בית פורומים אידישע געדאנק

עקספלאשין! טעראר אין סקווירא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/11/2010 05:12 לינק ישיר 

סקווירא בני יואל האט געלערערט 24 רעדער פון די טרעילער וואס פירט די פארענטשעס

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2010 17:42 לינק ישיר 

k

איך גיי נישט ענטפערן דא אויף אלע תגובות פון בעל שיטה, ווייל פון זיינע ערשטע פאר תגובות זעט מיר אויס דא ווי ער איז דירעקט געשיקט געווארן פון די בעלי זרוע דארט אין סקווירא, צו טרייען זיי צו פארענטפערן. און דעריבער גיי איך מיך נישט ספראווען מיט אים. (און אויב האב איך געמאכט א טעות, בעט איך אים שוין מחילה).

יעצט אזוי. די וואך ביי די וואוטס - מען האט עס שוין דערמאנט דא, אבער איך שרייב עס נאכאמאל - האט זיך שוין אנגעזען די פירות פון די טעראר. אין א קלארן מעסידזש, וואס די "צוויי מחוצפים" האבן געשיקט פאר קהל, האבן זיך איבער צוויי הונדערט מענטשן אפגעהאלטן פון וואוטן בכלל, און איבער הונדערט מענטשן, האבן געוואוט דוקא פארקערט (איך האב נישט געקענט מברר זיין די קלאר נומערס, איך האב געהערט נומערס צווישן 104 און 153, און איך מיין עס איז נישט באמת קיין נ"מ פונקט וויפיל, ווייל אפיל 104 איז בערך 15 מאל מער ווי סיי ווען אימער אין סקווירא.

איז דאס אלזא געווען א שטילע מעסידזש צו די חברה, אז זיי זאלן האלטן די הענט ביי זיך. איך ווייס נישט ווי לאנג די מעסיזשעס וועלן בלייבן שטיל, ווייל ביז היינט האט מען אין סקווירא נישט געהערט פון פעטש און שטיינער ווארפערייען און פענסטער ברעכערייען, דעריבער האט טאקע דער ציבור (כמובן די וואס זענען נישט צופרידן) געליטן און געשוויגן. יעצט אבער אז "זיי" הייבן אן נוצן דעם שפראך, די ידיים ידי עשו, מיין איך אז עס וועט נישט דויערן לאנג ביז די "מחוצפים" וועלן זיך אויסלערנען דעם שפראך פון די בעלי דרך ארץ, און זיי וועלן אנהייבן ענטפערן אין א שפראך וואס זיי פארשטייען.

פאר די אלע וואס שרייען אז גאנץ סקווער איז פארגלייב אין רבין און לאוון דעם רבין אהבת אמת, און ווילן נאר זיך לאזן טרעטן אונטער זיינע שטיוול באהבה ויראה ברתת ובזיעה. פאר די אלע האב איך איין ווארט, עס קען זיין "נאאיוו" עס קען זיין "שמאל קעפיג", עס קען זיין "בלינד" אדער פשוט "אומוויסנד".

סדנא דארעא חד הוא, און דאס וואס מענטשן אין ק"י אדער אין אנדערע מקומות האבן נישט ליב, דאס זעלבע האבן מענטשן אין סקווירא נישט ליב. און ווער עס חלומ'ט אז צווישן צוועלעף הונדערט משפחות איז נישט דא ווער ווי "צוויי" אדער אפילו "צוואנציג" וועלכע זענען אויסגעשפראכן קעגן די הנהגה, דער לעבט טאקע אין חלומות. אזא זאך איז גארנישט במציאות.

אבער דאס איז געזאגט געווארן נאר פאר איינער וואס ווייסט נישט, אז ער קען זיך דאס אליינס משער זיין. אבער אזוי ווי איך ווייס דער מציאות, קען איך רעדן פון אמת'דיגע נומערן. און לפי די נומערן פון די "הויכע פענסטער" אליינס, שטייט די נומער ביי שרעקעדיג הויכע פראצענטן. און טאקע דערפאר ציטערן זיי דערפאר פון פון א בייזן רוח, און זוכן פארלוירענערהייט מיטלען וויאזוי דאס צו סטאפן (פאר סאם ריזען ווילן זיי נישט הערן די פאר רואיגע מענטשן וועלכע געבן זיי פיל בעסערע עצות).

זיי האלטן זיך בייי זייערס אז נאר פארטרייבן די חברה מיט געוואלד וועט ארבעטן. אבער וואס זיי פארגעסן איז אז ביז די חברה וועלן גיין, וועלן זיי אליינס אנמאכן צוואנציג נייע חברה אזעלכע.

אדרבה, גלייבט מיר נישט, און קוקט אדורך דעם נארישן קינדישן פאשקעוויל וואס איז געווען געווארפן אין שטעטל די טעג. (וואס מען האט שוין דא ארויפגעשטעלט. און יא, אויב ווארפט מען עס אויס אין שטעטל פאר צוועלעף הונדערט משפחות און אפאר הונדערט בחורים צו זען, און מתיר צו זיין זיין בלוט, מעג מען עס דא אויך ארויפשטעלן). און טריי צו ליינען צווישן די שורות.

