בית פורומים אידישע געדאנק

ברוך... והבדלנו מהייד פארק, די גראבערייען אין יפו גייט אן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/10/2010 07:26 לינק ישיר 
ברוך... והבדלנו מהייד פארק, די גראבערייען אין יפו גייט אן

איך דארף נישט פארציילן פאר קיינעם אז מיר זיצן דא נאר צו ראטעווען טויזענטער גאלאנען אומשולדיג בליט פון פארגאסן ווערן. שוין עטליכע מאל געווען וואס עס איז נישט געווען צו געפינען קיינעם פון אינז אויף הייד פארק בכלל ובפרט נאכדעם וואס רבינו שליט"א האט זיך דערוויסט דורך א מסירה אויף א קבוצה אינגעלייט אז זיי שרייבן דא.

נאכדעם איז שוין געווען עטליכע מאל וואס אינזערע אינגעלייט האבן צוגעשפארט פורומות אמאל מיט און אמאל אן א בקשה צו די אהרוינים צו טון דאס זעלבע, ליידער זענען די בקשות געפאלן אויף טויבע אויערן און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ווען מיר זענען נישט דא ווערן די בליט צאפער נאך ווילדער און טרינקן בליט פון גאנצע משפחות פארן חטא פון זיך נישט מכניע זיין צו זייער אפ....

צוביסלעך האבן זיך אינזערע אינגעלייט כסדר צוריק אריין געריקט און יעדער פאר א צווייטע סיבה, איינער ווייל ער האט געשפירט אז ער דארף קומען פארענטפערן זיין משפחה און א צווייטער ווייל ער פאלגט נישט הלכות מפורשת אין שלחן ערוך ווי רעדן ביי חזרת הש"ץ פאלגט ער נישט דעם רבין אויך נישט וכו'

עס איז א סוד פאר גאנץ בראד אז אין די צייט וואס די אהרוינים שעפן חיות און זיי אטעמען הייד פארק זיצן מיר דא נאר צו קענען זיין א קאנטער צו זייערע בליט טרינקעריי, עס האט זיך ארויסגעשטעלט איינמאל אין נאכאמאל אז זיי זענען פאר'עקש'נט צו טרינקן בליט דא טראץ דעם וואס מיר זענען נישט דא געווען און זיך געבעטן זיי זאלן אויפהערן וואשן די סאטמארע שמוץ וועש ברבים...

למעשה ווייסט יעדער אז מען קען זיי קיין ווארט נישט גלייבן ווייל אפילו שמעלקע בדחן באקט מעשיות אין דער בלאט איז דאס א פשטות אז רבי_יונה באקט מעשיות אויף הייד פארק.

עס איז בכלל נישט געקומען אויפן געדאנק פאר קיינעם דא צו שרייבן אז עס רינט נישט קיין בליט אין סאטאמר בנוגע די סיין פון USO קיינם האט נישט אינטערסירט צו ענטפערן אפילו נאר בקיצור אז די אהרוינים זען א בילד זיי ווייסן בכלל נישט וואס דאס מיינט, זיי שעמען זיך נישט א מינוט נאכן פרעגן אויף הייד פארק וואס פשט פון די "נייע ארגאניזאציע" תיכף א מינוט דערויף נאך פאר זיי ווייסן פשט, ווייסן זיי שוין אז ס'רינט בליט מ'רייסט זיך ביי די קעפ נידערמאן פאפא מענצער פרידעמאן, זיי שמירן נעמען און באקן פרישע סחורה, מיר ווייסן אז קיינער קויפט נישט זייערע לאקשן עס פעלט בכלל נישט אויס צו ענטפערן אויף אזא געבעקס.

די אהרוינים (סיי די וואס האקן אפען קעגן דער בלאט און סיי די וואס נעמען זיך אן לפנים דא ברבים) חזר'ן איבער צענדליגע מאלן אז די חפירות האבן זיך אויפגעהערט. מיר האבן אויף קיין מינוט נישט געטראכט אז עס פעלט בכלל אויס צו שרייבן דעם אמת אז ליידער גראבט מען נעבעך אינגרויסן. מיר האבן געהאלטן אז ס'פעלט נישט אויס.

דערווייל האב איך היינט אנגעטראפן א אהרויני, א ביסל א שטילער און איך בין געווען ערשטוינט זיך צו דערמאנען אז די אהרוינים גלייבן יא יונה'ס דמיונות. איך האב אים געפרעגט אויב ער גלייבט הייד פארק מעשיות האט ער מיר געזאגט אז ער האט דאס אליינס געהערט פון שלום לאנדא... איך האב אים נישט געפרעגט אויב שלום לאנדא שמעט זיך נישט צו מפרסם זיין אז ער ליינט הייד פארק...

דעריבער פיל איך הפעם א פליכט און כדי צו העלפן די אהרוינים מקיים זיין דעם מצוה לשמועה דברי חכמים און ארויסקומען צום פראטעסט וואס זייער דיין האט גערופן.

אהרוינים די חפירות גייען ליידער אן אויפן פולן שוואנג! יקתר איז סך הכל א שיק יונגל וואס נעמט איבער די אויסגעגראבענע עצמות מטעם די עדה החרדית און ברענגט זיי ארויף פון יפו קיין ירושלים צו קבורה. ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז די גראבינגען האבן זיך אויפגעהערט. ס'איז נאך איינס פון יונה'ס פראסטע שקרים. לאזט אייך נישט קלאט מאכן פון עמלק...

נ.ב. איך גלייב אז קיין איין איינציגער אהרויני וועט סיי ווי נישט קומען, אבער איך דארף טון און נישט אויפטון.

אזהרה! המהדרין




תוקן על ידי המהדרין ב- 29/10/2010 18:48:11




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2010 00:17 לינק ישיר 

סתם פאר אינטערעסאנטקייט. איך ווייס פון אסאך ארונים וואס זענען געגאנגען. עס איז טאקע נישט געשטעלט געווארן קיין צעטלעך מטעם הקהילה. אבער עס זענען געגאנגען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2010 00:26 לינק ישיר 

איך וויל באלד אדער מארגן ארויפברענגן אשכולות וואו מען קען טאקע זעהן אז עס איז נאר "אפצוענפערן" און "פארטיידיגן"... און דרך אגב. די פארום האט זיך געעפנט פאר אחים אנחנו האט זיך פארשפארט. ענק האבן זיכער געמאכט נישט צו בלייבן איין טאג אן א פארום...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2010 01:00 לינק ישיר 

פריינדליך כתב:
סתם פאר אינטערעסאנטקייט. איך ווייס פון אסאך ארונים וואס זענען געגאנגען. עס איז טאקע נישט געשטעלט געווארן קיין צעטלעך מטעם הקהילה. אבער עס זענען געגאנגען


ברוך השם. חיי שעה, האלט אן ווייטער, פריינדליך איז מעיד אז דיינע ווערטער טוען אויף!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/10/2010 07:03 לינק ישיר 

וואו האב איך געשריבן אז עס איז א דאנק חיי שעה'ס ווערטער? חוץ אויב חיי שעה איז יצחק גליק פון התאחה"ר(אופס! סאררי. עס איז די זלונישע וועג פון לייגן ניקס אויף מענטשן. למשל ר' בנציו לאוב=FIVEBORO. מהר"א=ר' יענקל(איך מיין אז אנפאנג פון דעם פארום איז עס אמאל געשטאנען)שמואל ווידער=ר' יונה. וכו' וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2010 17:30 לינק ישיר 

א שטיקל ליסטע פון ארטיקלען פון חיי שעה אליינס(דער פותח האשכול דא!!) וואס מען קען טאקע זעהן אז רובו ככלו זענען טאקע נאר ארטיקלען צו פארטיידיגן און געשריבן ממש די מינימום. קוקט אויף די לשונות. מען קען זעהן ווי ער שרייבט ממש ווי געצווינגען....און נישט ח"ו צו באשמוצן יענעם...(אנטשולדיגט אזויווי איך ווייס נישט וויאזוי מען מאכט א הייפערלינק. איז עס נישט קיין לינקס נאר נעמען)20 אשכולות אין קארגע 2 וואכן!!!!!!! 1)חלה דעק. געבן נישט אויף, פרישע פעלשעריי 2)ברוך... והבדלנו מהייד פארק, די גראבערייען אין יפו גייט אן 3)נעבעך אייך ר' געציל 4)רבותי ס'צורת! זייער איי. קיו. האט זיך אביסל געהויבן 5)ווען דער קליינער וואקסט אויף הייוון 6)חלה דעקל באצאלט פאר סאטמארע פלייש 14 טויזענט $ 7)מודה על האמת: זיך מכניע זיין פארן פוסק הדור 8)וואס האבן די דעקלעך געלערנט פון די מתיבתא ראיאטן 9)קליפ: גרויסע הכנות דורך מתיבתא מאנרא פאר נייע באסעס 10)פשעווארסקע רבי גיבט רשות = שאקירענד:חתונה געקענסלט 11)טאג 2: בחורים געבן נישט אויף ווידערשטאנד 12)ערענסטע קלעפ ביים אסיפה פון ועד בית רבינו 13)גרעסטע, שענסטע, בעסטע, בּלַאַ בּלַאַ בּלַאַ 14)מזל טוב: י. ל. קאהן דערהויבן אין ראנג דורך די בחורים 15)סטעיט פאליס יעצט אין קרית יואל ישיבה! 16)אהרויניס העסליכע אטאקע קעגן אלכסנדר ישיבה 17)אומריען אין מאנדרא קאלעדש גייט אן 18)אנגעהויבן נייע זמן אין מאנדרא דשאנגל מיט גרויס הצלחה 19)גרויסע מעכטיגע באמבע רבי פירט נישט טיש 20)ראנג נאמבער צו "מצילי אש" דעקט אויף שוידערליכע שריפה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2010 17:34 לינק ישיר 

