בית פורומים כל העולם כולו

אויפברויז ביי זאליס: דומ"ץ קרית יואל יצ"ו ?!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/10/2010 15:21 לינק ישיר 
אויפברויז ביי זאליס: דומ"ץ קרית יואל יצ"ו ?!

א גרויס אויפברויז איז ערווארטעט אויפצושווימען ביי די זאליס אויף די עסקנים פון אתרא קדישא, וועלכע האבן אנגערופן דעם קרית יואל'ן דיין שליט"א בעטן א חתימה פאר א פראטעסט קעגן חיטוטי שכבי, און ער האט דאס געשאנקען, און מען האט געמאכט א קול קורא וואו עס ערשיינט זיין נאמען מיטן טיטל "דומ"ץ קרית יואל יצ"ו", אוי לנו שכך עלתה בימינו.

עס איז העכסט ווארשיינליך נישט ערווארטעט קיינע געשלעג-אויסברוכן אין ראדני, צוליב וואס עס אינטערסירט זיי ליידער היבש וויניג די ביטערע ליידן פון זייערע ברודער אין מאנרא, אבער עס איז מעגליך אז אין קרית יואל אין חרדים וועט יא אויספלאצן א געשלעג.

היתכן מען נעמט א חתימה פון איינעם וואס איז שוין קלאר באשטעטיגט געווארן אינעם חומת הדת אלס א קעציל, אדער לכה"פ א מן הארץ מדאורייתא, און מען גיט אים נאך זיין גע'גנב'עטן טיטל וואס ער האט באקומען פון רבין ז"ל אן רשות פון די רביצין ?

פאלגט נאך...

(לצינותא דע"ז)



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2010 16:30 לינק ישיר 

איך ווייס נישט פון וועמען דו מאכסט ליצנות, דו ביסט זיכער איין שטיק ליצנות, האסט זיך אנגעארבייט נעכטן ביטער שווער, מסביר צו זיין אז קיין איין רב איז נישט מיט די מערכה, אין דא קראך!!!! ענקער געשעצטער דיין, וואס ענק שטאלצירן מיט אים, איינער וואס ברעכט זיך נישט פון טעראר, אמת? אין ער גיבט זיין נאמען פאר די קול קורא, וואס פאר א דורעכפאל, יא, לצינותא דע"ז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2010 18:08 לינק ישיר 

מלך_מלכים כתב:
האסט זיך אנגעארבייט נעכטן ביטער שווער, מסביר צו זיין אז קיין איין רב איז נישט מיט די מערכה


וויי איידער צו באשליסן אז מיינע זכרון שטאפלען זענען נידריג, וואלט איך ליבערשט באשטעטיגט אז אייערע דמיונות שטאפלען זענען עטוואס הויעך.

אפשר קענסטו מיר קוואוטן פון וואו איך האב דאס געשריבן?

קיין איין רב איז נישט מיט די מערכה? פארוואס נישט? עס איז נישטא קיינער וואס לויפט ארום צו רבנים פארציילן אז מען גראבט מער נישט, ווייל עס אינטערסירט נישט קיינעם אז מ'מאכט מחאות.

פרעג איבער אויב ס'איז דיר נישט קלאר, פאר דו באשטימסט די ליצנות פאזיציעס..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2010 18:18 לינק ישיר 

אויב אינטערעסירט טאקע קיינעם נישט, פארוואס ארבייטסטו אזוי שווער מסביר צו זיין דעם עולם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2010 18:33 לינק ישיר 

מהיכי תיתי איך ארבעט שווער?

(וועסט מיר מוזן מוחל זיין אויב איך וועל בע"כ מוזן אויפהערן ענטפערן אויף לופטיגע קושיות, עס איז מיר באמת נישט וויכטיג אז דו זאלסט מיר פארשטיין, ס'איז נאר האמת ניתן ליאמר).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2010 18:39 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2010 18:50 לינק ישיר 

למעשה פארשטיי איך נאך אלץ נישט פארוואס ר' געציל פארופט א פראטעסט, מען גראבט דאך נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2010 18:59 לינק ישיר 

פאר די זעלבע סיבה פארוואס אלע רבנים שרייבן אונטער.

עסקנים רופן זיי אן, און זאגן אז זיי ארגאניזירן א פארטעסט ווייל מען גראבט קברים. נו, גיבן זיי רשות אונטערצושרייבן זייער נאמען. פארוואס דען נישט. (זיי גייען יעצט עפעס גיין מברר זיין מער? ווילאנג מען טוט נישט קיינעם וויי אידעך גוט.)

כהאף אז דו פארשטייסט שוין, אויב נישט, פרעג איבער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2010 19:09 לינק ישיר 

מלך_מלכים כתב:
למעשה פארשטיי איך נאך אלץ נישט פארוואס ר' געציל פארופט א פראטעסט, מען גראבט דאך נישט?