קודם האבן די חברה דא גע'טענה'ט אז מען רעדט נאר פון צוויי מענטשן. "צוויי" אפילו נישט איינס מער. אלע אנדערע 1198 משפחות גייען אין פייער פארן רבין, און אויך אקעגן די מחוצפים. פארשטייט זיך אז עס איז נאריש אזוי צו טראכטן. פונקט ווי אין יעדע קהילה ווען עס איז דא א מחוצף וואס שטעלט זיך ארויס ברבים קעגן די הנהגה, האט ער זייער אסאך שטילע חיזוק, יא, נישט יעדער איז גרייט זיך ארויסצושטעלן, אבער ווען עס מאכט זיך אזא איינער האט ער זייער אסאך חיזוק פון גאר אסאך מענטשן, עס איז נישט מעגליך אנצוגיין אן דעם. נאר די חיזוק וואס זיי באקומען העלפט זיי גיין ווייטער.

אבער למעשה, גיט א קוק אויף דעם פאשקעוויל. פלוצלינג איז דא א דריטער מענטש. סאו מען רעדט שוין נישט פון צוויי. יעצט וועלן זיי זאגן אהה, מען רעדט נאר פון דריי. און ווען איך וועל געווארן ווערן פון א פערטן וועלן זיי זאגן טאקע, אבער נאר פיר. גיוו מי עי ברעיק.

אבער א ווארט וועגן דעם אינגערמאן אקעגן וועם דער פאשקעוויל איז געצילט. ערשטנס, ווער עס קען דעם משפחה נאמען און ווייסט עפעס וועגן סקווירא, ווייסט אז די "גאנצע משפחה" פון אונטן ביז ארויף זענען ריין סקווירא, טאטעס זיידעס באבעס פעטער מומעס קאזינס און אייניקלעך, אלעס סקווירא. דאס מיינט אז מען רעדט דא פון די שענסטע משפחות אין סקווירא.

און דער אינגערמאן אליינס אז א עכטער חסיד, ערשט ביז לעצטענס פלעג ער מאכן די גראז און ביימעלעך אינדרויסן פון רבי'נס הויז "בחינם" (ער האט א ביזנעס פון דעם, אבער פארן רבין האט ער נישט גענומען קיין געלט. איי פארוואס באצאלן זיי טאקע נישט, זאל נאך א היימישער האבן פרנסה, נו גיי פרעג קשיות), אבער דערנאך האבן זיי אים אנגעהויבן פייניגן און געטרייט אונטערצוברענגען א זייטיגע פרנסה זיינס צוליב נארישע איינרעדענישן (וואס וער עס ווייסט פון וואס איך רעד, קען לאכן א גוטס אויף דעם).

אזוי סטעפ ביי סטעפ האבן זיי אים געצוואונגען צו ווערן א מתנגד. אבער למעשה היינט האלטעס ביי דעם אז ער האט אויפגעהערט צו דאווענען אין דעם נוירסינג האום,  ער גייט ארויסמופן פון סקווירא (ער קען דאס נישט טון איבערנאכט, אבער ער גייט מופן, דאס איז שוין געווען געהעריג אפגעמאכט נאך פארן ברעכן די פענסטער) און ער טוט מער גארנישט וואס עס קען זיי אויפרעגן.

מיט דעם אלעם האט מען אים אויסגעבראכן די פענסטער, פאשקעוויליזירט, און ארויסגעווארפן די קינדער פון מוסד אויף גאר א מבוזה'דיגן אופן, "נאך דעם וואס מען איז געווען ביי די דיינים און אפגעמאכט קלאר אז מען גייט "נישט" ארויסווארפן די קינדער". און די דיינים האבן דאס מודיע געווען אין מוסד. אבער די היץ קעפ פארשטייען בעסער ווי די דיינים, און פאקטיש פאלגט מען זיי מער ווי די דיינים (אפשר ווייזט דאס אויך אז די חברה ווייסן וואס די דיינים האלטן באמת).

 און יעצט גיב א קוק אויף א קליין שורה'לע אויף דעם פאשקעוויל וועגן דעם שווער פון דעם אינגערמאן.

ווער עס ווייסט פון וועמען מען רעדט, ווייסט אז מען רעדט דא פון די עידית שבעידית וואס סקווירא פארמאגט, פון די טאפ אידן וואס געבן פאר סקווירא דעם אימעזש פון דעם פארצייטישן חסיד'ישן הויף, אזעלכע וואס עס קומען שוין נישט צו היינט "אפילו אין סקווירא". א איד מיט וועמען סקווירא האט זיך - ביז נישט לאנג צוריק - געגרויסט מיט אים. אזא איד וואס זיינע שיחת חולין חברים אין סקווירא זענען די וואס אנדערע מקומות זענען נאך מקנא. (גלייבט מיר נישט, פרעגט זיך אביסל נאך. אביסל איז גענוג, ס'פעלט נישט אויס אסאך).

און אט אויף דעם איד, שרייבן זיי אליינס, אז ער לאכט און חוזק'ט אפ פון דעם צדיק. נו, האב איך נאך עפעס מוסיף צו זיין אויף דעם. אז ער לאכט און חוזק'ט אפ, אויף אזוי ווייט אז די טיפשים פאשקעווילן שרייבער ווייסן דאס, ווייסן דאס דאך אוודאי זיינע ידידים, די עלטער אידן, און עלטערע אינגעלייט, וועלכע האבן זיך נאך געווייקט ביים רבין ז"ל, און זיי האבן אים נאך נישט ארויסגעווארפן, אדער אויסגעשלאסן פון זייער חבורה.

ואם בארזים נפלה שלהבת, אז מה יאמרו אזובי הקיר.


תוקן על ידי המהדרין ב- 10/11/2010 18:00:58




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/11/2010 22:05 לינק ישיר 

דער פאשקעוויל אנקעגען דעם יונגערמאן וואס בויסקווער מיט זיין לייכטזיניגקייט ברענגט אראפ האט מיר געהאלפען פארשטיין דער מאמר חז"ל אז שלמה המלך איז געווען חכם מכל אדם אפילו מן השוטים.... וואס איז שווער צו זיין קלוגער פון א שוטה ? נאר אדורך ליינענדיג דעם צעטיל זעה איך אז ענטפערען פאר אזעלכע שוטים איז אזוי שווער און איז אזא געוואלדיגע חכמה וואס איך קען נישט באווייזען.....מיינען זיי ערליכקייט מיט אידישקייט? זיי פארשטייען נישט א מענטש וואס מען האט אים אויסגעשאסען דו פענסטער פאר מען האט גערעד נארמאל צו אים אז ער ענטפערט איך וועל עס איבער קלערען?[אויב ער האט אזוי גענטפערט] ווער האט אים געווארענט וועגען ארויס וארפען קינדער ? נישט דו מוסד! נישט דו קהילה! סתם א צולאזטע חיה א יונגערמאן א מחריב פון סקווער מיט זיין טעראר! זיי האבען געשיקט א בריוו ? אך! זיי האבען געווארפען א פאשקוויל דאס מיינט א בריוו ביי זיי.... ער טאר נישט רעדן מיט א סעקראטערי וואס האט ארויסגעווארפען זיין טאכטער און פארלאנגען מען זאל צוריק ריפען? ער מעג נישט מטכס עצה זיין מיט זיין שווער וויאזוי צוריק צו שטעלען זיינע קינדער אין מוסד? זענט עטץ משוגע? ווער זאגט ער העצט זיין ברודער? ער דארף פארשטיין אז מען דארף אים טערעראזירען .... גאנטץ סברהדיג... מען הערט אים נישט רעדן אויף דער דיין! וואס מישט מען דא אריין זיין שווער?! וואס איז מיט זיין נאמען?

איך האב מקובל פון דער באבע ע"ה אז ווען איך פרעג איינעם וויפיל איז 1 + 1 און ער ענטפערט 6  קען מען אים טרייען צו אויף ווייזען אבער אויב ענטפערט ער 1+1 איז = געבראטענע פלייש טענה נישט מיט אים... ביי דעם פאשקעוויל איז 1 + 1 = לאקשען מיט קרויט......עס איז א שאד מיינע ווערטער....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/11/2010 22:23 לינק ישיר 

גביר א



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/11/2010 23:03 לינק ישיר 

  אדער אינסיידער ווי איך ריף דיךSKVERSHTAT

"די נאכט פאר די גרויסע וואלן האב איך ארויף געלייגט אן הארצרייסענדע בריעף וואס איינער פון די תושבי השיכון   האט אריינגעשיקט צו מיין אימייל." ביטע מאך נישט חרוב דיין טראסט ביים עולם , קיינער וועט דיך נישט גלייבען אז מען האט עס דיר געשיקט יעדער וועט טראכטען אז דו האסט עס אליין געשריבען ..... סא אפילו אויב איינער האט עס דיר טאקע געשיקט שרייב עס נישט ווייל דער עולם וועט דיר נישט גלייבען.

"איך האב עס דייקא נישט געוואלט ארויף לייגן דא אין די פארעם וויסענדיג וואספארא חורבן דאס קען נאך אנמאכען אין שטעטל, האב איך עס ארויף געלייגט אויף א נייעם פארעם האפענדיג אז ס'וועט נישט האבן קיין השפעה אויף מער ווי 25 מענטשען, צו שיקען א שטילען שטיקעל מעסעדש צו די הנהגה..."

געב א קיק עס איז נישט פון דו י"ג עיקרים און איך בין נישט מחויב צו גלייבען פאר קיין האלבע רגע אז א מענטש וואס האט פיינט דו הנהגה פון סקווירא אזוי ווי דיר , א מענטש וואס איז גרייט זיי צו באשמיצען אויף דעם אינטערנט און אפילו דעם רבין פערזענליך האט געוואלט נאר אפטאן אביסעל און נישט קיין סאך ..... פארקויף דיינע ליגענטס אין חעלעם .....דארט האסטו טשאנסען

"די אלט/ניי מאוומענט "שטארקע הנהגה" אין שטעטל" אלט/ ניי דערמאנט פון דער שול און פראג וואס האט עס אהער?

לאמיר איבערחזרן רוב סקווער וויל א הנהגה געפירט ביים רבין אסאך מענטשען האבען געוויסע טענות אבער נאך אלטץ ווילען זיי א הנהגה .... עס זענען אויך דא מענטשען וואס פילען אז עס איז נישט אזוי וויכטיג אזא שטארקע הנהגה..... אבער דו פירערס פון דו פלאטץ האלטען אז עס איז יא וויכטיג.... דאס זענען דו פאקטען פון דער זאכען .... מיט דיין צינישקייט פון איבער חזרן דו ווערטער שטארקע הנהגה מאכסטו סתם חוזק אבער אן קיין שום ערענסטע נקודה אין דעם.

"פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א זיצונג אין הויף [בחצר הקודש], ווי ס'איז אויסגעליפטערט געווארן פארשידענע געדאנקן צו פארשטיין וואס האט צו געברענגט צו דעם מצב אז גארנישט רוקט זיך נישט אין שטעטל, ביז מען איז אנגעקומען צו דעם החלטה אז די סיבה איז... ווייל מען האט נאך געלאזט פון די שטארקע הנהגה די פארלאפענע צען יאר!"

לויט מיינע ידיעות איז אזא זיצונג נישט געווען..... וואס הייסט גארנישט ריקט זיך נישט ? דער חינוך סיסטעם ווערט בעסער. דער כספי חלק פון דער מוסד פארט... דער כולל ווערט מסודר .... מען זעהט פירות אויף יעדער פעלד ... וואס ריקט זיך נישט? ווער האלט מען האט נאך געלאזט פון דער הנהגה? זיי ווילען נישט , האבען נישט , גייען נישט, נאך לאזען דו הנהגה קיין כי הוא זה .... דו איינציגע זאך וואס איז געשעהן און גייט געשעהן ווייטער ווען אלע רוחות גייען זיך בארואיגען , אז דו הנהגה ברייטערט אויס געוויסע זאכען און פארשטייען מער דו געברויכען פון מענטשען ווי מען זעהט ביי דו קעמפ פאר מיידלאך ....און נאך אסאך דוגמאות ווי ווען עס איז רואיג קענען זיי פארשטיין דעם צורך הזמן ..... חוצפה ברענגט נישט קיין גוטס פאר קיינעם.

"ווען נאך האט מען ארויס געוויזן אזויפיל שטארקע הנהגה ווי אין די פארלאפענע צען יאר," שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך. קיין היסטאריע פון סקווער זעה איך קענסטו נישט .... נא... וועל איך רעדען דעם נושא מיט א צווייטען.

"ווען האט מען איין געפירט מענער און פרויען זייט?" רוב שטאט וויל דעם גדר צניעות און גדולי ישראל זענען דאס זייער מחשיב... ביזט נישט מחשיב קיין ערלעכקייט ? איך וועל יעצט מפסיק זיין און צוריק קימען צו דער המשך פון דער בריוו וואס איינער האט דיר געשיקט שפעטער....

 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2010 01:24 לינק ישיר 

גביר אדיר זאגסט גוט . נאר מיר קוקט בעל שיטה נישט אויס צו זיין פון די קהילה ער קוקט מיר ענדערש אויס ווי א טיפיקל תמימותדיגע סקווערע וואס איז נאך ביזדערווייל אביסל צו שטארק פארגלייבט אינם רבין אז ס'גלייבט זיך עם נישט ער אליינס(אדער די הנהגה ווי ער ריפט עס ) זאל אינטערשיקן די טעראריסטן נאר ס'ענדערש אפאר היץ קעפ , ער נעמט נישט קיין קלארע צד כמנהיג סקווירא נאר קריטיקירט ביידע זייטן , מאכט זיכער צו קאמפלימענטירן שיין יעדן דא אין פארום וואס ער פליקט אריין, וכו' מיין מיינונג, אויב ס'איז איינעם אינטרעסאנט, איז, אז מקען נישט צו גיין צו א עלטערע יונגערמאן וואס האט שוין משפחה אין קינדער און איז עסטעבלישט אויף א פלאץ אלע יארן, גיי פיץ דיך אפ ווייל ער האט די שרעקליכע חוצפה פון ארויסשפאצירן פון הייליגן שטעטל יעדן שבת צו גיין דאווענען אין עפעס א נוירסינג האום, ס'איז דאך א הימל שרייענדע עוולה , כמעט אזוי הארב ווי די ג' עבירות אז בזמן הסנהדרין וואלט ער באקומען סקילה ( ספאלט מיר יעצט איין א חקירה וואס איז די עוולה די גיין דאווענען ערגעץ אנדערש אדער נישט דאווענען מיטן הייליגן רבין, די נפקא מינה וועט זיין אויב איינער דאווענט ביחודות צו מ'וועט עם אויך מעגן טעראריזירן, מדארף אפשר בודק זיין טאקע וואס די הנהגה טוט אין אזעלכע פעלער , לכאורה ווערט ער א קם ליה בדרבה מינה אויפן נישט דאווענען מיט מנין) פון די אנדערע זייט קענסטו אויך נישט צווינגען א נארמאלע מענטש צו דאווענען אין משוגענע שעות , מילא ווען זיי עפענען א צווייטע מנין אינם הייליגן שטעטל איז דאס טאקע א חוצפה (נניח) אבער ארויסשפאצירן אויסערן שטעטל צו א מנין וואס עקזעסטירט במילא , פארדעם טעראריזירן ? מה קאלאראש ? פארדעם האב איך קודם געהאלטן מיט די מתפללים אז מ'דארף ווייטער אנגיין ץ דאס איז אלטס ביז מ'האט געזען געזען מיט וועם מ'האנדלט, אבער אז ס' האלט שוין אזוי אז מ'הערט נישט אויף טעראריזירן און די קינדער פליען פון די מוסדות (וואס זיי זענען גארנישט שולדיג) מיין איך אז לעת עתה זאל מען אויפגעבן אין שטילערהייט ארבעטן אויף א אייגענע מוסד וכו' און ווען די צייט וועט זיי רייף זיך נעמען דערצו ו איך האב נאר אביסל רחמנות (אפי' די בי"ד מאכט חוזק פון דעם אין זייער פאשקעוויל) פון די אלטע יודן וואס האבן זיך מחיה געווען אז אפאר יונגעלייט דאווענען מיט מיט זיי און די מנין האט אביסל אויפגעלעבט אבער יעצט בלייבן זיי נעבעך אויסגעשפילט ( אפשר קען די הנהגה אליינס אראפשיקן יעדע וואך אפאר יונגעלייט מיט א ספעציעלן פערמיט .אז זיי מעגן דארטן דאווענען , פארשייט זיך מען וועט נאר שיקן אזעלכע וואס זענען גענוג פארברענטע חסידים אז זיי וועלן נישט ח"ו פארכאפט ווערן דארט אין קיין מינות און עסקים וועט זיי גארנישט שאטן צו יודישקייט ( אפשר אז די רבי אליינס וועט זיי הייסן אהינגיין וועט דאס זיין א בחינה פון א עבירה לשמה ) פ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2010 01:26 לינק ישיר 

איך האב נישט באמערקט פריער בעל שיטה ' ס נייע תגובה איך האב שטארק הנאה פון דיין באבעס קבלה ס'איז א שטארק ווארט אבער למעשה זע איך אז ציביסלעך גייסטו מער און מער אריבער פון די זייט פון די הנהגה צו די זייט פון די מתפללים האסט אנגעפאנגען מיט די הנהגה טוט נישט גארנישט ס'נאר אפאר ליידיגייערס אריבער צו מדשתקי שמע מינה דניחה ליה און יעצט האלסטו שוין ביים דירעקט באשילדיגן די הנהגה

תוקן על ידי מיניווען ב- 05/11/2010 01:42:05




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2010 01:27 לינק ישיר 



תוקן על ידי מיניווען ב- 05/11/2010 01:38:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2010 01:28 לינק ישיר 

איך פארשטיי נאר נישט ענקער גרויסע שמחה אז 200 מענטשן האבן נישט געוואוט בכלל אין 100 קעגן , לאמיר מאכן א חשבון אין שטעטל וואוינען בלע"ה 1200 1 משפחות וואס דאס איז לפחות 5000 וואוטערס (מאן, ווייב און בחורים ) דאס מיינט אז צוויי הונדערט איז קנאפע 8 פראצענט דאס מיינט אז 92% האט יא געוואוט וואס דאס איז א געוואלדיג גרויסע ווייטער פון דעם איז געעווען הונדערט קעגן וואס דאס איז ניטאמאל א האלבע פראצענט וואוטס און עס בלייבט נאך אלץ איבער איין און ניינציג פראצענט פאר די וואס די קהילה האט געהייסן וואוטן און די פאלעטישענס וועלן זיך נאך אלץ שטארק רעכענען מיטן ווילעדזש

תוקן על ידי מיניווען ב- 05/11/2010 01:53:42




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2010 01:32 לינק ישיר 

טעות

תוקן על ידי מיניווען ב- 05/11/2010 01:45:20




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2010 01:48 לינק ישיר 

בעל שיטה איר דארפט טוישען אייער נאמען צי בעל חימה.

 איך גיי מיר אויסדריקליך זיך שטעלן דא מיט דיר אין א ויכוח און זיך פארענפערן דא אויף שורה ביי שורה עס גייט מיר נישט קיין טראפ אן וואס די גלייבסט יא אין וואס די גלייבסט נישט. (איך האב נישט געוויסט אז די האסט רוח הקודש צי וויסן וואס קיינער גלייבט נישט).

לאמיר דיר קודם מסביר זיין א נקודה ס'איז פונקט אזוי ווי די מוסלומענער וואס האבן א מצוה צו זאגן ליגענט כדי צו פארקויפן זייער מוחאמעד... ווען איך מיט boyskver און גביר אדיר שטעלן זיך דא פארציילען וואס ס'גייט פאר בחדרי חדרים ווייסטו שוין אליינ'ס וועמען די גאס קויפט אפ.

איך וויל דא נאר אנרירען איין נקודה וואס די האסט געשריבן...

די שרייבסט: "וואס הייסט גארנישט ריקט זיך נישט ?" אין די ברעינגסט א גאנצע ליסט מיט זאכן וואס האבען זיך כלאמפישט געריקט די לעצטע פאר יאר.

בעל שיטה ווען האסטו געטוישט דיין נאמען פון "בעל שיטה" צי "בעל שוטה?" ווייסט וואס נאך ריקט זיך? קארן!!! אבער מען רעדט דא נישט פון קארן! מען רעדט פון די מנין וואס גייט שוין אן פון ר"ה. אין זיי האבען שוין געטרייט אלע מיטלען צו בטל מאכן די מנין אין די מנין איז נאך דא. איז נאך אמאל, וואס ריקט זיך?!?!

יעצט לאמיר צונעמען יעדע זאך באזונדער:

"דער חינוך סיסטעם ווערט בעסער." זאג מיר ווי אזווי? ווער געדענקט דען נישט ווען סוכות תשס"ח האט די רבי געהאט א לענגערע אונטערוויאו מיט די משפחה [וואס אגב ווי שטארק האט דאס ווי געטוהן די עלטערע חסידים די גאנצע פירסומת] און פארציילט אז אין סקווירא איז נישטא די פראבלעם פון פירות הנושרין וד"ל, יא דעמאלס זענען זיי נאך געווען באהאלטען אין ישיבה, יעצט וואס מען האט זיי ארויסגעווארפן אויפן גאס זעהט שוין יעדער איינער אז ליידער אונז האבן מיר די גרעסטע פראבלעם אין די ענינים, ביזטו בלינד צו דעם פאקט אז בחורים וואס וואלטען געדארפט זיין שבת ביים דאווענען לעבען זייער טאטע שטיין אינדערויסען אין דאווענען נישט קיין ווארט. איז ווי ווערט אונזער חינך בעסער???

"דער כולל ווערט מסודר" פונקטליך וויאזווי? פרעג וועלעכע כולל יונגערמאן די ווילסט נאר מען צאלט שוין נישט פאר איבער א יאר זייער ארעמע שכירות!! מען האט אפילו בטל געמאכט די תקנה אז ביז צוויי יאר נאכן חתונה מוז מען לערנען אין כולל. ווייל עס איז נישט דא קיין געלט!!! דאס איז וואס די רופסט מסודר??? דאס מיינט אז דער "דער כספי חלק פון דער מוסד פארט"???

"מען זעהט פירות אויף יעדער פעלד" איך האב דיר געזאגט 3 פעלדער וואס מען זעהט ליידער נישט קיין פירות, זאג די מיר ווי מען זעהט יא? הלואי.

"רוב שטאט וויל דעם גדר צניעות און גדולי ישראל זענען דאס זייער מחשיב" איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט דעם, מיין פראבלעם איז אויב איר גייט אזוי פאר קדושה דעמאלס פארוואס האט מען געבויט א חתונה זאל 5 פיס אוועק פון די חדר. ווען עס איז דא דארטען האלב געמישטע חתונות וואס די איינציגסטע מחוצה איז קליינע ביימערליך? ווען קינדער קיקען ארויס פונעם חדר פענצטער קענען זיי זעהן ווי די מאדערענע יודען צו חיבוק'ן און נישוק'ן זיך אויפען גאס לעיני כל. אוי וויי מי יגלה עפר מעיניכם גדולי ישראל... איז דאס דעם גדרי הצניעות פון וואס די רעדסט? אדער ווען ה.ב. האט מעלעסטעט 10'דליגע קינדער אין דעם רבי'נס הויז פאר 20 יאר צייט, אדער די אלע מלמדים וואס האבען געטאטשט קינדער איז דאס אויך אריינגערכענט אין צניעות???

ביטע סטאפ צו פארקויפן בלאניס פאר די גאס ווייל דאס אלעס איז דברים ידועים פאר יעדעם איינעם!!!

ב.ד.וו. פאר ענטפערט ביטע אלע אנדערע פראבלעמען פון וואס דער בריעף רעדט, וועל איך זיין געצווינגען מער ארויס צו שרייבן פון וואס מען רעדט!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2010 18:25 לינק ישיר 

מורי ורבותי! איך קען פארשטיין אז מ'איז אנגעווייטוגט אויף קהילה פירערס און אפילו אויף א מנהיג ישראל, אבער צו נוצען ביליגע, נידריגע און געמיינע אויסדרוקען אויף א מנהיג ישראל איז א שפיל מיט פייער, נישט קיין חילוק צו דאס איז די סאטמאר'ע רבי'ס צו באבוב'ע רבי'ס אדער דער סקווער'ע רבי, א.אוו.

 

ר' יוחנן'טשע מראכמיסטריבקא זצ"ל האט אמאל געזאגט, ווען מיין טאטע דער טשערנאבילער מגיד איז נפטר געווארן האבן זיך די קינדער צוטיילט מיטן טאטע'נס מידות האב איך געוואלט נעמען דאס גארנישט האט מיך איינע פון די ברודער אויסגעכאפט בין איך טאקע געבליבן מיט גארנישט.

 

איינמאל קומענדיג אין א געוויסע שטאט האט מען אים געמאכט א גרויסע קבלת פנים, איז דארט געווען א גרויסע גביר א מחוצף און ער פרעגט פון ר' יוחנן'טשע מראכמיסטריבקא זצ"ל, דער רבי זאגט דאך אז ער איז גארנישט, האט ר' יוחנן'טשע מראכמיסטריבקא זצ"ל אים געענטפערט ביסט גערעכט איך בין טאקע גארנישט אבער אויב פון הימל האט מען צוגעפיהרט אז איך זאל זיין א מנהיג בישראל זאלסטו זיך היטן פון מיר.

 

אויב פון הימל האט מען צוגעפיהרט אז די רבי'ס זאלן זיין מנהיגים בישראל דארף מען זיך היטן פון זיי.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/11/2010 19:50 לינק ישיר 

גביר, ביטע קוק אין דיין תיבה פרטית.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2010 19:51 לינק ישיר 



תוקן על ידי Shvoger ב- 05/11/2010 19:54:29




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/11/2010 22:23 לינק ישיר 

פאר אלעס וויל איך זיך אנטשולדיגען פאר SKVERSHTAT

אויף מיין לעצטע תגובה ..... איך וואלט דיך נישט געדארפט אפשטעלן אויף מינדערוויכטיגע ענינים ווי למשל צו דער בריוו איז געשיקט וכולו. ווען דו האסט געשריבען אז גארנישט רוקט זיך האב איך פארשטאנען אז דו רעדסט בכללות און לאו דוקא וועגען דער מעשה ..... ווען איך שרייב אז דער חינוך ווערט בעסער האב איך אוודאי נישט גערעד פון דו בחורים און דו פירות וואס דו רעדסט.... דאס איז הארטץ רייסענד!!! און איך ווייס אז דו קהילה האט א חלק אין דעם חורבן מיטען שטערען געוויסע זאכען וואס מען האט געוואלט טאן צו העלפען דו בחורים . איך האב גערעד פון דו תלמיד תורה וואס האט געמאכט פארשריט לטובה אין דו לעצטע פאר יאר. לגבי דעם כולל האבען זיי אויף גענימען א וועד פון געלונגענע יונגעלייט וואס ארבעטען אוועקצושטעלען דו כולל פאר דעם לאנג טערם.

אבער איך וויל עפעס פארשטיין, וואס איז דיין ציהל? דו ווילסט אויפרעגען מענטשען? ווילסט צעברעכען בכלל דו הנהגה? [דאס איז לכאורה נישט מעגליך און איך מיין אז רוב סקווירא וויל דאס נישט] מיין ציהל איז אז זיי זאלען נישטצולאזען קיין טעראר אויף דו איינוואוינער און זיי זאלען נעמען אחריות אויף דו זאכען וואס זיי ווילען און פארלאנגען.... עס דאכט זיך מיר אז איך וויל וואס רוב שטאט וויל..... רעדענדיג מיט מענטשען זעהט מיר נישט אויס אז מענטשען וואלטען געוואלט דו גאנטצע הנהגה זאל צופאלען . מיינסט אנדערש? דיינע שרייבערייען זענען ארים געגאנגען ווי א פאשקעוויל אויפען רבין אין סקווירא ... וואס פארדינט מען פון דעם מער ווי מאכען טערעריסטען ווילד און צעמישען דו מוחות פון יונגע בחורים...... ווען דו שרייבסט טראכט וואס דו ווילסט אויף טאן וואס דו קענסט שאדען מאכען ......איך וויל איין זאך . זיי זאלען פארדאמען און אפשטעלען טעראר בכל תוקף און מהיום והלאה האנדלען מיט זאכען רעספאנסעביל..... איך גלייב נישט אז מער פון דעם איז א רעאליסטישע זאך צו צילען!

אויב דו האסט באמערקט האב איך שטארק פארדאמט און אוועקגעמאכט דו פאשקעוויל פון דו טעראריסטען אויף דעם יוגערמאן אבער איך מיז זאגען אז דיין פאשקעוויל אויף דער הנהגה ברענגט נישט קיין שום טובה פאר דעם פלאטץ לעניות דעתי..... האסט א גיטע פעדער און ניץ עס לתועלת און נישט לקלקל. הצלחה

יעצט צום גביר אדיר

" די וואך ביי די וואוטס האט זיך שוין אנגעזען די פירות פון די טעראר. אין א קלארן מעסידזש, וואס די "צוויי מחוצפים" האבן געשיקט פאר קהל, האבן זיך איבער צוויי הונדערט מענטשן אפגעהאלטן פון וואוטן בכלל, און איבער הונדערט מענטשן, האבן געוואוט דוקא פארקערט (איך האב נישט געקענט מברר זיין די קלאר נומערס, איך האב געהערט נומערס צווישן 104 און 153, און איך מיין עס איז נישט באמת קיין נ"מ פונקט וויפיל, ווייל אפיל 104 איז בערך 15 מאל מער ווי סיי ווען אימער אין סקווירא." אמת ויציב דו מעסעדזש איז זייער קלאר: מיר ווילען נישט מען זאל צולאזען קיין טעראר ביי אינז אין שטאט!!! איך טענה א גאנטצער צייט אז רוב סקווער איז קעגען טעראר און אז זייער ברוגז אויף דער שווייגעניש וואס האט איינגענימען דעם קהל. איך האלט נישט אז דו וואויטס איז ספארט פאר דו פרידוואלט דאווענערס . עס איז נאר א הודעה :אויב דו לאזט צו טעראר האסטו מיר פארלוירען!!!

"פאר די אלע וואס שרייען אז גאנץ סקווער איז פארגלייב אין רבין און לאוון דעם רבין אהבת אמת, און ווילן נאר זיך לאזן טרעטן אונטער זיינע שטיוול באהבה ויראה ברתת ובזיעה. פאר די אלע האב איך איין ווארט, עס קען זיין "נאאיוו" עס קען זיין "שמאל קעפיג", עס קען זיין "בלינד" אדער פשוט "אומוויסנד"." קיינער האט דא נישט געטנהט קיין מקצת מן המקצת וואס דו האסט געשריבען.... ווער זאגט אז גאנטץ סקווער גלייבט אין רבין? ווער זאגט מען וויל זיך לאזען טרעטען אינטער שטיוועל? דאס צו זאגען איז טאקע שמאלקעפיג אדער אן אנדערע לשון פון דער ברייטע אויסוואל וואס דו שטעלסט צו בטוב לבך.... ווער האט דערמאנט איינמאל דעם ווארט "גאנטץ" סקווירא .... בלאז נישט אויף וואס איך האב געזאגט כדי עס צו קענען אפפרעגען....לאמיר מצטט זיין מיין לשון..... "רוב סקווער האט ליב דעם רבין און ווילען נישט קיין חוצפה קעגען דעם מרא דאתרא .... רוב עלטערען פון קינדער ווילען א פלאטץ וואס ווערט געפירט און נישט קיין אנרכיה....אפילו א גרויסער עולם האלט אז מען וואלט לכתחילה נישט געדארפט מעכב זיין דעם גיין דארט דאווענען.. לאז א מענטש גיין ווי ער וויל ... ווילען אבער נישט דו מענטשען מען זאל זיך מתחצף זיין צום רבין אפילו אויב זיי פארשטייען אנדערש פון רבין " ליב דעם רבין מיינט פארגלייבט? נישט קיין חוצפה מיינט זיך לאזען טרעטען? איך האלט זיך ביי מיין שטעלונג: "רוב סקווער האט ליב דעם רבין און ווילען נישט קיין חוצפה קעגען דעם מרא דאתרא!!!

