בית פורומים אידישע געדאנק

עקספלאשין! טעראר אין סקווירא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/8/2011 02:16 לינק ישיר 

א סוד פאר גאנץ בראד



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/8/2011 10:44 לינק ישיר 


New Square, NY - A community group has circulated a letter claiming Shaul Spitzer just wanted to make mischief on the early May morning that he’s accused of trying to kill a dissident resident and burn down the man’s house with his family inside.

Spitzer, 18, is charged with trying to kill Aron Rottenberg, 43, who defied Skver Grand Rebbe David Twersky by not praying at the rabbi’s synagogue in the village.

Three board members of the New Square Kehila issued a “special letter for Skver followers and friends.” The Kehila deals with charity and other communal affairs.

The letter-writers state that after gathering the facts, “the most important thing we have learned is that the teenage boy did not intend to harm anyone.”

They argue that the incendiary device went off when Rottenberg went after Spitzer, who is accused of tossing one device on the back porch.

“He never wanted to burn a house with five people inside,” the letter says. “His design was mischief on Lag Be’omer night, not arson.”

The Lag Be’omer holiday involves lighting bonfires to honor the teachings of Rabbi Shimon bar Yochai, who is linked to a Jewish revolt against the Roman Empire. In Israel, the holiday is celebrated as a symbol of the fighting Jewish spirit.

The letter condemns violence, says Rottenberg was unjustly attacked, calls for community peace and says “disagreements in a community have to be solved by adults with reason, not by teenage boys with mischief.”

The letter staunchly defends Twersky and the New Square Hasidic Jewish community against criticism and ridicule.

Read full article at The Journal News. The letter here 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/8/2011 16:02 לינק ישיר 

הא הא.. דער משומד סטיוו ליברמן, האט זיך געכאפט ביים קאפ, אז זיין ארבעט מיטן ארויסקוועטשן פון ראטנבערג שר''י, מיטן זאגן, און 'קעקעצן'.. כ'האב געוואלט אראפשלעפן זיין בעקיטשע פון פנים, און עמ עמ.. כ'האב געוואלט.. עמ עמ.. פלוצלינג האב איך זיך געטראפן אין פייער.. כ'ווייס נישט וויאזוי... חחח [ער וויל נישט וויסן.. ווייל די אינוועסטיגעיטער'ס ווייסן שוין יא..]
די דאזיגע קוועטשעריי וואס לאהאוד האט פראדצירט פונעם פי חזיר אליין, האט געמאכט א רושם, נישט ביים לאקאלן געמיינדע ווי 'לאהאוד' קורסירט, נאר איז  געווארן פארשפרייט איבערן גארער וועלט!
די בריוו האט געמאכט א גוטער אפעקט, און די גאנצע ליסטע וואס האט נאר אמאל געהאט געגעבן א קוויטל דעם רבין, וואס ציילט זיך אין די וועלט ציפערן, האבן אנשטענדיג געמאלדן מחילה פון רבין, פארן נאר מקבל זיין לשון הרע אויף אזא ריזן גייסט.
די מצב איז זיי ביטער? נו, מיט געדולדט זעט יעדע מצב די אמת'ע ישועה..



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/8/2011 22:20 לינק ישיר 

געדאנקן אן א ״ע״ די דארפסט וויכטיג א פעסכיקער וואס זאל דיך ארויסנעמען פון דיינע חלומות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/8/2011 22:35 לינק ישיר 

איך בין מוחה אויף מנשה לוסטיג פאר גנבנען מיין ניק. דאס איז נישט גילו http://www.bhol.co.il/forums/usercard.asp?uid=403575



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2011 00:36 לינק ישיר 

אז דו קענסט נישט ספעלן, געהערסטו בכלל נישט אינעם שרייב פעלד. און דיין נאמען איז קיין נאמען!
עד כדי כך כ'וואלט געקענט זיין דיין זיידע.. די נעמען זענען בכלל נישט איינס. קומסט ניטאמאל צו, צו מיין קנעכל, ושתיקה יפה לך