דאס איז וויבאלד ער לויפט דאך ארום צו רבנים אז ער מען זאל נישט גיין צום פראטעסט. זעענדיג אז מ'פאלגט אים נישט, האט ער נישט געזעהן קיין אנדערע ברירה און אונטערגעשריבן דעם מחאה, אפשר אזוי ווען דר'עולם וועט זעהן אז דער שליח פון די סטרא אחרא, עמלק און די ציונים באנאנזאם שרייבט אונטער, וועט דר'עולם נישט גיין.

 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2010 19:34 לינק ישיר 

מלך_מלכים, וויפיל איז די שיעור צו נערווירן? די ווילסט דאך דא גארנישט אחוץ פארדרייען א קאפ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2010 19:59 לינק ישיר 

וואס איז טאקע פשט
דא לויפן זיי ארום אין מיט עקעלדיגע שקרים אין עזות קעגן הגאון דיין שליט''א אין ס'קומט צו א פראטעסט פארגעסן זיי פין זייער ראזענפעלד דיין
די ארגענזירער קוקען אויס צו זיין היבש קליינקעפיק
די גאנצע קול קורא קוקט אויס היבש קינדערישע פאליטיק
דא לאזען זיי פליצלונג אויס הגאון ר' מלכיאל קאטלער - זיי קענען דאך טוהן די  זעלבע ווי פאריגעס מאל וואס זיי האבען געמאכט קאפי פעיסט פין אינזער קול קורא
מיט באבאוו נעמען זיי אפיציעל א צד אין די מחלוקה אין טשעפן די געפילן פין איין צד
וכו' כו',
 קוקט אויס ווי א פאר ילדים שטייען אינטער די פראטעסט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2010 20:08 לינק ישיר 

איך זעה אז די אפיציעלע קליפ פונעם פראטעסט איז געמאכט געווארן דורך א פרישע ארגאניזאציע "משתדלים"
איך מיין אז דאס איז א נייע ארגאניזאציע פון "בני יואל". איך ווייס נישט פונקטליך מה טובם, און מיט וואס זיי זענען אנדערש ווי נטרונא אדער נטורי קרתא.
לכאורה פירן זיי אן דעם פראטעסט, און מעגליך אז זיי האבן אנגענומען דעם פרישן שיטה, וועלכע איז זייער אומפארשטענדליך.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2010 20:12 לינק ישיר 

דער עיקור אז דער שאפראנער גאון און 10 מאל מחותן האט אונטער געשריבען.

און ווי איז זלמן לייב פילאפף אונטער שריפט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2010 20:14 לינק ישיר 

דייקן ממין נישט אזוי סאך די וויסט פונקטליך ווער עס שטייט אונטער די פראטעסט, און די וויסט אז עס איז נישט בני יואל, סאיז די יונגעלייט מרדכי ברילל, און הרה"ח משה דוד נידערמאן, און צוזאם מיט זיי ארבייט התאחה"ר, און הרה"ג ר' געציל האט אונטערגעשריבן און שוין, און אפילו אהרלע יאקטער זאגט אז מען גראבט שוין נישט נאך אלץ האט ער מער טראסט און הרב ר' דוד שמידל און פאר דיר פייוו בארא זאג איך אז איך לאך פון דיר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2010 20:27 לינק ישיר 

ap, דו ביסט אביסל נאאיוו אין די סגיות זעהט אויס.

1) מרדכי ברילל מיט "הרה"ח" משה דוד נידערמאן גייט נישט אינאיינעם פאר ווער עס ווייסט.

2) מזל טוב צום נייעם טיטל פארן ק"י'ער דיין, הרה"ג. זאל עס לאנג מאריך ימים זיין...

3) הרה"ג דער דיין שליט"א האט נישט גערעדט נישט צו יאקטער און נישט צו שמידל, נאר צו א אינגערמאן.

4) דיין פרייד אויז אונז א הנאה. רק בשמחה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2010 20:32 לינק ישיר 

מלך מלכים

איך בלעים דיר נישט, ווייל חכמה אין כאן וזקנה כאן דארפסטו נישט וויסן וואס ס'איז געווען פאר עטליכע יאר צוריק פאר דיין בר מצוה

 

אבער לאמיר דיר עפעס ערקלערן

די לעצטע צען יאר האט דער דיין דיין ר' געציל אונטערגעשריבן אויף מער ווי איין פון די סארט קול קורא'ס צו פארווע קול קורא'ס, ווייל זה דרכו, ער רייסט זיך נישט מיט קיינעם אזוי לאנג ווי מ'טוט נישט איינעם וויי

 

די קשיא איז דא אויף ענק לאזערס, נאך א האלב יאר פירן א מערכה מיטן דיין, אים ארונטערייסן ממש כאחד הריקים, און דא פלוצלינג קענט איר נישט גיין צו א פראטעסט אן אים?

און אויב איז נישט גענוג, לאזט מען נאך אויס דעם ראזנפעלד דיין אויך?

 

ס'איז אומפארשטענדליך




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אויפברויז ביי זאליס: דומ"ץ קרית יואל יצ"ו ?!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext