בית פורומים אידישע געדאנק

נעבעך אייך ר' געציל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/10/2010 23:23 לינק ישיר 
נעבעך אייך ר' געציל

עס קומט ממש טרערן פון די אויגן צו זען ווי ר' געציל ווערט נעבעך צומאלן אויף שטיקער... איך רעדט נישט פון די צורודערטע שוימיגע דעמאראלעזירטע זאליס וואס קענען זיך נישט אויפהייבן די נאז פון בושה אז זיי האבן געקענט צוזאמענקראצן נישט מער ווי 19 אויסגעקראצטע רבנים... אפילו זייער פילאפ האט נישט געוואלט אינטערשרייבן דעם פאשקעוויל. אמת אז זיי האבן שטאלצירט מיט זייער "קול נדרי" אבער ווי א מינוט ס'גייט אריבער שטעלט זיך ארויס נאך מער וואספארא פארלירער זיי זענען.

זיי האבן נישט געקענט שאפן א חתימה פון קיין איין פראמינענטער רב ווי למשל הגאון האדיר הרה"צ ר' לייביש טייטלבוים אדער הגאון האדיר הרה"צ ר' שמואל דוד סאקס אדער הגאון האדיר ר' בן ציון לאוב. זיי האבן נעבעך די פאר אפגעריסענע חברה, אפילו לאמיר זאגן בלויז הרהגה"צ ר' מאיר צוויבל האבן זיי נישט געקענט פארשאפן... ווער רעדט נאך פון כ"ק אבד"ק סאטמאר ב"פ 53 שליט"א אדער כ"ק אבד"ק סאטמאר ב"פ 15 שליט"א אדער הגאון הנורא הרהצה"ט ר' משה פריעדמאן.

צווישן זייערע נעבעכדיגע חתימות האבן זיי אריינגעווישט ר' געצלען... נעבעך אויך מיר א שמחה... ווער ווייסט דען נישט אז ר' געציל שרייבט אינטער יעדע שטיקל פאפיר וואס מ'ריקט אים אינטער?!

ביי די זאליס איז ר' געציל אויסגעשפילט אזאש אלע מאנרא מתיבתא בחורים אויף הייד פארק (גראדע האט יאנקל זויפער דעקלארירט אז עס זענען נישט די געהעריגע מתיבתא בחור נאר בלויז פון שיעור ד' אבער עס איז נישט זיכער אויב מ'קען אים גלייבן ווייל עס איז מעגליך אז ער האט געהאלטן נאך א קנאק יאנקל) זענען מעיד אז די זאליס זענען ברוגז פארוואס מען האט ארויפגעלייגט ר' געצילס חתימה... אויף זייערע טוויטער גרופס ווי זיי שפילן כאילו זיי זענען קווינס תלמידים שיקן זיי מעסעדשעס אז זיי גייען נישט הענגען צעטלעך און גייען נישט גיין צום פראטעסט אלס פראטעסט קעגן ר' געצילס חתימה... (דער חלמ'ער רעדאקטאר שמעלקא בדחן האט נישט געכאפט אז טאקע די קווינס תלמידים זענען געווען די וואס האבן געהאנגען דעם קול קורא מיט דעם חתימה אין אלע גאסן... נישט געפערליך, ער האט שוין געהאט ערגערע פלאפס).

הערשט נעכטן האט אים געפראסקעט אין פנים די שקר אז מען האט שוין אויפגעהערט גראבן... ער האט פשוט נישט געדענקט אז ביים פאריגן פראטעסט האט ער ארויסגעלאזט אט דעם זעלבן שמועה און ס'האט אים שוין דעמאלטס געפראסקעט ר' אליקימ'ס בריוו וואס איז ארויס א טאג דערויף. אבער אויף די אהרוינים פרעגט מען נישט קיין שאלות... שמעלקא בדחן האט געזאגט אז מען גראבט נישט, ער האט אויך דערקלערט אז יקתר (מלפנים געזעצן אין תפיסה פארן ווארפן שטיינער אויף אראבער געהערענדיג צו מאיר כהנא'ס כך גרופע) וועט מעלדן די רבנים אז מען גראבט שוין נישט... אבער ר' געציל האט זעט אויס נישט באקומען שמעלקא בדחנ'ס מעסעדשעס (יעצט זאגט 'וועד בית רבינו' אז מען גייט צושטעלן א בלעק בערי אויף קהל'ס קאסטן)...

עס איז נישט צום גלייבן מיט וואס פארא האס זיי רייסן יעצט אינטער ר' געצלען פארן אינטערשרייבן, דאס גרעסטע לימוד זכות וואס זיי האבן אויף ר' געציל איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי "מען האט אים אינטערגעריקט א צעטל באמת האט ער נישט געוואלט אינטערשרייבן ווייל "מגראבט שוין נישט" אבער ער האט זיך נישט געוואלט קריגן האט ער אינטערגעשריבן"...

איי ווי גרויס דאס ליצנות איז צו שרייבן אז ר' געציל שרייבט אינטער כדי נישט צו פירן א מחלוקה...

פרעג איך אייך! איז די ווייטאג נישט געוואלדיג גרויס? דא רייסן זיי אינטער ר' געצלען, דא שרייבן זיי אז די זאליס זענען שוימיג פון כעס פארן ארויפלייגן ר' געציל'ס חתימה... ס'איז נישט צום גלייבן ווי אויסגעשפילט ר' געציל איז...

ס'בלייבט נאר איבער צו געבן א קרעכץ און זאגן "נעבעך אייך ר' געציל"...

הערטס מיך צי ר' געצל איך אלס א זאלי וויל אייך אריינזאגן אין אויער אפאר ווערטער: איר קענט אינז ווייטער שפייען אין די קאשע, איר קענט אינז ווייטער מצער זיין איר קענט ווייטער שטיפן דעם ספרינטער (אזוי ווי דער הייליגער ראפשיצער רב האט געזאגט אז בעקבתא דמשיחה וועט דער רבי זיצן אויפן וואגן מיט.... רח"ל) ווייל מיר זענען ח"ו נישט קיין פארגלייבטע אינם סיסטעם פון הגה"ק, מיר וועלן אייך ח"ו נישט מבזה זיין אזוי ווי זיי האבן געטון צו אייער רבי ר' אברהם לייטנער זצ"ל, מיר וועלן אייך נישט מבזה זיין אזוי ווי זיי טוען צו אייער רבי ראב"ד סאטמאר שליט"א. מיר וועלן ווייטער מחשיב זיין אייער חתימה אלס א תלמיד פון רביה"ק זי"ע און מיט די האפענונג אז עס קען ארויסברענגען נאך 50 איד אויסשרייען קעגן חיטוטי שכבי.


א בילד פונם שרעקליכן בזיון התורה אויף ר' געציל ווי ער איז אינטערגעשריבן מיט אפאר אויסגעשפילטע מן הארעצן


תוקן על ידי חיי_שעה ב- 27/10/2010 23:57:13




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 03:16 לינק ישיר 

גראדע איז דאס א כבוד פאר אים אז פאליטיג מאכט נישט אויס ביי איהם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 15:45 לינק ישיר 

סאיז אינטרסאנט לויט די ארונים ווי יז די בן ארבעים לבינה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 17:38 לינק ישיר 

דער אמת איז אז ר' געציל האט מיט זיין חתימה גוויזן א געוואלדיגע זאך, יודישקייט האט גארנישט מיט פאליטיק, באשליסן צו מען דארף מאכן א פראטעסט האט גארנישט מיט "מי בראש", אפגעזעהן וואס א שווער הארץ מיר האבן אויף אים, דארף מען ארויס ברענגען לשבח ווען עס קומט אים, דער יוד האט געוויזן אז ווען עס קומט צו אזא פראבלעם וועגן גראבן קברים, דארף זיך גאנץ כלל ישראל צוזאם נעמען כאיש אחד בלב אחד, אוועקלייגן אלע פרזענליכע זייטיגע געפילן אין טון וואס מען דארף, דאס אז די ארונים פארפירן אז מען גראבט נישט איז דאך פארשטענדליך, זייער פראבלעם פארשטייט יעדער איינער איז דאך "מי בראש", ר' געציל האט מיט דעם געוויזן אז אפילו ער האלט אז ר' אהרן איז מרא דאתרא אין קר"י קען מען נאך נישט אפשטעלן כלל ישראל, מען דארף אנגיין ווייטער, ר' געציל, אשריך!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2010 17:40 לינק ישיר 

אז מען רעדט שוין פון ר' געציל מיט חתימות, צו וואס האט מען זיך יעצט דערמאנט צו גיין קיין וויזניץ און בעטן א חתימה און פארוואס האט וויזניץ'ער רבי שליט"א נישט אליינס גע'חתמ'ט נאר געהייסן זיין עלסטען זון הרב ר' פנחס שלום שליט"א זאל חתמן בשמו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > נעבעך אייך ר' געציל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext