בית פורומים אידישע געדאנק

ערב מושב בי"ד ספין: מיידל שולע אין בני ברק אויף סטרייק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/10/2010 20:40 לינק ישיר 
ערב מושב בי"ד ספין: מיידל שולע אין בני ברק אויף סטרייק

קומענדיגע וואך וועט זיך אי"ה אנהייבן דער צווייטער מושב בי"ד ארום דעם סכסוך אין סאטמאר בני ברק. די רבנים הגאונים שליט"א וועלן ווידעראמאל אראפפארן קיין ארץ ישראל דן זיין איבער דעם.
 
די אהרונים, כדרכם, האבן שוין ארויסגעשטעלט דעדליין'ס בשמו פון מרן גאב"ד ירושלים שליט"א. אמאל איז דאס געווען אז ער וועט ארויסקומען מיט א בריוו. יעצט זאגן זיי סתם אז ער וועט זייער שארף ארויסקומען.
 
אין א איבערראשענדער שריט האבן די אהרונים היינט געמאלדן אז די מיידל שולע גייט אויף סטרייק, ווייל זיי קענען נישט באצאלן מער פאר קיין טיטשערס. דערמיט ווילן זיי איבערצייגן פאר בי"ד אז זיי מוזן צוריקבאקומען דעם זאל און האטעל אז נישט וועט דער מוסד פשוט און פראסט באנקראטירן.
 
בלייבט צו זען וואס בי"ד וועט זאגן צו זייערע ספינס.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/10/2010 05:02 לינק ישיר 

ווי איז געגאנגען די טריליאנען דאלארן וואס זענען אריינגעקומען ביי די באנקעט'ן,דינער'ס פאר די בני ברק'ר מוסדות?
 זיי טריאומפירן שטענדיג אז די ריזיגע מאסן איז געווען שטארק אנגעווארעמט און זיך געלאזט קאסטן אסטראנאמישע סכומום לטובות די לעצט פארבליבענע באזע פון די ארונים וואס שטייט נאך פולשטענדיג אונטערען סבלן'ס לאפעס (נישט פארטוישן וויטא "לאפעז") בזכותו של אותו צדיק דער פעטער ז"ל
און דא פליצלינג טראךךךך... נישטא קיין שום ארוני וואס איז זיך גרייט צו געבן אפאר גראשן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 05:06 לינק ישיר 

די בגצן פון די זאליס קאסטן אפ ריזיגע געלטער נאך דערצו די גזילה פונם זאל וואס געהערט פאר די מוסדות, זייטס נישט קיין צולייגערס ענק ווייסן די אלע זאכן און פראבירן דאס צו פארלייקענען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2010 05:11 לינק ישיר 

דאן מה כל הרעש? זאל שוין די גאב"ד מקיים פסק זיין און ארויסגעבען די בריוו קעגן די זאליס!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 17:45 לינק ישיר 

איך פארשטיי נאך אלס נישט פארוואס מען האט דווקא געמוזט ברענגען דיינים פון אמעריקא צום די"ת, אפשר זאל מען ברענגען צו די קארט קעיסעס וואס ווערן אפגעהאלטן אין אמעריקע שופטים פון'ם ציוניסטישען בג"ץ, (ס'איז דאך מותר....) אזא פנים האט עס.............



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 20:58 לינק ישיר 

די אהרונים פארלאנגן אז די דין תורה זאל פארקומען אין ארץ ישראל ווייל זיי וויל צייגן די רבנים אז סאטמאר שיכון אין בני ברק קען מען נישט צוטיילן. זיי ווילן די רבנים זאלן איינזען אז אויב וועלן די זאליס בלייבן בעה"ב אויפן שיכון וועט דאס גאנצע זאך דארט אונטערגיין.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/10/2010 23:36 לינק ישיר 

עס זייער נאריש. ווייל די פסק בי"ד גייט נישט וויאזוי די געפיל זאגט. עס גייט וויאזוי די תורה זאגט. און אפילו די מוסדות אין ב"ב זאל שאדן האבן מיליאנען. וועט עס קיין טראפ נישט א ריר געבן דעם פסק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2010 07:20 לינק ישיר 

און וואס פאר א קשר האט דאס מיט אמעריקאנע דיינים??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2010 17:07 לינק ישיר 

וואס מיינסטו צו פרעגן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ערב מושב בי"ד ספין: מיידל שולע אין בני ברק אויף סטרייק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext