דער ... אליינ'ס!!!
מעשה שהיה כך היה, פאר צוויי יאר צוריק איז אנגעקומען א ידיעה פון א געוויסן קוואל, אז ס'איז שייך צו באקומען א מיליאן דאלאר אדער מער פון די דייטשע רעגירונג, צו אויפשטעלען א פאלק'ס קיך צו שפייזען מיט דעם די איבערגעבליבענע פארעלטערטע מלחמה איבערלעבער וואס געפונען זיך נאך לחיים אתנו היום אין ראקלענד קאנטי, ס'האט דעמאלס געהייסן אז די קהילה האט געלייגט אן אויג אויף די ווידערגוטמאכונג געלט, און אזוי אויך דער יושב ראש פון חסד דשיכון סקווירא [היינט צום טאג חסד 24/7, ער האט אפציעל געטוישט דעם נאמען פון זיין ארגעניזאציע אז די סקווערע גנבים זאלען נישט קענען ליגאלערהייט לייגן א האנט אויף דעם נאמען חסד], פארשטייט זיך אז די קהילה [דער ...] האט געהאט מער פאליטישער פואער ווי דער יושב ראש פון חסד און ער האט גענומען די געלט פאר זיך אין טאש אריין, איז דער יושב ראש פון חסד מיט זיין גרויסער תמימות אריין צו רבינו שליט"א זיך באקלאגען אז די קהילה בא'עולה'ט אים, ס'טייטש היתכן איך שפייז שוין יארן די עלטערע מלחמה אידן בלב ונפש, און דא כאפט מיר די קהילה ארויס די געלט!!! רבינו האט אים דעמלאס ג'עיצה'ט עצת אחיתופל צו גיין צו א דין תורה, זעהט אויס בית דין האט זיך דעמאלס נישט נאכגעפרעגט ביים דעת קדשו ווי אזוי די הלכה זאל אויסקומען, האבן זיי ג'פסק'נט כדת של תורה אז חסד איז גערעכט!!!
דער רבי איז ארויס פון די כלים, האט ער אריין גערופעם דעם דיין און אים באזידעלט פון קאפ ביז פיס, היתכן מען האט נישט געפרעגט פארדעם ביים כביכול אליינ'ס וואס דעת קדשו איז?!? נא מער האט נישט געפעלט, די היץ קעפ זענען שוין געגאנגען שיסען די פענסטער'ס ביי די בילדינג פון חסד, ביז חסד בעל כרחו יענה אמן, און די מעשה איז שוין היינט צום טאג א פארגאנגענהייט!!!
ווי ס'ליגט די מיליאן דאלער אין וועמענ'ס הענד, ווייס איך נישט!!! אבער מן הסתם וועט דאס גיין פאר די איד וואס האט אדורך געמאכט די ניי סקווער אוישוויץ, און איז ב"ה ארויס פון דעם קרעמיטארעם לעבענדיגערהייט, אבער ליידער מיט שטארקע הזיקות בגוף ובנפש!!!
שטעלט אייך פאר ווען די מעשה קומט ארויס צום פאבליקום, וויפיל חילול השם וועט ארויס קומען פון דעם, אז ערליכע אידן, אקעי נישט ערליכע אידן נאר רבי'ס אליינ'ס, בא'גנב'ענען מלחמה איבער לעבער האליקאסט סווייווער'ס, אוי לה לאותה בושה ואוי לה לאותה כלומה!!!
דא קומט אריין אויסטערליץ אין די מחאה וואס מען האט געמאכט אקעגען אים אין די פאשקעוויל וואס מען האט געווארפן אויף אים אין די גאסען אין די פוקטשער, הרב א. א. שליט"א האט מקיים געווען דעם לא תגורו מפני איש במלוא מובן המלה, און איז אריין צו רבינו מיט א קוויטעל און אים אריין געפארען אין פיפיק אריין "רבי די פאלגסט נישט דיין אייגענע דין תורה", ווי אזוי ווילסטו אז דיינע מענטשען זאלן פאלגען בית דין???!!!
דער רבי קען דאך נישט פארנעמען קיין אויפריכטיגע קריטיק, האט אראפ געלייגט זיין קוויטעל און ארויס געיאגט פונעם פראווענען שטוב, ביז דער א.א. איז אוועק געגאנגען!!!
יא יא זאגט ער, דין תורה איז געמאכט פאר פשוטע אידן און עמך אידן, אבער רבי'ס האבן אן אנדערע פסוק ביד חזקה ובזרוע נטויה...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 06:08 |
|
| |
New Square rabbi's lawyer: Civil suit in arson case has no basis in factJun 27, 2011Written byJames O'Rourke
NEW SQUARE — The newly hired lawyer for Grand Rebbe David Twersky said today that a civil lawsuit brought against his client by burn victim Aron Rottenberg is baseless. The rabbi has actively campaigned against violence in the Skyer Hasidic village of New Square, said his lawyer, Franklyn H. Snitow. "The rabbi has done everything in his power to ensure that New Square has been a safe and peaceful community for decades," Snitow said in a statement. The victim's lawsuit alleges that Twersky was responsible for months of intimidation that culminated in the May 22 arson attack on the Rottenberg home. Rottenberg sustained third-degree burns to more than 60 percent of his body in the attack. The suspected arsonist, Shaul Spitzer, 18, of New Square, is named as a co-defendant in Rottenberg's $18 million lawsuit, filed June 14 in state Supreme Court in New City by attorney Michael Sussman. Rottenberg's suit accuses Twersky of endorsing several months of intimidation and violence directed at his family in response to Rottenberg praying at the Friedwald Nursing Home instead of the New Square synagogue where Twersky presides. The lawsuit says that, between September and May, the Rottenberg family was a constant target; Rottenberg's daughter was expelled from a village yeshiva and the family received several threatening telephone calls and had car windows smashed on numerous occasions. Snitow today condemned such violence on Twersky's behalf. "Such behavior has never been nor will ever be tolerated," he said. "In addition, we strongly believe that the civil case brought against the grand rebbe has no legal or factual basis." In an email this evening, Sussman called Snitow's statement "nonsense." "The grand rabbi has sat by and allowed terror through the community," Sussman wrote. "The Rottenberg case is not isolated and Mr. Snitow should know better than to associate with profound lawlessness. "I welcome the upcoming legal battle." Spitzer, who had lived with Twersky for more than a year before the attack, is the only one to be criminally charged in connection with the case. He faces charges of second-degree attempted murder, second-degree arson and first-degree assault. He pleaded not guilty in Rockland County Court on Friday and is free on $300,000 bail. Rottenberg has been living at a hotel since his June 20 release from Westchester Medical Center. After two skin graft procedures, he is facing weeks of occupational and physical therapy.
תוקן על ידי boyskver ב- 28/06/2011 06:27:40
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2011 17:06 |
|
| |
סניטאו הייסט א "היי פראפייל" לויער, ער האט שוין פארטרעטן גאר גרויסע קעיסעס און געווינען..
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 29/06/2011 15:12:17
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 04:54 |
|
| |
לאיער"ס סאסמאן מיט סניטא דיבעיטן די פרשה אין סקווער Jnet
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 29/06/2011 04:56:52
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2011 20:48 |
|
| |
סקווערן רביס לייוער לייקנט אלעס, ער זאגט אז מען האט געמאכט ל"ג בעומר ביי ראטטונבערגס הויז 4 פארטאגס
http://youtu.be/QFB_NFfCV3A
|
|
|
|
| נשלח ב-6/7/2011 02:18 |
|
| |
א זעלטענער אוהב ישראל
ביטע נישט לייגן קיין פאטאשאפד בילדער. ההנהלה
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 06/07/2011 03:50:57
|
|
|
|
| נשלח ב-6/7/2011 22:43 |
|
| |
חסדי השם הרב ראטטנבורג שליט"א דאנק און לערנט אין עטרת זקנים ע"י שכון סקווער ב'פריי וואלד נורסינג האם
http://youtu.be/oxGvtHEmALM
תוקן על ידי boyskver ב- 06/07/2011 23:28:09
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2011 08:21 |
|
| |
Decision on New Square arson attack FBI probe postponed
http://www.youtube.com/watch?v=pfm2fY9zj6M&feature=channel_video_title * xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="344" width="425" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*
תוקן על ידי boyskver ב- 08/07/2011 08:24:11
|
|
|
|
|