פארמעגליך'ס ארטיקלען איז סתם איידל "פארטיידיגט" און "אפגעענטפערט"... און נישט פארגעסן די צונאמען וואס די זאליס האבן געגעבן פאר די ארונים. חלה דעקל. (וואס כינוי שם. נאכדערצו אויף א רבים איז מוראדיג הארב. אבער יעצט רעדט מען נישט פון די הלכה חלק) איז אויף נאר "פארטיידיגונג" און "נאר אפצוענטפערן"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/10/2010 18:12 לינק ישיר 

איך גיי נישט אריין אין ווער סאיז אהרעלע יקטר וויל איך ווייס נישט אבער דעס וואס סגייט דא ארום אין זיין נאמען אז מגראבט נישט איז סטם א שקר אל גבי שקר קיקט וואס ער זאגט

http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=20383&cat_id=1

......"בתגובה לידיעה אומר ארהל'ה יקטר מי שמזוהה יותר מכל עם המאבק במקום: "כואב יותר לראות שהרסו ופינו את הקברים ולא שהחומה קרסה. אני לא יודע אם יש קשר בין קללת המקובלים או התפילות שנעשו שם כי בשעת התפילות לא היה כלום". ...............

אין דעס וואס איינער האט געשריבן דא אז מזעט נישט קיין מוחים ווען די וואנט פאלט אראפ איז אויך שקר זיי האבן דא געהאט א קליפ דעמאלטץ ווי מזעט די מוחים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/10/2010 18:52 לינק ישיר 

אוי, טאטע זיסער, מאך נישט קיין אישו, יאקטער האט יא געזאגט, נישט געזאגט, ווען דו וואלסט אים געקענט, וואלסטו זיך געשעמט נאכצוזאגן א מימרא בשמו, א יונגער צעלאזטער שנוק, א האטליין רעדנער, און ווערט גאר דער גאנצער סופער-סטאר ביי די ארינים איבער נאכט, פאר'ן לאזן פאלן ווערטער קעגן הגאון הרב שמידל.


פריינדליך, לאמיר יא רעדן פון די הלכה חלק... כ'זע אז דאס באדערט דיר די עיקר. אוי וויי, מוציא שם זיין אויף א איד, און נאך דערצו א רבים, ווער רעדט נאך פון אזא רבים, דאס שענסטע און בעסטע, סלתה ושמנה, טאקע א אומדערהערבארע זאך.

קוקט אויס, דער ליינט נישט קיין בלאט און כל העולם, ווערט ער נעבעך אזוי צערודערט פון א צונאמען. זייער גוט. זאלסטו ווייטער אויך נישט קוקן דארט, ווייל ס'פול מיט די חברה. רחמנא ליצלן וואס א צונעמען ווערט צוגעגעבן דארט פאר אידן, ליצנות, הוצאת שם רע, ניבול פה, רציחה און שפיכת דמים.

קיפ איט אפ!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/10/2010 18:57 לינק ישיר 

איך האב נישט געוואלט דן זיין אין אהרעלע יקטר נאר ווי ווייט איינער קען בויען א מעשה וואה האט נישט קיין שמץ אמת!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/10/2010 19:04 לינק ישיר 

כ'פארשטיי וואס דו זאגסט, אבער פארט, מאכט עס אים פאר א יש, ער האט אהערגעזאגט און אהינגעזאגט, און פיטערט זיין אומגעהויערע רייץ נאך אטענשאן. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/10/2010 22:15 לינק ישיר 

אמיגא. די נאמען רא"ט מיט ארון אין אמאל געווען ימ"ש(ביז עס איז געווען תקנות) און די ארונים רופן רז"ל הגז"ל. יעצט קאמפעיר... די ארונים רופן די זאליס מצה טאש פאר איין סיבה וואס ענק האבן אליין געברענגט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברוך... והבדלנו מהייד פארק, די גראבערייען אין יפו גייט אן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext