|
|
| נשלח ב-31/10/2010 02:54 |
|
| |
אידען איבער די וועלט "לא תעמוד על דם ריעך" העלפטס ארויס פון די רעליגיעזע רשעים
---

תוקן על ידי boyskver ב- 31/10/2010 02:59:09
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2010 03:54 |
|
| |
א זייטיגע שאלה וואס איך פרעג (מעגליך מחמת חסרון ידיעה)
באלאנגען נישט אלע הייזער אין סקווירא פארן רבין (צו פאר די קהלה/מוסדות וכו')
אזוי האב איך אמאל געהערט
ממילא וויל איך עס נאר קאנפירמען
אבער ביטע ענטפערט נאר אויב איר ווייסט קלאר נישט סתם השערות
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2010 04:56 |
|
| |
לאגיק זאגט,
אויב איז אמת אז 90% אדער 85% פין שטעטל ווילען אזוי לעבען זאלן דעי פאר וואס גלייכען עס נישט זיך אפטראגען
איך גלייב אין די קומענדיגע שטיק צייט וועט די בילד זיך אויסקלאהרען
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2010 05:51 |
|
| |
לאמיר דא קלאר מאכען דעם ענין. מיר קענען זייער גוט פארשטיין מענטשען וואס ווילען גיין דאווענען אין א אנדערע בית המדרש, מיר פארשטייען אויך זייער גוט אז סקווערער קהילה וויל דאס נישט ווייל זיי פילען אז עס שטערט דו הנהגה פון דעם פלאטץ און . מיר פארשטייען מענטשען וואס וואוינען אין סקווער וואס פילען אז דו שטארקע הנהגה איז נישט אזוי וויכטיג, אזוי אויך פארשטייען מיר אז רוב סקווער און פארשטייט זיך דו הנהגה פון קהילת סקווירא האלטען אז עס איז יא וויכטיג א שטארקע הנהגה.....
מענטשען זענען געגאנגען דאווענען אין א דרויסענדיגע בית המדרש.....נארמאל! סקווירא קהילה האט עס נישט ליב געהאט....נארמאל! וואס דא וואלט געדארפט פאסירען נארמאלערהייט איז אז סקווירא בית דין און דער קהילה זאלען ארויסקימען "אפיציעל" און אסערען אויף תושבי השיכון צו גיין דארט .... רוב מענטשען וואלטען ביי דעם שלב אויפגעהערט דאווענען דארט ...... ווייניג נאמאלע מענטשען זענען גרייט זיך צו שלאגען מיט א הנהגה און רוב סקווירא האט ליב דעם רבין און וויל אים נישט וויי טאן . דו פאר מחוצפים וואס וואלטען געבליבען דארט דאווענען איז דא 2 מהלכים 1 איגנארירען .... וואס גייט דיך אן אפאר משוגעים.... 2 דער בית דין און דער קהילה זאלען גיין א שלב וויטער און "אפיציעל" סטראשענען מיט א צעטיל אנקעגען זיי אין בית המדרש און אזוי ווייטער מיט אפיציעלע קהילישע מיטלען - רוב איינוואוינער וואלטען עס פארשטאנען און הנאה געהט פון דעם פאקט אז עס איז דא א שטארקע קהילה און סקווירא! הגם אסאך איינוואינער וואלטען אפשר געקרימט מיט דו נאז אז מען שטעלט זיך דוקא אויף דו זאכען אבער מען וואלט געזאגט א הנהגה איז א הנהגה מען דארף מיטגיין !
אבער וואס עס האט פאסירט למעשה איז ליידער אינגאנטצען א אנדערע מעשה ..... אנגעהויבען האט זיך עס אז עס איז ארויס א פאשקעוויל אין שטעטיל אין פארעם פין א בריוו צום וועד החינוך אז מען דארף ארויסווארפען א מלמד וואס גייט דארט דאווענען..... א שיינע התחלה? נאמאל?! נישט נארמאל ! דאן איז געווען א מיטינג פין דער קהילה ווי דו מעסעדזש פין רבין איז געווען מען זאל גיין בדרכי נועם. נארמאל! יענע נאכט זענען 6 קארען געווארען צעשאסען....נארמאל?! נישט נארמאל! פין דאן און ווייטער האבען רוב נארמאלע מענטשען פון סקווירא אויפגעהערט דאווענען דארט ....נארמאל! אפאר אידען האבען ווייטער געדאווענד דארט....נארמאל?! שוינסט נישט אויף דיינע קינדער ?! נישט נארמאל! דאן זענען שיך און זאקען אוועקגעכאפט געווארען ....קינדער געווארען ארויסגעווארפען פין מוסד און קיינער ווייסט נישט ווער עס האט זיי געווארפען... פענסטער געשאסען.... חילול שבת .... שרעקעדיגע בחורים דרייען זיך און ווארפען א פאניק! און ידער ווארט דו פלאטץ זאל ווערען צוריק רואיג....נישט נארמאל!
סא ווער איז גערעכט ?.... דו אידען וואס פלעגען אהין גיין פאר מען האט זיך אקעגען געשטעלט .... דער רבי וואס עס האט אים געשטערט און געבעטען מען זאל הנדלען בדרכי נועם! דו שטעטעל אידען וואס זענען ברוגז אז דו דין ליגט ביי טערעריסטען אין דער האנט אנשטאט עס זאל ליגען ביים קהילה אין דער האנט!
ווער איז נישט גערעכט ? דו טערעריסטען וואס ווארפען א פחד און רעגען אויף א גרויסע חלק שטעטעל אויף דער הנהגה .....דו קהילה פארען נישט קער נעמען אפיציעל נאר אריבער געבען דער ריט פאר צעדרייטע יחידים.....דו מענטשען וואס זענען נישט חס אויף זייער וויב און קינדער און פייטען זיך מיט אזעלכע טערעריסטען און לאזען זייערע קינדער אן מוסדות אדער לייגען זיי אריין אין סך שוואכערע מוסדות ווי סקווער- סקווערע מוסד איז א טאפ מוסד- און דו מחוצפים וואס פייפען אויף דער מרא דאתרא.........
פארוואס נעמט דער קהילה נישט קער אפיציעל ????? פארוואס איז דער קהילה מסכים מענטשען זאלען טערעראזירען דעם שטעטעל???? פארשטייען זיי נישט אז דאס רעגט אויף דעם פשוטען סקווירא איינוואינער???? מעג מען צולאזען בחורים טין ישיבה טערעראזירען מעטשען?????? איז דאס חינוך???? ווייסט נישט אז מען קען ענק אויך טערעראזירען????
פארוואס הערען נישט דו מחוצפים אויף גיין דאווענען דארט ???? מעג מען זיך מתחצף זיין צו א מרא דאתרא???? מעג מען לאזען דו ווייב און קינדער הפקר???? מעג מען זיין א אשר קרחהניק מיט אנפייפען דעם רבין??? מעג מען גורם זיין צו איבער דרייען א שטאט????
נארמאל??!! נארמאל??!! נישט נארמאל! נישט נארמאל!
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2010 07:01 |
|
| |
| וואלןסח כתב: |  | א זייטיגע שאלה וואס איך פרעג (מעגליך מחמת חסרון ידיעה) באלאנגען נישט אלע הייזער אין סקווירא פארן רבין (צו פאר די קהלה/מוסדות וכו') אזוי האב איך אמאל געהערט ממילא וויל איך עס נאר קאנפירמען אבער ביטע ענטפערט נאר אויב איר ווייסט קלאר נישט סתם השערות |
|
ע"פ רוב זענען די סקווערע יא בעה"ב
אדער די אידען וואס זענען יעצט אינוואלוועט זענען באלעבטישע אידען און האבן אלעס אויף זייער אייגענע נעמען
טאקע דאס איז זייער מזל,
און די אלע אנדערע, טאקע שווייגען און ליידען טאקע מהאי טעמא!
