בס"ד
לכבוד הרבנים הגאונים שליט"א, דייני דק"ק סקווירא יצ"ועס איז אונז זייער נישט איינגענעם צו שיקן די בריוו, אבער בלית ברירה פילן מיר אז מען דארף
עס יא שיקן צוליב איהר וויכטיגקייט. די בריוו איז
קריטיש וויכטיג פאר די איינוואוינער פון
סקווירא, און גלייכצייטיג די קהילה, און עס קען שטארק אויסהעלפן אין די צוקונפט. ממילא בעהטן
מיר ממעלת כבודכם אז אל תהי' קלה בעיניכם נאר מען זאל גרינטליך אדארך ליינען די בריוו ווי מיר
האבן פראבירט גוט ארויסצוברענגען די וויכטיגע ענינים, און פון פריער ווילען מיר בעהטן מחילה אויף
די אומבאקוועמליכקייטן פון די בריוו, הגם אז מיר האבן שטארק פראבירט עס זאל זיין געשריבן
בדרך כבוד. אויך ווילן מיר קלאר מאכן אז דורכאויס די בריוו ווען מיר שרייבן די פירערשאפט איז די
מיינונג נישט אייביג גלייך, א טייל מאהל מיינט עס קהל, א טייל מאהל בי"ד, א טייל מאהל די רבי'ס
הויז מענטשען.
א.
די פליכט פון בי"ד
אלע דורות אין די פארגאנגענהייט פון כלל ישראל איז די תפקיד פון א בי"ד און א קהילה פון א
שטאט געווען, צו זיין עומד במשמרת אויפן דת, דאס מיינט זייער פליכט איז געווען אבאכט צוגעבן
אויף די עניני יהדות פונעם שטאט בכלליות ובפרטיות אין ענינים ווי צום ביישפיל צניעות, כשרות, און
דאס גלייכן, און דאס האט מען דורכגעפירט דורכן מאכן און איינפירן
פאסיגע תקנות און חומרות צו
פארשטארקען די גדרים פון יהדות און קיום התורה. ווייטער איז זייער פליכט געווען צו פארלאנגען
און זעהן אז די שטאטס לייט האלטן איין די גדרים און תקנות בעניני יהדות און כל שכן די אפענע
הלכות פון שלחן ערוך.בי"ד'ס פליכט איז געווען צו באשטראפן די וואס האבן נישט איינגעהאלטן די גדרים און תקנות
און כ"ש די וואס האבן עובר געווען אויף אפענע איסורים פון שלחן ערוך.
בי"ד האט א רעכט צו גיין מיט אלימות צו האלטן שטארק די גדרי יהדות, טראץ דעם
זענעןזייערע רעכטן אויך באגרעניצט, עס איז טאקע דא אלימות של היתר, אבער עס איז אויך דא אלימות
של איסור וואס אפי' בי"ד מעג זיך נישט באניצען מיט דעם, וואס אין דעם עבר פון כלל ישראל האבן
זיי זיך בשום אופן
נישט באניצט מיט דעם, מזיק זיין ממון ישראל און כל שכן מזיק זיין אדער אפי'
שלאגען גופים, איז זעלבסט פארשטענדליך אז
בי"ד מעג זיך
נישט באניצן מיט אזעלכע מיטלען.
ב.
וואס בי"ד און קהל טארן נישט טוהן
יעצט קומען אונז אבער רעדן וואס איז
נישט די תפקיד פון א שטאטישע בי"ד און קהילה, דאס
הייסט אז הגם ווי פריער דערמאנט דארף בי"ד זיין עומד על המשמרת און מאכט תקנות און אפי'
דאס ארויפצווינגען אויפן ציבור און שטראפן די וואס האלטען עס נישט איין, דאס אלעס איז
בענינייהדות דוקא ווייל עניני יהדות איז נישט דעמאקראטיע, ממילא דארף בי"ד איינטיילען וואס צו טוהן
און כופה זיין אויף דעם, משא"כ
עניני רבי'סטיווע וחסידות איז נישט די פליכט פון קהל אדער בי"ד
צו זיין עומד על המשמרת, און זיכער האבן זיי נישט קיין שום רעכט דאס ארויף צו צווינגען אויף ווער
אימער עס זאל נאר זיין, און אז מען קוקט צוריק פון די צייטען פון די בעל שם טוב הקדוש ביז די
לעצטע צייטען איז נישט געהערט געווארן אז א קהילה צו א בי"ד זאל מאכן תקנות בעניני רבי'סטיווע
וחסידות און זיכער נישט פאדערן פון די שטאטס לייט דאס איינצוהאלטן און כ"ש נישט שטראפן
דערויף.
נאך מער,
די גאנצע ענין פון חסידות און רבי'סטיווע איז קיינמאל נישט ארויף געצווינגען געווארן
אויף קיין שום איד נישט אין די עבר, די אלע וואס האבן זיך צוגעטשעפט צו חסידות און נאכגעגאנגען
רבי'ס האבן דאס געטוהן ברצונם הטוב, די בעל שם טוב הק' האט נישט געצווינגען קיינער ווערן א
חסיד זיינע, קומען צו זיין טיש נעמען עפל, אדער דאווענען מיט זיין מנין, אזוי אויך האט
טשערנאבילער מגיד און זיינע הייליגע קינדער קיינער נישט געצווינגען זיי נאכצוגיין.
אנדערש אבער איז אין סקווירא די לעצטע יארן, וואס די קהילה און אזוי אויך די בי"ד )באונס
אדער ברצון( טוהן
איינטיילן פאר מענטשן וואס צו טון אדער נישט צו טוהן אין ענינים וואס האבן
בכלל נישט צו טוהן מיט
עניני יהדות, און טייל מאהל טוהן די באפעלין שטארק באלעסטיגן די
מענטשן און די מענטשן ווערן זייער בייז דערויף. ווי צום ביישפיל נישט לאזן גיין דאווענען אין די
פרעמד וואס איז בכלל נישט קיין ענין פון יהדות עס איז בלויז עניני רבי'סטיווע, און דאס איז א
גרויסע בעלעסטיגונג אויף אסאך מענטשן וואס יעדער מיט שכל פארשטייט אליין, עס איז דא
אומבאקוועמליכקייטן צו דאווענען אין סקווירא ביהמ"ד, צו זאל זיין די צייט פונעם דאווענען, אדער
די געציאוכטס פונעם דאווענען און ליינען, צו די גרויסקייט פונעם ביהמ"ד און די עולם, אזוי אויך איז
שווער צו האלטען א אויג אויף די קינדער, וד"ל. סוף דבר פאר געוויסע מענטשן שטעלט זיך עס אויס
אסאך בעסער צו דאווענען אין די פרעמד.
האט מען אין סקווירא איבערגעצויגן די שטריקל און
געסטראשעט די וואס פאלגן נישט מיט
הארבע עונשים און טאקע
געשטראפט מיט
אלימות די וואס האבן נישט געפאלגט, עונשים פון
ארויסווארפן די קינדער זייער פון די מוסדות און פארטרייבן די אידן פון שטעטל, )ועוד ועוד כי אין לדבר
סוף( פאר נישט איינהאלטן הלכות חסידות.
ג.
אבער דער רבי ז"ל'ס רצון
עס איז אבער דא די וואס דינגען זיך און טענה'ן אז די רצון פון רבי'ן ז"ל איז געווען אז די ציבור
זאל זיך צושטעלן אפי' אין די ענינים, ווילן מיר זאגן אז עס זענען דא אסאך אידן וואס האבן גוט
געקענט די רבי ז"ל און זיינע רצונות וואס זאגן אנדערש, זיי זאגן אז עס הייבט זיך נישט אן, עס איז
קיינמאל נישט געווען די רצון פון רבי ז"ל, ער האט נישט געהאט א פראבלעם אז מען זאל גיין
דאווענען אין די פרעמד, ער האט נאר געוואלט אז עס זאל זיך נישט מאכן אין שטעטל נאך א קהילה
מיט א ביהמ"ד.(עס האבן געוואוינט 06 משפחות)
אבער
לאמיר שוין יא אן נעמען אז דאס איז געווען די רצון פון רבי ז"ל, פונדעסטוועגן דאס איז
אלץ געווען בדורו און לויט די דעמאלסדיגע אומשטענדן, משא"כ היינט איז נשתנו העתים והדורות
און
די אומשטענדן זענען גאר אנדערש און אויף דעם איז נישטא קיין שום הוראה פון רבי ז"ל.
אדרבה אויף דעם גייט אן די טייטש פון רבי יהושע בעלזער זיע"א אויפן פסוק שנותיו כמו דור ודור אז
מען דארף מאכן שינויים לויטן דור.
און צווייטענס, אזויווי קהל און די מוסדות און די הויף האט שוין
געמאכט גאר גרויסע שינוייםצו אסאך רצונות און אפילו הקפדות פון רבי ז"ל, ווי צום ביישפיל די מיטלען מיט וואס מען באנוצט
זיך אויפצוטרייבן געלט פאר די מוסדות וואס די רבי ז"ל איז אוועקגעלאפן דערפון ווי פון פייער.
משא"כ היינט איז אלעס וואס ברענגט געלט געווארן מותר,
אפי' ווידיא איז מותר געווארן פאר געלט,די רבי'ס משפחה קענען האבן בעשאון וואס איז נישט געהערט געווארן ביים רבי ז"ל, און אזוי צום
גלייכן איז דא אסאך אנדערע זאכן ואמ"ל והמבין יבין היטב,
ווי קען די פירערשאפט פאדערן פונעםציבור נאכצופאלגן די רצונות פון רבי ז"ל בשעת זיי אליין טוישן וואס פעלט זיי אויס.
נאר וואס וועט מען ענטפערן, נשתנו העתים והדורות און די אומשטענדן זענען אנדערש, היינט
צוטאגס קען מען נישט עקזיטירן אהן די אופנים צו אויפטרייבן געלט, מען קען נישט א שידוך טוהן אן
א בעשאו, אה"נ הוא הדברים אשר דיברנו אז נשתנו העתים נשתנו הדורות און די אומשטענדן זענען
אנדערש און די רבי ז"ל'ס רצון פון אמאל האט נישט מיט היינט.
אבער אין אמת'ן אריין איז דאס גאנצע נישט קיין גרויס נ"מ למעשה, ווייל אפי' זאל זיין אז די
רבי ז"ל'ס רצון איז יא געווען אויף די ענינים, און די רצון גייט נאך אהן היינט טראץ דעם וואס נשתנו
העתים והדורות, פונדעסטוועגן
האט די רבי ז"ל געהאט גאר אן אנדערע פראצעס ווען עס האט זיך
געהאנדעלט זיין רצון, ער האט נישט ארויף געצווינגען, און אוודאי נישט גערודפט אדער באשטראפט
דער וואס האט נישט ממלא געווען זיין רצון, עס איז געווען נישט מער ווי א בקשה אז מען זאל אים
א
"טובה" טוהן און טוהן זיינע רצונות, און יעדער איינער האט געהאט א ברירה צו ער וויל צוליב טוהן
דעם רבי'ן דורכן טוהן זיינע רצונות אדער נישט, פארשטייט זיך אז דער חכם האט צוליב געטוהן דעם
רבי'ן ז"ל און איז געווען א אוכל פירותיהן בעוה"ז והקרן קיימת לו לעוה"ב.
וועט א עקשן אויף דעם זאגן: טאקע ביים רבי'ן ז"ל איז דער דרך נישט געווען צו באצווינגען
מענטשן אין עניני רביסטיווע וחסידות און אוודאי נישט צו שטראפן דערויף, פונדעסטוועגן דאס איז
אלעס געווען זיין דרך צוצוגיין צו די ענינים, אבער היינט האט מען
משנה געווען דעם דרך און מען
פירט זיך אויף אנדערש, מען פאדערט, מען צווינגט און שטראפט אויף עניני רביסטיווע וחסידות, דער
היינטיגער פירערשאפט מעג אפשר משנה זיין די רבי'ס ז"ל'ס דרך, אבער די תוה"ק זענען זיי נאך אלץ
מחויב צו היטן.
ד.
און אפילו אויב יא
אבער יעצט ווילן אונז רעדן
כאילו ע"פ תורה וואלט יא געווען אויסגעהאלטן פאר קהל אדער
בי"ד צו פאדערן און צווינגען אויף עניני רבי'סטיווע וחסידות, און אזוי אויך שטארק שטראפן און
רודפ'ן די אלע וואס האלטן עס נישט איין, ווילן אונז פרעגן ע"פ שכל האט עס דען א פשט, עס העלפט
דאך גארנישט צו, נאר עס מאכט גאר אן א חורבן, יעדע נארמאלע מענטש אין שטעטל און אין די
גאנצע וועלט איז דערגעגן און קוקט שטארק אראפ אויף די סקווירא קהילה ווען מען פירט זיך אזוי
אויף, ווער רעדט נאך פון די הונדערטער שונאים וואס מען שאפט זיך די נרדף און זיינע קרובים און –
חברים,
צו דען וועט סקווירא בליען דורך צווינגען?און אונז ווילן דא רעדן אביסל בפרטיות וועגן די מעשה פון ר' חיים אהרן ראטענבערג ני"ו וואס
האט געטוהן די געפערליכע עבירה פון דאווענען אינדרויסן פון שטעטל, מען האט אים געזאגט רצון
קדשו פון רבי'ן און פארלאנגט ער זאל טוהן זיינע רצונות, האט ער נישט צוליב געטוהן דעם רבי'ן און
נישט געטוהן די טובה, דאן האט קהל אנגעפאנגען
שטראפן מיטן שטערקסטע אלימות,
ארויסגעווארפן זיינע קינדער פון די מוסדות אויף א מיסע און עקילדיגע אוףן און אים באפוילן צו
פארלאזן די שטאט, ר' חיים אהרן האט מקבל געווען דעם אומ'יושר'דיגע און רשעות'דיגן עונש
אהן
קיין ווידערשטאנד ]טראץ דעם וואס קהל האט נישט געהאט קיין רעכט אים צו טשראפן און אפי'
נישט פארלאנגען אויפצוהערן דאווענען דארט[, ר' חיים אהרן האט געזוכט צו פארקויפן זיין הויז כדי
צו קענען קויפן א הויז אין א צווייטע שטאט, דעמאלס האט קהל זיך מיישב געווען מ'וועט אים יעצט
לערנען טאנצען, מ'וועט לייגן פיסלעך ער זאל נישט קענען פארקויפן זיין הויז ווי מען האט שוין
געטוהן צו אנדערע אין די עבר, מען האט אנגעפאנגען מיט אלימות של איסור אדער אין אנדערע
ווערטער, מען האט מפרסם געווען אז מען וועט נישט לאזן בויען אויף זיין קרקע צוליב פוילע סיבות
וואס איז מזויף מתוכו וד"ל. אזוי ארום האט מען צוריק געהלאטן ר' חיים אהרן פון פארקויפן זיין
הויז און נאר מסכים געווען צו קויפן די הויז פאר זעכציג פראצענט פון די עכטע ווערט, זייענדיג אז ער
האט נישט געקענט פארקויפן זיין הויז איז ער געווען געצווינגען צובלייבען וואוינען אין סקווירא.
