די פאלגענדע תגובה האב איך געשריבן פאריגע וואך, נאר איך האב נישט געהאט די מעגליכקייט צו שרייבן אויף די פורום.
יעצט איז שוין ב"ה שטילער געווארן אין סקווירא ב"ה, אבער איך מיין אז מיינע הערות זענען נאך וויכטיג און וועליד.
------------------
על זאת תבכה נפשי....
די מערכה אין סקווער איז שוין ארויס פון אלע גדרים...
סקווער מאכט זיך אליינס קאליע מיט די נערישע וועג וויזאוי זיי ריעקטן, אדער בעסער געזאגט זיי ריעקטן נישט, אויף די היציגע פייער וואס ברענט שוין אוט אף עני קאנטראל... ליבי ליבי על חלליהם...
איך האב געוואלט אפשרייבן א לענגערע אפשאצונג איבער דעם, אבער מיינע ווערטער זענען גענצליך איבריג, נאכדעם וואס אלע רואיגע נערמאלע בעלי דעת האבן ארויסגעברענגט די זעלבע זאך.
ס'זענען אסאך מער ווי צוויי און מער ווי צוויי צענדליג...
צייטן טוישן זיך, און מ'דארף איינזעהן אז אם ראשונים כחמורים אנו כבני אדם, מ'קען נישט טוהן אלעס וואס מ'האט אמאל געקענט.
אבער דאך הערשט דא א שטיקל צימישעניש צווישן די עולם. דאס איז נישט קיין ספק אז צווישן די 1200 משפחות אין סקווירא איז דא א "שיינע" פערצענט וועלכע זענען נישט צופרידען און האבן טענות אויף די געפיראכטץ. במשך די לעצטע 30 יאר זענען געווען מערערע ענינים מענינים שונים, דא אין דארט, וועלכע האבן צובליסלעך פארוואנדלט א מענטש דא א מענטש דארט, א משפחה דא א משפחה דארט, אין קאלטע שונאים. צו איז דאס געווען מיט איינגעשטעלטע אין מוסד, צו איז דאס געווען מיט מענטשען וואס האבן געוואלט קויפן הייזער, עפענען געשעפטן וכו', עקסנים וועלכע האבן זיך גענויטוגט אין הילף וכו' וכו', אזוי האט "סקווירא" אליינס אוועקגעשטעלט און פארמירט א ציבור שטילע אנגעווייטאגטע אידען וועלכע פרייען זיך יעצט מיט יעדע זאך וואס גייט ראנג פאר די קהילה און אירע פירערס. דאס איז נישט די רעדע דא.
אבער מיט די ספעסיפיק נושא פון פרידוואלד זענט איר אביסל ראנג.
פארוואס?
די תקנה פון איין בית המדרש אין סקווירא אויף שבת ויו"ט האט די רבי ז"ל איינגעפירט אין שטעטל, אלס זייער א פשוטע סיבה. ווייל ער האט געוואלט אז אין די שטעטל זאל זיין א כוח פון א הנהגה, יא, אשויווי איר הערט, ער האט זייער גוט געוויסט אז צווישן א ציבור אידן איז אייביג דא חילוקי דעות סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, האט ער אבער געוואלט אז ס'זאל בלייבן איין זאך, איין כח, איין קהילה, האט ער מייסד געווען די תקנה אז אלעס קומט צו איין פלאץ, אלעס ווערט געפירט דורך איין הנהגה.
דאונט געט מי ראנג, איך האלט קלאר אז די היינטיגע איין כוח און די היינטיגע פירערס גייען מיט געוויסע ענינים צו ווייט, און נאכמער, איין כוח איז נישט טיישט "געוועלטיגען", אדער טוהן אזוי ווי איך וויל, די איין כוח דארף קלאר הערן אין פארשטיין וואס די ציבור וויל און וואס די ציבור פארלאנגט, אדורך טוהן יעדע פראבלעם בכובד ראש, נאר אויף זיי ליגט די כוח צו שאפן די לעצטע החלטה, ואין כאן המקום להאריך בזה.