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2010 07:23 |
|
| |
בעל שיטה שיין מסביר געווען
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2010 09:04 |
|
| |
א יישר כח קעציל. מיין נקודה איז דו פענסטער ברעכער זענען אגרעסיווע טערעריסטען ..... דו דאווענערס זענען פאלנער מחוצפים..... שילדיג איז דו קהילה פארען נישט אפשטעלען דו דאווענען אין פריוואלד מיט אפיציעלע קהילישע מיטלען! שילדיג איז דו קהילה פארען נישט אפשטעלען דו טעראר און ווילדקייט און נישט מוחה זיין קעגען דו גניבות ביזיון בית המדרש און חילול שבת! ....... ליידען ליידט דער אלגעמיינער איינוואוינער פין סקווירא וואס וויל א רואיג פלאטץ מיט א שטארקע קהילה אן קיין טעראר און אן קיין חוצפה ....ליידען ליידט דער רבי וואס זיין קהילה און אפיציעלע מענטשען האבען נישט געטאן זייער שליחות און אזוי ארום פארוואנדעלט דעם פלאטץ און א געשלעג פלאטץ.....!
מחוצפים הערטס אויף דאווענען דארט און אריינברענגען חוצפה און אנארכיה ביי אונז און שטאט!!!
טערעריסטען הערטס אויף שיסען פענסטער און מאכען הפגנות און אנזייען כאאס און אימרוהען ביי אונז אין שטאט!!!
קהילה מיטגלידער ! קהל! נעמטס איבער דעם זאך אפיציעל!!! טוטס ענקער ארבעט! שטעלטס אפ דעם דאווענען אין פרידוואלד אפיציעל!!!! שטעלטס אפ דעם צהיצטען רוח ההפגנות וטעראר אפיציעל!!! קימטס ארויס קעגען טעראר! קימטס ארויס קעגען חוצפה!!! קימטס ארויס קעגען חילול שבת !! געבטס נישט איבער קהלס ארבעט פאר אינגע בחורים!!!!! קהל קהל טוטס אייער ארבעט אויף אלע פראנטען עטץ זענטץ אחראי !!! וועגען ענק טיען נישט ענקער אויפגאבע זענען דו אימרוהען !!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2010 19:52 |
|
| |
בעל שיטה, דו ביסט גערעכט ביז א געוויסע נקודה.
רוב פון די מענטשן מיט וועלכע מען שלאגט זיך, זענען לגמרי נישט אינטערעסירט זיך צו שלאגן. זיי ווילן פשוט לעבן ווי נארמאלע מענטשן.
דו ווילסט אסר'ן צו דאווענען אין פרידוואלד, פיין און וואויל, שטעל זיי צו אן אנדער מקום צו דאווענען, א פריערע מנין. פאר די שווערע ארבעטער וועלכע קענען נישט מיטהאלטן אזא שווערן סדר. זאלן זיי האבן ווי צו דאווענען דארט ווי דו שטעלסט עס צו. מ'וועט זאגן קץ מיט ברוך יאמרו, מ'וועט נישט זאגן אמן ביי שמי' דקודשא בריך הוא, און וואס נאך ווילסט, אלעס וועט מען טון.
און דו ווייסט גאנץ גוט, א גאר א גרויסער עולם אין שטעלט, נישט נאר אפאר יחידים, האלטן אזוי, אריינגערעכנט רוב דיינים, נאר וואס דען. זיי האבן מורא, ווייל אויב וועלן זיי דאס טון, דעמאלס וועט מען טאקע געוואר ווערן וויפיל אידן עס ווילן דאס האבן. און פאר דעם ציטערן זיי, דעריבער וועלן זיי ליבערשטן פייטן מיט די אלע משוגענע אופנים, און לאזן די בחורים טעראריזירן, ווייל זיי ווייסן, אז אויף זיך צו שלאגן אויף דעם זענען טאקע נישט גרייט נאר יחידים.
עס איז מער נישט תש"ל אדער תש"מ. עס איז א אנדער וועלט, און אין סקווער וואוינען היינט צופיל מענטשן מען זאל זיי קענען פלעין צוקוועטשן. עס איז נאר א שאלה פון צייט ביז ווען דער באבל וועט פלאצן.