דערנאך האט זיך אנגעפאנגען א סעריע רדיפות פון כל מיני אכזריות, מבזה געווען באפי עשרה
מאסן. דעמענסטראציעס פון ווילדע צולאזטע בחורים)מיטען גיטהייסונג פון משפיעם אין ישיבה(
וואס האבן געשאלטן מיט שוידערליכע קולות אין די טינקעלניש פונעם נאכט צובראכן זיינע
פענסטערס, זיכער געמאכט אז קיינער האט נישט קיין שייכות צו אים, געסטראשעט מיט די ערגסטע
און אזוי ווייטער,
נישט אלע רדיפות איז
געקומען "אפיציעל" פונעם פירערשאפט, פונדעסטוועגן זענען זיי
געשטאנען פון די זייט און צוגעלאזט די הפקירות
ומדשתקו ש"מ דניחא לי', זיי האבן זיך
געמאכטכאילו זיי זענען בלינד און טויב זאגנדיג אז זיי האבן גארנישט געהערט און גארנישט געזען בשעת עס
האט זיך פארגאסן אידיש בלוט. ליידער איז די שפעקולאציע פיל ערגער, אז די פירערשאפט איז גאר
געשטאנען הינטער אלע רדיפות און עס איז דא אסאך סימנים דעראויף.
ווילן מיר טאקע פרעגן, איז דאס
טאקע געווען א הצלחה פאר סקווירא, לדעתנו האט מען זיך
אליינס געגראבן די גריב און
אנגעמאכט דאס ערגסטע קאטאסטראפע סקווירא איז אמאל דורך,
דאס קען גאר זיין סתימת הגולל פארן כבוד פון סקווירא, און צו דעם איז דא נאך פיל הזיקות צו
סקווירא פון די מעשה, ווער רעדט נאך כלפי שמי' די חרון אף אויפן עצם מעשה און די חילול השם,
מען האט פארשוועכט די נאמען פונעם אויבערשטער און זיין פאלק פארן גוי, יעדער איד איז געווארן
פארשעמט פארן גוי, יעדע פרומע פאר'ן פרייע, יעדער חסיד'ישער איד פאר די אנדערע אידן, אין די
סקווערע חסידים פארן פרעמדע, נאר כאטש די אנדערע קענען זאגן אז עס האט נישט מיט אונז צו
טון, אונז זענען נישט סקווירא חסידים, אבער
מיר קענען דאס
נישט זאגן, מיר פרובירן צו זאגן אז
דאס איז געווען א מעשה פון א פריוואטע ווילדער בחור, אבער די גאס קויפט עס נישט, זיי ענטפערן
דברים של טעם, א בחור פארשאפט נישט קיין באמבע אליין, איינער האט אים געהאלפן און געשיקט,
נאך מער מען האט אנגעזאגט די בחור נישט צו רעדן.
יהי' איך שיהי', די גאסט נעמט אן אז עס איז געווען אן ארגאניזירטע שטיקל קומענדיג פון הויכע
פענסטער, עס איז אונז טאקע אומגלויבליך אז א איד זאל שיקן אויף אזא מיסיע, וואס א
דורכשניטליכע גוי וואלט נישט געטוהן, פון דעסטוועגן אזוי זאגט די גאס און מיר זענען ללעג ולקלס
אין זייער אויגן, וויפיל פון די אייגענע מענטשן אין שטעטל האבן זיך געעפנט די אויגן און זאגן אז עפס
טויג נישט און וויפיל פרעמדע זענען געוואר געווארן אז עס איז דא גרויסע אומרוען אין סקווירא
שטעטל און צום סוף די שווערע עונשים וואס די רעגירונג וועט באשטראפן, און די געלט די געריכט
וועט אפקאסטן סקווירא, ועוד ועוד ועוד, דאס האט גארנישט געהאלפן סקווירא נאר אנגעמאכט פאר
זיי צרות צרורות, די גאנצע שטעטל איז אומרואיג, די ווייבער קענען נישט צו זיך קומען, און מיר
ווייסן נאך נישט אלעס וואס ווארט אונז אפ.
ה.
עס טוט אויף פאקערט
די עצם צווינגען מענטשען אין עניני רביסטיוו וחסידות ווייזט ארויס גאר א גרויסע שוואכקייט
און
מענטשן שמעקען עס, א רבי וואס זיינע נאנטע האלטן אהן פאר א גרויסע צדיק טראכטן זיי אז
עס איז א זכי' צו דאווענען מיטן רבי'ן, עס איז א זכי' צו קומען צום טיש, עס איז א זכי' צו באקומען
פונעם רבין'ס עפל, און זיי
לאכן פון די אלע וואס כאפן זיך נישט צו צו דעם, עס טוהט זיי בכלל נישט
באדערען ווען איינער שטעלט זיך נישט צו, זיי האלטען איהם פאר א בטלן און א שוטה, און אזעלכע
פלעצער טוהט זיך נישט אפ קיין צווינגעריי, פארקערט גאר אין אזעלכע פלעצער ווען מען וויל שטראפן
איינעם לאזט מען איהם נישט קומען צום רבי'ן באקומען שיריים וכדומה.
די פראבלעמען פאנגען זיך אהן ווען די רבי'ס נאנטע זענען
נישט קיין "אמת'ע" חסידים, זיי
האלטן נישט טיף אין הארצן אז די רבי זייערע איז א גרויסע צדיק, זיי זענען נישט מער ווי געטריי צום
רבי'ן צוליב פארשידענע סיבות, זיי זענען שטארק פארן פארטיי, צו זיי האבן א אנדערע סיבות
פארוואס זיי ווילען ער זאל זיין א מצליח'דיגע רבי מיט א געלונגענע רביסטיווע, דענמאלץ דארפן זיי
צווינגען די ציבור זיך צוצושטעלן כדי די
שפיל זאל גוט אויסזען און אז די רביסטיוו זאל געלונגען, און
ווען איינער שטעלט זיך נישט צו ווערט א מורא'דיגע כעס ביים פירערשאפט ווייל טיף אין הארצן
ווייסען זיי אליין אז די גאנצע מעשה איז א בלאף.אבער די
ציבור וואס קוקט צו צום רדיפות פאנגט אהן שמעקן די טעם הדבר, די רדיפות מאכן
גאר קאליע די בלאף עס ווייזט פאר יעדער אז אפי' די רבין'ס נאנטע האלטן נישט באמת פון אים אלץ
א צדיק, דערנאך קומען צו מערערע מענטשן צום אפאזיציע און עס בויעט אויף א, אנשטאט פון דעם
אז דער פירערשאפט זאל דעמאלס איינזעהן די תוצאות און אויפהערן באצייטנץ גיסען זיי נאר צו
נאפט צום פייער, מען פאנגט אהן שטארקע אקטיבעטעטן אנקעקען די
נישט חסידים מען שטראפט
אסאך פון זיי, אין די זעלבע צייט ווערט די אלגעמיינע ציבור זייער בייז און עס קומען צו הונדערטער
משפחות צום אפעזיציע און יעצט קען די פירערשאפט זיך שוין נישט קיין עצה געבען ווייל די
אפעזיציע איז צו גרויסע און שטארק צו באקענפען.
דערנאך פראבירט דיפירערשאפט צו פאדעקען וואס גייט פאהר ביי זיי, אבער ווי יעדער ווייסט
שוין, סוף כל סוף ווערט די גאנצע וועלט געוואר פון אלעס וואס טוהט זיך אפ, , גלייכצייטיג פראבירט
די פירערשאפט מיטן יוגענט, צו בריינוואשען די יאגענט צו זיין פארגלייבטע חסידים, אבער זייער אפט
איז דאס די גרעסטע טעות וואס זיי האבן געקענט טאהן, די יוגענט וואקסט אונטער און זיי ווערן
קליגער און זיי פאנגען אהן זעהן רדיפות וואס טוהט זיך אפ, און צוליב דעם וואס פון פריער זענען זיי
געווען פארגלייבטע חסידים, ווערן זיי די ווילדסטע זיי שפייען די שטערקסטע זיי שלעפן מיט פיל
אנדערע מיט זיי, ועל כולם די גייסט וואס די גאנצע אפעזיציע באקומט פון זיי איז פיל מאל די כח צו
א מרידה.
ו.
גירוש סקווירא
אבער סקווירא לייקענט אין אלעס אזוי ווי עס איז ארויסגעשטעלט געווארן א בריעף פון ב"ד
קהל און די מוסדות אז מען איז נאר געגאנגען בדרכי שלום מיט ר' חיים אהרן ראטענבערג, אזוי גאר!
איז דען צווינגען בדרכי שלום? איז דען ארויסווארפן קינדער פון די מוסדות דרכי שלום? איז ארויס
ווארפן פון שטעטל בדרכי שלום? אדער איז בערגער'ס סטראשעריי געווען דרכי שלום? ניין ניין! דאס
איז ממאקסימום אלימות, און מער ווי דעם האט סקווירא געהאט די חוצפה צו זאגן פארן פרעסע
]צייטונג עמי [ אז די גאנצע טעם פון נאר האבן איין מנין איז צו פארגרעסערן די אחדות און ברענגען
מער שלום אין שטעטל, שפעטער איז די פירערשאפט אויפגעקימען מיט א בעסערע מהלך
אפצולייקענען אין וואס איז געשען ארויס שיקענדיג בריפען אז עס איז געווען א אומגעלאקעטע ל"ג
בעומר שטיקל,? ווען וועט מען שוין אויף הערן מהפך זיין קערה על פיה, און מפרסם זיין גראבע
שקרים?
און עס זענען דא מענטשן וואס זאגן וואס איז אזוי שלעכט צו צווינגען א משפחה זיך ארויסציען
פון סקווירא, זאל מען זיי זאגן וואס איז געווען אזוי שלעכט ווען די דייטשן האבן געצווינגען די
עסטרייכע אידן זיך ארויסציען פון עסטרייך, און וואס איז געווען אזוי שלעכט פון גירוש שפאניא ווען
מען האט געצווינגען די אידן זיך ארויס ציען פון שפאניא, יעדער ווייסט אז גירוש שפאניע איז געווען א
געפערליכע רשעות קעגן אידן און אזוי אויך איז גירוש סקווירא א געפערליכע רשעות קעגן די אידן
וואס מען פארטרייבט ווען עס קומט זיך זיי נישט.
וועלן אבער די אקסן ווייטער זאגן אבער וואס איז טאקע אזוי שלעכט פון א גירוש, פאר מיר
ענטפערן זיי וועלן מיר געבן א שארפע משל אז עס זאל זיי גוט אריינגיין אין קאפ, עס גייט ארום
שמועות אז ר' חיים אהרן'ס אדוואקאט האט זיך אנגערופן אז ער איז מסכים אפצולאזן די קלאגעס
קעגן די בחור טאמער די רבי שליט"א וועט זיך ארויסציען פון שטעטל, מיטן טענה אז וויבאלד
סקווירא האט שוין געצווינגען אזויפיל משפחות זיך ארויסציען פון שטעטל מסתמא האלטן זיי אז עס
איז נישט אזא שווערע זאך, ממילא איז עס גאר א גוטע אפמאך פאר סקווירא אנשטאטס די שווערע
עונשים וואס די רעגירונג וועט געבן, ווילן מיר פרעגן וועט דען די רבי שליט"א זיך ארויסציען פון
שטעטל כדי צו ראטעווען די בחור פון אפשמאכטן לאנגע יארן אין טורמע, זיכער נישט!
אזוי ווי מען פארשטייט אז די רבי שליט"א קען זיך נישט ציען זאל מען נישט זאגן אז אנדערע
זאלן זיך ציען.
דאס זעהט מען שוין ביי אברהם אבינו אז די צווי פון לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך איז
געווען א שווערע נסיון, עד כדי כך אז חז"ל זאגן אז מען וואלט נישט געוויסט וועלכע נסיון איז געווען
גרעסער די נסיון פון לך לך אדער די נסיון פון די עקידה ווען נישט אז מען דרשנט א פסוק, דאס הייסט
אז מצד די שכל וואלט מען געקענט זאגן אז זיך דארפן אוועקציען פון די וואוין ארט איז גאר שווערער
ווי שחט'ן א בן יחיד.
צודערצו אין סקווירא לייגט מען נאך צו פעפער צום עצם גירוש און מען טוהט ווייטער צאפען די
בלוט דורכן נישט לאזן געהעריג פארקויפן די הויז, חשובע דיינים שליט"א דאס איז רשעות און
אכזריות פון דעם העכסטן דרגא, דאס אנצורופען דרכי שלום איז א געלעכטער ביים גאנצע שטעטל,
די קהילה איז עתיד ליתן את הדין אויפדעם.
ז.
אויך אויפן פירערשאפט דארף ב"ד שולט זיין
אונז ווענדען זיך יעצט צום ב"ד אנצופאנגען טוהן זייער אמת'ן פליכט דאס הייסט זעהן אז מען
האלט איין די תוה"ק, וועט ב"ד פרעגן צודען האבן מיר מתרשל געווען אין דעם, מיר האלטן א
שטארקע אויג אויפן ציבור און ווען עפעס טויג נישט ביי איינער מאכן מיר סדר. אמת ביים ציבור
מאכט ב"ד טאקע סדר אבער עס זענען דא נאך מענטשן וואס ב"ד איז אחראי צו זיין עומד על המשמר
דאס איז די פירערשאפט צו זאל עס זיין די שטוב מענטשן ביים רבי'ן צו די מענטשן אין קהילה צו
ווער אימער, ב"ד דארף ביי זיי אויך מאכן סדר און זיכער מאכן אז זיי פירן זיך בדרך התורה און
טאמער נישט דארף מען זיי מעורר זיין און טאמער זענען זיי ווייטער ממשיך דארף מען זיי צונעמען
זייער פאזיציעס און קנס'ען און זיך פירן מיט זיי ווי מען פירט זיך מיט די אלגעמיינעם ציבור ווען
איינער היט נישט אפ די דרכי התורה.
עס איז שוין הויעך צייט אז מען זאל ברענגען אן עק צו די עוולות וואס די פירערשאפט באגייט,
די אלע וואס שיקען מזיק זיין ממון ישראל דארף מען מרחק זיין פון זייער פאזיציעס און מחייב זיין
צו צאלן פאר די הזיקות און איבערבעטן די וואס זיי האבן מזיק געווען, און אזוי אויך די אנדערע
רדיפות שונות וואס גייט פאר דארף ב"ד ברענגען צו אן עק און שטארק פארדאמען מיט אן אמת
)נישט נאר פאליטעש.
און ב"ד איז מחיוב נאכצופארשן ווער האט געשיקט די בחור אינטערצונדן די הויז ווי מען איז
געשלאפן, דער שיקערס זענען רוצחים, זיי באלאנגען אין תפיסה צוזאמען מיט אלע מערדערערס, זיי
האבן געלאקערט צו הרגענען אידן און חרוב געמאכט א נערישע בחור'ס לעבן. אפילו די גרעסטע רב
וואס האט היתר הוראה פון חת"ס אליינס אפילו די גרעסטע רבי וואס האט א מיליאן חסידים, אפילו
א בנן של קדושים אן אייניקל פון דעם רבי ר' אלימלך, ווער אימער ער זאל נאר זיין, טאמער מען
שיקט הרגענען אידן איז מען א רוצח, אפילו טאמער ער איז פון די שענסטע אידן אין סקווירא.
ח.
שמעו נא דיינים
און די וויכטיגסטע פון אלעמען איז דעם עתיד, מיר וואוינען אין געפאר און ציטערן פון די
התנהגות פון ביז יעצט און ווי עס האט דערגרייכט, מיר ווייסן נישט וואס דעם מארגענדיגע טאג וועט
ברענגען וואס וועט מען מארגן פאדערן און צווינגען און ווער איז די נעקסטע קרבן צו באשטראפט
ווערן, די הפקר יונגען האבן איבער גענומען סקווירא, אונז זעהן פארן אויגן ווי סקווירא ווערט חרוב,
פארוואס זאל דאס זיין, סקווירא איז אזא שיין שטעטל עס איז א באשיידן שטעטל פון איידעלע
מענטשן ת"ח יראים ושלמים חסידים ואנשי מעשה א שטעטל אויסטערליש אין צניעות גמילת חסדים
און צדקה, לעצטענס איז אבער געווארן אן הפקרות און ווילדקייט פון טעראריזם און טאמער עס
וועט ווייטער אנגיין וועט סקווירא צוגרינד גיין לעולמי עד.
לעצטענס האט זיך אויך ליידער אריינגערוקט אין שטעטל א רוח פון רק אין יראת אלקים
במקום הזה, א רוח אז עס מאכט שוין גארנישט אויס נאר ווי געטריי און צוגעשטעלט מען איז צום
פארטיי און די רבי'סטיווע, אז מען איז געטריי צום פארטיי קען מען טוהן וואס מען וויל אפי' עס איז
נישט אויסגעהאלטן ע"פ תורה, וביותר אז מען טוהט עס לטובת די פארטיי איז מען נאך א העלד אפי'
טאמער עס איז אן איסור דאורייתא, אויפן אנדערע זייט אפילו מען איז מדקדק בקלות ובחמורות און
מען האלט אלע גדרי יהדות טאמער מען איז נישט געטריי און צוגעשטעלט צום פארטיי און זייערע
פאדערונגען ווערט מען נאכגעלאקערט און געשטראפט, אויף דעם מצב האט רבי מענדעלע קאצקע
געזאגט אז עס איז א שאד אז די עשרת הדברות איז נישט אריינגעשטעלט געווארן אין צוואת ר"י
החסיד דעמאלס וואלט מען מער נזהר געווען אויף דעם, אין סקווירא האט די עשרת הדברות וויניג
ווערט מען האט עובר געווען אויף זכור את יום השבת לקדשו אין קול ואין עונה, לא תגנוב אין קול
ואין עונה, און די מחאה אויף לא תרצח איז אויך נאר געווען )ווי עס זעהט אויס( א פאליטישע, דער
בחור איז צוריק אין ישיבה אן קיין דאלר קנס אהן א ווערן אויסגעזידעלט, סוף כל סוף די אמת'ע
עקרים זענען געווארן טפלים און עס איז אויפגעקומען נייע עיקרים וואס געפינט זיך בכלל נישט אין
די תורה, און די אופן ווי מען באגייט זיך צו די נייע עקרים איז גאר ווילדער און שארפער ווי פארן
עובר זיין כל התורה "שומו שמים".
חשובע דיינים ראטעוועט אונז און אזוי אויך די שטעטל, עס איז שוין אדארך עטליכע חדשים און
מיר האבען נאכנישט געהערט וואס מיר האבן זיך געראכטן. מיר האבן זיך געראכטן אז מען וועט
ארויסקומען בשער בת רבים און זאגען מיט באקציינער אז פון יעצט און ווייטער וועט זיך אנפאנגען א
נייע מהלך און אלעס וועט גיין מיט ישרות, יעצט איז נאכאלץ א שעת הכושר מאכטס אן אסיפה
כללית און זאגס פארן גאנצע ציבור אז וואס איז געווען ביז יעצט איז א פארגאנגענהייט, רעטס אפען
און זאגטס אז מהיום והלאה וועט מען נישט צווינגען און שטראפן אויף עניני רבי'סטיווע וחסידות,
זאגס אהן די ציבור אז מהיום והלאה וועט מען נישט צו לאזן די הפקרות פון ביז יעצט, זאגס אהן אז
די אלע באהאלטענע קרומע זאכן וועלן זיך ענדיגן און אלעס וועט זיין אפן און גראד בדרך הישר, און
ווייזטס פארן ציבור אז מען האלט ווארט ]ווייל טאמער נישט וועט די אסיפה גארנישט אויפטוהן
נאר פארקערט[. יעצט איז די צייט צו טוישן די אלטע מהלך ווען עפעס איז געקומען צו א סכנה האבן
די תנאים אין אמוראים אויך געטוישט די מהלך.
שעמס ענק נישט פון זאגן אז וואס איז געווען ביז יעצט איז געווען א טעות עס וועט טאקע זיין
שווער יענע מאמענט אבער דערנאך וועט עס זיך לוינען, ווען איינער טוהט עפעס נישט ריכטיג און איז
מודה און בעט זיך איבער ווערט ער א העלד מען זעהט אז ער איז ערליך ער איז מודה על האמת און די
וואס האבן געליטן אטעמען אפ זייער כעס און עס פארלייכטערט זיך זייער שנאה, משא"כ טאמער
מען פארדעקט די אמת און פארענטפערט די עולות מיט נארישע תירוצים און כפירות און שקרים,
דענמאלץ אה"נ מען גייט נישט דורך די שווערע מאמענט פון מודה זיין און זיך איבער בעטן, אבער מען
ווערט אנגעקוקט ווי א שקרן א אוממענטש און די כעס און שנאה ווערט נאר גרעסער.
אל ירך לבבכם האטס נישט מורא זיך אויפשטעלן און אראפלייגן די פיס, דאס איז די חיוב פון
ב"ד, טאמער טוהט מען דאס נישט וועט ב"ד דאפרן געבן דין וחשבון, עס איז שוין פאר גאסען געווארן
פיל אידיש בלוט אין סקווירא שטעטל און ב"ד האט עס נישט צוריק געהאלטען, סקווירא קהילה
האט שוין אומגליקליך געמאכט הונדערטע אידען אנשים נשים וטף, געדענקס קול דמי אחיך צועקים,
געדענק עס איז דא א באשעפער אויפן וועלט, מנהיג לבירה, ממילא אל תדמי בנפשכם להמלט כי אם
החרש תחרישון את ובית אביך תאבד, אבער חוץ פון דעם יעצט איז נישט דא וואס מורא צוהאבן די
ציבור ווארט אויפדעם און מען וועט שטיין אונטער ב"ד און נישט לאזן די באנדיטן שטערן ב"ד.
דער אויבישטער זאל העלפען אז עס זאל גרינגעהייט קענען אדארך געפיהרט ווערן און אין דעם
זכות זאל אראפ גיין די חרון אף פון אלע פארגאנגענע רדיפות, און מיר זענען זיכער אז דאס וועט נאר
ברענגען גוטס, די בייזקייט פון די מענטשן וועלן בארואיגט ווערן און די אפעזיציע וועט בטל ווערן פון
זיך אליינס, מען וועט שוין נישט זיין אנגעווייטאגט אויפן רבי'סטיווע, און סקווירא וועט בליען אויף
א אופן וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען.
וועד להצלת תושבי סקווירא