ממילא די זאך פון איין בית המדרש איז א ענין וועלכע תושבים אין שיכון סקווירא האבן אייביג פארשטאנען אין מיטגעגענגען. עלטערע אידן וועלכע איז זיי געווען שווער צו ווארטן אפאר שעה פון ווען זיי שטייען אויף ביז זיי דאווענען שבת אינדערפרי האבן פארשטאנען די וויכטיגקייט און מיטגעגאנגען דערמיט.
און נאכמער: אין די לעצטע פאר יאר האלט מען מער און מער אין איין צושטעלן און פארגרינגערען פאר די מענטשן וואס איז זיי שווער צו ווארטן. למשל פרייטאג צונאכטס אין די זוממער ווען די זמן איז שפעט, פלעגט מען אמאל דאווענען אזויווי אין די ווינטער, אז מ'האט גענדיגט מנחה בין השמשות, די לעצטע פאר יאר האט מען דאס שטארק צוריקגעריקט די מערסטע וואס שייך, און מ'דאווענט מנחה 35 מינוט נאכן שקיעה, אזוי אז ברכו איז אפאר מינוט נאכן זמן צאה"כ לפי שיטת ר"ת. און א וואך וואס דער רבי דאוונעט קבלת שבת פארן עמוד (א יארצייט שחל בשבת אדער א שמחה) דאווענט מען בערך 15-10 מינוט נאכן שקיעה, כדי מ'זאל נישט ענדיגן שפעט.
אדער שבת אינדערפרי ווען ס'איז דא א לענגערע דאווענען, (שבת חנוכה-ר"ח, אדער א שמחה כנ"ל וכדומה) דאווענט מען מיט א האלבע שעה פריער.
בקיצור, די שוועריקייטן פון איין מנין איז געווען אנגענומען אייביג אין סקווירא, און לעצטענס פרובירט מען צו מאכן גרינגער ווען ס'איז נויטיג.
אצינד די וועלכע גייען יעצט דאווענען אין פרידוואלד מיינעם בכלל נישט שם שמים, זיי מיינען נישט די עלענדע עלטערע אידן וועלכע זיצן אין נורסינג האום אין דארפן א באזיכער.... זיי מיינען אויך נישט זיך צו פארגרינגערען און דאווענען פריער, זיי מיינען בלויז לקנטר, זיי ווילן אינטערברעכן א אלטע תקנה אין סקווירא, און זיי ווילן ווייזען פאר יעדן אז ס'איז נישטא וואס מורא צו האבן, מ'קען היינט טוהן אין סקווירא וואס מ'וויל.
און דער וואס האט געשריבן וועגן די גרושים וועלכע ווילן פשוט זיך נישט טרעפן מיט זייערע עקס געשוויסטער, רעדט אויך נערשיקייטן, ווייל די 2 גרושים וועלכע האבן געדאווענט דארט האבן נישט קיין געשוויסטער אין סקווירא. איינער איז געווען א איידען אין ב"פ ווי איר גאנצע משפחה וואוינט, אין איינער אין מאנסי, זייער פראבלעם איז נישט זייער געשוויסטער, זייער פראבלעם איז אז מ'האט זיי געהייסן פארמאכן זייער "מושב ליצים" ווי גרושים און פויערען פלעגן זיצן און פארברענגן מיט א פרעכהייט, 7 טעג א וואך, 24 שעה א טאג, ומשם יצא תרבות רעה כידוע.
ממילא דאס איז פארשטענדליך אז מ'האט זיי געמוזט צוריק האלטן פון אינטערברעכן די גדרים.
אבער די וועג וויאזוי מ'טוט דאס איז טאטאל ראנג!
בעל שיטה רירט צו די זאך אביסל מיט אן אמת, אז די ערגסטע זאך איז ווען מ'לאזט זאכן אין די הענט פון נערישע בחורים. אבער פארט שרייבט ער זייער איין זייטיג, כאילו זיי האבן נישט קיין שום סעפארט פון העכערע מענטשען.
אין רבינ'ס קאך ווערט פלאנירט די הכנות (נישט דורך די רבי אדער זיינע קינדער, נאר דורך מענטשן וועלכע ארבעטען דארט), אין קעלער פון 18 דזעפערסאן ווערט אנגעגרייט די זאכן, משם תצא הוראה.
נישט אז די אפיציעלע חברי קהילה אדער די רביס קינדער זענען אינוואלוווד אין די ווילדע אקטן, קלאר אז נישט, אבער די מענטשן איין סטעפ נידריגער ווי זיי, די וואס זענען יוצאי ונכנס דארט, זיי פירן עס אהן, והדברים ידועים. און נאכמער, אויב די גרויסע זענען נישט מוחה, ווייס מיר דאך מכלל דלא מיחו שמע מינה דניחה להו.
און אויב זיי זאגן גארנישט, אויב די קהילה, הנהלת הישיבה, משפיעים, זאגן גארנישט, קען מען נישט האבן קיין טענות אויף דעי וואס זאגן אז ס'ווערט געפירט פון אינסייד.
און טאקע דאס עסט זייער סאך מענשטען אין די יעצטיגע מצב:
אמת מ'טאר נישט לאזן אפאר מענטשן אינטערברעכן יסודות וכדומה, אבער לא זו הדרך! נישט אויף אזא וועג, אויף די וועג בויסטו זיי נאר!
אין אנהייב האט די קהילה גארנישט געטוהן, ווען די פייער האט שוין געפלאקערט, די בחורים האבן שוין געשאסן און צובראכן האבן זיי זיך אריינגעמישט און פרובירט מסדר צו זיין אביסל, אבער: 1. אביסל צו שפעט, 2. הייס די בחורים שוין זאפארט אויפהערן מיט זייערע ווילדע שטיק, זיי שטערן דיר נאר, בכלל נישט קיין העלפ.
מאך אויף דיינע אויגן, הייב אן איינצוזעהן אז מענטשען זענען נישט צופרידען מיט הונדערטע קלייניקייטן אין שטעטל!
זיך נישט פארמאכט און הער נאר פאזיטיוו, און יעדע מענטש וואס קומט זאגן א קריטיק אדער א טענה איז א "קריטיקירער", אן "אומצופרידענע מענטש", "אויך שוין אנגעהערט פון יענע צד", "סתם א שונא" וכו' וכו'.
--------------
אבער וואס איך וויל זיך יא קריגן דא איז מיט בוי-סקווער,
דו רעדסט שטותים מיט נערישקייטן וואס מאכן אפילו נישט קיין סענס.
איך גיי זיך נישט קריגן מיט אלעס וואס דו שרייבסט, פשוט ווייל איך האב נישט קיין געדולד דיר אפצופרעגן יעדע ווארט,
נאר נאכן אלעס דורכליינען באריכות, בין איך איבערגעלאפן דיינע תגובות שנעלערהייט,
לאמיר זען וואספארא שטותים דו שרייבסט דא, איך וויל נאר ווייזן פאר די עולם אז דער רעדט פון היץ זאכן אשר לא היו דברים מעולם.
באלד די ערשטע שטיקל:
"סקווער רעבעס גבאים-ראשי הקילה שלו' בער פישעל און מענדל בערגער (דער זון פון ר' חיים בערגער וואס איז אוועק אין תפיסה פאר די סקווערע גניבות) "
די איינגערינגעלטע זעט אויס ווי דו ביסט א שרייבער פאר די דזורנאל ניוס אדער די פאוסט.
- -
עס פאלט אים נישט איין אז די געלט פאר די פאבליק סקאוול, לייף אינשארנס, אדער אנדערע אינוועסטמענט'ס, וואס ער האט ארויס געשלעפט פון זיינע כולל אינוגע מענער וואס מען האט זיי שוין נישט געצאלט פאר כמעט 2 יאר, איז געוויהן די סובה דערצי.
איז די פאבליק סקול עפעס אנדערש ווי עני אנדערע קרן הבנין פון סיי וועלכע מוסד, חסידות?
לידיעתי איז די כולל שולדיג פאר בערך 4 אדער 5 חדשים. טאקע א לאנגע צייט, אבער: 1. נישט צוויי יאר, 2. וועלכע כולל/מוסד אופן כדיר הארץ איז אפ טו דעיט?
- -
איצי'ס עלסטע זין יעקב יוסף אן איידעם ביי האלערשטאם וואס איז געקימן שבת ביינאכט נאכען טיש קלאפען אויף א. י. סיגלס פענסטער האט יעצט 1:00 am אויסגעשאסען א פענצטער ביי ח. א. ראטענבערג
איך האב געפרעגט איינעם אויב מ'האט געזען יעקב יוסף אויסשיסען די פענסטער? זאגט ער מיר מ'האט אים געזען סיי דאנערשטאג נאכט און סיי פרייטאג צונאכטס אהין גיין און זיך דרייען לעבן ראטטענבערגס הויז.
האב איך פאר ענק נייעס, אז יעקב יוסף האט געהאט א קינד, און ער וואוינט יעצט ביי זיין שוער וועלכע וואונט נעקסטע הויז פון ראטענבערג...
- -
די ווישנעצער רבי האט א פאר מאל געזאגט אז געדענגט נישט אז די שווער (די הייליגע סקווירא רבי ז"ל) זאל זאגן אז ער וויל עס זאל נאר זיין איין בית המדרש
געטראפן א גוטע וועג צו פארדרייען די עולם דא, אז אפשר איז די גאנצע זאך נישט אמת....
וויזניצע רבי שליט"א האט קיימאל נישט געוואוינט אין סקווירא, און איז קיינמאל נישט געווען מעורב דערין.
פרעג יעדער וואס האט אמאל געוואינט אין סקווירא וועט דיר זאגן אז יא.
ובראשם, פרעג די נומער 1 שונא פאר די היינטיגע חסידות סקווירא: חסידי ראחמסטריבקא.
- -
ליל שישי פ' חי' שרה
האט דער הייליגער רבע ארפגעשיקט זיינע יעשיבע בויעאס
און אויסגעשאסען די ווינדאס פאר הרה"ח ר' ח' א' ראטטנבערג שליט"א
וואס זענען מוסף רשעות על רשעתם ר"ל
וואס לא די אז זיי האבן ארויסגעווארפן זיינע טייערע קינדעלעך פון די חדרים
האבן זיי נאך אויפגעשאסן די ווינדאס און פארגאסן אומשילדיג בליט ר"ל
1. איז דער רבי ארויף אין ישיבה ליל ששי אריבער שיקן די בויעס?
2. הרב החסיד - אינטערגעשאצט! לכה"פ הרב הצדיק, הקדוש, ער מיינט דאך כבוד שמים, חסד פאר עלטערע אידן, ער האט מסירות נפש פאר'ן באשעפער.
3. כפי ידיעתי האט ח.א.ראטענבערג נישט קיין קינדער אין חדר.
- -
די גאנצע וואך זענן די סקווערע ראשי הקילה מרדכי שווארטץ, אברהם משה זילבערמאן, מענדי בערגער ארים געגאנגען צו אלע מוסדות אין מאנסי ווארענען נישט אריין נעמען די טייערע קינדערלעך תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, וואס די בראוטאלישע סקווערע הערשער האבן ארויסגעווארפן פין קענען לערנען די הייליגע תורה.
לאמיר זיך נעמען איין מינוט איבער די ווערטער:
קודם כל צוויי קליינע הערות:
ווען איז מען די לעצטע מאל אין היסטורי' "אריבערגעגאנגען צו מענטשן" רעדן וועגן אזעלכע ענינים? היינט מיט א טעלעפאון איז 100 מאל גרינגער צו האלטן זאכן שטיל, ממילא איז סתם א נערישקייט געווען אריבער צו גיין צו זיי, א זאך וואס יעדער קען זען (בפרט אויב דער רבי אליינס איז מיטגעגאנגען.......).
שנית, צו ווען האבן זיי גערעדט? מיט די מנהל? די וועד החינוך? די נשיא המוסד? און איז דער צו ווען זיי האבן גערעדט געווען גרייט מיטצוארבעטען און איבערגעבן פאר די וולעכע זענען איבער/אינטער אים אז בשום אופן נישט אריינעמען די סקווירא קינדער?
אבער לאמיר ווייזן דיין פאלשקייט אין א אנדערע שטותים וואס דו שרייבסט:
"די גאנצע וואך" זענן די סקווערע ראשי הקילה ארים געגאנגען צו אלע מוסדות אין מאנסי וכו'
1. איך ווייס נישט צו דו רעדסט פון פרשת חיי שרה אדער תולדות, אבער פרעג סיי ווער ס'האט ארויסגעמופט פון סקווירא די לעצטע יאר-צוויי וויפיל זיי האבן זיך געמוטשעט צו טרעפן א מוסד פאר זייערע קינדער, פרעג לוי יצחק ד. ווי ער איז געלאפן פון מוסד צו מוסד ביז ער האט געטראפן ווער ס'זאל אריינעמען זיינע קינדער.
