|
|
| נשלח ב-26/8/2011 22:36 |
|
| |
ריכטיג געזאגט, איך בין אומ'פארשעמט! דו פארצייל מיר נאר, וועלכע גדול בישראל שלאגט פאר די דאזיגע רייד וואס דו זאגסט? איך זאג פשוט נאך די דברי חז''ל, ווי עס ווערט גע'פסקנ'ט אין חפץ חיים, ווער ס'רעדט אויף א ת''ח א מנהיג בישראל, איז זיין דין ווי א אפיקורס און ער איז הפקר צו רעדן אויף עהם אלסדיג, ספעציעל ווען ס'דא ווער ס'זאל הערן די רייד. אויף דעם נעם איך אפיר דעם רמב''ם, ווי ער פסק'נט הלכה למעשה א מסור איז ווער ס'איז קודם האט די 'זכות' עהם צו הארגענען. ווי עס קוקט אויס, ביסטו א שוואכע מאמין בכלל אין צדיקי הדור, מסתמא נאר אין אזעלכע וואס גייען איינגעבויגן כמעט ביזן פלאר און ווייסן נישט, אדער ווילן זיך שוין נישט מישן אינעם שמוץ פונעם דור ווי אויטענטיש אטעמט געבארגטע לופט. אבער זאת התורה לא תהא מוחלפת, יעדע דור האט זיינע מנהיגים, און שלמה המלך האט שוין געזאגט, אל תאמר לימים הראשונים היו טובים מאלה. פאקטיש איז דער סקווערער רבי געשעצט ביי יעדן וואס האט נאר א דעת תורה, און ווי נידריגער אלץ מער קשיות האט מען.. פון ווי ווייסטו און פון ווי שעפסטו דיינע געדאנקן? איך בין אויפגעוואקסן צווישן חסידים טהורים, וואס יעדערער פון זיי איז ווערד צו נעמען א קוויטל און פועל'ן ישועות, נאר זיי ווייסן גוט, אז מ'נעמט זיך נישט דאס ווארט בלי הורמנא דמלכא מאן מלכא רבנן וויאזוי דען האבן אויסגעקוקט די משכילים אמאל, נישט ווי דיר? מיט אייגענע אויסגעזויגענע סברות פון דוימען פינגער. ברוך השם איך געהער צו א געמיינדע וואס גלייבט יא אין צדיקים, און איז יא פרייליך מיטן תורה הקדושה אין אירע היינטיגע פירער. און אז דו נישט הענג דיך אויף ווי די הלכה פון א אפיקורס אין די תורה הקדושה ווען מ'הארכט אויס די תורה, ווייסט מען זייער גוט, ווען מ'דארף ניצן רחמנות, און ווען רחמי רשעים אכזרי. איינער וואס איז א לץ און איז א מסית ומדיח א מסור, א פורש מן הציבור, א מורד במלכות שמים - אין א זאך וואס רבנים האבן דא גע'פסק'נט ע''פ דעתם הישרה ע''פ תורה, איינער וואס איז א אויסגעשפראכענער 'מסרב לבית דין' און אפילו ווען די דיינים אליין האבן זיך מבזה געווען און געקומען צו עהם אין הייזקע, און שיין געבעטן ער זאל נישט אונטערברעכן די תקנות, האט ער זיי מיט בושות אנטזאגט. פארדינט רחמנות? וביערת הרע מקרביך, מיינט עפעס ציונים? פארקערט ציונים טוהן דאס וואס משכילים האבן אמאל געטון, זיי צייגן כאטש אפען זייער כוונה, ראטנבערג וסעייתו הטמאה, הענגן זיך אן אויף גאט ב''ה, ווי כאילו עפעס חברותא כלפי שמיא דער אייבירשטער האט זייער ליב דעם פארברענטן קליפה וכל עדתו. אויב דו שוינסט אויף דיין שפייעכטס, איז מיר א וואונדער אז דיין צונג הענגט דיר ווי א קראנקע חי'.. מ'קאן דאך קלאר זען ווער ס'וועט אויספירן, דאס כח האמת שווימט אלץ ארויף אויפן אויבערפלאך. נאכמער, אז ''געדאנקן'' זאגט עפעס, זאגט ער נישט סתם. האסטו געדארפט גוט קלערן פאר דו ענטפערסט עהם אפ!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2011 22:55 |
|
| |
עס איז זייער אינטערסאנט אז די הויכע פענסטער לאזען דא שרייבען געדאנקען די סארט דיבורים בשעת ווען ער באהאלט נישט זיין אידענטיטעט איך קען פארשטיין ווען כולל אינגעלייט שמועסען אזוי אין מקוה, עס איז אינגאנצען נארמאל אבער ארויסקומען מבזה זיין א גאנצע שטעטל כאילו זיי זענען פארביסענע מענטשען מאכט פשוט נישט קיין סענט
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2011 23:00 |
|
| |
אלא מאי?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/8/2011 07:47 |
|
| |
| געדאנקן כתב: |  | פאקטיש איז דער סקווערער רבי געשעצט ביי יעדן וואס האט נאר א דעת תורה, |
|
...