בפרט, ווען דו, בעל שיטה אליינס, וייסט זיער גוט, אז פ. איינער פון די יחידים, (אדער מחוצפים ווי די ווילסט עים רופן) איז גרייט ארויסצומופן, ער וויל נאר מען זאל אים באצאלן פאר זיין הויז, אזוי פיל וויפיל עס איז ווערט, ער זאל קענען קויפן א הויז ערגעץ אנדערש.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2010 20:50 |
|
| |
לא תעמוד עד"ר
לעצטע וואך האט מען מענדל בערגער געפינען ארבייטן אויף די פוד שאו
יעדער זאל אפריפן זיינע ב"ב און בעטן זיי זאלן אים אויפאדערן
ער זאל תיכף אויפיהערן זיינע בראטאלישקייט קעגין קליינע אימשילדיגע קינדער
אויב נישט זאל דער ציבור נאר קויפן פון די אלע אנדערע פירמעס וואס האלטן נישט אזעליכע רשעים!
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2010 21:00 |
|
| |
מיין תשובה צו גביר אדיר
ווי איך מאך """ בין איך מצטט פין גביר אדיר
"בעל שיטה, דו ביסט גערעכט ביז א געוויסע נקודה." מיט און ביז וועלכע נקודה?
"רוב פון די מענטשן מיט וועלכע מען שלאגט זיך, זענען לגמרי נישט אינטערעסירט זיך צו שלאגן. זיי ווילן פשוט לעבן ווי נארמאלע מענטשן." וואס הייסט רוב מענטשען? מען שלאגט זיך נאר מיט 2 מענטשען ... וויפיל איז רוב פין 2 ?.....זיי ווילען זיין נארמאל? פייטען מיט טערעריסטען איז נארמאל? לאזען קינדער אן מוסדות איז נארמאל? מתחצף זיין פאר א מרא דאתרא איז נארמאל?
"דו ווילסט אסר'ן צו דאווענען אין פרידוואלד, פיין און וואויל, שטעל זיי צו אן אנדער מקום צו דאווענען, א פריערע מנין." עס איז שוין כמעט געווען רייף דו צייט וואס סקווער זאל לאזען עפענען נאך א בית המדרש אין סקווירא לטובת הציבור ..ביז אפאר יאר וואלט עס לכאורה פאסירט אזויווי אסאך אנדערע זאכען וואס דו הנהגה לאזט נאך מיט דער צייט לטובת הציבור .... נאר יעצט צוליב דו מחוצפים איז דו תקנה פון איין בית המדרש נאכאמאל שטארק געווארען ! דו טאליבאנער האבען געהויבען דו קעפ! דו הנהגה איז דיפענסיוו! יעצט קענסטו פארגעסען מען זאל עס נאך לאזען אין דו נעקסטע פאר יאר.... ווען א מענטש פילט מען איז מורד און מען פייט מיט אים ווערט ער שטערקער און זיין פאזיציע... מיט א רואיגע צוגאנג וואלט א נייער בית המדרש א סאך שנעלער געעפענט געווארען בדרכי נועם מיט דו רשות און הנהגה פון רבין לטובת הקהל .... יעצט האבען דו מחוצפים אוועק גענימען דעם געלעגנהייט און געעפענט א דירעקטע פייט אנקעגען דעם וואס וועט גארנישט ברענגען.... סא ווער איז שילדיג אז דער פשוטער סקווערער איינוואוינער וועט און 5 יאר ארום נאך דארפען אין איין ביהמ"ד? דו מחוצפים ! ווער האט געמאכט טאליבאנקייט שטייגען און הייבען קאפ אין סקווירא ? דו מחוצפים! און דער חוצפה פון דו מחוצפים האט גורם געווען דו גרעסטע שאדען פאר דו אידען פון סקווער וואס ווילען נאך א בית המדרש. ווען דו הנהגה פילט מען פייט זיי קענען זיי נישט נאכלאזען און ווען מען פייט זיי קענען זיי נישט האבען דער יישוב הדעת אז עס וועט גארנישט געשעהן מיט 2 בתי מדרשים... א יישר כח מחוצפים פארען מאכען אז דו גאנטצע שטאט זאל האבען נאר איין בית המדרש לעולמי עד!