2. די עיקר רעדע דא איז געווען וועגן פראמאוויטש'ס יונגל וואס קיין איין מוסד האט נישט געוואלט אריינעמען, און טאקע די יונגל איז שוין געווען מסודר אין "ת"ת אמרי שפר" סוף פרשת וירא (ער האט שוין פול מיט פראוד ארומגעשיקט א בילד פון זיין יונגל מיט א אמרי שפר קרוין זונטאג חיי שרה). סאו וועלכע גאנצע האט מען געזען די רבי'ס קאר, אדער עכ"פ די ראשי קהילה ארומגעפארן ווארענען און סטראשענען???
און אז די ליינער ווילן וויסן די אמת איז זייער פשוט: קיין איין מוסד איז נישט אינטערעסירט אריינצונעמען אזעלכע סארט מענטשען אויבער-חכמים.
און טאקע מרדכי דוד פראמאוויטש יוכיח:
קודם האט ער געזוכט א כיתה פאר זיין עלטערע יוגנל, ער איז אנגעקומען צו ת"ת באבוב, האבן זיי אים געפרעגט פארוואס ער שיקט נישט קיין סקווירא (אין מאנסי), האט ער געזאגט אז ס'איז נאכנישט דא א כיתה פאר זיין עידש, האבן זיי אים אריינגענומען.
א צייט שפעטער איז ער ווייטער געקומען זוכן פאר זיין ינגערע קינד, האט מען אים ווייטער געפרעגט פארוואס ער שיקט נישט קיין סקווירא. א נערמאלע מענטש וואלט געטראפן א תירוץ. די גריננגסטע תירוץ איז אז ביידע קינדער זאלן זיין אין איין חדר וכדומה, וואלטן זיי אים גערן אריינגענומען לכאורה.
ער האט אבער גענפערט: ווייל איך זיך א חדר וואס האט מיט די באשעפער און נישט מיט די רבי!
אזוי? דו ביסטו א אויבער חכם? האבן זיי ארויסגעשיקט זיין עלטערע יונגל אויך... יעצט דארף ער זוכן א חדר פאר צוויי קינדער...
- -
עס איז אויפן פסק פון דעם רבינ'ס מ"מ הרה"צ אהרן מענדל וואס האט ברבים געזאגט אז "חסידות איז העכער פון די תורה" על"פ,
ווען דו זאגסט מיר אז ער האט עס געזאגט ביחידות פאר מענטשען, קען איך דיר נישט אפפרעגען, בארע ער האט עס געזאגט ברבים? ווען און ווי האט ער דאס געזאגט?
*
איינער האט געפרעגט:
א זייטיגע שאלה וואס איך פרעג (מעגליך מחמת חסרון ידיעה)
באלאנגען נישט אלע הייזער אין סקווירא פארן רבין (צו פאר די קהלה/מוסדות וכו')
אזוי האב איך אמאל געהערט
ממילא וויל איך עס נאר קאנפירמען
קומט בוי סקווער און כאפט זיך ארויף אויף דעם מיט א געשמאק:
די אידען וואס זענען יעצט אינוואלוועט זענען באלעבטישע אידען און האבן אלעס אויף זייער אייגענע נעמען
טאקע דאס איז זייער מזל,
און די אלע אנדערע, טאקע שווייגען און ליידען טאקע מהאי טעמא!
איך האב פאר אייך נייעס:
כמעט קיין איין הויז איז נישט אויף די קהילה'ס נאמען! יעדע הטיז געהערט פריוואט פאר א מענטש אדער פריוואטע קאנג. חוך די פאר פאבליק בנינים וואס מ'האט באקומען פון די שטאט.
- -
איך קען נישט יעצט שרייבן מער, איך האב נאר געוואלט ווייזען אז דער בוי-סקווער רעדט שטותים מיט נערשיקייטן, וואס פרעמדע ליינער ווייסן פשוט נישט אז ס'איז להד"ם.
המשך יבוא נאך שבת בל"נ אי"ה.