אין מילים
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2011 23:07 |
|
| |
געדאנקן: איך פארשטיי דו האלטסט דיין רבי פאר דער הייליגסטער און גרעסטער רבי פונעם דור, און איך רעספעקטיר דאס. אבער דו טוסט נישט קיין שום טובה פאר סקווער בכלל און דיין רבי'ן בפרט, זיך צו באנוצן מיט קללות אויף די וואס האלטן נישט ווי דו.
געדענק נאר ווען דיין רבי האט נישט געלאזט שעלטן אפילו דעברע לענדיס.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2011 23:44 |
|
| |
חלילה איך זאל אליין זאגן זאכן.. ווי ביסטו מיר אפילו חושד אז איך בין עפעס א יודע עתידות, עפעס א שעלטער, חלילה לי מעשות כדבר הזה.
איך מיט מיינע ווערטער צייג פשוט אויף מאמע לשון יידיש, די ווערטער פון חז''ל וויפיל איך ווייס און ציטער פון די הייליגע רייד פון חז''ל, ווי שטארק מ'דארף אכטונג געבן אויב ביזוי ת''ח. ספעציעל ווי מ'זעט אין חפץ חיים, ווען ס'רעדט זיך אויף א רבים, אויף א קהילה שלימה אויף א רבי פון טויזענטע אויף א מנהיג ישראל מפורסם.
און וואס דו זאגסט בכלל וועגן שעלטן, דער איז א געשאלטענער וגומר, ווי ס'שטייט 'ומקללך אאור', און ווי די כלי יקר איז מסביר, ס'נישט גלייך איינער וואס שעלט א חבר, ווי איינער וואס שעלט א גדול, און ס'נישט בכלל נישט דאס שטראף דאס גלייך, ווי ווען דער שעלטער איז א אדם שפל, וואס שעלט א גדול, וואס דעמאלטס איז נישט געשמועסט 'ובוזי יתבזו' נאר ובוזי יקלו..! עכלשה''ק
און ממילא שטייט דאך, וכל לשון תקום אתך למשפט תרשיעי, כן נחלת עבדי השם וכו'.
איך האב מיט מיינע ווערטער, געמיינט צו שטעלן א מודעה ואזהרה, אז סיי איך בין נישט מסכים צו די עקלדיגע מעשים און דיבורי כזב פונעם יעניגער און זיינע נאכשלעפער, ווי ער האט אליין געזאגט, מ'האט מיך גוט מסדר געווען אז מ'האט מיך ארויסגעשטעלט אלץ חטאת הקהל קעגן סקווער.
ווי זאגט זיך די משל, פארשטונקענע פיש געגעסן, קלעפ געכאפט, און נאך געפלויגן פון שטאט.
באמת, ווי לאנג ס'נאכנישט דערווארגן די מצב, שפיר איך אויפצושפילן דעם מיאוסן סוף וואס ווארט עהם אפ. די מינוט ער וועט זיין א געהאנגענער, וועט שוין זיין תיקון לכאורה זיין אפגעצאלט, הארט דעמאלטס הערסטו נישט פון מיר מער וועגן עהם. ווייל טאקע ווען קללת אלוקים תלוי איז נישט קיין ענין מער צו פראקלאמירן.
דער הייליגער רבי איז אונזער רבי, ער איז פוקד עקרות און פועל'ט ישועות מיט איין מאך מיטן האנט. ממילא די והיה ברכה איז קלאר מקוים. אבער ס'דא נאך רביס, איך האב נישט געזאגט אז ער איז יעדענס רבי, און דאס אז ער האט נישט געשאלטן דעברע לענדיס, נו, טאקע ווייל אין דרכו בכך, ער איז נישט קיין בעזים פאר שמוץ, און נישט ער איז דער ווארפער נישט ער טוהט בכלל זוכן חטאים אויף נשמות, פארקערט זיין בליק איז בלויז לטובה, אבער מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול, נישט אז איך דארף מיך אנ'נעמען פאר עהם. ניין, איך טוה דאס נישט דא צו פארטיידיגן, נאר גענוי ווי אלע זאגן וואס זיי האלטן זאג איך אויכעט וואס איז די געהאלטעכץ פון איינער וואס איז גוט באקאנט בחדרי חדרים אינעם סקווערן הויף, און האט א היבשע ברייטן ידיעה אינעם אלוועלטליכע משא ומתן, און דאך קומט צום מסקנה דאס וואס ער פראקלאמירט.