"און דו ווייסט גאנץ גוט, א גאר א גרויסער עולם אין שטעלט, נישט נאר אפאר יחידים, האלטן אזוי, אריינגערעכנט רוב דיינים,"
א יישר כח פארען רעדן אין מיין נאמען און זאגען וואס איך ווייס גאנטץ גוט .... גראדע האסטו נישט צוגעטראפען....דו דיינים האלטען מען זאל נישט גיין אין פרידוואלד און רוב סקווער האט ליב דעם רבין און ווילען נישט קיין חוצפה קעגען דעם מרא דאתרא .... רוב עלטערען פון קינדער ווילען א פלאטץ וואס ווערט געפירט און נישט קיין אנרכיה....אפילו א גרויסער עולם האלט אז מען וואלט לכתחילה נישט געדארפט מעכב זיין דעם גיין דארט דאווענען.. לאז א מענטש גיין ווי ער וויל ... ווילען אבער נישט דו מענטשען מען זאל זיך מתחצף זיין צום רבין אפילו אויב זיי פארשטייען אנדערש פון רבין
"עס איז מער נישט תש"ל אדער תש"מ. עס איז א אנדער וועלט, און אין סקווער וואוינען היינט צופיל מענטשן מען זאל זיי קענען פלעין צוקוועטשן. עס איז נאר א שאלה פון צייט ביז ווען דער באבל וועט פלאצן" עס איז טאקע נישט תש"מ און צוליב דעם זעהט מען אז סקווירא האט נאכגעלאזט אסאך זאכען זייט תש"מ.... דער זאך פון איין בית המדרש וואלט אויך ברוב געווארען נאכגעלאזט בדרכי נועם ווען נישט דו מורדים וואס מאכען דעם תקנה שטארק כאשר ביארתי לעיל-
קיין שום באבעל גייט נישט פלאצען חלום נישט!
"בפרט, ווען דו, בעל שיטה אליינס, וייסט זיער גוט, אז פ. איינער פון די יחידים, (אדער מחוצפים ווי די ווילסט עים רופן) איז גרייט ארויסצומופן, ער וויל נאר מען זאל אים באצאלן פאר זיין הויז, אזוי פיל וויפיל עס איז ווערט, ער זאל קענען קויפן א הויז ערגעץ אנדערש." אה נאך א זאך וואס מיין ווארט זאגער זאגט אז איך ווייס..... און דאס מאל אויך נישט צוגעטראפען....ער האט נישט געהאנגען קיין שום צעטיל אז ער פארקויפט זיין דירה.... איך האב נישט געהערט ער זאל מאפען געווענטליך ווען מען זיכט א קונה פירט מען זיך און אמעריקא אז מען אדווערטייזט!!!! זיין דירה וואלט געהאט קופצים. און סקווער וואלט טאקע נישט געמאכט קיין עסק מיט אים ווען ער קימט זאגען א צייט ווען ער מאפט
זיי מצליח
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2010 21:24 |
|
| |
גביר אדיר, זעהט מיר אויס צי זיין א אינסיידער, וואס רעד צי דער זאך, ער איז זייער קלאר מסביר די צד וואס מאנכע דא און פארק האבן געבעטן פאר א הסבר, דער בעל שיטה זעהט ענדרשט אויס ווי איינער פון אינדרויסן, פון די מדובר'דיגע קרייז, וואס איז ניכר און זיין שרייבן אז ער ציט א פערעלל פון א אנדערע קרייז און אזוי ציט ער מסקנות צי די איצטיגע באטרעפענדע, גראדע האב איך קאזינע'ס און סקווער, און האב איך אמאל געארבעט מיט א גאר חשובע סקווערע איד פון די עלטערע דור. וויפול איך האב מיך שוין אנגעהערט, רעד מען דא בכלל נישט פון קיין ליידיג גייערס עס איז דא כהיום און סקווער אידן פון אלע יארגאנג אן א אסנאם, און גראדע פון די חשובע אינגעלייט כלי קודש וכדומה, וואס זענען שרעקליך אנגעווייטאגט אויף די הנהגה, אויב וועט איר פרעגן פארוואס וועל איך באלד אהער ברענגן א קאפיטל און נ"ך וכל מי שיש לו מוח בקדקדו וועט פארשטיין וואס דער מדובר דא איז, איך זאג אייך שוין אן ארויני וועט דאס נישט כאפען נאר אויב ער וועט שטארק וועלען.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2010 21:38 |
|
| |
יחזקאל קאפיטל לד
עס איז כדי עס צי לערנען מיטן מצידות
קודם רעכענט אויס דער נביא ווי אזוי די מנהיגי שקר פירן זיך אויף.