"סדנא דארעא חד הוא, און דאס וואס מענטשן אין ק"י אדער אין אנדערע מקומות האבן נישט ליב, דאס זעלבע האבן מענטשן אין סקווירא נישט ליב. און ווער עס חלומ'ט אז צווישן צוועלעף הונדערט משפחות איז נישט דא ווער ווי "צוויי" אדער אפילו "צוואנציג" וועלכע זענען אויסגעשפראכן קעגן די הנהגה, דער לעבט טאקע אין חלומות. אזא זאך איז גארנישט במציאות"

קיינער ! אבער קיין איינער טראכט נישט און ערווארט נישט אז אין א שטעטיל פון 1200 אידען איז נאר דא 2 אדער 20 וועלכע זענען אויסגעשפראכען קעגען.....מען האט גערעד 2 אדער 20 האט מען גערעד מתפללי המנין נאך מען האט געבעטען בשם דער רבי אויף צוהערען ..... ליב דעם רבין האט מען גערעד פון רוב .... ידידי נאכען אראפ נעמען רוב פון 1200 בלייבט נאך איבער א מקום פאר א היבשע פאר אידען צו זיין קעגנער און קיינער איז נישט מחולק מיט דעם.


"זיי האלטן זיך בייי זייערס אז נאר פארטרייבן די חברה מיט געוואלד וועט ארבעטן. אבער וואס זיי פארגעסן איז אז ביז די חברה וועלן גיין, וועלן זיי אליינס אנמאכן צוואנציג נייע חברה אזעלכע" א סאך מער ווי 20 ווערען יעצט בייז וועגען דו טעראר .... זיי כאפען נישט וויפיל מענטשען דאס רעגט אויף!

אוי וויטער שרייבסטו אז מען טענהט עס איז נאר 2 און אלע אנדערע גייען אין פייער פארען רבין.....האסט אזא גוטע חוש אין ליינען אז דו טרעפסט אפילו זאכען וואס מען האט נישט געשריבען און נישט געהאלטען! רוב סקווירא וויל ארואיגע פלאטץ און האט ליב דעם רבין .... דאס מיינט אז דו מענטשען גייען אין פייער ?! דאס מיינט אז עס איז נאר דא 2 קעגנער?!?!?!

און ווייטער דער פאשקעוויל אויף דעם יונגערמאן וואס דו רעגסט דיך ביזטו 100% גערעכט ! א רשעות ! א עוולה! א מיטעל אויף צו רעגען אייגענע סקווערע מענטשען....

הצלחה גביר אדיר

יעצט צו מיניווען .... א יישר כח פאר דיין פרי אנעליז אויף מיר און א דאנק פאר דו קאמפלימענטס . ביזט גערעכט אז עס איז שווער צו פארשטיין על מה כל הרעש הזה? טאטעס פרעגען וואס זאגט מען פאר דו קינדער ... דו אידען באווארפט מען ווייל זיי זענען אמאל געגאנגען ערגעץ דאווענען .....עס איז יענע געלעכטער ! יעצט הגם איך מיין אז רוב מענטשען פארשטייען נישט וואס מען וויל דא ווילען אויך נישט מענטשען קיין דיירעקטע חוצפה צום רבין אפילו אויב עס ווינדערט זיי דעם רבינס צוגאנג... מיניווען מיר דאכט זיך אז איך האב נישט געטוישט מיינע שיטות אויב דו האלטסט אז יא וואלט מיר געווען אינטרעסאנט זאלסט מיר מצטט זיין דו סתירות....

איך זעה דו פארשטייסט נישט דער באדייט פון וואלען מעסעדזש ....עס איז נישט צו דער פאלעטישען וועט דארפען סקווער אדער נישט .... עס איז א מעסעדזש מיר זענען ברוגז אויף דו פאסירונגען דא אין שטאט !!!

משה 9 יישר כח פאר דיינע סיפורי מעשיות דא ... אויף מבזה זיין א משפחה בישראל ... אוועק מאכען מעשה צדקה וחסד .... מאכען א בלבל אויף א איד אז ביי אים איז דא חילול שבת איז אויך דא שיינע מעשיות .... קענסט עס אפשר ברענגען? און אפשר ברענג אויך צו אפאר עובדות אויף חילול שבת און ביזיון בית המדרש.....

הצלחה און א רפואה

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > עקספלאשין! טעראר אין סקווירא
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 6 7 8 ... 44 45 46 לדף הבא סך הכל 46 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.