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/8/2011 10:03 לינק ישיר 

געדאנקן כתב:
הא הא.. דער משומד סטיוו ליברמן, האט זיך געכאפט ביים קאפ, אז זיין ארבעט מיטן ארויסקוועטשן פון ראטנבערג שר''י, מיטן זאגן, און 'קעקעצן'.. כ'האב געוואלט אראפשלעפן זיין בעקיטשע פון פנים, און עמ עמ.. כ'האב געוואלט.. עמ עמ.. פלוצלינג האב איך זיך געטראפן אין פייער.. כ'ווייס נישט וויאזוי... חחח [ער וויל נישט וויסן.. ווייל די אינוועסטיגעיטער'ס ווייסן שוין יא..]
די דאזיגע קוועטשעריי וואס לאהאוד האט פראדצירט פונעם פי חזיר אליין, האט געמאכט א רושם, נישט ביים לאקאלן געמיינדע ווי 'לאהאוד' קורסירט, נאר איז  געווארן פארשפרייט איבערן גארער וועלט!
די בריוו האט געמאכט א גוטער אפעקט, און די גאנצע ליסטע וואס האט נאר אמאל געהאט געגעבן א קוויטל דעם רבין, וואס ציילט זיך אין די וועלט ציפערן, האבן אנשטענדיג געמאלדן מחילה פון רבין, פארן נאר מקבל זיין לשון הרע אויף אזא ריזן גייסט.
די מצב איז זיי ביטער? נו, מיט געדולדט זעט יעדע מצב די אמת'ע ישועה..
 


ביי מינוט 4:30 הערט מען ווי ראטענבערג פארציילט ווי אזוי ער האט אראפ געשלעפט פון שפיצערס קאפ











תוקן על ידי SatmarBum ב- 23/08/2011 10:27:43




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2011 10:10 לינק ישיר 
זושא שמעלצער רעדט וועגען ראטענבערג פון סקווער




 


תוקן על ידי SatmarBum ב- 23/08/2011 10:28:36




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2011 10:14 לינק ישיר 

פאר איך וועל אנטפלעקן, עפעס וואס איך האב דערשנאפ נאר וואס לעצטענס, וועל איך קודם פארלאנגן הסבר, אויף מיין גרויס וואונדער, איך האב געקענט גוט חיים אהרן, און ס'גייט מיר נישט אין קאפ, אין מיינע אויגן איז ער נישט געווען דער שוטה צו זיין קהל'ס נער, און זיין דער חטאת הקהל מיטן זיך ארויסשטעלן אין א פייט וואס ער וועט גארנישט האבן דערפון.
כ'מיין, די וואס האבן עהם געשיקט, ווייסן גארנישט וואס מ'ווייסט אלץ וועגן זיי, נו, פון ווי זאלן זיי וויסן, איך בין דאך געווארן שטארק געבעטן נישט ארויסצוגעבן וואס איך דערשנאפ. אבער ער האט דאך יא געקענט פארשטיין, אז ער גייט דא גיין לעבעדיג אין אפגרונד, ער וועט עסן פארשטונקענע פיש כאפן קלעפ און סוף כל סוף פארטריבן ווערן פון שטאט..
ער האט געהאט שוין אפאר עקסיטס ווי ארויס צו בעקן, און דאך האט ער געזאגט תמות נפשי עם פלישתים.. מיינט עטץ מיר צו זאגן איך האב מיך גענארט אין חיים אהרן, ער האט געמאכט א קלוגע פנים, און דערווייל איז ער טאקע ענקער שיק יונגל???



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/8/2011 17:08 לינק ישיר 

געדאנקן, איין טאג ווען דו וועסט זיך אויפוועקן פון דיינע איינרעדענישן, וועסטו זיין זייער דיסאפוינטעט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2011 17:50 לינק ישיר 

אזא בהמה'ישע בריוו ,קיינער זאגט נישט אז ער האט אים בשעת'ען זיך ראנגלען אים געוואלט אנצינדען, נאר אז ער האט געוואלט אינטערצינדען(ח''ו) א הויז מיט 5 מענטשען,

ס'איז ווי למשל איינער שיסט אויף א משפחה און די טאטע לויפט זיך ראנגלען מיט די מערדער און ס'געשענט א שאס....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2011 02:39 לינק ישיר 

טעות לעולם חוזר!
ליפא האט געגעבן פאר משפחת שפיטצער פינעף 'טויזענט' נישט הונדערט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/8/2011 03:47 לינק ישיר 

ווי אין אלע דורות, האבן די מתחדשים, משכילים, אפיקורסים, און די איבריגע שמות הנרדפים, פראבירט זיך אריינרייסן אינעם כרם ה' צבאות, און אפלאכן שטערן צעברעכן דעם ערליכער יודישער גייסט, די עזות דקדושה וואס האט איבערגעלעבט די אלע נסיונות דור ודור.
אויכעט אינעם היינטיגער דור, די גרופע וואס פראבירן מלשין צוזיין און אויסשמירן דעם היימישער חרדישער געמיינדע אויפן שמוציגסטער שטייגער וואס נאר שייך, זיצן זיי טאג און נאכט מיט שוחד געלט און אפילו פאר בחינם, מיט טשענל 12 און אנדערע דאגות זיכערס.. און וועבן פלענער וויאזוי אריינצודרונגען אינעם ערליך יודישער חינוך און יסודות הדת, און עס צעברעכן אפ'חוזק'ן, און וויי טוהן..
אט דא א פרישע משכילישע לעגעדע, די פירות פונעם מתנגדים גרופע, וואס פאררופן זיך 'אייבירשטערס חסידים'..

http://www.youtube.com/watch?v=NzCeIIiAEGI&feature=feedu

איך האב גוטע נייעס, ווי איר זעט, האבן מיר זיך נישט דערשראקן פון די אלע מחריבי הדת, און פורעים בכרם בית ישראל, און מיר וועלן זיך מתגבר זיין אויף אלע טריקס און מכשולות פונעם שטן, ביזן לעצטען אטעם.. און ווען כ'זאג לעצטע אטעם מיין איך זייער לעצטע אטעם, ביז זיי וועלן אויס'באבלען פאר קנאה און שנאה און אוועקפייגערן ווי נאסע ווערעם און בייזע קרעץ אינעם לעכטיגן טאג פון ישועת השם.
היו לא תהי', מיר האבן זיך נישט געבויגן און מיר וועלן זיך קיינמאל נישט בייגן, ענק יודישע פיינט, עטץ קענטס פלאפלען מיט טויזענט מיילער און קוקען ווילד מיט מיליאנען אויגן, אבער בן פורת יוסף אונז וועלן מיר ממשיך זיין דאס מסירות נפש'דיגע אמונה און דערלעבן א המשכה פון לעכטיגע דורות ברוח טהרה על דרך ישראל סבא
עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום, פארוואס איין זאך כי עמנו א-ל


תוקן על ידי געדאנקן ב- 26/08/2011 03:55:44




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/8/2011 05:22 לינק ישיר 

ס'קען זיין א געדאנק, אויף דאס וואס מען בעט הושענא רבא "הושענא חנה דוד", אז דאס גייט ארויף אויף די רבי מיט די רביצין (אויף די רומענישע הברה, זאגט מען א פתח אזוי ווי א קמץ, ממילא די נאמען פון די רביצין איז אויך "חנה" מיט א קמץ), דאס איז "הושענא חנה דוד",

דער אויבערשטער זאל העלפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2011 20:44 לינק ישיר 

דו אומפארשעמטער געדאנקן, מיש נישט אריין די הייליגע מסירות נפש'דיגע מלחמה וואס פריערדיגע צדיקים האבן געפירט קעגן מהרסי הדת, און אוועקגעגעבן דערפאר 'זייער' לעצטע אטעם (נישט יענעמס) און ניטש געלייזט דערפאר נישט קיין געלט מאכט אדער כבוד, נאר בלויז בזיונות רדיפות און עגמת נפש,  צו די אני אמלוך מערכה וואס עטץ פירטס מיט די וואס ווילן נישט מכיר זיין אונ'ם הושענא חנה דוד מיט די רומענישע - מארמאראשע הברה.

אפגעזען ווער עס איז גערעכט אין ענקער סכסוך, איז דאס א פשוט'ע מאכט געראנגל, וואס אין בעסטן פאל ליידט איר פון פרעמדע אריינדרינגער וואס ווילן זיך -אומבארעכטיגטערהייט -  נישט צושטעלן צו ענק, און עטץ זענטס גרייט זיי אויסצוקוילען ווי נאסע ווערעם, און טרוקענע שלענג.

עס איז אן עקל צו שטיין מיט דיר אין ווארט, בשעת ווען דיין גאנצע שפראך איז אזוי בולט תאות הנצחון אכזריות און רציחה, וואס רוב מאל פרובירסטו ניטאמאל עס צובאהאלטן אין א מאנטל פון אידישקייט, נאר דו ביסט פערפעקטלי באקוועם מיט אפענע תאות השררה און מדות מושחתות, און אפלאדירסט רציחה אויפן געמיינסטן אופן.

עס איז איין זאך אז א יונג בחור'ל פארלירט זיך (איך בין גרייט ענק דן צו זיין לכף זכות אז עס איז נישט געקומען פון די הויכע פענסטערס) און וויל אונטערצינדן איינעמס הויז אין א הייסע מינוט, און עס איז גאר עפעס אנדערש אז נאכדעם ווי דער קרבן ליגט אין שפיטאל אין וואלגערט זיך פאר יסורים קומט איינער וואס איז לכאורה פיל עלטער פון דעם אינטערצינדער, און רייבט זיך דאס בייכל מיט הנאה און פרעגט אויב דער גרילד טשיקן לעבט נאך.

וואס עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ, פארוואס ווערן מיר אזוי אויפגעשוידערט ווען מען הערט ליידער היימישע רציחה, בשעת דא שטייען מענטשן און וואונטשן ברבים מיתות משונות ואכזריות נישט אויף איין פערזענליכן יחיד, נאר אויף אלע 'מתנגדים', פוי!!!!!! זיי נישט ברוגז אבער דו ביסט ביי מיר אויף איין שורה מיט לוי אראן און אשר דהאן.

ועל כל אלה החרשתי, זאל דער די. עי.'ס אפיס קעיר נעמען פין די טויט סטראשונקעס וואס איר שטעלט דא ארויף אויפ'ן פורום, אבער ווען דו קומסט במצח נחושה און די שטעלסט אן א פנים כאילו איר זענט גאר די וואס ענקער ביליגער מאכט געראנגל איז א המשך פון ר' יעקב שאשפורט'ס מלחמה מיט שבתי צבי, און פונ'ם חת"ם סופר'ס מערכה קעגן אהרן חארינער, פארדינט דאס א פארדאמונג אויף די העכסטע טענער, נישט אז עס זאל האבן א השפעה אויף דיר, נאר פשוט למען כבוד רבותינו הקדושים וואס ווערט דא צוטרעטן בריש גלי.

שווענק דיר אויס דעם מויל מיט בליטש, טוה דיר אויס די שיך, און קומענדיגעס מאל דיין רבי גייט נופש'ן אין פרעשבורג, גיי זיי מקבל נזיפה אויפ'ן קבר פון הייליגן  חת"ם סופר זי"ע והוא רחום יכפר עון ולא ישחית.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > עקספלאשין! טעראר אין סקווירא
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 41 42 43 44 45 46 לדף הבא סך הכל 46 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.