דאס איז נישט אלץ סקווערס כבוד, דאס איז מיין כבוד, מיך פאסט נישט צוזאמצולייגן די הענט, און זאגן. האק זעץ, ניין! ווילאנג מ'זעט עהם נישט למטה מעשרה טפחים, איז נישט קיין רעדע פון שטילשטאנד
בקיצור איך שעלט נישט, איך פראקלאמיר דאס אורטייל וואס די הייליגע חז''ל האבן געזאגט אויף אזא שפל ונבזה און בדומה לו לשמצה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2011 00:20 |
|
| |
געדאנקן: איך האלט נאך אלץ אז ווען דיין רבי זאל וויסן וואס דו שרייבסט דא, און בכלל אז דו שרייבסט אויפן אינטערנעט וואלט דאס אים זייער וויי געטוהן, און איך גלייב נישט אז דו וואלסט אים געוואלט וויי טוהן.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2011 00:56 |
|
| |
ביטע קלעב מיר צוזאמען דעם עפיזאד 'איך האלט' ווען דיין רבי 'זאל' וויסן, 'וואס' דו שרייבסט. 'וואלט' אים זייער וויי געטון. איך גלייב דו וואלסט עהם נישט געוואלט וויי טון. אלא מאי? איז עס אפשר נישט דיין רבי? און ווייסט ער יא אדער וואלט ער געוואוסט.. און אז 'דו' גלייבסט אז איך וויל עהם נישט וויי טון, איז פארוואס שרייב איך?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2011 03:09 |
|
| |
| געדאנקן כתב: |  | ער איז פוקד עקרות |
|
נו, וואדע, אין צעלמער ווייבער שוהל...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2011 03:31 |
|
| |
| אלעסגוט כתב: |  | ס'קען זיין א געדאנק, אויף דאס וואס מען בעט הושענא רבא "הושענא חנה דוד", אז דאס גייט ארויף אויף די רבי מיט די רביצין (אויף די רומענישע הברה, זאגט מען א פתח אזוי ווי א קמץ, ממילא די נאמען פון די רביצין איז אויך "חנה" מיט א קמץ), דאס איז "הושענא חנה דוד",
דער אויבערשטער זאל העלפן. |
|
מזל האסטו אז דו שפייעסט אריין דיין גאל, מיט א פארדעקט פנים, ווייל איך וואלט נישט זיך אזוי אויסמאכן ברשות הרבים, סתם ווייל יעצט האב איך שליים..
וואס איז פשט פון די אלע סטעיטמענטס וואס דו סלייסט אריין נאך יעדע פאר תגובות? ווילסטו זאגן עפעס מיט פשט, עפעס קראנט, עפעס קלוג, עפעס זאכליך, אדרבה!
טאמער ווילסטו סתם אז דיין הענט זאל נישט ווערן ראסטיג, מוז עס דאך נישט זיין דווקא דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2011 21:57 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2011 22:21 |
|
| |
דו פארגלייכסט עפעל צו מאראנצן. טענה לו בחיטין והודו לו בשעורין.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2011 22:51 |
|
| |
| פרייליך123 כתב: |  | געדאנקן, איין טאג ווען דו וועסט זיך אויפוועקן פון דיינע איינרעדענישן, וועסטו זיין זייער דיסאפוינטעט. |
|
ווען גייט דאס פארקומען, ווייסטו אויכעט? צו דו ווייסט נאר צו זאגן אז וואס איך גיי זיין, אבער ווען האסטו נישט קיין דאטום..
ווען דו זאגסט דו קלערסט אזוי, ממילא, אבער זאגנדיג, 'דו וועסט זיין דיסאפוינטעט'. קוקט עפעס אויס ווי א חכם הרזים א יודע עתידות, א ידען נפלא במופלאות, לייגט ארויס א סטעיטמענט.
אגב, איך בין איבערצייגט אז נישט, איך וועל קיינמאל נישט זיין דיסאפוינטעט מיט מיין פעלזן פעסטע אמונה בצדיק אחד ובהשם אלוקיו
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2011 00:01 |
|
| |
זאג נאר געדאנקן, האט נישט ענקער דיין נאכגעזאגט נעכטן ביינאכט ביים אסיפת התעוררות בשם "הצדיק אחד" אז די אינטערנעט איז אסור בהחלט און אז יעדער זאל אויספאלגן אלע תקנות הבי"ד?
איך זעה שוין ווי אזוי דיין "פעלזן פעסטע אמונה בצדיק אחד ובהשם אלוקיו" זעט אויס. וואס און ווען עס געפעהלט דיר גלייבסטו אין אים און דו פאלגסט אים און וואס עס געפעהלט דיר נישט פייפסטו אים אן. אין דער ענגלישער שפראך ווערט אזא איינער אנגערופן א היפעקריט.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2011 01:41 |
|
| |
פונקט ווי דו מיטן באשעפער! דו ווייסט אויכעט אז דער אייבירשטער האט נישט ליב געוויסע זאכן, אבער גיין מורד זיין אפען און האקן אקעגן באשעפער וועסטו נישט, און טאמער איינער וועט יא גיין אקעגן וועסטו נישט שטיל שווייגן. איך אויכעט! וואס איך בין עובר, איז נישט קיין מרידה, עס איז א אייגענע פארלעצונג וואס איז נישט גורם קיין הירוס. אינטערעסאנט אז דו האסט נישט גלייך פארשטאנען די סוגיה
|
|
|
|
|