כֹּה אָמַר אֲדֹנָי יְהוִה, הוֹי רֹעֵי-יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר הָיוּ רֹעִים אוֹתָם--
הֲלוֹא הַצֹּאן, יִרְעוּ הָרֹעִים.
ג אֶת-הַחֵלֶב תֹּאכֵלוּ וְאֶת-הַצֶּמֶר תִּלְבָּשׁוּ, הַבְּרִיאָה תִּזְבָּחוּ; הַצֹּאן, לֹא תִרְעוּ.
ד אֶת-הַנַּחְלוֹת לֹא חִזַּקְתֶּם וְאֶת-הַחוֹלָה לֹא-רִפֵּאתֶם, וְלַנִּשְׁבֶּרֶת לֹא חֲבַשְׁתֶּם, וְאֶת-הַנִּדַּחַת לֹא הֲשֵׁבֹתֶם, וְאֶת-הָאֹבֶדֶת לֹא בִקַּשְׁתֶּם; וּבְחָזְקָה רְדִיתֶם אֹתָם, וּבְפָרֶךְ.
ה וַתְּפוּצֶינָה, מִבְּלִי רֹעֶה; וַתִּהְיֶינָה לְאָכְלָה לְכָל-חַיַּת הַשָּׂדֶה, וַתְּפוּצֶינָה.
ו יִשְׁגּוּ צֹאנִי בְּכָל-הֶהָרִים, וְעַל כָּל-גִּבְעָה רָמָה; וְעַל כָּל-פְּנֵי הָאָרֶץ נָפֹצוּ צֹאנִי, וְאֵין דּוֹרֵשׁ וְאֵין מְבַקֵּשׁ.
פון דא און ווייטער זאגט שוין די נביא די עונשים וואס די רועים גייען באקומען, מיר ווילן דא נאר אראפ ברענגען מען זאל וויסן אז די אידן ליידן זיך אפ דארט די גהינם נישט נישט ווייל זיי זוכן הפקרות נאר ווייל די מנהיג איז פארנומען נאר זיך צי פאשען,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 31/10/2010 21:41:27
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2010 21:55 |
|
| |
דער בעלשיטה איז א אינטערגעציפטע שלאנג מיט א באהאלטענע אגענדע. ער וויל נאר איין זאך, ער וויל אז די 2 מחוצפים און אויסווארפן זאלן באקומען א אפיציעלע ווארענונג פון קהל וכדו' אזוי וועלן זיי קענען גלייך לויפן אין קארט אז מען דיסקרימינירט קעגן זיי. די 2 עזי פנים האבן שוין קלאר געזאגט אז זיי ווארטן אויף א געלגענהייט צו נעמען דעם רבין אין קארט פאר א דיסקרימינעשאן קלאגע. צודרייט דארפן זיין די פירער פון סקווירא קהלה אריינצושפילן איז זייערע הענט. און דאס וויל דער בעלשיטה ער פראבירט אויף אלע אופנים צו דערווישן אזא סארט בריוו צו קענען שטיפן ווייטער א קלאגע.
מעשיגע זענען 2 עזי פנים און מחוצפים פארן מאכן מחלוקות אין אזא הייליגע איידעלע שטעטל
ווען מיר זאלן נעמען שריט קעגן די ווערעמיגע אין יאר תש"מ און מיר וואלטן נישט געווארט אויף תשמ"ה וואלט היינט נישט געווען קיין בני יואל\זאליס
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2010 22:03 |
|
| |
ריכטוג ווען מיר טיען דאס ריכטיגע תשמ"ה מיט דיין געטשיק, וואלטן אלע היינטיגע ארונים געווען אחים לדעה,
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2010 22:08 |
|
| |
איך ווייס נישט ווער עס איז גערעכא אבער אזוי נאריש צו פירען א מערכה האט נאך קיין שום קהילה נישט
ממש אריינשפילען אין די שונאים'ס הענט?
|
|
|
|
|