דייקן ממין נישט אזוי סאך די וויסט פונקטליך ווער עס שטייט אונטער די פראטעסט, און די וויסט אז עס איז נישט בני יואל, סאיז די יונגעלייט מרדכי ברילל, און הרה"ח משה דוד נידערמאן, און צוזאם מיט זיי ארבייט התאחה"ר, און הרה"ג ר' געציל האט אונטערגעשריבן און שוין, און אפילו אהרלע יאקטער זאגט אז מען גראבט שוין נישט נאך אלץ האט ער מער טראסט און הרב ר' דוד שמידל און פאר דיר פייוו בארא זאג איך אז איך לאך פון דיר
איך האב נישט געזאגט אז זיי פירן אן די פראטעסט, איך האב נאר געזאגט אז די קליפ איז דורך זיי צוזאמגעשטעלט געווארן, און איך דענק אז דאס איז א פרישע ארגאניזאציע פון בני יואל. [בינעך גערעכט?, אדער אפשר דערציילסטו טאקע ווער ס'זענען די אנפירער'ס פון די ארגאניזאציע, און וואס ס'זענען זייערע ציהלן?] מעגליך טאקע אז די פראטעסט ווערט אנגעפירט דורך ברילל און נידערמאן.
בנוגע דאס נעמען רבי געציל צו אונטערשרייבן, פארלאנגט זיך א לעגערע דיסקוסיע, וועלכע גייט אריין אין גאר שווערע נושאים, און פארקריכט אינגאנצן פון די פראטעסט טעמע. (לדוגמא: וואס איז די פונקטליכער אפטייטש פון דומ"ץ קרית יואל? וואס האלטן חסידי מהרי"י אויף רבי געציל? צוליב וועלכע סיבה האבן די רבני חסידי מהרי"י געשריבן אויף קהלת מהר"א קהלה נפרדה?).
נשלח ב-27/10/2010 22:18
מלך מלכים, איך האב שוין אמאל געווארנט דא אויפ'ן פארום, און כ'וועל עס נאך איינמאל איבערחזר'ן בל"נ, גיין אויף די נערוון וועט נישט טאלערירט ווערן, אריינגערעכנט דאס איבערפרעגן די זעלבע פראגע מער ווי איינמאל.
אין עונשין אלא אם כן מזהירין.
נשלח ב-27/10/2010 23:20
טייערער ריזיגע מנהל,
איך וועל אייך בעזהשי"ת מער נישט שטערן,
טאמער איך טאר נישט איבערפרעגן א פארגע וואס איז בכלל נישט פארענפערט געווארן? אחוץ פריוואטע שטעך ווערטער האט קיינער זיך נישט באצוגן צו די עצם פראגע, אין דאס הייסט נאך געקראכן אויף די נערווען, איך ווייס אז דער אמת באדערט זייער שטארק, אבער דאס הייסט ביי ענק געקראכן אויף די נערווען? אין אנדערע ווערטער איך טאר נישט שרייבן עפעס וואס דיר געפעלט נישט ווייל אויב יא איז עס דאך געקראכן אויף די נערווען, באשעפער אין הימל ווי פארדרייט קען א מענטש זיין?
ממילא האב איך באשלאסן אז איך וועל בל"נ מער נישט שרייבן דא אויף דעם פורום, זייט מיר אלע געזונט אין שטארק, סאיז דא ווי צו שרייבן אחוץ כל העולם כלו.
נשלח ב-28/10/2010 00:24
מלך_מלכים כתב:
למעשה פארשטיי איך נאך אלץ נישט פארוואס ר' געציל פארופט א פראטעסט, מען גראבט דאך נישט?
איך פארשטיי נישט פונקטליך צו דיין שאלה גייט ארויף פארוואס רבי געציל האט בכלל אונטערגעשריבן דעם קול קורא, אדער פארוואס ער האט אונטערגעשריבן א קול קורא אין די צייט וואס מ'גראבט שוין נישט. (אגב, איך ווייס נישט אויב מ'גראבט אדער נישט, דאס וועל איך איבערלאזן פאר אנדערע וועלכע ווייסן בעסער פון מיר צו דיסקוסירן).
לכאורה איז דיין שאלה געבויעט אז היתכן רבי געציל האט בכלל אונטערגעשריבן, ווייל די פרעגסט דאך נאר די שאלה אויף רבי געציל און נישט אויף די אנדערע רבנים החותמים, ס'טייטש אז די ביזט איבערצייגט אז מ'גראבט נאך יא.
איז אזוי, רבי געציל האט אונטערגעשריבן צוליב די פשוט'ע סיבה -ווי 'פייוו בארא' דריקט זיך אויס- ווייל פארוואס נישט. דא האנדלט זיך נישט פון קיין שום הלכה'דיגע שאלה, און אויב אפאר ערנסטע אידן זענען אים געקומען בעטן ער זאל דאס אונטערשרייבן האט ער עס אונטערגעשריבן. דאס איז נישט די ערשטע מאל וואס רבי געציל שרייבט אונטער א קול קורא מיט אנדערע רבנים, און אפילו אויסגעשפראכענע מתנגדים פון מהר"א. ס'איז אפילו מסתבר צו זאגן אז רבי געציל האט בכלל נישט געזען ווער ס'זענען די אנדערע רבנים החותמים, אבער ווי געשמועסט רבי געציל איז אין די זאכן שטארק 'פלעקסיבל'.
מיין שאלה וועלכע איז דערווייל נישט פארענטפערט איז נאר אביסל שווערער, ווער זענען די ארגאניזירער פון דעם קול קורא, און צוליב וועלכע סיבה האבן זיי אזוי געגארט אויף רבי געציל'ס חתימה, אין די צייט וואס ער איז דאך לעצטנס שטארק אפגעפרעגט ביי צד מהרי"י/בני יואל, און אין די צייט וואס ער האט קלאר ארויסגעזאגט זיין שטעלונג בכתב ובע"פ אנטקעגן צד מהרי"י/בני יואל?
אבער למעשה איז דאס א גרויסע קשיא עס איז ברור כשמש אז מען גראבט שוין נישט, אפילו הגאון הרב יאקטער האט דאס מודה געווען ווי קומט אויפן צעטל אפאר גדלושע רבנים זאלען חתמענען? דער סקולענער מיטן באבובער ר' געציל מיט ר' אלי בער זענען נישט קיין מפיל קינדער עס איז דא נאך אבער זיי זענען געבונדען מיט פארטיי איז נישט קיין קושיא האבען די עסקנים אויסגעפאפט די רבנים? וועט מען מער נישט קענען גלייבען די עסקנים?
נשלח ב-28/10/2010 02:25
shia550 כתב:
האבען די עסקנים אויסגעפאפט די רבנים? וועט מען מער נישט קענען גלייבען די עסקנים?
מזל טוב
נשלח ב-28/10/2010 02:39
יושע איז גערעכט, מלך איז א פיינער שרייבער, און ס'איז נישט קיין שום חסרון ווען א צווייטער האט אן אנדערן מיינונג און עס דיסקוסירן אויף א נארמאלן אופן.
וואס יא, א שרייבער בין איך דא טאקע א נייער, אבער א ליינער בין איך שוין דא פאר א לענגערע צייט, און אבזערווירנדיג דעם הלוך ילך וואס דא קומט פאר בין איך געקומען צו אן החלטה, אז די סיבות וואס ברענגט צו אז מ'זאל זיך נישט דא קענען אויסקומען אויף א גלייכן וועג, איז ווייל יעדער איינער זוכט זיך צושטעכן איינעם דעם צווייטן, ווי איידער זיך פארשטיין געבן יעדן נושא אויף א געלאסענעם אופן, און דא זענען נכלל אלע צדדים לפענ"ד. איך רעד שוין נישט פון די איבעריגע שנאת חנם וועלכע דא קומט פאר. פון אלע צדדים זענען דא געלונגענע שרייבער'ס, און איך האף אי"ה זיך צו האלטן און שרייבן אויף דעם שטייגער, און איך טוה דאס אפעלירן צו יעדן איינעם.
נשלח ב-28/10/2010 04:00
און דייקן קומט זיך אנעמען פאר מלך כאכאכא האסט פארגעסן אז אין קווינס פורום האסטי פריער געשריבן בזה"ל "ווען זיי וועלן אויפהערן פירן די מערכה וועט מען קענען פייערן נצחון" דו"ק די פאפער וואס די ביסט א זאלי ביסטי זיכער די שאלה איז נאר אויב מלך אדער א צווייטער אויב געפעלט דיר מלך אזוי שטארק האלט איך אז זאלסט גיין צוזאמען מיט מלך
נשלח ב-28/10/2010 17:10
איך בין מסכים מיט די וועלכע ווילן ארויסזעהן פון דא די פרישע שרייבער וועלכע זעען אויס צו זיין זייער יונג אין עלטער, ווארשיינליך נענטער צו די 10 ווי צו די 20.
דייקן, חזק ואמץ.
נשלח ב-1/11/2010 00:09
די סיבה פארוואס דער דיין שליט''א האט אינטערגעשריבן איז וויבאלד די עסקנים נעמען נישט די מי צו פארשרייטן די פאקטען אין פארוואס זאל אים בייפאלען איז מען גרובט שוין לאנג נישט אין די גאנצע לאגע אין ארץ ישראל איז שטול להוי ידוע, ביי אינז מיינט א דיין ''א איד א ת''ח, וואס זיצט אין לערנט, אין איז א יר''ש'' ביי אינז מיינט נישט א דיין א צייטונג שרייבער אדער א פאשקעווילן שרייבער אין אוודאי נישט קיין היידפארק ליינער, ע''כ איז נישט דא א מציאות אז ער זאל וויסען אז די גאנצע פראטעסט איז בלויז פאליטיק (עפ''ל פין הרב האראוויץ) חוץ אויב איינער פארציילט אים
די סיבה פארוואס די זאלי'ס האבען געדארפט זיין חתימה אין נישט געשריבן די שפעט לשונות ווי דומ''ץ בקיט''ל בקר''י (ווער געדענקט נישט די מעכטיגע שפעט נעמען פין משה פרידמאן אין דער איד?) איז ציליב זיי האבען געוואלט מאכען די פראטעסט זאלען האבען א פנים אביסל נייטראל, אין דורך דעם באקומען די חתימה פין פאפא אין וויען וכו', וואס האלטן זיך שוין לאנג ציריק פין חתמנ'ן א קול קורא וואס איז איינזייטוג,
אין נאך אסאך רבנים - וואס זיי האבען למעשה נישט באקומען,
אין דורך דעם האבען זיי געמיינט אז זיי גייען האבען א שענערע אויבן אן אין אלע זיץ פלעצער וועלן זיין פיל, אין מ'וועט נישט דארפן זעצן די אידן פין די צווייטע רייע ביי די ערשטע רייע
למעשה נאכען ארבעטן 2 וואכען אין ארויפגעגאנעגן צו יעדן רב צו רופן 'פערזעליך' ווייסט יעדער האט די פראטעסט פין די ארונים האבען געהאט א שענער אויבן אן טראץ וואס זיי האבען אפי' נישט געהאט קיין צייט צו רופן רבנים (דאנערשטוג נאכט האבען זיי אנגעהויבן צו ארבעטן אויף א פראטעסט פין מאנטוג) אפגערעדט פין די עולם וואס האט ביטער אנטוישט די ארגענערזירער זייענדיג זיכער אז וויבאלד איין פראקציע פין באבאוו אין וויזניץ מאנסי וועלן אויסרופן מ'זאל קומען וועלן עס איבערשטייגן די פראטעסט פין די ארונים